איז פארהאן אן איסור אויפן לימוד ה'דף'?

שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג אוגוסט 05, 2012 8:20 pm

שאינו יודע האט געשריבן:
dell האט געשריבן:פון א סאטמערן שטאנדפונקט וויאזוי קוקט מען אן אזא מעמד ווי נעכטן ווען מען זעהט טויזענטער און צענדליגע טויזענטער אידן טאנצן און פרייען זיך מיט די תורה. איז דאס אלעס פארן שטן? דער באשעפער ברויך דאס נישט?

מונקאטשער רב זצ"ל שרייבט אז די תורה פון די דף היומי גייט צו די ס"א רח"ל.

ערשטס, א מראה מקום ביטע.

והשנית, ברויך מען נעמען די ווערטער אין געהעריגן קאנטעקסט, מען ברויך קענען אפלערנען די ווערטער, ודו"ק.

דריטנס, איז די שאלה געווען פון א סאטמארן שטאנדפונקט, נישט פון א מונקאטשן, ויחי ההבדל הקטן.
לעצט פאראכטן דורך מי חכם אום זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג אוגוסט 05, 2012 9:24 pm

farshlufen האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:גראדע אסאך פון די רבי זי"ע תש"כ אידן האלטן נישט פון די היינטיגע דף-עמוד ליום סעריעס
תשע"ב אידן אויך

וואס איז זייער סיבה צום התנגדות? עפעס זאכליך אדער סתם געפילן?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג אוגוסט 05, 2012 11:04 pm

מחותן האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:גראדע אסאך פון די רבי זי"ע תש"כ אידן האלטן נישט פון די היינטיגע דף-עמוד ליום סעריעס
תשע"ב אידן אויך

וואס איז זייער סיבה צום התנגדות? עפעס זאכליך אדער סתם געפילן?

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » זונטאג אוגוסט 05, 2012 11:42 pm

שאינו יודע האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:
כתר ישועה האט געשריבן:לולי דמסתפינא מרבני הקרעטשמע הוי אמינא דיותר טוב ללמוד בכל יום דף היומי מתלמוד בבלי אע"פ שייסדוהו האגודאים, מלבלות הזמן בוויכוחים בקרעטשמע.. [אין אנדערע ווערטער, דער וואס טוט נאר רצון רבינו הקוה"ט זי"ע אין דערפאר לערנט נישט די דף היומי, האט לכאורה נישט וואס דא צו זוכען, ודו"ק....]

קרתי פעם ושתים ועדיין לא זכיתי להבין, אולי תסביר יותר השייכות...

;l;p- ;l;p-

מהאט אמאל געפערט א חסידישער יוד בנוגע א געוויסע ספר וואס מהאט זיך אינדערהיים מונע געווען פון לערנען [א פי' אויף משניות], האט ער געפרעגט, זאג נאר, דו לייענסט צייטונג ? דאס איז אוואדאי ערגער ווי לערנען אין דעם פירוש, ואידך זיל גמור...
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:58 am

מחותן האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:גראדע אסאך פון די רבי זי"ע תש"כ אידן האלטן נישט פון די היינטיגע דף-עמוד ליום סעריעס
תשע"ב אידן אויך

וואס איז זייער סיבה צום התנגדות? עפעס זאכליך אדער סתם געפילן?

קוק אנהייב אשכול וויאזוי די שאלה האט זיך אנגעהויבן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 11:01 am

מי חכם האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
dell האט געשריבן:פון א סאטמערן שטאנדפונקט וויאזוי קוקט מען אן אזא מעמד ווי נעכטן ווען מען זעהט טויזענטער און צענדליגע טויזענטער אידן טאנצן און פרייען זיך מיט די תורה. איז דאס אלעס פארן שטן? דער באשעפער ברויך דאס נישט?

מונקאטשער רב זצ"ל שרייבט אז די תורה פון די דף היומי גייט צו די ס"א רח"ל.

ערשטס, א מראה מקום ביטע.

והשנית, ברויך מען נעמען די ווערטער אין געהעריגן קאנטעקסט, מען ברויך קענען אפלערנען די ווערטער, ודו"ק.

דריטנס, איז די שאלה געווען פון א סאטמארן שטאנדפונקט, נישט פון א מונקאטשן, ויחי ההבדל הקטן.

ערשטענס, און חיים ושלום שרייבט ער אזוי, עיין בקונטרס דף היומי והאגודה וואס זיי צייכענען צו די מראה מקום

והשנית, אדרבה ברענג אראפ די לשון און מען וועט עס בדיבוק חברים אפלערנען, איך בין פארנומען יעצט

דריטנס, א גיטע נקודה, אבער אונעם אויבענדערמאנטן קונטרס ווערט אראפגעברענגט פן ספר צוה ישועת יעקב, און די זעלבע זאגט נאך כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק אז די רבי זצ"ל האט אים געזאגט אז מען זעט אז די דף היומי קומט פון א נישט גיטע מקור, ווייל מען האט נאך קיינמאל נישט געזען אז אלע סארט אידן זאלן לערנען די תורה אן קיין מניעה, ודו"ק
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 12:56 pm

Ron Paul האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן: אויך הגאון רבי משה זאבערמאן (א באבובער חסיד) גיט דער באוויסטע דף היומי שיעור און שומר שבת.

ער איז קיינמאל נישט אויפ'ן זעלבן דף!
און געהערט האב איך אז אזוי וויל ער.

זאגסטו דאך דענמאלץ, אז מיט א "שינוי" מעג מען; הוא אשר דברתי.

אבער ערנסט גערעדט, ער סקיפט מסכתות אויך; ווייל ער קומט נישט אן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:02 pm

דארפסמאן האט געשריבן:איך האב געהערט אז הק' רי"ד מבעלז האט נישט געלאזט אפילו די מסכת וואס דף היומי לערנט, האט מיר איינער געזאגט אז נישט הק' רי"ד נאר סתם און בעלז איז נישט געווען און ביהמ"ד די מסכת וואס דף היומי לערנט

אויב עס איז געקומען פון רבי'ן פרעג איך נישט קיין קשיות; אבער אויב "שווענץ" האבען אזוי געטוהן, איז אין למדין פון שווענץ. ביטול תורה פון דער וואס זוכט פונקט דער גמרא נאכצוקוקען איז פון די קליינע עבירות וואס שווענץ טוהען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:22 pm

בן בוזי האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:איך האב געהערט אז הק' רי"ד מבעלז האט נישט געלאזט אפילו די מסכת וואס דף היומי לערנט, האט מיר איינער געזאגט אז נישט הק' רי"ד נאר סתם און בעלז איז נישט געווען און ביהמ"ד די מסכת וואס דף היומי לערנט

איך האב נישט מיטגהאלטן אזוי ווייט דער שמועס ביז אהער, אבער בנוגע שיטת מרן מהרי"ד איבער דף היומי וועל איך איבער געבן די פאלגענדע.

א] אין סקווירא איז געווען א גאר חשובע איד ר' יוסל גאלדמינצער, געווען משגיח אין כולל פאר אסאך יאהרן, אויך זוכה געווען לבנין וחתנין רבנן, פונדערהיים אויס איז ר' יוסל געווען א פייערדיגע בעלזער חסיד במלוא מובן המילה (כ'וועל נישט פארגעסן דער פסק וואס ער האט אין מיר אמאל אריינגעהויבן ווען ער האט מיר אמאל געכאפט ביי די מעשה אז כ'האב אריינגעווארפן א חתונה איינלאדענונג קארטל אין די מיסט קאסטן און נישט אין שמות...), ער איז געווען א טאמאשאווער (אויך אן אייניקל פון ר' יהושע'לע מיט ר' יוסל'ע), פלעגט ער לערנען דף היומי, און כ'געדענק ווי מיין טאטע האט איהם אמאל געפרעגט, היתכן, א בעלזער ווי ער זאל לערנען דף היומי.

האט ער געענטפערט מיט א פשטות, אז אין בעלזא גופא האט מען נישט געלערנט אבער אין די שטעט האבן בעלזער חסידים געלערנט דעם דף היומי (ס'טייטש נישט באופן כללי נאר פאר זיך ווער ס'האט געוואלט) און טאקע אינעם בעלזער שטיבל אין טאמאשאוו האבן חסידים אויך געלערנט דעם דף היומי.

ויסכר פי דוברי שקר!!

ב] מרן מהרי"ד פלעגט זאגן אז ער האט דריי חסידים, ר' פייוויש יאברובער, ר' שלום שאצער, און דער דריטער זאל יעדער מיינען אז ער מיינט איהם. מיט דער הקדמה ברענג איך וואס עס שטייט געברענגט אינעם ספר אגורה באהלך פון הגה"צ ר' יעקב יצחק ניימאן מפאפא-מאנטריאל ווי ס'ווערט דערציילט ווי פאלגנד, ווען ר' שלום משאץ האט אין די אנפאנג פ' יאהרן געוואוינט אין קעלן, דייטשלאנד האט זיך דעמאלטס אנגעפאנגען צו פארשפרייטן דער רעיון פון דף היומי, זיין איידעם ר' יואל משאץ האט דעריבער געוואלט איינפירן דער רעיון אין קעלן, אבער ווי קען ער טוהן אזא זאך אהן דעם וואס ער זאל אנפרעגן ביים רב, האט דער רב אויף דעם געענטפערט (דורך'ן גבאי ר' אהרן יהושע) בזה"ל "דייטשלאנד האב איך נישט געמיינט" (ביז אהער ווערט געברענגט אויך אין די תולדות שבספר דעת שלום).

נאכן קריג ווען מ'איז שוין געווען אין לאנדאן, האט ר' יואל ווידער געוואלט איינפירן דף היומי, אבער ער איז געווען מסופק צו דוקא אין דייטשלאנד האט מען געמעגט אדער לאו דוקא, האט דער שאצער רב דעמאלטס געזאגט, היינטיגע צייטן האט שוין די גאנצע וועלט א דין ווי קעלן אין דייטשלאנד.

ויסכר פי דוברי שקר!!

באמת פון די צווייטע מעשה לערנט מען ארויס עטליכע נקודות, קודם כל אין דער קונטרס "הדף היומי ואגודת ישראל" וועלכע איז לעצטנס ערשינען דורך עטליכע וואנזיניגע פארשוינען, האבן זיי נישט געברענגט קיין איין און איינציגע ווארט פון בעלזער רב קעגן עצם דף היומי נאר קעגן די אגודה, און דערפאר האבן זיי משלב געווען דער קונטרס כדי צו געבן א כלומר'שטע בילד כאילו ס'איז יא דא פונעם רב קעגן דף היומי, איין ווארט ווערט געברענגט דארט בשם דער פאלטיטשאנער רב און דאס איז וואס "דארפסמאן" דערמאנט אז מ'פלעגט מעביר זיין דער מסכת ווי דער דף היומי האט געהאלטן, א שעהנע מעשה, אבער נאכאמאל ס'איז נישט פון רב נאר פון די שווענץ מיט וועלכע בעלזא איז ב"ה געווען געבענטשט בלי די (און דאס איז נישט קיין סתירה צו טאמאשאוו, ווייל די שווענץ זענען דאך געווען אין בעלזא האבן זיי דאס נישט געקענט מעביר זיין...). אבער פון דער מעשה מיט שאצער רב זעהט זיך אויס אז ס'איז יא געווען עפעס פונעם רב דירעקט קעגן דף היומי, אבער דער רב האט קלאר אונטערגעשטראכן אז דער רעיון באדערט איהם נישט, נאר ווי מ'לערנט דאס.

נאך א זאך און דאס איז דאך דער נקודה אין וועלכע מ'קאכט זיך אזוי, איז צו מ'מעג לשיטת הרה"ק מהרי"ד מבעלזא לערנען דף היומי אדער אין ווי מאנכע ווילן דאס רופן א כלומר'שטע איסור קעגן דעם דף. איז דער ענטפער יא, מ'מעג לערנען דף היומי, און קיין איסור דערקעגן איז נישטא! מ'האט געמעגט (אין טאמאשאוו) אין דייטשלאנד און היינטיגע צייטן איז דאס מותר לכל.

איי מ'טאר דאך נישט, פארוואס? ווייל דו מעגסט זיך דאך האלטן אלס דער דריטער חסיד ממילא ביזטו בארעכטיגט צו האבן א מיינונג אין שיטת מהרי"ד. איז אבער דער תירוץ אז דו ביזט ביי דער איינרעדעניש, אבער דער שאצער רב האט נישט געדארפט זיין איינגערעדט, נאר מהרי"ד האט אויף איהם מעיד געווען אז ער איז פון זיינע חסידים, ודו"ק כי קצרתי...
דברי הרב ודברי התלמיד דברי מי שומעין??

הרב בן בוזי, רעדסט זייער צום זאך; מען וועט מיט שקר אין ערגעץ נישט אנקומען, און אוודאי נישט און היינטיגע צייטען וואס דער אמת איז עבידא לגלויה און צוריק פאטשען אין פנים.

איך וועל נאר צו לייגען, אז נישט נאר אין בעלזער שטיבל אין טאמאשאוו האט מען געלערענט דף היומי, נאר אין צאנזער שטיבעל אין טאמאשאוו האט מען אויך געלערענט דף היומי און הג"ר מאיר רובין (זוהן פון איר רב הגה"צ רבי לייביש טשעטשינעווער) האט עס דארטען פארגעלערענט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:29 pm

מי חכם האט געשריבן:פארשטייט זיך אליין אז דער היתר פון שאצער רב איז איז שוין נישט שייך היינט, וואס עפעס האט היינט די גאנצע וועלט א דין ווי דייטשלאנד? (מילא תיכף נאכן קריג, ודו"ק). עממ, גראדע טראכט איך יא אז בעלזא היינט האלט כלפי יעדע זאך אז היינטיגע צייטן האט אלעס א דין ווי דייטשלאנד, והיינו טעמא דלימודי חול וד"ל, און אלע קושיות און סתירות ווערן מיושב כמין חומר.

א סאך גדולי ישראל (אפשר גאר אלע גדולי ישראל) האבען געהאלטען אז היינט האט די גאנצע וועלט א דין ווי דייטשלאנד, עס איז דא מעשיות אויף מעשיות דאס פעסט צו שטעלען ואכהמ"ל. נאר א פאר משלים איז געניג, לערנען לימודי חול, מיידעל שולע, שייטלעך, און דער ליסטע איז זייער לאנג.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:47 pm

שאינו יודע האט געשריבן:
dell האט געשריבן:פון א סאטמערן שטאנדפונקט וויאזוי קוקט מען אן אזא מעמד ווי נעכטן ווען מען זעהט טויזענטער און צענדליגע טויזענטער אידן טאנצן און פרייען זיך מיט די תורה. איז דאס אלעס פארן שטן? דער באשעפער ברויך דאס נישט?

מונקאטשער רב זצ"ל שרייבט אז די תורה פון די דף היומי גייט צו די ס"א רח"ל.

אויב ער האט עס טאקע געזאגט פרעג איך נישט אויף אים קיין קשיות, ער איז געווען גענוג גדול צו זאגען וואס ער האט געוואלט און עס גייט אריין אין גדר פון אלו ואלו דברי אלקים חיים (ער מעג האלטען אז עס גייט צום ס"א אין דער חפץ חיים מעג האלטען אז עס גייט צו די סטרא דקדושא - און ביידע קענען זיין גערעכט).

אבער לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז נישט קיין אויס געהאלטענע קנאות גייט זיכער צו די ס"א.

מען האט אמאל געפרעגט דעם באבובער רב, מרן מהר"ש זי"ע פארוואס ער איז נישט א קנאי, האט ער גע'ענטפערט עפעס אזוי (איך געדענק נישט דער לשון), קנאות דארף זיין אויס געהאלטען און מען דארף האלטען באמת ביי דעם. נישט יעדער קען זיין א פנחס. עפעס דערמאן איך מיר אז ער זאל זאגען אז עס איז נישט אין זיין תחינת הנפש. אויב איינער ווייסט בעסער שטעלט עס ארויף.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:59 pm

שאינו יודע האט געשריבן:דערמאנט דעם שבת א מעשה וואס כמדומה איז עס געווען ביים מלבי"ם, אן אויפגעקלערטער איד איז אמאל געקומען צו אים ניטל און אים געזאגט אז ער וויל זען די גיהנם ואס איז דא פארן לערנען א בלאט גמרא, האט אים דער מלבים זצ"ל געזאגט "א גיהנם פארן לערנען איז טאקע נישטא אבער א גיהנם פארן עובר זיין אויף א מנהג ישראל איז יא דא!!"

דער מעשה גייט אזוי. דער מהר"ש מבאבוב האט דערציילט אז ביים ערשטע וועלט מלחמה איז ער געווען מיט זיין טאטע דער בעל קדושת ציון זי"ע און וויען, און אריין געקומען צו א גאליציאנער גדול און ניטל און אים געטראפען לערענען. דער קדושת ציון האט אים געזאגט אז עס איז ניטל און דער גדול האט זיך פאר'ענטפערט אז ער האט פארגעסען און פארמאכט די גמרא.

דער גדול האט נאכדעם דערציילט א מעשה, אז ווען ער איז געווען א אינגערמאן איז ער אריין געקומען צו א ליטווישען גדול און ניטל און אים געטראפען לערענען. זאגט ער צום ליטווישען גדול "עס איז דאך ניטל יעצט"! דער ליטווישער גדול האט זיך אפגעלאכט און גע'ענטפערט אז ער וואלט געוואלט זעהן ווי דאס גהנום זעהט אויס פאר איינער וואס לערענט ניטל. האט אים דער גאליציאנער גדול גע'ענטפערט: "ווי דאס גהנום פאר דער וואס לערענט ניטל זעהט אויס, ווייס איך נישט; אבער ווי דאס גהנום זעהט אויס פאר דער וואס איז מלעיג על דברי חכמים ווייס איך יא".

דער ליטווישער גדול האט מער גארנישט געזאגט און זאפארט פארמאכט די גמרא (ווי צו זאגען נצחוני).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 2:14 pm

oko האט געשריבן:און אז מ'רעדט שוין יא , איז אינטערסאנ'ט - אין די קונטרסים ברענגט מען טאקע אויך צו אינטרסאנטע נקודה'ס, --

עוד אני שואל מה זה המצוה שחדשו עתה שכל העולם ילמדו אותו הדף ומה זה שקבלו אותו המצוה בשתי ידים יותר מכל המצות ולמה בחרו בזה יותר , מפני שכל מצות התורה רפוי' ורק ע''ז משגיחין.
כמה פעמים אמר שרואין בחוש שכל שיעור הדף היומי יש לו הצלחה מרובה....

ווי איז דער יצה''ר פלוצלונג אזוי אנטלאפען ??

להוי ידוע אז דער יצה"ר איז פון מיר נישט אנטלאפען. דריי מאל האב איך פרובירט מיט צו האלטען די דף היומי און עס איז מיר נישט געלונגען. יעצט דאס פערדע מאל וועלען מיר נאך זעהן, אולי ירחם, אפשר פארט וועל איך אים קענען ברעכען.

ווען איך בין געווען א בחור האט מען מיר אנגעטראגען פאר צו לערנען ביי נאכט א דף היומי שיעור און איינע פון די בתי מדרשים אן בארא פארק. מיין טאטע זז"ג האט מיר געזאגט, אז וועסט זיך מוזען צוגרייטען צו געבען א שיעור, וועסטו און זיבען יאר זיין א בקי בש"ס. לדאוונינו האב איך זיך נישט אזוי שנעל צו געכאפט, דער בעל דבר איז פארט געווען שטערקער. ווער עס האט א פארקערטע עקספיריענס (ווי למשל אז ער האט געלייגט דער דף היומי אונטערען קישען, און עס איז אים אריין געפלויגען אין קאפ אן זיך מוטשענען) זאל זיך ביטע אויף שטעלען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 2:24 pm

SPUSMN האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:פארשטייט זיך אליין אז דער היתר פון שאצער רב איז איז שוין נישט שייך היינט, וואס עפעס האט היינט די גאנצע וועלט א דין ווי דייטשלאנד? (מילא תיכף נאכן קריג, ודו"ק). עממ, גראדע טראכט איך יא אז בעלזא היינט האלט כלפי יעדע זאך אז היינטיגע צייטן האט אלעס א דין ווי דייטשלאנד, והיינו טעמא דלימודי חול וד"ל, און אלע קושיות און סתירות ווערן מיושב כמין חומר.

א סאך גדולי ישראל (אפשר גאר אלע גדולי ישראל) האבען געהאלטען אז היינט האט די גאנצע וועלט א דין ווי דייטשלאנד, עס איז דא מעשיות אויף מעשיות דאס פעסט צו שטעלען ואכהמ"ל. נאר א פאר משלים איז געניג, לערנען לימודי חול, מיידעל שולע, שייטלעך, און דער ליסטע איז זייער לאנג.

שפושמן, איך כאפ דיר ביים ווארט. הייב אן אויסצופאקן אלע מעשיות פון גדולי ישראל בנידון...

אבער ערנסט גערעדט, אוודאי נאך די קריג זענען זאכן געווען שוואך, מען רעדט פון היינט צוטאגס. די סוגיא פון דאס ביסעלע לימודי חול וואס מען לערנט אין די חדרים איז א סוגיא ארוכה הטעונה בירור, אפשר קען מען מאכן אן עקסטערן אשכול דערוועגן. און וואס האט מיידל שולע מיט דייטשלאנד? און איה"נ שייטלעך איז טאקע א גרויסע קושיא, און כידוע סאטמאר רב תיכף פארן סטראוק האט זיך געפלאנט צו נעמען צו דער נושא, (כאמור איז פשוט אז נאכן קריג איז דאס געווען דאס בעסטע וואס איז שייך).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 3:02 pm

אויב נאכען קריג זענען זאכען געווען שוואך, איז היינט נאך שוואכער. אוודאי איז אכשיר דרא און א געוויסע זין (א סוגיא און א אשכול פאר זיך) אבער דער שאלה איז אין כמות אדער און איכות אויך? עס איז נישט קיין פארגלייך פון די איכותקייט פון א פאר די מלחמה איד (אפילו אן עם הארץ דאורייתא) מיט א נאך די מלחמה איד (אפילו א תלמיד חכם). ממש נישט א פארגלייך. נישט בחנם זאגט מען אז עס פעלען פינעף אדער צעהן דורות; אזא שפרינג האט עס געגעבען!

אוודאי איז גלייך נאך די באפרייאונג געווען א סאך שוואכער פון היינט (און מייסטענס מתוך יאוש) אבער ווען מען רעדט פון אידישקייט פון נאך די מלחמה, רעדט מען פון דער וואס האט זיך שוין צוריק געשטעלט אויף די פיס און באשלאסען צו גיין און אידישען וועג.

וועגען דער נושא פון היינט איז אזוי ווי דיייטשלאנד דענמאלץ קען מען עפענען א אשכול; זאל יעדער ביישטייערען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 3:33 pm

אן אריינגיין אין דעם דף יום ביומו אישו, רב שפוסמאן איר האט נישט גענוג געהערט איבער די ערשטע 15 יאר נאך די קריג.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 3:39 pm

אוי האב איך געהערט; די האר פון קאפ וועט זיך אייך אויף שטעלען אויב איך וועל פארציילען. אבער וואס מיינט איר?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 11:55 am

SPUSMN האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
dell האט געשריבן:פון א סאטמערן שטאנדפונקט וויאזוי קוקט מען אן אזא מעמד ווי נעכטן ווען מען זעהט טויזענטער און צענדליגע טויזענטער אידן טאנצן און פרייען זיך מיט די תורה. איז דאס אלעס פארן שטן? דער באשעפער ברויך דאס נישט?

מונקאטשער רב זצ"ל שרייבט אז די תורה פון די דף היומי גייט צו די ס"א רח"ל.

אויב ער האט עס טאקע געזאגט פרעג איך נישט אויף אים קיין קשיות, ער איז געווען גענוג גדול צו זאגען וואס ער האט געוואלט און עס גייט אריין אין גדר פון אלו ואלו דברי אלקים חיים (ער מעג האלטען אז עס גייט צום ס"א אין דער חפץ חיים מעג האלטען אז עס גייט צו די סטרא דקדושא - און ביידע קענען זיין גערעכט).

אבער לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז נישט קיין אויס געהאלטענע קנאות גייט זיכער צו די ס"א.

מען האט אמאל געפרעגט דעם באבובער רב, מרן מהר"ש זי"ע פארוואס ער איז נישט א קנאי, האט ער גע'ענטפערט עפעס אזוי (איך געדענק נישט דער לשון), קנאות דארף זיין אויס געהאלטען און מען דארף האלטען באמת ביי דעם. נישט יעדער קען זיין א פנחס. עפעס דערמאן איך מיר אז ער זאל זאגען אז עס איז נישט אין זיין תחינת הנפש. אויב איינער ווייסט בעסער שטעלט עס ארויף.

נישט אויסגעהאלטענע קנאות איז ערגער וואו נישט אויסגעהאלטענע לימוד התורה??????
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 12:22 pm

זיכער.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 1:43 pm

תמחול הרב שפוזמן, איר ברענגט א ראי' פון טאמאשוב, משם ראי'? די אגודה איז דאך דארט אנגעגאנגען מיטן פולן טאראראם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 2:01 pm

שאינו יודע האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
dell האט געשריבן:פון א סאטמערן שטאנדפונקט וויאזוי קוקט מען אן אזא מעמד ווי נעכטן ווען מען זעהט טויזענטער און צענדליגע טויזענטער אידן טאנצן און פרייען זיך מיט די תורה. איז דאס אלעס פארן שטן? דער באשעפער ברויך דאס נישט?

מונקאטשער רב זצ"ל שרייבט אז די תורה פון די דף היומי גייט צו די ס"א רח"ל.

אויב ער האט עס טאקע געזאגט פרעג איך נישט אויף אים קיין קשיות, ער איז געווען גענוג גדול צו זאגען וואס ער האט געוואלט און עס גייט אריין אין גדר פון אלו ואלו דברי אלקים חיים (ער מעג האלטען אז עס גייט צום ס"א אין דער חפץ חיים מעג האלטען אז עס גייט צו די סטרא דקדושא - און ביידע קענען זיין גערעכט).

אבער לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז נישט קיין אויס געהאלטענע קנאות גייט זיכער צו די ס"א.

מען האט אמאל געפרעגט דעם באבובער רב, מרן מהר"ש זי"ע פארוואס ער איז נישט א קנאי, האט ער גע'ענטפערט עפעס אזוי (איך געדענק נישט דער לשון), קנאות דארף זיין אויס געהאלטען און מען דארף האלטען באמת ביי דעם. נישט יעדער קען זיין א פנחס. עפעס דערמאן איך מיר אז ער זאל זאגען אז עס איז נישט אין זיין תחינת הנפש. אויב איינער ווייסט בעסער שטעלט עס ארויף.

נישט אויסגעהאלטענע קנאות איז ערגער וואו נישט אויסגעהאלטענע לימוד התורה??????

אוודאי יא.

אויף לימוד התורה זאגט די גמרא אז מען זאל אפילו לערנען שלא לשמה; אויף קנאות שטייט עס און ערגעץ נישט. פונקט דער פארקערטע שטייט; דער אוסטראווצע גאון שרייבט און מאיר עיני חכמים אז אויב פנחס וואלט געהרג'עט זמרי בן סלוא מיט אפילו א משהו נגיעה וואלט ער געווען א רוצח; און דערפאר האט נאר פנחס געקענט עס טוהן. ער האט אים געהרג'עט מיט אהבת נפש אים צו מתקן זיין, און עס איז געווען כולו לשמה.

איינער וואס איז געבוירען געווארען אין מזל מאדים איז נישט דער פאסיגע קאנדידאט צו זיין א מיטגלידער און וועד הצניעות. נאר א איד מיט אמת'ע אהבת ישראל באלאנגט דארט. נגיעות, שלא לשמה, האט נישט דארט קיין פלאץ. מסכים, צו נישט?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

פעלדמאן
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 08, 2010 10:55 am

תגובהדורך פעלדמאן » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 2:04 pm

א מקור אין רמבּ''ן פרשת לך וגם את הגוי אשר יעבדו דן אנכי אז אפי' סאיז געווען בצווי השם אבער וויבאלד זיי האבן משעבד געווען די אידן שלא לשמה קומט זיי א עונש כאטש ביי אנדערע מצות איז מתוך שלא לשמה בא לשמה איז ווען סאיז נוגע טשעפענען אנדערע נישט אפי' סאיז א מצוה

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 2:13 pm

farshlufen האט געשריבן:תמחול הרב שפוזמן, איר ברענגט א ראי' פון טאמאשוב, משם ראי'? די אגודה איז דאך דארט אנגעגאנגען מיטן פולן טאראראם.

בעלז איז אנגעגאנגען דארטען נאך מיט א גרעסערע טאראראם. ווי און מזרח גאליציע איז דען בעלז נישט געווען בעל הבית? אמת, דער אגודה איז דארט געווען שטארק, און די מזרחי גראדע אויך. למען האמת וועל איך דערציילען וואס איך האב געהערט פון א טאמאשובער, אז דער פירער פונעם ראט איז געווען פון מזרחי (איך האב ערגעץ פארשריבען זיין נאמען). ווען די נאציס ימ"ש האבען אים באפוילען צו איבער געבען די אידען צו זיי, האט ער זיי גע'ענטפערט: "מיר האט מען דא געשטעלט צו העלפען אידען, נישט אויף צו הרג'ענען אידען". דער נאצי אפיציר האט אים געזאגט אויב אזוי וועל איך דיר שיסען; האט ער גע'ענטפערט "שיס", און ער האט אים דערשאסען אויף טויט; הי"ד.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

כולל אינגערמאן
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 7:19 pm

תגובהדורך כולל אינגערמאן » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 3:13 pm

שפושמן
עיין שם אז קאלאשיץער רב האט געזאגט אז די רוח פונעם דברי חיים איזנישט אין זיין בית המדרש וועגן מען האט געלערענט דף היומי

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 3:21 pm

נישט פאר לערנען דף היומי, נאר פאר שיקען זיין זוהן רבי מאיר אים פארטרעטען ביים כנסיה הגדולה פון די אגודה.

יענער ראש השנה און יום כיפור האט ער טאקע מער נישט געמאכט א מי שברך פאר דער קאלשיצער, אזוי ווי ער פלעגט אלע יאר אויס רעכענען אלע אייניקלעך פון דברי חיים גדולי ישראל. ער איז געווען אויף אים ברוגז.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג אוגוסט 07, 2012 3:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

צוריק צו “שיעורי הקהילות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט