AHA האט געשריבן:אין א זייטיגען נאטיץ, וואלט איך געפרעגט א שטיקעל קשיא, וויפיעל איך האב נאר געהערט פון מיינע זיידעס האבען זיי אייביג דערציילט אז אין דער אלטער היים האט מען אינדערפרי געלערנט חומש מיט חוק אין ביינאכט האט מען געלערנט משניות.
וואס איז היינט אנדערשט געווארען אז א גרויסער חלק עולם לערנט גמרא?
אז איינער קען מסביר זיין בין איך גרייט צו הערן.
אפשר דיינע זיידעס... מיינע זיידעס האבן געהארעוועט שעות אין גמרא תוס' פארטאגס און ביינאכט כמו ששמעתי מפיהם ומפי כתבם
דער אמת איז אבער אז אין דער אלטער היים איז געווען צו יעדע זאך חבורות, די וואס זענען געווען מסוגל האבן געלערנט גמ' תוס', די וואס נישט האבן געלערנט עין יעקב, משניות, הלכה, אבער חומש מיט חק האבן רובא דרובא געלערנט
איך האב אמאל געהערט א שיעור פון ר' אביגדור מילער ווי ער זאגט נאך פונעם ספר זכרון יעקב (ר' יעקב ליפשיץ) די אויסזען פון א בית מדרש אמאל ווי די גאנצע שול איז געווארן פיל ביינאכט מיט אלע סארט שטעטלישע אידן, פון למדנים, גמרא לערנער צו משניות און עיין יעקב אידן צו תהילים זאגערס, עס קען זיין ס'האט פשוט נישט אויסגעפעלט קיין פארהער סיסטעם ווייל דער עולם איז סייווי געקומען לערנען. (אפשר דארף מען רופן הרב ספוסמן זאל מרחיב זיין דאס ענין)
ער רעדט נאך פאר די ערשטע וועלט קריג, אבער ווען ר' אביגדור איז אנגעקומען אין יוראפ -שוין אין די שפעטערע תקופה- איז די מצב געווען געטוישט, ווען רוב אידן האבן שוין נישט געפילעוועט אין לערנען, ממילא איז לימוד הש"ס אויך געווארן שוואכער. גמרא האט גרעסערע געברויך צו ווערן געלערענט בחבורה, א זאך וואס אהא'ס זיידענס שטעטל האט מעגליך נישט געהאט.
היינט הייבט זיך אן די נייע סיסטעם פון חסידי סאטמאר (מהרז"ל) זכרו - לערנען און זיך פארהערן אויף די גמרא וואס ווערט געלערנט דורך די קהלה.
איך קוק אסאך מאל צו די יונגעלייט וואס זענען איינגעשריבן אין א חבורה וואס מען פארהערט, עס איז ממש נישט צו גלייבן ווי די חברה - לאו דוקא בני עליה, הארעווען אויף א שטיקל גמרא, און נאכמער ווי מען חזר'ט עס איבער און איבער.
פאר 8 יאר צוריק האט דער רבי מייסד געווען די חבורה פון יסודי התורה עמוד ליום, און נאך אפאר יאר מיט א שיינע הצלחה האט מען מייסד געווען די חבורה פון תורתך שעשועי על סדר הש"ס דף ליום
דער פאקט ווייזט: זינט יסודי התורה האט זיך געגרינדעט איז געווארן א מהפכה ברוחניות בתוככי קהילות סאטמאר, קהילות תרתי משמע, ישראל ואוריתא, זכרו, ועל כולם תורתך שעושועי. ס'האט געמאכט א מהפכה אין די וועלט ב"ה!
אז מ'רעדט שוין, טאר מען נישט פארגעסען מעלה צו זכרו פונעם מייסד הרעיון ומחוללה ר' מאיר שפירא זצ''ל. דאס רופען אנדערע נעמען נעמט נישט אוועק זיין זכות ראשונים.

מען האט שוין אויכעט מעלה געווען דא די זכות פון די פריערדיגע מסדרי החבורות ווי דער הייליגער מסגרת פון חק לישראל וואס האט איינגעשטעלט א סדר הלימוד פאר פילע טויזענטער אידען במשך הדורות, משבח זיין א חבורה נעמט נישט אוועק די קרעדיט פון פריעריגע.
פאר 8 יאר צוריק האט דער רבי מייסד געווען די חבורה פון יסודי התורה עמוד ליום, און נאך אפאר יאר מיט א שיינע הצלחה האט מען מייסד געווען די חבורה פון תורתך שעשועי על סדר הש"ס דף ליום
דער פאקט ווייזט: זינט יסודי התורה האט זיך געגרינדעט איז געווארן א מהפכה ברוחניות בתוככי קהילות סאטמאר, קהילות תרתי משמע, ישראל ואוריתא, זכרו, ועל כולם תורתך שעושועי. ס'האט געמאכט א מהפכה אין די וועלט ב"ה!
אז מ'רעדט שוין, טאר מען נישט פארגעסען מעלה צו זכרו פונעם מייסד הרעיון ומחוללה ר' מאיר שפירא זצ''ל. די קלוגשאפט/נארישקייט פון עס רופען אנדערע נעמען נעמט נישט אוועק זיין זכות ראשונים.
כל עוד מען האלט נישט מיט דעם זעלבן סדר איז זייער נארמאל עס צו רופן מיט א אנדערע נאמען כ'מיין אז קיין איינער פון די חבורות האבן נישט קיין סדר צו לערנען פרייטאג שבת אזוי ווי דף היומי
ביי א דרשה נאך סליחות ביום א' האזינו א' סליחות האט די פאפא רבי שליט''א געמאלדן לבני קהילתו איבער די חוב פון נעמען אנטייל אין די נייע חבורה וואס ווערט יעצט נתייסד אין די פאפא קהילה צו דורכלערנען ש''ס בצוותא חדא, און נעמען בחינות אויף די לימודים עס וועט זיין צוויי חבורות בחבורת והגית, איינס פון צען בלאט א חודש די צווייטע אכצען בלאט חודשליך
חבורת "הלכתא דיומא" גייט נאך אן? איז פארהאן דא לומדים אויף זייער סדר? די מחזורים פאנגן זיך אן פון פריש שמחת תורה, אבער שוין נישט געזען זייערע לוחות היי יאר אין די שולן אזוי ווי די פריערדיגע יארן.
די סייט לעבט נאך זע איך www.hilchusadyoma.org ( עפעס קוויטשענען די אנטי-וויירוס-סאפטוועירס ווען מ'גייט אריין דארט)
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
חבורת קנין תורה - באבוב האט ארויסגעשיקט אן אימעיל לכבוד שבועות פאר די לומדים, מיט א הערליכער חרוז איבער דאס אויפגעפרישטע שייכות פון די לומדים מיט די תוה"ק, אויפן שניט פון דעם הייליגן חרוז אזי בשלישי.