חבורת שונה הלכות - לימוד שו"ע עם באר היטב

שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:00 pm

טראכט נאר גוט האט געשריבן:עס וועט זיין אויפן טעלעפאן?

טעל ליין
718-305-6882

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5313
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 10:53 am

ס'טוט זיך טישן און בענק איבער די נעכטיגע לימוד אין שונה הלכות.

אינעם נעכטיגן שיעור אין די הוספות צום סוף פון קונטרס "יוסף דעת" מעשה ידי אומן נפלא הרה"ג ר' אברהם צבי פריעדמאן שליט"א, דומ"ץ גאלאנטע וחבר ועד הרבנים של שונה הלכות, ברענגט ער א הוראה פון הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א אז ווען ס'איז דא א חתן ביי סליחות זאגט מען נישט קיין תחנון. דאס איז זייער א אינטערסאנט זאך ווייל יעדע יאר אין סאטמאר אלף סליחות זענען דא חתנים בשעת סליחות, און פארוואס זאגט מען געהעריג תחנון?

ער צייכענט אן א שו"ת פני מבין און אויך דער קצה המטה אויפ'ן מטה אפרים, און ער לייגט די ווערטער "וכן הורה הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א". העמיר זעהן היי יאר ביי סליחות אין די סאטמארע צענטארן וואס דארט וועט זיך אפטוען...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 11:12 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:ס'טוט זיך טישן און בענק איבער די נעכטיגע לימוד אין שונה הלכות.

כמדומה לי, אז עס איז דא א שטארקע משמעות להוראה זו, מבאר היטב,
דער באר היטב און תקפ"א ס"ק ו' זאגט, אויף דעם וואס דער מחבר זאגט אז אן אבל ל"ע גייט נישט אין שוהל, חוץ בערב ר"ה, וה"ה ערב יוה"כ, ודוקא במקום שמרבים בסליחות, מג"א. ועיין ב"י וט"ז סי' קל"א דוידוי ותחנונים אין אומרים אצל אבל: וואס וויל דער באה"ט מיט די הלכה. אבער כמדומה לי, אז ער מיינט צו זאגן אז ווען מען דאווענט בבית האבל סליחות זאל מען וויסען די הלכה, ולפי"ז ה"ה חתן.
אויב איינער האט אן אנדער פשט אין דעם באה"ט, אדרבא, איך האב מיך געפלאגט,
למה זה תשאל לשמי...

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 12:06 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:ס'טוט זיך טישן און בענק איבער די נעכטיגע לימוד אין שונה הלכות.

אינעם נעכטיגן שיעור אין די הוספות צום סוף פון קונטרס "יוסף דעת" מעשה ידי אומן נפלא הרה"ג ר' אברהם צבי פריעדמאן שליט"א, דומ"ץ גאלאנטע וחבר ועד הרבנים של שונה הלכות, ברענגט ער א הוראה פון הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א אז ווען ס'איז דא א חתן ביי סליחות זאגט מען נישט קיין תחנון. דאס איז זייער א אינטערסאנט זאך ווייל יעדע יאר אין סאטמאר אלף סליחות זענען דא חתנים בשעת סליחות, און פארוואס זאגט מען געהעריג תחנון?

ער צייכענט אן א שו"ת פני מבין און אויך דער קצה המטה אויפ'ן מטה אפרים, און ער לייגט די ווערטער "וכן הורה הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א". העמיר זעהן היי יאר ביי סליחות אין די סאטמארע צענטארן וואס דארט וועט זיך אפטוען...

ווי טוט זיך טישן און בענק?

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5313
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 12:59 pm

אויף אלע וואטסעפפ גרופעס פון די רבנים אין די כוללים וכו'.

גיי אריין אין כולל ביי לאנטש וועסטו זעהן וואו ס'טוט זיך!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 1:01 pm

להתחדד האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:ס'טוט זיך טישן און בענק איבער די נעכטיגע לימוד אין שונה הלכות.

אינעם נעכטיגן שיעור אין די הוספות צום סוף פון קונטרס "יוסף דעת" מעשה ידי אומן נפלא הרה"ג ר' אברהם צבי פריעדמאן שליט"א, דומ"ץ גאלאנטע וחבר ועד הרבנים של שונה הלכות, ברענגט ער א הוראה פון הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א אז ווען ס'איז דא א חתן ביי סליחות זאגט מען נישט קיין תחנון. דאס איז זייער א אינטערסאנט זאך ווייל יעדע יאר אין סאטמאר אלף סליחות זענען דא חתנים בשעת סליחות, און פארוואס זאגט מען געהעריג תחנון?

ער צייכענט אן א שו"ת פני מבין און אויך דער קצה המטה אויפ'ן מטה אפרים, און ער לייגט די ווערטער "וכן הורה הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א". העמיר זעהן היי יאר ביי סליחות אין די סאטמארע צענטארן וואס דארט וועט זיך אפטוען...

ווי טוט זיך טישן און בענק?

איך האב נישט געשריבען אז עס טוט זיך אויף טישן און בענק, אבער מיר איז די הוראה למעשה אויך געווען א חידוש,
ווייל איך געדענק נישט אזא מציאות פון נישט זאגן תחנון ביי סליחות, כאטש עס איז געווען חתנים
ואני כשלעצמי האב מיר אלס אבגעלערנט אז פונקט ווי ער"ה זאגט מען נישט תחנון, אבער ביי סליחות זאגט מען, הוא הדין, והגם הטעם שמובא שם בפוסקים אינו נוגע, כי עיקר הזמן אמירה הוא קודם העלות, וכו', עכ"ז
ואדרבא, אז איר געדענקט אז דער מנהג העולם איז נישט צו זאגן, וועל איך וויסן, איך האב פשוט געלעבט אין א טעות
למה זה תשאל לשמי...

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:45 pm

אין אומר ואין דברים על זכות הרבים של העוסקים בדבר מצוה.

פלא שבשיעור היומי לא ציינו על דברי גדוי צדיקי החסידות בנוגע התפלה בימים נוראים בקול או בלחש.

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

תגובהדורך ביבער היט » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 5:03 pm

עס ווערט געברענגט אין סימן תקפ''ב סעי' א' איבער די דין אז ביי המלך הקדוש העלפט נישט דאס ניינציג מאל זאגען ווייל בשעתן חזר'ן ניינציג מאל זאגט ער השם און ביי שמו''ע זאגט ער ארויס די שם געהעריג
וואס איז די דין בדיעבד ווען איינער האט זיך יא איינגעחזרט ניינציג מאל זאגענדיג השם?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17778
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 5:15 pm

מאכט נישט אויס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 5:21 pm

farshlufen האט געשריבן:מאכט נישט אויס.

במקום שאמרו לקצר?
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17778
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 5:23 pm

ער חזר'ט זיך דאך נישט מיטן שם ארויסגעזאגט ולא אמר ולא מידי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 5:28 pm

טעות לעולם חוזק...כ'געמיינט אז ער האט בטעות געזאגט דעם שם 90 מאל ה"י
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 6:10 pm

פשוט א טעות!
אין די "שונה הלכות" וואס די חבורה האט ארויסגעגעבן פעלט איין ווארט אין רמ"א, דארט ביי ערב ר"ה נוהגים לילך לקברות וכו', אין די געהעריגע רמ"א שטייט ויתן "שם" צדקה, אין די קונטרס פעלט דאס ווארט שם, דאס איז א שטארקע חילוק.

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8542
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 6:15 pm

לענ"ד איז די חבורה די גולת הכותרת פון אלע חבורות ביז אהער
דהיינו, יש בזה משום 'החזרת העטרה ליושנה', אמאל (פאר עס איז נתפרסם געווארן דער משנה ברורה) האבן אידן געלערנט הלכה שו"ע מיטן באר היטב, כדי צו וויסן את הדרך ילך בה ואת המעשה אשר יעשון
איצטער אז מען האט קובע געווען און מחזיר געווען דעם אור אלטן שיעור, וואס אידן אינדערהיים האבן אלע געהאט, איז בודאי א דבר גדול ונשגב, ויהי רצון שבזכות קביעת לימוד הלכה בכל יום, יזכו כל אחד ואחד להיות בן עולם הבא, כמאחז"ל כל השונה הלכות בכל יום מוטבח לו שהוא בן עולם הבא.
נעקסט קלער איך זאל זיין מחזיר צו זיין עטרה ליושנה, און קובע זיין א סדר בלימוד העין יעקב... וואס איז בזמנינו נדחה געווארן, און איר פלאץ האבן איבער גענומען די בלויע גמרות......
ונזכה ונחיה ונראה...
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

תגובהדורך ביבער היט » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 6:38 pm

farshlufen האט געשריבן:ער חזר'ט זיך דאך נישט מיטן שם ארויסגעזאגט ולא אמר ולא מידי.

ויש חולקין.

וועם זאגסטו נאך דעם לא אמר ולא מידי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17778
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 10:06 am

לגבי דעם לחיים מיטן שו"א איז אינטערעסאנט צו פארנאטירן 2 הערות, ערשטנס דער באר היטב זאגו אז ביי השכיבנו א גאנץ יאר זאגט מען יא מיט א פת"ח, אבער כהיום שטייט דאכט זיך נישט אזוי אין קיין איין סידור, והשנית, דער יעב"ץ איז מחלק צווישן זכרינו און מי כמוך, ביי זכרינו זאגט ער זאל מען יא זאגן מיט א פת"ח און ביי מי כמוך נישט.

---

די הוספה אונטן אז צו מפסיק ביי פסוקי דזמרה כדי צו ממליך זיין דעם מלך מלכי המלכים און מיטשרייען "המלך" ברויך מען אויך צו זאגן "יושב על כסא רם ונשא" ברויך ווען א מ"מ אין א פריערדיגן פוסק, וקצרתי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17778
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 10:09 am

ביבער היט האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ער חזר'ט זיך דאך נישט מיטן שם ארויסגעזאגט ולא אמר ולא מידי.

ויש חולקין.
ווער? באזירט אויף וואס?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17778
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 10:19 am

יהיה כן האט געשריבן:
נעקסט קלער איך זאל זיין מחזיר צו זיין עטרה ליושנה, און קובע זיין א סדר בלימוד העין יעקב... וואס איז בזמנינו נדחה געווארן, און איר פלאץ האבן איבער גענומען די בלויע גמרות......
ונזכה ונחיה ונראה...

הלואי, היינט מיטן עין יעקב פריש איבערגעדרוקט מיט הערליכע אותיות, יעדעס שטיקל עיון יעקב קען מען לעזן און הנאה האבן און דערצו מיט די הערות און מ"מ אין די זייט פון אלע שיכטן און קרייזן, יעדער מהר"ל, חת"ס, ר' צדוק און נצי"ב, איז עס סתם א בע'טעם'ט לימוד ווען דער קאפ איז נישט צו אויסגערועט, ספעציעל פאר אינגעלייט וואס ליגן אין חידושי תורה ודרושים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

תגובהדורך ביבער היט » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 11:50 am

farshlufen האט געשריבן:
ביבער היט האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ער חזר'ט זיך דאך נישט מיטן שם ארויסגעזאגט ולא אמר ולא מידי.

ויש חולקין.
ווער? באזירט אויף וואס?
אויף וואס איז באזירט דעם ולא אמר ולא מידי וואס די ביסט מעתיק?

די שיטת החולקין איז דערמאנט אין מטה אפרים

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

תגובהדורך ישמחו » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 1:07 pm

farshlufen האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
נעקסט קלער איך זאל זיין מחזיר צו זיין עטרה ליושנה, און קובע זיין א סדר בלימוד העין יעקב... וואס איז בזמנינו נדחה געווארן, און איר פלאץ האבן איבער גענומען די בלויע גמרות......
ונזכה ונחיה ונראה...

הלואי

טעות מוחלט!
דער גאנצער עין יעקב איז נתחבר געווארן פאר אידן וואס האבן אמאל נישט געקענט לערנען געהעריגע גמרא, האט מען געמאכט דערפון א קיצור אגדות חז"ל און סיפורי צדיקים.
אבער אז מ'קען לערנען שקלא וטריא פון סוגיות ארוכות, איז דאך לית טב מיני'.

און דאס זעלבע איז מין חק לישראל, כאטש ס'איז יסודתו בהררי קודש, דאך איז דאך דער ציל דערפון קלאר ארויסגעשריבן אין די הקדמה, ווייל אידן אין די אמאליגע שטעטלעך האבן נישט געקענט לערנען באריכות, אבער אז ס'איז אכשר דרא דורך די גמרות מבוארות, און די פילע חבורות, איז דאך די ריכטיגסטע החזרת עטרה ליושנה צו לערנען די תורה וואס רבינא ורב אשי האבן מחבר געווען.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17778
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוגוסט 31, 2014 9:52 am

ישמחו האט געשריבן:דער גאנצער עין יעקב איז נתחבר געווארן פאר אידן וואס האבן אמאל נישט געקענט לערנען געהעריגע גמרא, האט מען געמאכט דערפון א קיצור אגדות חז"ל און סיפורי צדיקים.
אבער אז מ'קען לערנען שקלא וטריא פון סוגיות ארוכות, איז דאך לית טב מיני'.
אביסל דרך ארץ פאר גרויסע אידן ביטע, דאס האבן נישט מחבר געוועזן דרוקערס אדער היינטיגע מכונים, דאס איז מעשי ידיו פון הגאון רבינו יעקב בן חביב ז"ל מגולי ספרד, שמרן הב"י מביאו הרבה פעמים ביו"ד, אבי ר' לוי ן' חביב בעל שו"ת מרלב"ח.
והבט נא וראה דברי המחבר
"ולהבין אמרי בינה, מעקרי שרשי האמונה, וגם דרכי התשובה בהם עולים ונושע תשועת עולמים, ולעמוד על ידיעת דרכים כוללים, להשיג כל תכונה זכה וברה וכל מדה טובה מתוקי לנפש ועריבה".

געוויס איז דאס נישט אנשטאט לימוד גמרא פירש"י ותוס' בעיון, אבער דער ציל פונעם מחבר איז געוועזן אריינצוגיסן אמונה טהורה און מוסר פון חז"ל ככתבם וכלשונם אין אידישע קינדער בקדושה ובתמימות.

אינטרעסאנט אויך אז סאטמארערער רב ז"ל ברענגט די פירושים אויפן עין יעקב המלאים זיו ומפיקים פיל מאל, זעהט אויס אז ער האט פארשטאנען און געוואוסט פון וואנעט מען שעפט עקרי שרשי האמונה.

ישמחו האט געשריבן:און דאס זעלבע איז מיטן חק לישראל, כאטש ס'איז יסודתו בהררי קודש, דאך איז דאך דער ציל דערפון קלאר ארויסגעשריבן אין די הקדמה [וועמענס הקדמה?], ווייל אידן אין די אמאליגע שטעטלעך האבן נישט געקענט לערנען באריכות, אבער אז ס'איז אכשר דרא דורך די גמרות מבוארות, און די פילע חבורות, איז דאך די ריכטיגסטע החזרת עטרה ליושנה צו לערנען די תורה וואס רבינא ורב אשי האבן מחבר געווען.

זעהט אויז אז שארמאשער רב ז"ל האט אנדערש געוואוסט

אכשר דרא דורך די גמרות מבוארות

נישטא ווער ס'זאל לאכן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 12:17 pm

מסתמא שטייט עס ערגעץ אבער ס'איז מיר אויך בייגעפאלען
מ'האט נעכטען אנגעפאנגען סימן תקפ"ו דיני שופר
תקפ"ו בגימ' שופר
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

תקפ"ו גימ' שופ"ר

תגובהדורך קושר כתרים » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 2:47 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:מסתמא שטייט עס ערגעץ אבער ס'איז מיר אויך בייגעפאלען
מ'האט נעכטען אנגעפאנגען סימן תקפ"ו דיני שופר
תקפ"ו בגימ' שופר

ברוך שכוונת.
כן כתב היעב"ץ בסידורו המפורסם בית יעקב הנודע בשם "עמדין סידור", בדיני תקיעת שופר, שער העין, ניצוץ ו, אות ז', וז"ל: דבר נפלא קרה שנזדמנו דיני שופר בסימן השוה עם גימ' שלו (תקפ"ו בגימ' שופ"ר), ואע"פ שלא נתכוין המחבר לכך, מ"מ נפל האמת באמת, להראות כי מן השמים הסכימו על ידו, לפי שעשה חיבורו לשם שמים, וכל העוסקים במלאכת שמים לשמה, מראין להם סימן טוב, מה שלא עלה על דעתם, עכ"ל.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 2:58 pm

ייש"כ כותר קשרים
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5925
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 3:26 pm

אין‎ ‎מור‎ ‎וקציעה‎ ‎האט‎ ‎ער‎ ‎רמזים‎ ‎אויף‎ ‎גאר‎ ‎אסאך‎ ‎סימנים
וואו איז דָוִי?

צוריק צו “שיעורי הקהילות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט