מיר זענען אלע אידן בני אידן, נישט קיין גרים, און מער ווייניגער קענען מיר די סיסטעם פון אידישקייט פון קינדווייז אן ווי אזוי אונזערע עלטערן האבן אונז מחנך געווען, אדער וואס מיר האבן געלערנט אזוי סובקאנטשעסלי קוקנדיג וואס אנדערע טוען, איז אבער דא זאכן וואס מענטשן טוען "בהסתרה" און ס'איז שווער אז אנדערע זאלן עס באמערקן, און ממילא פאסירט אזוי יערליך ווען מ'קומט אן צו די סארט זאכן ווערט נאכאמאל נולד א ספק, וואס דארף איך יעצט טון? זאל איך קוקן אויפן שכן וואס ער טוט? ער זאגט דאך נישט גענוג הויך איך זאל וויסן אזוי אויך צו טון, און אז ער זאגט יא גענוג הויך ווער זאגט אז ער טוט יא גוט? (ס'דערמאנט מיך פון מיין שכן וואס מאכט זיכער אז אלע שכנים ארום אים זאלן הערן ווי מ'האלט, און נישט איינמאל האט שוין פאסירט ביי לכה דודי צו ביי קל אדון, אז ער הייבט אן א שטיקל שפעטער אדער פריער, און שלעפט מיט זיך א ציבור וואס דערזעט זיך פלוצים אז מען זאגט שוין 'שבח' און זיי האלטן נאך ביי 'פאר וכבוד')
צוריק צום נושא, אז ס'האט זיך ב"ה געגרינדעט אזא חבורה, און אידן וועלן לערנען הלכות, וועט מען קענען וויסן אליין המעשה אשר יעשון, דער אשכול וועט זיין געווידמעט אריינצושרייבן וואסערע נייע הלכה זענט איר געוואר געווארן היינט, זאכן וואס איר האט קיינמאל נישט געוואוסט (אדער נישט געוואוסט זיכער)
א) ביי יעדע סליחה וואס מען הייבט אן זאגט מען בעפאר דעם אלקינו אלקי אבותינו, חוץ א סליחה וואס הייבט זיך אן מיט א שם. (באה"ט תקפ"א סק"ד)
ב) א יחיד וואס זאגט סליחות קען זאגן די י"ג מדות דרך קריאה בתורה בניגון ובטעמים (הוספות והשלמות סק"ב בשם מטה אפרים סכ"א)
ג) די בקשות בלשון תרגום, מחי ומסי, אדער מרן די בשמיא זאגט מען נישט אן א מנין, אבער טאמער האט ער געזאגט סליחות מיט א מנין און דער מנין האט געענדיגט פאר אים, אפילו יעצט איז נישטא קיין מנין קען ער צוענדיגן (הוספות והשלמות סק"ד בשם דומ"ץ ק"י)