חבורת שונה הלכות - קושיות והערות בשיעורי היום

שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

תגובהדורך קושר כתרים » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 12:40 pm

farshlufen האט געשריבן:פשטות דעם פריערדיגן באר היטב פון ר' ישעי' ב"ר אברהם, עיין הקדמת הבאה"ט.

----

מהדורות הבאר היטב מאמר א' מאמר ב'


תודה רבה על הציון למאמרים הנפלאים.
גם בקונ' שונה הלכות שי"ל זה עתה, נדפס בראש סקירה קצרה בשם "ספר באר היטב על שולחן ערוך / המחבר ומטרתו", ושם נזכר בסדר נכון ובקיצור נמרץ [לפי מסת המקום כמובן] סדר גלגולי הבאה"ט לדורותיו.

לא יאומן עד כמה התקשו אבותינו בדורות עברו עם ציטוטים מוטעיים וחצי משפטים, וכך עבר מדור לדור ומגאון אחד למשנהו בתיקונים ע"ג הגהות, ישבו שבעה נקיים ימים ולרבות הלילות עד שהעלו עבודה שלימה מזוקק שבעתיים, ובזכותם יש לנו עתה תורה מפוארה בכלי מפואר, וכתר תורה מונח וכל הרוצה יבוא ויטול.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

אוועטאר
א טאטע
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 11, 2008 12:24 pm
לאקאציע: א מאל אין קאך, אמאל אין הויף

תגובהדורך א טאטע » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 12:26 pm

שיינע שיעור הלכה מעשה על סדר החבורה:
צוגעלייגטע
שונה הלכות שיעור.JPG

טראכט נאר גוט
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 9:02 pm

ירא שמים

תגובהדורך טראכט נאר גוט » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 2:19 pm

איז די קאפפל גענייט פין צוויי בדווקא?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 05, 2014 8:58 am

דער יוסיף דעת זאל מיר זיין געזונט, שרייבט אז מ'זאל בודק שב"ק די ציצית און דערמאנט נישט אז מ'קאן עס בודק זיין מוצש"ק איידערן אוועקלייגן און עס בלייבט בחזקת בדוק.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » זונטאג נובעמבער 09, 2014 12:32 am

דער באה"ט בסי' ח' ס"ק י" רעד וועגען במקום שמשליכים טלית על החתנים והכלות בעת חתונתם,
ער רעט לכאורה פון חופת טלית
בנימין שלמה האמבורגער אין שורשי מנהגי אשכנז האט א מאמר וועגען דעם ענין בכלל
אבער וועגען די סוגיא בכאן
עיין
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 7%99%d7%aa

ועיין כאן
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 2a694c&st=%u05d7%u05d5%u05e4%u05ea+%u05d8%u05dc%u05d9%u05ea
ובספרו הגדול יש לו תמונות
למה זה תשאל לשמי...

צדיקל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2013 5:19 pm

תגובהדורך צדיקל » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 4:23 pm

לערנען'דיג היינט אין די חבורה שונה הלכות, די רמ"א אז מ'מאכט די ברכה אויף די תפילין של ראש ווען די תפילין איז שוין אויפן קאפ נאכן לייגן אויפן קאפ פארן מהדק זיין, וועגן עובר לעשייתן.
אין דעם קונטרס שונה הלכות איז דא מדור הלכה פסוקה (מהרה"ג ר' אברהם הערש פריעדמאן שליט"א), ברענגט ער אן אינטרעסאנטע זאך, איבער דעם וואס איז ידוע אז מרן רביה"ק מסאטמאר ז"ל האט געמאכט די ברכה נאך פארן לייגן אויפן קאפ, אז אדמו"ר מהר"א מסאטמאר האט געזאגט אז ס'קען זיין די סיבה ווייל דער רבי איז געווען זייער נזהר בנקיות און שמירת ידיו פון א חשש נגיעה אויף א פלאץ וואס מ'דארף זיך וואשן, האט ער אפשר מורא געהאט אפשר וועט אנרירען אין א האר אדער בזיעה אויפן קאפ ביים ארויפלייגן די תפילין פארן מאכן די ברכה, האט ער אויסגעוועלט זיך צו פירן אזוי ווי די פוסקים וואס האלטן מ'קען יא מאכן די ברכה פארן לייגן אויפן קאפ.

חסד שבמלכות
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 28, 2014 10:23 am

תגובהדורך חסד שבמלכות » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 10:50 am

האב מיר היינט געלערנט שונה הלכות, ברענגט ער דארט ביי הלכה פסוקה אז ווען מ'טוט אויס די תפילין צו גיין אין ביה"כ דארף מען איבערמאכן א ברכה, ער ברענגט דארט אז נאר איין ברכה וכו', מיין שאלה איז מאי שנא פון טלית וואס האט א שיעור פון עטליכע שעה משא"כ תפלין?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג דעצמבער 28, 2014 9:55 am

סי' כ"ה פתח הבאר או. ג'
"דהיינו לומר הלמ"ד בדגוש יתירה, דתפילין הוא גם ל' פלילה, וצריך להכתב בב' למדי"ן, ובאופן זה באה הלמ"ד בדגש במקום ב' למדי"ן"


תמהני אם הרב הכותב הבין את דברי עצמו, ימחול לי אלף פעמים, סתם פטפוטי מילין בעלמא.

פשוט לכל בר בי' רב לחד יומא שלא לזה כיון בעל התוי"ט בלחם חמודות (אות נ"ד), והוא הכותב אינו יודע האיך להדגיש למ"ד.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 12:14 am

חבורת שונה הלכות האט היינט אנגעהויבן זיך גרייטן צום הייליגן סדר נאכט בלימוד,שו"ע עם באר היטב הלכות ליל הסדר.

דער רמ"א ברענגט פון מרדכי אז נשים שלנו ווערן אלע פארעכנט אלס חשובות לגבי הסיבה, וואס איז פשט אז שפעטער נשים זענען ענדערש חשובות ווי די נשים בימי חז"ל?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 12:46 am

ווייל אמאל זענען זיי געווען ממש ווי שקלאפטעס אין שטוב, און מיט די דורות האבן זיי באקומען מער און מער גלייכבארעכטיגונג (כך שמעתי ממגי"ש א' בחבורה זו)
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 12:58 am

לכאורה האט געשריבן:ווייל אמאל זענען זיי געווען ממש ווי שקלאפטעס אין שטוב, און מיט די דורות האבן זיי באקומען מער און מער גלייכבארעכטיגונג (כך שמעתי ממגי"ש א' בחבורה זו)


דאס קוקט אויס א בעהבאטישע תירוץ, עפעס א מקוריותדיגער זוך איך.

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 1:02 am

זייער א אינטערעסאנטאר הערה! האב איך געזען אויף אוצר פארום א תשובה המתקבל על הלב

שו"ת אור לציון חלק ג - הערות פרק טו - דיני ליל הסדר הערה ב:
"והנה צריך לבאר כוונת המרדכי ורבינו ירוחם שנשים שלנו חשובות. וראה בגדר אשה חשובה בכס"מ פרק ז' מהלכות חמץ ומצה הלכה ח' ובברכ"י שם אות ג' וכה"ח שם אות כ"ו. ונראה לבאר, שבזמן התלמוד לא היו הנשים יושבות בסעודה יחד עם בעליהן כמו בזמנינו, (וראה לשון הגמ' בפסחים דף ק"ח ע"א אשה אצל בעלה. וראה עוד בפסחים דף צ"א ע"א), ולכן בזמנינו שכל הנשים יושבות עם בעליהן הרי הן חשובות, ולכן צריכות הסיבה. וכיון שמנהג בני ספרד כשיטת המרדכי ורבנו ירוחם שמסיבות כמו האנשים, דאנן נקטינן דנשין שלנו כולן חשובות הן, א"כ כמו שנתבאר שהאיש ששכח ולא הסיב צריך לחזור, הוא הדין אשה ששכחה להסיב צריכה לחזור ולהסיב

אבער ס'איז א פלא אויב ס'זאל נישט זיין עפעס א ביאור פון די פריערדיגע

אויך ברענגן זיי דארט א ווערטל פון הגאון רח"ק אז דאס האט זיך אנגעהויבן ביים חרם דרבינו גרשום שלא לישא שתי נשים... און טאקע דער ב"י זייענדיג מבני ספרד ברענגט עס נישט.

http://forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=27&t=4494
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 1:56 pm

יישר כח ר' בנימין

yahoo
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » מיטוואך אפריל 22, 2015 2:33 pm

סימן מו סעיף ט אין די שלחן ערוך וואס די חבורה האט ארויסגעגעבן ברענגן זיי בשם דעם רבי'ן אז מ'זאל נישט זאגן די פסוקים פון ראשית חכמה, תורה צוה, שמע בני פאר ברכת התורה.

צו האט שוין איינער אמאל געהערט דערפון? פארוואס האט מען נישט איינגעפירט אין די חדרים אזוי צו טון?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 17, 2015 8:43 am

farshlufen האט געשריבן:דער יוסיף דעת זאל מיר זיין געזונט


ס'איז נישט קיין עולה נישט צו קאנען קיין דקדוק, אבער שרייב עס ארויס אפן "איני יודע".

דוגמא אחת:

וואס איז מיט "משה מוציא וכלב מכניס" [בר מן ז']?
צוגעלייגטע
יוסיף מכאוב.jpg
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

דל גאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:05 pm

תגובהדורך דל גאה » פרייטאג יולי 17, 2015 2:01 am

חסד שבמלכות האט געשריבן:האב מיר היינט געלערנט שונה הלכות, ברענגט ער דארט ביי הלכה פסוקה אז ווען מ'טוט אויס די תפילין צו גיין אין ביה"כ דארף מען איבערמאכן א ברכה, ער ברענגט דארט אז נאר איין ברכה וכו', מיין שאלה איז מאי שנא פון טלית וואס האט א שיעור פון עטליכע שעה משא"כ תפלין?

סווענדט זיך אויב ממעג אריינגיין מיט דעים אין בית הכבוד אדער נישט (ווייל אויב טאר מען נישט הייסט עס א הפסק) , איז אזוי , מיט תפילין טאר מען נישט גיין אין א בית הכבוד וואס איז מיוחד בין לקטנים ובין לגידולים דארף מען טאקע איבערמאכן א ברכה ווייל סהייסט א הפסק משא"כ טלית .
אבער למעשה מיינעך מאכט רוב וועלט נישט איבער א ברכה נאכאמאל אפילו אויף די תפילין
האביך געהערט אמאל אז די סאטמערער רבי זיע האט יא איבער געמאכט ברכה אויף די תפילין , (נישט קראנט)
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 9:01 am

אין שונה הלכות פון נעכטן א' לך,מחבר סי' צ' סי' י"ג "מותר לרוק בבית הכנסת" אין די הגהות איז צוגעברענגט אז היינט זאל מען עס נישט טאן ווייל עס איז נישט די סדר צו שפייען ביי זיך אינדערהיים אויף די פאדלאגע.

דאס שטייט שוין באמת אין ראשית חכמה שער היראה פרק ט"ו.

"עוד מענין כבוד בית הכנסת, שלא ירוק בו אם אפשר לו" און ער ענדיגט "וכן מדרך המלכים שאין א׳ מהשרים רוקק בחצרו כל שכן בביתו".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “שיעורי הקהילות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט