איז פארהאן אן איסור אויפן לימוד ה'דף'?

שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דינסטאג מארטש 03, 2015 10:57 am

להודיע האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:[
ריכטיג, אסאך גדולים טובים האלטן אזוי.

אנדערע ווידער זאגן אז ווען יעדער מאכט עס שוין, פאלט אוועק דער גאנצער "להגדיל הפארטיי" ווייל קיינער איז דאך גארנישט מחדש, ממילא בלייבט נאר דער ווינט און דער עולם וואס זיצט ביי די גמרות ויצא הפסדו בשכרו.

אלו ואלו דא"ח


הלואי די להגדיל הפארטיי פאלט אוועק, צא ובדוק ווי יעדע פארטיי גרויסט זיך מיט זייער דף הקהלה, וויפיל מען פראפגאנדירט דערוועגן און וויפיל עדווענדיש מען נעמט דערויף.

והיינו טעמא אז אסאך אידן מיט א פארצייטישן שמעק זענען בכלל נישט אזוי ענטזיאסטיש מיט די פארטייאישע בלעטער גמרא.

זעהט אויס אז דעי אידן מיטן פארצייטישן שמעק האבן נישט קיין מוסדות און אידן וואס מ'דארף זיי זעצען ביי די גמרא
וואויל פאר זיי

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מארטש 03, 2015 1:16 pm

תואר האט געשריבן:דו האסט בכלל געלייענט מיין פוינט ? איך האלט נישט גארנישט, לערן וואס דו ווילסט.
איך פארשטיי נאר נישט די חילוק פון דף היומי וואס איינע פון די טעמים לאיסור איז ווייל מ'נוצט די תורה צו פאמפען די פארטיי,
און די זעלבע מענטשן האבן נישט קיין פראבלעם צו לערנען די דף פון זייער חסידות וואס גייט אויך מיט פארטיי פראפאגאנדע.

זאג מיר נישט וועגן אגודה ציונות וכו'. מ'רעדט דא פון "אז דאס איז געווען א גרויס חלק פון די התנגדות צום רעיון הדף היומי ע"י גדולי ישראל ומאורי הגולה זצ"ל אז מנוצט די הייליגע תורה להגדיל את הפארטיי."

אויב איז די עצם לערנען א בלאט גמרא וואס די פארטיי האט צוגעשטעלט און ס'הייבט די פארטיי מער נישט קיין פראבלעם ביי אונז פארשטיי איך נישט דעם אזוי שטארקן קעגנערשאפט היינט צוטאגס צום דף היומי.

אויפן ערשטן חלק האט דיר מיללער געענטפערט, און איך האב געענטפערט אויף דיין לעצטע שורה, שטימט שוין?

להודיע
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג מארטש 03, 2015 1:49 pm

דרךהמלך האט געשריבן:זעהט אויס אז דעי אידן מיטן פארצייטישן שמעק האבן נישט קיין מוסדות און אידן וואס מ'דארף זיי זעצען ביי די גמרא
וואויל פאר זיי


האסט, אגב, גארנישט געענטפערט אויף די עצם דיון. זכה לך


צוריק צו “שיעורי הקהילות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט