דער געדאנק פון די שיעורים און בחינות

שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

משתוקק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 29, 2013 9:53 am

דער געדאנק פון די שיעורים און בחינות

תגובהדורך משתוקק » מיטוואך ינואר 01, 2014 10:05 am

רבותי עס האט זיך געשאפן א רעוואלאציע וואס איז כולל אין זיך בעל בתים,און ארבייטער,יונג, און אלט,עניים און עשורים.(אויך בני תורה...) 

דרשו-בראשות הרב דוד האפשאטער
תורתך שעשועי - קהל יטב לב דסאטמאר(מהר״א)
יסודי התורה - קהל יטב לב דסאטמאר(מהר״א)
אהבתי תורתך- קהל ויואל משה מאנסי
זכרו תורת משה - קהל יטב לב(מהרי"י)
יעדע חבורה האט אביסל אן אנדערע מהלך, אבער הצד השווה שבהן! 

מען לערענט גמרא,און מען חזרט עס איבער, און מען נעמט א בחינה בכתב יעדע חודש.(ומתן שכרה בצדה)

רבותי!אידן זענען נשתנה געווארען מן הקצה אל הקצה.

ווער עס וויל נישט זיין קיין לאזער זאל זיך יעצט מיט כאפן!!!
כאפ דיך מיט מיט איינע פון די חברות,און הייב אן צי פילען א טעם און א ציל אין לעבען.

נ.ב. ווער עס ווייסט פון נאך חבורת אויף דעם מהלך,זאל עס ביטע אהער ברענגען ולמצוה גדולה תחשב .
לעצט פאראכטן דורך משתוקק אום זונטאג ינואר 12, 2014 7:17 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » מיטוואך ינואר 01, 2014 10:18 am

וואס איז מיט ישראל ואורייתא
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

משתוקק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 29, 2013 9:53 am

תגובהדורך משתוקק » מיטוואך ינואר 01, 2014 10:21 am

נישט דא קיין בחינות.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך ינואר 01, 2014 10:41 am

עס איז דא נאך שיינע קהלות בישראל אויף דעם אופן.

און עס איז טאקע א רעוועלאציע וואס איז באגריסן ווערד.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

תגובהדורך חכם לב » מיטוואך ינואר 01, 2014 12:35 pm

הלכתא דיומא מיט טויזנטער לומדים

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1382
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך ינואר 01, 2014 2:50 pm

און פארוואס דערמאנסטו נישט די פיאניער פון דעם געדאנק - האדמו"ר מצאנז-קלויזנבורג ווואס האט מייסד געווען מפעל הש"ס

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8531
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך ינואר 01, 2014 2:59 pm

יא, עס איז א געוואלדיגע אויפטוה
בפרט חברת מצותיך שעשועי ויסודי התורה, דער'עולם לערנט פלייסיג ב"ה
ויהיו אמרינו ולימודינו לרצון לפני אדון כל
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 01, 2014 3:02 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:און פארוואס דערמאנסטו נישט די פיאניער פון דעם געדאנק - האדמו"ר מצאנז-קלויזנבורג ווואס האט מייסד געווען מפעל הש"ס

נישט געוויסט אז מפעל הש"ס ארבייט אויף דעם סיסטעם! איך האב געמיינט אז "האפשאטער" האט עס אויפגעטאן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » מיטוואך ינואר 01, 2014 3:04 pm

בחינות איז א טפל, געמאכט פאר די קליינע קינדער (זאלן נישט איינשלאפן...)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 01, 2014 3:04 pm

אייער_קיכל האט געשריבן:בחינות איז א טפל, געמאכט פאר די קליינע קינדער (זאלן נישט איינשלאפן...)

כ'בין זיך שטארק מחולק!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » מיטוואך ינואר 01, 2014 3:07 pm

ביסט ענטייטלט.

צייג מיר ביטע אין די היסטאריע אז מ'האט געגעבן בחינות פאר ערוואקסענע (חוץ פון זיך פארהערן ביי א אדם גדול וכדו')

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » מיטוואך ינואר 01, 2014 3:14 pm

און ווי און דע היסטאריע האט א גאנצער ציבור געלערנט דע זעלבע זאך?
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 01, 2014 3:17 pm

אייער_קיכל האט געשריבן:ביסט ענטייטלט.

צייג מיר ביטע אין די היסטאריע אז מ'האט געגעבן בחינות פאר ערוואקסענע (חוץ פון זיך פארהערן ביי א אדם גדול וכדו')

אבער די פאקטן רעדן פאר זיך. די וואס פארהערן זיך, געדענקען און קענען וואס זיי האבן געלערענט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » מיטוואך ינואר 01, 2014 3:19 pm

אמת.... איך וואלט מיר אבער געשעימט, איך קען מיר נישט זיען אויף א בילד ווי מען פארהערט און דע רבי זז"ג דרייט זיך ווי כתה ט' מלמד
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 01, 2014 3:23 pm

בעל דעת האט געשריבן:אמת.... איך וואלט מיר אבער געשעימט, איך קען מיר נישט זיען אויף א בילד ווי מען פארהערט און דע רבי זז"ג דרייט זיך ווי כתה ט' מלמד

נע, עס איז דא א ריזן עולם וואס נעמט עס צוזאמען, קיינער דארף זיך נישט שעמען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מיטוואך ינואר 01, 2014 3:36 pm

בעל דעת האט געשריבן:אמת.... איך וואלט מיר אבער געשעימט, איך קען מיר נישט זיען אויף א בילד ווי מען פארהערט און דע רבי זז"ג דרייט זיך ווי כתה ט' מלמד

איך וויס נישט פארוואס, באט עס האט מיר געגעבען א ציפ אין הארץ, איך האף זיך נישט צי דארפען שעמען ביי די גרויסע פארהער, אפשר אז מען נעמט די פארהער וועט שוין זיין גרינגער די אנדערע פארהער.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך ינואר 01, 2014 3:39 pm

אייער_קיכל האט געשריבן:ביסט ענטייטלט.

צייג מיר ביטע אין די היסטאריע אז מ'האט געגעבן בחינות פאר ערוואקסענע (חוץ פון זיך פארהערן ביי א אדם גדול וכדו')

דערמאנסט מיר פון יענעם אינגערמאן וואס איינער פון די עסקנים האבן גערעדט צו אים ער זאל זיך צושליסן צו אזא סארט שיעור וואס מ'פארהערט זיך, און ער האט אים אראפגעלייגט דו ווייסט וואס דאס מיינט, און עטליכע יאר ארום וועסטו מאכן א סיום הש"ס, און וועסט דיך עס האבן פארהערט און געקענט
דער אינגערמאן געט אים אזא קוק אן, און זאגט, אלעס פיין און וואויל, אבער כ'מיין דו קענסט נישט מיין משפחה, מיין משפחה איז פלעינע מענטשן, און דא גיי איך מאכן א סיום הש"ס? אין אנדערע ווערטער אונז זעמיר דורות עמי הארצים און דא זאל איך פלוצים ווערן א תלמיד חכם.

במציאות, א בעה"ב וואס וויל קענען ש"ס קען עס נאר ארבעטן אויף דעם וועג ער זאל חזר'ן און זיך פארהערן, די תורה איז געגעבן געווארן פאר יעדן און יעדער איז אינטייטלד עס צו קענען, פונקט ווי דו פארשטייסט אז ס'איז נישט קיין בושה פארן גרויסן דאקטאר ווען ער דארף נעמען זיין דיפלאמע אז ער מאכט א טעסט, דאס זעלבע דארפסטו אויך נישט זיך שעמען, טעמו וראו כי טוב, ס'איז א ערהאבן בילד צו זען ווי מרביצי תורה בני חמישים וששים וואס זיצן מיט אינגעלייט בני עשרים און מאכן דעם טעסט

אשרינו שזכינו לזה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך ינואר 01, 2014 3:41 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:אמת.... איך וואלט מיר אבער געשעימט, איך קען מיר נישט זיען אויף א בילד ווי מען פארהערט און דע רבי זז"ג דרייט זיך ווי כתה ט' מלמד

איך וויס נישט פארוואס, באט עס האט מיר געגעבען א ציפ אין הארץ, איך האף זיך נישט צי דארפען שעמען ביי די גרויסע פארהער, אפשר אז מען נעמט די פארהער וועט שוין זיין גרינגער די אנדערע פארהער.

איך ווייס נישט פון וועלכע גרויסע פארהער דו רעדסט, יתכן פון וואס איך רעד

שטייט אין גמרא צו אין מדרש, אז אויף יענע וועלט ווען מען פרעגט דעם מענטש קבעת עתים לתורה, הייבט מען אים אן צו פארהערן וואס ער האט געלערנט, אוי לאותה בושה ווען מען נעמט זיך שטאמלען און מען הייבט נישט אן צו געדענקן קיין ווארט, ווי דאס ווערטל לויטעט "ויועיל לשכחה"
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1382
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך ינואר 01, 2014 3:43 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:און פארוואס דערמאנסטו נישט די פיאניער פון דעם געדאנק - האדמו"ר מצאנז-קלויזנבורג ווואס האט מייסד געווען מפעל הש"ס

נישט געוויסט אז מפעל הש"ס ארבייט אויף דעם סיסטעם! איך האב געמיינט אז "האפשאטער" האט עס אויפגעטאן.


דרשו האט עס גענומען פון דארט

מפעל הש"ס, האט איטליכע אופנים, 20 בלאט א חודש, 30, 70 בלאט, און אויכעט שו"ע

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » מיטוואך ינואר 01, 2014 3:44 pm

אז מען רעדט שוין יא, איז עפעס דא א סיבה פארוואס מען האט דאס נישט געזיען ביי דע פריעדיגע צדיקים , מען דארף דאך נישט זיין אזוי גרויסע קאפ דאס איינציפאלען, אין אהבת התורה האבן זיי נאך געהאט עני טיים אזוי ווי דע היינטיגע?
איך פריעג סתם איך מיין ח"ו נישט עפעס פרעזענליך
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8531
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך ינואר 01, 2014 3:45 pm

זייער פשוט
ווייל די פריערדיגע צדיקים האבן געהאלטן באמת ביים לערנען, משא"כ אונז, דארף מען אונז געבן ציקערלעך

זאת ועוד אחרת
די פריערדיגע צדיקים האבן דאך נישט געהאט קיין ארטסקרל גמרות האבן זיי געמוזט לערנען אן דעי אלע זאכן, אבער אונז....
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » מיטוואך ינואר 01, 2014 3:47 pm

איך גליייב נישט מען האט דאס געמאכט פאר דע היינטיגע צדיקים מען האט דאס דאך געמאכט פאר דע פשיטי עם, נא פארוואס האבן זיי עס נישט געמאכט פאר דע פשיטי עם?
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מיטוואך ינואר 01, 2014 3:48 pm

לויט ווי איך פארשטיי קען זיין די סיבה.
ווייל מען האט נישט געקענט צאמנעמען א גאנצע עולם ווי היינט וכ"ו
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך ינואר 01, 2014 3:48 pm

בעל דעת האט געשריבן:איך גליייב נישט מען האט דאס געמאכט פאר דע היינטיגע צדיקים מען האט דאס דאך געמאכט פאר דע פשיטי עם, נא פארוואס האבן זיי עס נישט געמאכט פאר דע פשיטי עם?

מען קען עס מאכן פאר די היינטיגע צדיקים אויך...........
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8531
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך ינואר 01, 2014 3:49 pm

די קאמיוניקעישאן בימים ההם איז נישט געווען דעוועלאפט בכלל
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)


צוריק צו “שיעורי הקהילות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט