איז פארהאן אן איסור אויפן לימוד ה'דף'?

שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך אוגוסט 01, 2012 5:27 pm

בקיצור די היסטאריע אין באבוב; מרן מהר"ש האט געשיקט זיין זון מהרנ"ץ צום סיום, אבער האט נישט איינגעפירט ברבים קיין שיעורים בדף היומי, און בתקופת מהרנ"ץ האט מען שוין אנגעהויבן פארלערנען שיעורים ברבים אויך.
ריכטיג?

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אוגוסט 01, 2012 5:36 pm

ניין, תשנ"ז איז נאך בתקופת מרן המהר"ש (ער איז נפטר געווארען ר"ח אב תש"ס), און אנגעהויבען האט מען מחזור י' און תש"ן מיט שיעורים כסדרן ברבים און באבובער בית המדרש. דאס הייסט ווינציגסטענס 10 יאר בתקופת מרן המהר"ש זי"ע. צו עס איז געווען שיעורים פאר תש"ן ווייס איך נישט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך אוגוסט 01, 2012 7:20 pm

יישר כח.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 7:19 am

ספוזמן
מתוק מדבש!
אזוי הערליך אראפגעלייגט!
דאס פקחות פון רב ז"ל איז דאך מוראדיג.....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 10:35 am

מי יודע האט געשריבן:א גוט ווארט פון מהרנ"ץ וועגן דף היומי

די איבריגע חלק דרשה האב איך נאכנישט געקוקט, כ'האב מורא איך גיי מיך רעגן אויף אים, ממילא מוטב לא אעיין בזה


אנגעהויבן צו קוקן און אויפגעהערט צוליב טעם הנ"ל
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 10:47 am

yield האט געשריבן: איינער זעט עפעס א שייכות מיט אגודה ווען ער לערענט דעם דף איך נישט, און איך מיין אז עס איז געווען א הוראת שעה היינט איז שוין נישט קיין חילוק.


אין בית דין יכול לבטל דברי בית דין הגדול ממנו


אויסהערענדיג איינע פון די בעלי דרשנים נעכטן אויפן טעלעפאן, האב איך מורא'דיג הנאה געהאט וויאזוי ער האט אויסגעפירט מיט פאטאס אז די וועג צוזאמצונעמען אידן איז דורך די דגל התורה און די דף היומי!!!
ממש דאס וואס די צדיקים האבן געזאגט.

און דעס איז אויך ברור פאר איעדן בר דעת אז די גאנצע טאראראם נעכטן האט מיט די תורה קיין שייכות נישט, איך רעד נישט פון א געוויסע חלק משתתפים וועלכע זענען געקומען מיט תממימות איך רעד פון די ארגאנאזירערס וכו'
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 10:47 am

שאינו יודע האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:א גוט ווארט פון מהרנ"ץ וועגן דף היומי

די איבריגע חלק דרשה האב איך נאכנישט געקוקט, כ'האב מורא איך גיי מיך רעגן אויף אים, ממילא מוטב לא אעיין בזה


אנגעהויבן צו קוקן און אויפגעהערט צוליב טעם הנ"ל


און איך האב יא געקוקט און איך רעג מיך טאקע..

אבער דער ווארט איז א שיין ווארט
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 10:55 am

א פלא איך קוק יעצט די קונטרס וואס איינע פון די חברים האבן ארויפגעלייגט, זיי ברענגען צו זייער שארף פון הגה"ק רב"צ מבאבוב הי"ד זצ"ל קעגן די דף היומי, א חידוש נפלא אויף חסידי באבוב, עס פאסט מער פאר בעלזא
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 11:03 am

האדמו''ר מהרנ''ץ מאכט א שיינער חילוק צווישן שינוי הלכה און שינוי מציאות, קאן אבער איינער מסביר זיין וואספארע שינוי במציאות דא איז געשען???

אגב, מ'קאן טוישן די קאפל אלס: באבוב כלפי דף היומי
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוועטאר
dell
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:17 pm

תגובהדורך dell » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 11:31 am

פון א סאטמערן שטאנדפונקט וויאזוי קוקט מען אן אזא מעמד ווי נעכטן ווען מען זעהט טויזענטער און צענדליגע טויזענטער אידן טאנצן און פרייען זיך מיט די תורה. איז דאס אלעס פארן שטן? דער באשעפער ברויך דאס נישט?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 11:33 am

און וויזוי קוקט מען ווען טויזענטער אידן גייען צו די בחירות?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 11:42 am

עס איז נישט א "סאטמארע שטאנדפוקט"

קוק אריין אינעם קונטרס וואס ער ברענגט נאך פון קאלשיצער רב זצ"ל


לכה"פ האלב ווועסטו מודה זיין האבן זיך בכלל נישט געפרייט מיט די תורה נאר מיטן "דגל"
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 11:54 am

שנאפס האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:א גוט ווארט פון מהרנ"ץ וועגן דף היומי

די איבריגע חלק דרשה האב איך נאכנישט געקוקט, כ'האב מורא איך גיי מיך רעגן אויף אים, ממילא מוטב לא אעיין בזה

אנגעהויבן צו קוקן און אויפגעהערט צוליב טעם הנ"ל


און איך האב יא געקוקט און איך רעג מיך טאקע..

אבער דער ווארט איז א שיין ווארט

ווינדערט מיר וויאזוי קען מען זיך רעגען אויף א איד וואס רעדט פון הארטץ דברים של טעם? א קדוש וטהור געווען; האט ער נישט רעכט?
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 12:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 11:58 am

קוקט איבער די תגובה פון ולא מיין
kraitchmah עט גימעיל

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 12:01 pm

ולא מיין האט געשריבן:האדמו''ר מהרנ''ץ מאכט א שיינער חילוק צווישן שינוי הלכה און שינוי מציאות, קאן אבער איינער מסביר זיין וואספארע שינוי במציאות דא איז געשען???

אגב, מ'קאן טוישן די קאפל אלס: באבוב כלפי דף היומי

איינע פון די שינוי המציאות'ן איז אז עס איז געווען א צווייטע וועלט מלחמה.

דער נצי"ב האט פארמאכט א ישיבה כדי נישט איינצופירען לימודי חול און וולאזין. היינט לערענט מען ענגליש און באבוב און אפילו און סאטמאר. איז געווען א שינוי מציאות? דער רב ז"ל דארף מיר נישט אים צו פארטיידיגען; אז ער האט אזוי געזאגט איז עס פאר מיר גענוג.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 12:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 12:06 pm

SPUSMN האט געשריבן:
ולא מיין האט געשריבן:האדמו''ר מהרנ''ץ מאכט א שיינער חילוק צווישן שינוי הלכה און שינוי מציאות, קאן אבער איינער מסביר זיין וואספארע שינוי במציאות דא איז געשען???

אגב, מ'קאן טוישן די קאפל אלס: באבוב כלפי דף היומי

איינע פון די שינוי המציאות'ן איז אז עס איז געווען א צווייטע וועלט מלחמה.

דער נצי"ב האט פארמאכט א ישיבה כדי נישט איינצופירען לימודי חול און וולאזין. היינט לערענט מען ענגליש און באבוב און אפילו און סאטמאר. איז געווען א שינוי במציאות? דער רב ז"ל דארף מיך נישט אים צו פארטיידיגען; אז ער האט אזוי געזאגט איז עס פאר מיר גענוג.


הייסט עס דער שינוי מציאות איז, אז דער רב האט עס געזאגט, דאס האט געשאפן א נייער מציאות. גוט.

אויב פאר דיר איז עס גענוג, אשרי חלקך, אבער איך מעג איך נאך אלס פרעגן.
לעצט פאראכטן דורך ולא מיין אום דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 12:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 12:06 pm

שאינו יודע האט געשריבן:
yield האט געשריבן: איינער זעט עפעס א שייכות מיט אגודה ווען ער לערענט דעם דף איך נישט, און איך מיין אז עס איז געווען א הוראת שעה היינט איז שוין נישט קיין חילוק.

אין בית דין יכול לבטל דברי בית דין הגדול ממנו

דארף מען קודם וויסען צו עס איז גע'אסרט געווארען דורך א בית דין הגדול, און בכלל וואס זענען די גדרים פון אין בית דין אחר יכול להתירו? דאס איז פארצווייגטע סוגיא וואס מיר לאזען איבער פאר פוסקים. מיין קאפ איז צו קליין פאר דעם.

דער דף היומי, איז עס גע'אסרט געווארען, אדער האט מען נאר נישט געהייסען זיך אן שליסען, אדער ערגעץ און צווישען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 12:10 pm

מורי ורבותי
לאמיר זיך בארוהיגען
מיר זענען דאך דא צווישען חברים
דער רב ז"ל האט נישט גערעדט וועגען אגודה אדער פארטיי
ער האט נאר באטאהנט אז לפי די היינטיגע מציאות איז דף היומי נישט קיין עוולה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 12:15 pm

msp האט געשריבן:מורי ורבותי
לאמיר זיך בארוהיגען
מיר זענען דאך דא צווישען חברים
דער רב ז"ל האט נישט גערעדט וועגען אגודה אדער פארטיי
ער האט נאר באטאהנט אז לפי די היינטיגע מציאות איז דף היומי נישט קיין עוולה

איך בין זייער רואיג, און איך וועל איבערפרעגן, פארוואס איז לויט די היינטיגע מציאות ווייניגער עולה, ווי לויט די אמאליגער מציאות??
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 12:34 pm

אמאהל האט יעדער געלערנט אין ביהמ"ד אהן א צו דארפען א מסגרת און א עול פון מספיק זיין א דף א טאג
אבער היינט פעהלט פאר געוויסע מענטשען דער עול ממילא איז פאר זיי גוט אזא זאך
און לאו דוקא וועגען אגודה וכדומה
איר זעהט דאך חברה יסודי התורה; דף הקהילה וכדומה
דאס האט מרן רבינו ז~ל געמיינט ותו לא מידי
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
dell
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:17 pm

תגובהדורך dell » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 1:22 pm

זינט ווען איז טוישן לפי הצורך א פראבלעם? א מיידל שולע אין אמעריקע פארשטייסטו יא?
און פאר די וואס פרעגן וואס איז די חילוק ווען מען גייט צו די בחירות. דארף מען דען מסביר זיין די חילוק?

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 1:42 pm

msp האט געשריבן:אמאהל האט יעדער געלערנט אין ביהמ"ד אהן א צו דארפען א מסגרת און א עול פון מספיק זיין א דף א טאג
אבער היינט פעהלט פאר געוויסע מענטשען דער עול ממילא איז פאר זיי גוט אזא זאך
און לאו דוקא וועגען אגודה וכדומה
איר זעהט דאך חברה יסודי התורה; דף הקהילה וכדומה
דאס האט מרן רבינו ז~ל געמיינט ותו לא מידי

פיין, האט דאך נישט אויסגעפעלט דף היומי, וואלט מען געקאנט מאכן דף הקהלה.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 2:05 pm

האט ער דען געמאכט דף היומי? אידען וואס לערנען דף היומי האט ער זיי מחזק געווען, און געבעטען אנדערע זיך אויך אן שליסען און דער נעקסטע מחזור. ווען זיי לערנען ווען דף הקהלה (אדער מיט אנדערע שמות הנרדפים, אדער ירושלמי יומי וכו') וואלט ער זיי אויך מחזק געווען און געקומען צום סיום און גערעדט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 4:16 pm

מנחם שלום
אלס דעם אויס וואלט ער געקענט מאכן א דף הקהלה און נישט איינוויקלען די הערינג אין א גמרא, ווי זיין זיידע זצ"ל האט געזאגט אויף דף היומי.


און וואס איז נשתנה געווארן מכח די צווייטע וועלט מלחמה?
די חלק ציונות איז דאך געווארן נאר ערגער וואו עס איז געוווען פארדעם


און פאר הרב ספוסמן וועל איך זאגן

אז די ווייסט נישט רעד נישט

קוק אריין אונעם קונטרס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 4:31 pm

רעדסט צו מיר אדער צו מרן רבי נפתלי צבי זי"ע?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז


צוריק צו “שיעורי הקהילות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט