דער געדאנק פון די שיעורים און בחינות

שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

תגובהדורך חכם לב » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 10:43 am

AHA האט געשריבן:אין א זייטיגען נאטיץ, וואלט איך געפרעגט א שטיקעל קשיא, וויפיעל איך האב נאר געהערט פון מיינע זיידעס האבען זיי אייביג דערציילט אז אין דער אלטער היים האט מען אינדערפרי געלערנט חומש מיט חוק אין ביינאכט האט מען געלערנט משניות.

וואס איז היינט אנדערשט געווארען אז א גרויסער חלק עולם לערנט גמרא?

אז איינער קען מסביר זיין בין איך גרייט צו הערן.



אפשר דיינע זיידעס... מיינע זיידעס האבן געהארעוועט שעות אין גמרא תוס' פארטאגס און ביינאכט כמו ששמעתי מפיהם ומפי כתבם

דער אמת איז אבער אז אין דער אלטער היים איז געווען צו יעדע זאך חבורות, די וואס זענען געווען מסוגל האבן געלערנט גמ' תוס', די וואס נישט האבן געלערנט עין יעקב, משניות, הלכה, אבער חומש מיט חק האבן רובא דרובא געלערנט

שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

תגובהדורך שצם_חנכל » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 11:30 am

חכם לב האט מיר אויסגעכאפט

איך האב אמאל געהערט א שיעור פון ר' אביגדור מילער ווי ער זאגט נאך פונעם ספר זכרון יעקב (ר' יעקב ליפשיץ) די אויסזען פון א בית מדרש אמאל ווי די גאנצע שול איז געווארן פיל ביינאכט מיט אלע סארט שטעטלישע אידן, פון למדנים, גמרא לערנער צו משניות און עיין יעקב אידן צו תהילים זאגערס, עס קען זיין ס'האט פשוט נישט אויסגעפעלט קיין פארהער סיסטעם ווייל דער עולם איז סייווי געקומען לערנען. (אפשר דארף מען רופן הרב ספוסמן זאל מרחיב זיין דאס ענין)

ער רעדט נאך פאר די ערשטע וועלט קריג, אבער ווען ר' אביגדור איז אנגעקומען אין יוראפ -שוין אין די שפעטערע תקופה- איז די מצב געווען געטוישט, ווען רוב אידן האבן שוין נישט געפילעוועט אין לערנען, ממילא איז לימוד הש"ס אויך געווארן שוואכער.
גמרא האט גרעסערע געברויך צו ווערן געלערענט בחבורה, א זאך וואס אהא'ס זיידענס שטעטל האט מעגליך נישט געהאט.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג ינואר 21, 2014 11:57 am

ברוך השם! קנאת סופרים תרבה חכמה.

היינט הייבט זיך אן די נייע סיסטעם פון חסידי סאטמאר (מהרז"ל) זכרו - לערנען און זיך פארהערן אויף די גמרא וואס ווערט געלערנט דורך די קהלה.

איך קוק אסאך מאל צו די יונגעלייט וואס זענען איינגעשריבן אין א חבורה וואס מען פארהערט, עס איז ממש נישט צו גלייבן ווי די חברה - לאו דוקא בני עליה, הארעווען אויף א שטיקל גמרא, און נאכמער ווי מען חזר'ט עס איבער און איבער.

#דיבעסטע פיל קעגן נסיונות זמנינו
צוגעלייגטע
2233.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

משתוקק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 29, 2013 9:53 am

תגובהדורך משתוקק » פרייטאג אפריל 18, 2014 10:33 am

כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א (48) האט נעכטן ביים טיש מכריז געווען די נייע מפעל "קנין תורה" די פארגראם גייט לויפן 18 בלאט א חודש מיט בחינות און מתן שכרה בצדה, די פארגראם הייבט זיך ביי מסכת סוכה.

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » דינסטאג מאי 27, 2014 8:02 pm

זינטאג איז געווען די ערשטע פארהער אין באבוב
עס איז געווען א גרוסע עולם

די רבי האט זיך ארום געדרייט א לאנגע צייט אין הנאה געהאט

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

שבועות סיין

תגובהדורך להתחדד » דינסטאג יוני 03, 2014 11:17 am

שבועות סיין
צוגעלייגטע
schveos sign.jpg

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » דינסטאג יוני 03, 2014 11:41 am

להתחדד האט געשריבן:שבועות סיין

בילד
;l;p- ;l;p-

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג יוני 03, 2014 3:41 pm

WOW

וואו הענגט מען דאס? אין די חופה'לע ביים באלעמער? רב'ס עמוד?
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

נייע חבורות אנדערש ווי דף היומי?

תגובהדורך יוסף שרייבער » פרייטאג יוני 06, 2014 10:59 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:
ועל כולם, דער רבי

פאר 8 יאר צוריק האט דער רבי מייסד געווען די חבורה פון יסודי התורה עמוד ליום, און נאך אפאר יאר מיט א שיינע הצלחה האט מען מייסד געווען די חבורה פון תורתך שעשועי על סדר הש"ס דף ליום

דער פאקט ווייזט: זינט יסודי התורה האט זיך געגרינדעט איז געווארן א מהפכה ברוחניות בתוככי קהילות סאטמאר, קהילות תרתי משמע, ישראל ואוריתא, זכרו, ועל כולם תורתך שעושועי. ס'האט געמאכט א מהפכה אין די וועלט ב"ה!

אז מ'רעדט שוין, טאר מען נישט פארגעסען מעלה צו זכרו פונעם מייסד הרעיון ומחוללה ר' מאיר שפירא זצ''ל. דאס רופען אנדערע נעמען נעמט נישט אוועק זיין זכות ראשונים.

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » פרייטאג יוני 06, 2014 11:03 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
ועל כולם, דער רבי

פאר 8 יאר צוריק האט דער רבי מייסד געווען די חבורה פון יסודי התורה עמוד ליום, און נאך אפאר יאר מיט א שיינע הצלחה האט מען מייסד געווען די חבורה פון תורתך שעשועי על סדר הש"ס דף ליום

דער פאקט ווייזט: זינט יסודי התורה האט זיך געגרינדעט איז געווארן א מהפכה ברוחניות בתוככי קהילות סאטמאר, קהילות תרתי משמע, ישראל ואוריתא, זכרו, ועל כולם תורתך שעושועי. ס'האט געמאכט א מהפכה אין די וועלט ב"ה!

אז מ'רעדט שוין, טאר מען נישט פארגעסען מעלה צו זכרו פונעם מייסד הרעיון ומחוללה ר' מאיר שפירא זצ''ל. דאס רופען אנדערע נעמען נעמט נישט אוועק זיין זכות ראשונים.

מען האט שוין אויכעט מעלה געווען דא די זכות פון די פריערדיגע מסדרי החבורות ווי דער הייליגער מסגרת פון חק לישראל וואס האט איינגעשטעלט א סדר הלימוד פאר פילע טויזענטער אידען במשך הדורות, משבח זיין א חבורה נעמט נישט אוועק די קרעדיט פון פריעריגע.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

חסד שבמלכות
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 28, 2014 10:23 am

תגובהדורך חסד שבמלכות » פרייטאג יוני 06, 2014 11:15 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
ועל כולם, דער רבי

פאר 8 יאר צוריק האט דער רבי מייסד געווען די חבורה פון יסודי התורה עמוד ליום, און נאך אפאר יאר מיט א שיינע הצלחה האט מען מייסד געווען די חבורה פון תורתך שעשועי על סדר הש"ס דף ליום

דער פאקט ווייזט: זינט יסודי התורה האט זיך געגרינדעט איז געווארן א מהפכה ברוחניות בתוככי קהילות סאטמאר, קהילות תרתי משמע, ישראל ואוריתא, זכרו, ועל כולם תורתך שעושועי. ס'האט געמאכט א מהפכה אין די וועלט ב"ה!

אז מ'רעדט שוין, טאר מען נישט פארגעסען מעלה צו זכרו פונעם מייסד הרעיון ומחוללה ר' מאיר שפירא זצ''ל. די קלוגשאפט/נארישקייט פון עס רופען אנדערע נעמען נעמט נישט אוועק זיין זכות ראשונים.

כל עוד מען האלט נישט מיט דעם זעלבן סדר איז זייער נארמאל עס צו רופן מיט א אנדערע נאמען
כ'מיין אז קיין איינער פון די חבורות האבן נישט קיין סדר צו לערנען פרייטאג שבת אזוי ווי דף היומי

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » דינסטאג יוני 10, 2014 5:43 pm

און די נעקסטער אין די רייע איז בעלזא! מייסד לכבוד די חתונה א סדר הלימוד מיט פארהערן
צוגעלייגטע
image.jpg
בעלזא
image.jpg (57.82 KiB) געזעהן 2543 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:46 pm

קהל קהלת יעקב ד'פאפא בנשיאות כ"ק אדמו"ר מ'פאפא שליט"א, עפנט אויף חבורת 'והגית' ללימוד ושינון הש"ס.

די חבורה עפנט זיך קומענדיגען אסרו חג סוכות
צוגעלייגטע
IMG-20140810-WA0005.jpg

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

חבורת והגית שע''י ק''ק פאפא

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:15 pm

ביי א דרשה נאך סליחות ביום א' האזינו א' סליחות האט די פאפא רבי שליט''א געמאלדן לבני קהילתו איבער די חוב פון נעמען אנטייל אין די נייע חבורה וואס ווערט יעצט נתייסד אין די פאפא קהילה צו דורכלערנען ש''ס בצוותא חדא, און נעמען בחינות אויף די לימודים
עס וועט זיין צוויי חבורות בחבורת והגית, איינס פון צען בלאט א חודש די צווייטע אכצען בלאט חודשליך

יגדיל תורה ויאדיר

אוועטאר
וואס עפעס?
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך יוני 17, 2015 11:36 am

הרב מנשה רייזמן נואם בסיום מסכת במסגרת דף הקהילה- קהל תולדות אברהם יצחק
צוגעלייגטע
רייזמן נואם בתולדות אברהם יצחק (1).jpg
רייזמן נואם בתולדות אברהם יצחק (1).jpg (40.77 KiB) געזעהן 2177 מאל

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4058
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 3:56 pm

חבורת "הלכתא דיומא" גייט נאך אן? איז פארהאן דא לומדים אויף זייער סדר? די מחזורים פאנגן זיך אן פון פריש שמחת תורה, אבער שוין נישט געזען זייערע לוחות היי יאר אין די שולן אזוי ווי די פריערדיגע יארן.

די סייט לעבט נאך זע איך www.hilchusadyoma.org ( עפעס קוויטשענען די אנטי-וויירוס-סאפטוועירס ווען מ'גייט אריין דארט)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 06, 2016 3:22 pm

להתחדד האט געשריבן:און די נעקסטער אין די רייע איז בעלזא! מייסד לכבוד די חתונה א סדר הלימוד מיט פארהערן

קהילת בעלזא האט אפיציעל אדאפטירט (אימפארטירט בלשון האדמו"ר שליט"א מבעלזא) די צוויי 'מסלולים' פון סאטמאר-מהר"א, יסודי התורה און תורתך שעשועי

להגדיל תורה ולהאדירה
צוגעלייגטע
Screenshot_20160506-144048.png

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג יוני 10, 2016 12:24 pm

חבורת קנין תורה - באבוב האט ארויסגעשיקט אן אימעיל לכבוד שבועות פאר די לומדים, מיט א הערליכער חרוז איבער דאס אויפגעפרישטע שייכות פון די לומדים מיט די תוה"ק, אויפן שניט פון דעם הייליגן חרוז אזי בשלישי.
צוגעלייגטע
Capture.PNG
אזי בשלישי
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אדיר איום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אדיר איום » זונטאג יולי 09, 2017 10:45 pm

איך זוך א לוח פון חבורות קנין תורה דבאבוב (48)אויף מסכת פסחים


צוריק צו “שיעורי הקהילות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט