ברוכים הבאים צו די נייע פארומס

שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

ברוכים הבאים צו די נייע פארומס

תגובהדורך קרעטשמער » דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:06 pm

בס"ד

בין פסח לעצרת תשע"ד לפ"ק

אין ליכט פון די שטארקע אויפוואכונג וואס הערשט לעצטנס ביים היימישן ציבור צו לערנען בלעטער גמרא על הסדר און זיך פארהערן, דורכ'ן זיך אנשליסן אין די פארשידענע חבורות ושיעורי הקהילות החשובות, האבן מיר ערהאלטן פילע ווענדונגען פון חשוב'ע מיטגלידער צו גרינדן א ספעציעלע אפטיילונג פאר די פארשידענע חבורות און זייערע מיטגלידער, וואו יעדער וועט האבן א געלעגנהייט צו טרעפן א חברותא אויף דעם לימוד וואס ער וויל לערנען, און אויך אנצופרעגן און באקומען ענטפערס פון חברים אויף קושיות און פראגעס וואס בלייבן שווער בשעת הלימוד, אדער אויסצושמועסן און איבערצוגיין חידושים און ענינים פונעם טעגליכען דף אדער עמוד, און צו ברענגען נאטירנסווערטפולע מראי-מקומות וואס קען העלפן פאר די חשוב'ע לומדים שיחיו.

אינעם קייט פון אויפטוען צוצושטעלן פאר אונזער היימישער ציבור א געשמאקע און אויסגעהאלטענע פלאץ, פאר אידן וואס כאפן זיך אראפ אפאר מינוט דורכאויס דעם טאג, שפירן מיר פאר א זכיה מוסיף צו זיין און ווערן א מרכבה לקדושה דורכ'ן צושטעלן א מקום מכובד פאר די לומדי התורה, און מיר זענען צופרידן אהערצושטעלן אט דעם נייעם פארום - אדער בעסער דער נייער "פארום-נעץ" - ספעציעל פאר די פילע שיעורי הקהילות ולומדיה, און דורכדעם האבן א חלק אין די געוואלדיגע זכות פון לימוד התורה ברבים.

דערווייל האבן מיר מסדר געווען באזונדערע שטיבלעך פאר די שיעורים פון; תורתך שעשועי, ישראל ואורייתא און יסודי התורה, לויט די פארלאנג פון די מיטגלידער, מיר שטייען גרייט צו גרינדן נאך אפטיילונגען פאר אנדערע סדרי הלימודים לויטן פארלאנג. שפירט פריי אריינצושיקען אייער פארלאנג צו איינע פון די מנהלים אדער אחראים, און מיר וועלן עס פרובירן מסדר צו זיין אויפן שנעלסטן און בעסטן אופן.

עס איז איבריג ארויסצוברענגען אז אויב איז דער פלאץ בכלליות מיוסד צו זיין ריין פון סיי וועלכע נדנוד עבירה, מחלוקת אדער לשה"ר והמסתעף, איז על אחת כמה וכמה אז דער פארום איז כל כולו מיוחד להגדיל תורה ולהאדירה און נישט חלילה דאס פארקערטע, עס איז צו ערווארטן אז די חשוב'ע מיטגלידער וועלן רעספעקטירן דעם פלאץ און אירע באנוצער, און מגיב זיין מיט פארשטענדעניש ווי עס פאסט פאר א מקום תורה.

ויהי רצון שחפץ ה' בידינו יצליח להרבות פעלים לתורה ולתעודה, ויהי' חלקנו ממזכי הרבים

בכבוד רב,
ההנהלה וצוות האחראים

אוועטאר
PDF
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 12:12 pm

תגובהדורך PDF » דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:25 pm

געוואלדיגע רעיון! ייש"כ

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:36 pm

א קידוש השם!
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13888
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג מאי 08, 2014 1:56 pm

PDF האט געשריבן:געוואלדיגע רעיון! ייש"כ

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג מאי 08, 2014 1:57 pm

בנימין הלוי האט געשריבן:א קידוש השם!
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דאנארשטאג מאי 08, 2014 1:59 pm

שכח פאר די הנהלה!! מען זעט אז מען האט לעצטנס אנגעהויבן צו ארויף ארבעטן די וועלטל. [קען זיין מען האט אויפגעגעבן אויף א נייע??]

ווי איז פאטאקי?? וויסנשאפט פארום??

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מאי 08, 2014 2:13 pm

ויהי רצון שיתקדש שם שמים על ידינו!!!

ישר כח גדול פאר די טייערע הנהלה פאר אלעם, ובתוכם דאס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15716
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מאי 08, 2014 2:16 pm

יגדיל תורה ויאדיר א גרויסן דאנק!

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דאנארשטאג מאי 08, 2014 4:46 pm

אינטערעסאנט
נעכטן האב איך געטראכט עטליכע זאכן וואס מ'קען ווען צולייגן צום וועלטל
איינע פון די זאכן איז געווען טאקע אזא פורום
קום איך אריין היינט אינדערפרי זע איך אז די הנהלה האט אויך געטראכט דערפון
און ווי ס'פאסט פאר די ענערגישע חברי הנהלה איז "געטראכט און געטון"
געוואלדיג!!! תחזקנה ידיכם ! זכות הרבים תלו בכ
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3116
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דאנארשטאג מאי 08, 2014 4:51 pm

אבי ס'דא וואס רעדן זיך אפ אז די וועלטל איז פארשלאפן לעצטנס...
און צו אייך חברי ההנהלה: חזקו ואמצו במעשי ידיכם! זייטס ממשיך מיט אייערע נאבעלע ווערק להרבות פעלים לתורה ולקדושה ביתר שאת!
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » דאנארשטאג מאי 08, 2014 5:34 pm

יוראפ האט געשריבן:יגדיל תורה ויאדיר א גרויסן דאנק!
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג מאי 08, 2014 5:36 pm

חסיד נלהב האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:יגדיל תורה ויאדיר א גרויסן דאנק!


ראו מה בין בני לבן חמי!

תחזקנה ידיכם!

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7006
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג מאי 08, 2014 6:01 pm

ס'ליגט שוין אין מיין דרעפט אפאר חדשים אן אשכול פאר איינע פון די חבורת. איך האב נישט געקענט מיישב זיין צי איך זאל עס עפענען.

ווי מ'זאגט ברוך שכוונתי! ס'איז אן גרויסע זכות און א גרויסע אויפטי.

שכוח מנהלים!
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » דאנארשטאג מאי 08, 2014 6:38 pm

ב"ה אז דער אשכול איז געעפנט געווארן ווארטענדיג דערויף א לענגערע צייט
אין אוצר החכמה פארום איז שוין דא אזא רעיון פאר דף היומי א לענגערע תקופה (אפשר מיט די צייט דא אויך ללומדי דף היומי/דרשו)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 08, 2014 6:41 pm

סיגוט האט געשריבן:אין אוצר החכמה פארום איז שוין דא אזא רעיון פאר דף היומי א לענגערע תקופה (אפשר מיט די צייט דא אויך ללומדי דף היומי/דרשו)

לאמיר האפן אז דא וועט זיין א שטערקערע באטייליגונג ווייל דארט איז עס היבש פארשלאפן

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג מאי 09, 2014 12:15 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:ויהי רצון שיתקדש שם שמים על ידינו!!!

ישר כח גדול פאר די טייערע הנהלה פאר אלעם, ובתוכם דאס.

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » פרייטאג מאי 09, 2014 2:16 pm

ג"א מצטרף לדברי ווינקל, וחילי
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » פרייטאג מאי 09, 2014 3:57 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:ויהי רצון שיתקדש שם שמים על ידינו!!!

ישר כח גדול פאר די טייערע הנהלה פאר אלעם, ובתוכם דאס.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 03, 2014 3:05 pm

קוקט אויס אז דער "אין חסידות כבתחלתה" האט שוין אויסגעוועפט.

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » דאנארשטאג יולי 03, 2014 3:20 pm

מיללער האט געשריבן:קוקט אויס אז דער "אין חסידות כבתחלתה" האט שוין אויסגעוועפט.

יא יא עס איז ניכר,האסט א געדאנק וויאזוי צו אויפרישען דעם עולם??
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 03, 2014 3:45 pm

חסיד נלהב האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:קוקט אויס אז דער "אין חסידות כבתחלתה" האט שוין אויסגעוועפט.

יא יא עס איז ניכר,האסט א געדאנק וויאזוי צו אויפרישען דעם עולם??

ניין

וואו האלט עס מיט די שיעור אויף הלכה וואס סאטמאר - מהרי"י גייט איינפירן?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג יולי 03, 2014 3:59 pm

מיללער האט געשריבן:קוקט אויס אז דער "אין חסידות כבתחלתה" האט שוין אויסגעוועפט.

דהיינו?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3116
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דאנארשטאג יולי 03, 2014 4:10 pm

מיללער האט געשריבן:קוקט אויס אז דער "אין חסידות כבתחלתה" האט שוין אויסגעוועפט.

וואס האסטו דען געמיינט? כך הוא דרכה של עולם.
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13888
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג יולי 04, 2014 9:20 am

תורה איז דאך איינע פון די ד' דברים הצריכים חיזוק.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » זונטאג אוגוסט 17, 2014 3:43 am

געוואלדיג!!
איך בין געשלאפן מיין בערישן שלאף ביים הנחת אבן הפינה פון די פרישע תורה פארומ'ס. ניטעמאל ביים חנוכת הבית האב איך אנטייל גענומען. אבער איך פיל זיך פארפליכטעט דאס צו באגריסן.

גיימער נעמען א גמרא און זיך זעצן לערנען....


צוריק צו “שיעורי הקהילות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט