חבורת שונה הלכות - לימוד שו"ע עם באר היטב

שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

חבורת שונה הלכות - לימוד שו"ע עם באר היטב

תגובהדורך להתחדד » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 11:51 pm

נייע חבורה "שונה הלכות" ד'סאטמאר

שוין חדשים לאנג וואס ס'קאכט זיך אונטער די קוליסן, און יעצט ביי די סעודת הילולא האט כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א געמאלדן איבער די התייסדות פון א נייע חבורה "שונה הלכות", וואו אלע חברי הקהלה וועלן לערנען "הלכה למעשה", א קביעות'דיגן סדר פון הלכות יעדן טאג, אין שו"ע, מחבר, רמ"א מיט "באר היטב", וואס איז שוה לכל נפש.

דער נייער שיעור דויערט בלויז צען מינוט א טאג, און איז בנוסף צו די בארימטע חבורות "יסודי התורה" און "תורתך שעשועי", צו פארזיכערן אז יעדער לערנט אויך הלכה וואס איז נוגע פאר יעדן איד

די חבורה הייבט זיך שוין יעצט אן קומענדיגן דינסטאג א דר"ח אלול, מיט הלכות ר"ה, יום כיפור און סוכות.
א גרויסע בחינה איז געפלאנט אויף א' סליחות, מיט מתן שכרה בצידה. און אסרו חג סוכות איז מען ממשיך פון אנהויב שו"ע או"ח אויפן סדר.

אויפן וועג ארויס האט מען פארקויפט פאר דריי טאלער א הערליכן קונטרס ""שולחן ערוך - שונה הלכות", מיט דעם פונטקליכן סדר הלימוד לויטן טאג, און נאך הערליכע הוספות פון ספרי הפוסקים. ס'קוקט אויס גאר א געלונגענע ארבעט.

רבותי, מיר זענען גרייט, דינסטאג הייבט מען אן סי' תקפ"א.

כל ה"שונה הלכות" בכל יום...

טראכט נאר גוט
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 9:02 pm

תגובהדורך טראכט נאר גוט » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 12:31 am

עס וועט זיין אויפן טעלעפאן?

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 12:42 am

איך גלייב אזוי
מער פרטים וועט לכאורה געמאלדען ווערן

אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

תגובהדורך חסידישער יוד » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 12:46 am

יצוין שמהרי"ד מבעלזא ג"כ הנהיג כן. [באו"ח מ"ב וביו"ד באה"ט].
...כי אם ליראה וגו'

טראכט נאר גוט
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 9:02 pm

תגובהדורך טראכט נאר גוט » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 1:39 am

חסידישער יוד האט געשריבן:יצוין שמהרי"ד מבעלזא ג"כ הנהיג כן. [באו"ח מ"ב וביו"ד באה"ט].

זצ"ל או שליט"א?

אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

תגובהדורך חסידישער יוד » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 1:41 am

נא זאג דו?
כ'גלייב נישט אז מהרי"ד זצ"ל וואלט געהייסן לערנען מ"ב.
...כי אם ליראה וגו'

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 8:02 am

איז שוין דא א לוח פארן שיעור?

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:12 am

איך זעה עס איז אריינגלייגט אין די קונטרס ציטיילט אויפן טאג

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3011
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:41 am

אדמו"ר מהרי"י האט שוין ביי די סיום פון מסכת סוטה בחבורת זכרו געזאגט אז ער עפענט א חבורה פאר הלכה
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5174
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 10:57 am

מודעות - לוח
צוגעלייגטע
שונה הלכות_Page_5.jpg
לוח
שונה הלכות_Page_1.jpg
מודעה
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 12:29 pm

א געוואלדיגע רעיון, וגם אני הקטן אצטרף בעז"ה, שוין א צייט וואס כ'לערן שו"ע און באר היטב, ס'איז זייער א געשמאקט לימוד.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

תגובהדורך ישמחו » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 12:34 pm

kyshtiper האט געשריבן:אדמו"ר מהרי"י האט שוין ביי די סיום פון מסכת סוטה בחבורת זכרו געזאגט אז ער עפענט א חבורה פאר הלכה


נישט קיין מחלוקת דא ווער ס'איז געווען די ערשטע...

"אמור מעט ועשה הרבה" שטייט אין איין משנה מיט "עשה לך רב והסתלק מן הספק", ודפח"ח.

יגדיל תורה ויאדיר, יעדער אויף זיין שטייגער. אלעס מיינט סייווי נאר כבוד שמים און הרמת קרן התורה.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:22 pm

kyshtiper האט געשריבן:אדמו"ר מהרי"י האט שוין ביי די סיום פון מסכת סוטה בחבורת זכרו געזאגט אז ער עפענט א חבורה פאר הלכה

אז די דערמאנסט דאס שוין...
אין יענע זמן איז די שונה הלכות רעיון שוין געווען און פולן קראפט. די רבנים האבן שוין פעסט געארבעט מסדר זיין די קונטריסים, די לוחות וכו', און צוליב די צוזאמען ארבייט אויף די חבורות צווישן די צוויי קהלות איז דאס געווארן באוואוסט אויך פאר זכרו אנפירער, זעהט אויס אז צוליב די גרויס עקסטאז האט מען עס שוין דאן דארט גלייך געמאלדן כאטש אז די באדן איז נאכנישט גרייט געווען דערפאר.
לפי השמועה וועט די זכרו להלכה אנהייבן זייער חבורה תיכף נאך סוכות.
להגדיל תורה ולהאדירה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:31 pm

ווער געדענקט נאך; קאמישאנער אוו דיד, באראש, נעילת החג, הכתרה, יסוד איתן, שפעט נעמען, וכו'

היינט איז אלעס א ניי מחלוקה, ווער קען בעסער מרבה זיין כבוד שמים! זאל די מחלוקה לאנג לעבן

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:37 pm

יא!! עס איז א פאקט! די אלע שיעורים און חבורות, זענען געווארן א חלק פון די "פאליטיק" נישט פון די חסידות דוקא, נאר פון די אלגעמיינע "שמוסערייען" צווישען אינגעלייט! א קידוש השם.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:39 pm

פ' לך לך האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:אדמו"ר מהרי"י האט שוין ביי די סיום פון מסכת סוטה בחבורת זכרו געזאגט אז ער עפענט א חבורה פאר הלכה

אז די דערמאנסט דאס שוין...
אין יענע זמן איז די שונה הלכות רעיון שוין געווען און פולן קראפט. די רבנים האבן שוין פעסט געארבעט מסדר זיין די קונטריסים, די לוחות וכו', און צוליב די צוזאמען ארבייט אויף די חבורות צווישן די צוויי קהלות איז דאס געווארן באוואוסט אויך פאר זכרו אנפירער, זעהט אויס אז צוליב די גרויס עקסטאז האט מען עס שוין דאן דארט גלייך געמאלדן כאטש אז די באדן איז נאכנישט גרייט געווען דערפאר.
לפי השמועה וועט די זכרו להלכה אנהייבן זייער חבורה תיכף נאך סוכות.
להגדיל תורה ולהאדירה

און ערשט דעמאלטס גייט זיין די ריכטיגע
ביידע קהלות גייען לערנען די זעלבע סימנים שו"ע, ווייל שונה הלכות הייבט אויך אן סימן א' תיכף נאך יו"ט

תשע"ה איז די ראשי תיבות פון ת'למדו ע'יון ש'ננו ה'לכה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:52 pm

מי יודע האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:אדמו"ר מהרי"י האט שוין ביי די סיום פון מסכת סוטה בחבורת זכרו געזאגט אז ער עפענט א חבורה פאר הלכה

אז די דערמאנסט דאס שוין...
אין יענע זמן איז די שונה הלכות רעיון שוין געווען און פולן קראפט. די רבנים האבן שוין פעסט געארבעט מסדר זיין די קונטריסים, די לוחות וכו', און צוליב די צוזאמען ארבייט אויף די חבורות צווישן די צוויי קהלות איז דאס געווארן באוואוסט אויך פאר זכרו אנפירער, זעהט אויס אז צוליב די גרויס עקסטאז האט מען עס שוין דאן דארט גלייך געמאלדן כאטש אז די באדן איז נאכנישט גרייט געווען דערפאר.
לפי השמועה וועט די זכרו להלכה אנהייבן זייער חבורה תיכף נאך סוכות.
להגדיל תורה ולהאדירה

און ערשט דעמאלטס גייט זיין די ריכטיגע
ביידע קהלות גייען לערנען די זעלבע סימנים שו"ע, ווייל שונה הלכות הייבט אויך אן סימן א' תיכף נאך יו"ט

תשע"ה איז די ראשי תיבות פון ת'למדו ע'יון ש'ננו ה'לכה

viewtopic.php?f=92&t=23173&p=923254#p923254
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:59 pm

מיללער האט געשריבן:ווער געדענקט נאך; קאמישאנער אוו דיד, באראש, נעילת החג, הכתרה, יסוד איתן, שפעט נעמען, וכו'

היינט איז אלעס א ניי מחלוקה, ווער קען בעסער מרבה זיין כבוד שמים! זאל די מחלוקה לאנג לעבן


גוט גוט געזאגט, ס'האט געטוישט די וועלט מאפע, ס'איז א נייע וועלט.

כ'האלט אז ס'איז די סייעתא דשמיא וואס באגלייט סאטמאר, ווער האט זיך דען דאס פארגעשטעלט פאר 15 יאר צוריק?!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3011
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

לאגא פון חבורת שונה הלכות

תגובהדורך kyshtiper » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:57 am

לאגא פון חבורת שונה הלכות
צוגעלייגטע
שונה הלכות.jpg
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

signout
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובהדורך signout » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:05 am

געהערט עס גייט אויך זיין בחינות? שוין דא א נדבן? א יצחק שווארץ?

חסד שבמלכות
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 28, 2014 10:23 am

תגובהדורך חסד שבמלכות » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:45 am

האב מיר היינט ב"ה אנגעהויבן לערנען הלכות יחד עם כל הקהל הקודש

האב מיר דא געעפענט א אשכול פון נייע הלכות וואס מיר זענען געוואר געווארן

viewtopic.php?f=92&t=24080

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 1:13 pm

signout האט געשריבן:געהערט עס גייט אויך זיין בחינות? שוין דא א נדבן? א יצחק שווארץ?


איך זעה אין די לוח אז א סליחות איז דא א בחינה פאר הילכות ראש השנה

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 1:27 pm

לערנעדיג היינט אין די נייע שולחן ערוך שונה הלכות זעט מען עז איז א גאר א שיינע ארבעט

מען קען דא זאגען הערות פאר די נעקסטע?

ווי קען מען עס יעצט קויפען? מיין חבר איז געווען אין שהול היינט עס איז שוין נישט געווען

signout
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובהדורך signout » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:06 pm

געהערט אז מען דרוקט שוין פרישע, די קונטרס שונה הלכות איז א געוואלדיגע ארבעט, ספצעיל מיט די הערה'ס פין גאלאנטע דיין הרב פרידמאן

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:45 pm

קען מען דאס באקומען אויף אימעיל?


צוריק צו “שיעורי הקהילות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט