עיונים וענינים: דף היומי

שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

גמרא קאפ
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:31 pm

תגובהדורך גמרא קאפ » מוצ"ש אוקטובער 12, 2019 11:48 pm

עירמאנטער האסט שוין באקומען "פייגלעך" אין קאפ?...

בד"ו אויב פארשטיי איך גוט גייט די אשכול אט אט מאכן א סיום הש"ס (מען האט אנגעהויבן מעילה דף כט)

לב בשר
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » זונטאג אוקטובער 13, 2019 1:03 am

מסכת תמיד דף כט

גמרא קאפ
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:31 pm

תגובהדורך גמרא קאפ » זונטאג אוקטובער 13, 2019 4:04 pm

היינו הך.

אבער וואס איז טאקע פשט אז מען האט געדריקט די פיר מסכתות און איין המשך פון בלעטער?

לב בשר
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » דינסטאג אוקטובער 15, 2019 10:49 pm

לכאורה הכרעת הדרוקער...

לב בשר
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » דינסטאג אוקטובער 15, 2019 11:01 pm

א פלא פון אזאך האבעך געהערט פון הרב פאפלאנאש.
די רי״ף האט אויף יעדע מסכת אן אנדערע מפרש, מס׳ ברכות רבינו יונה, מס׳ שבת ר״ן, מס׳ עירובין רבינו יהונתן מלוניל... זאגט ער, באמת האבן די אלע מפרש געווען די רי״ף אויף גאנץ ש״ס נאר מאיזה סיבות האבן די דרוקערס געדרוקט די ר״ן אויף מסכת שבת אא״וו.
ולפלא פון דעם איז ארויסגעקומען אז הלכה למעשה אין או״ח ח״א איז אסאך געבויט אויפ׳ן רבינו יונה, הלכות שבת איז פול מיט ר״ן׳ס, הלכות עירובין ר״י מלוניל...
פלא והפלא!!! ובודאי מן השמים סיבבו כך...

ישרן
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 12:46 am

לב בשר האט געשריבן:א פלא פון אזאך האבעך געהערט פון הרב פאפלאנאש.
די רי״ף האט אויף יעדע מסכת אן אנדערע מפרש, מס׳ ברכות רבינו יונה, מס׳ שבת ר״ן, מס׳ עירובין רבינו יהונתן מלוניל... זאגט ער, באמת האבן די אלע מפרש געווען די רי״ף אויף גאנץ ש״ס נאר מאיזה סיבות האבן די דרוקערס געדרוקט די ר״ן אויף מסכת שבת אא״וו.
ולפלא פון דעם איז ארויסגעקומען אז הלכה למעשה אין או״ח ח״א איז אסאך געבויט אויפ׳ן רבינו יונה, הלכות שבת איז פול מיט ר״ן׳ס, הלכות עירובין ר״י מלוניל...
פלא והפלא!!! ובודאי מן השמים סיבבו כך...

איך גיי מיך נישט דינגען מיט הרב פאפלאנאש, אבער בהשקפה ראשונה חוץ פון דער נמק"י וואס איז געדרוקט בנפרד אויף כמה מסכתות וואס איז נישט געדרוקט אויפ'ן רי"ף, ווייס איך נישט פון ראשונים מפרשי הרי"ף וואס מיר האבן זייערע חידושים אויפ'ן רי"ף און עס איז נישט געדרוקט אויפ'ן רי"ף (דער חידושי הר"ן איז נישט אויפ'ן רי"ף). עס איז נישט מסתבר אז אויב וואלט מען געוואוסט פון אזא כת"י וואלט מען עס נישט געדרוקט בזמננו.

לב בשר
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:46 am

ישרן האט געשריבן:

אביסל ריסורטש פאר׳ן שרייבן, ביטע.
דערווייל קוקט ניט אויס אז איר האט געמאכט, במילא ניט ווערט קיין אנטווארט.
א גוט׳ן מועד

ישרן
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 7:54 am

א גוטן מועד פאר דיך און די גאנצע משפחה (קרעדיט: ר' הלל מאזעס). אזא תשובה הייסט גאר שטארק און קלאר אריינגעקומען.

ישרן
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 8:12 am

און פשוט מסביר צו זיין קלארער וואס איך האב געמיינט (פאר איינער וואס וויל הערן), אודאי קען זיין אז די אויבנדערמאנטע ראשונים האבן געשריבן אויפ'ן גאנצן רי"ף, נאר עס איז מסתם פארלוירן געווארן אסאך בעפאר'ן הדפסת הרי"ף, ווארום אויב וואלט עס געווען בנמצא יעמאלט וואלט עס אויך געווען בנמצא בזמננו, און איינער וואלט דאס געדרוקט, און פאקטיש איז חוץ דער נמק"י על איזה מסכתות גארנישט געדרוקט געווארן.

לב בשר
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 2:23 pm

ישרן האט געשריבן:און פשוט מסביר צו זיין קלארער וואס איך האב געמיינט (פאר איינער וואס וויל הערן), אודאי קען זיין אז די אויבנדערמאנטע ראשונים האבן געשריבן אויפ'ן גאנצן רי"ף, נאר עס איז מסתם פארלוירן געווארן אסאך בעפאר'ן הדפסת הרי"ף, ווארום אויב וואלט עס געווען בנמצא יעמאלט וואלט עס אויך געווען בנמצא בזמננו, און איינער וואלט דאס געדרוקט, און פאקטיש איז חוץ דער נמק"י על איזה מסכתות גארנישט געדרוקט געווארן.

ר״י מלוניל איז נישט געדרוקט געווארן מכת״י אויף גאנץ ש״ס?

ישרן
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:00 pm

לב בשר האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:און פשוט מסביר צו זיין קלארער וואס איך האב געמיינט (פאר איינער וואס וויל הערן), אודאי קען זיין אז די אויבנדערמאנטע ראשונים האבן געשריבן אויפ'ן גאנצן רי"ף, נאר עס איז מסתם פארלוירן געווארן אסאך בעפאר'ן הדפסת הרי"ף, ווארום אויב וואלט עס געווען בנמצא יעמאלט וואלט עס אויך געווען בנמצא בזמננו, און איינער וואלט דאס געדרוקט, און פאקטיש איז חוץ דער נמק"י על איזה מסכתות גארנישט געדרוקט געווארן.

ר״י מלוניל איז נישט געדרוקט געווארן מכת״י אויף גאנץ ש״ס?

כ'האב אביסל מברר געווען דעם ענין. דער ר"י מלוניל איז געווען דער ערשטער מפרש אויפ'ן רי"ף, אזוי שרייבט דער חיד"א. זיין פירוש איז טאקע דא אויף רוב מסכתות הש"ס. דער ר"ן און דער נמק"י האבן געשריבן זייערע פירושים מיוסד אויפן פירוש הר"י מלוניל.
יעצט דארף מען פארשטיין פארוואס האט מען נישט געדרוקט איבעראל אויפ'ן רי"ף דעם פירוש הר"י מלוניל.
נאר אפשר טאקע פארדעם, ווייל די אנדערע פירושים איז געשריבן געווארן שפעטער, און ביתר ביאור, אזוי ווי דער סדר איז בדרך כלל אז ווי שפעטער עס איז געשריבן איז מען זיך מסביר בעסער, האט מען מעדיף געווען די אנדערע פירושים איבער'ן פירוש הר"י מלוניל. נאר אויף עירובין וואו עס איז נישט געווען די אנדערע פירושים האט מען געלאזט פירוש הר"י מלוניל.
בלייבט נאר איבער צו פארשטיין פארוואס אויף די מסכתות וואו עס איז דא פירוש הנמק"י האט מען עס נישט אריינגעלייגט נאר מעדיף געווען דעם פירוש הר"ן. דער תירוץ אויף דעם איז פשוט, דער לשון הר"ן איז מורא'דיג קלאר און געשמאק, און דער לשון הנמק"י איז זייער מגומגם, פארדעם האט מען מעדיף געווען דעם פירוש הר"ן. און נאר דארט וואו עס איז נישט דא ר"ן האט מען אריינגעלייגט נמק"י.
אויף ברכות איז טאקע דא פירוש הר"י מלוניל ונמק"י, אבער נישט קיין ר"ן.
לסיכום קומט אויס דער סדר העדיפות אזוי.
ר"ן
תלמידי רבינו יונה
נמק"י
הר"י מלוניל

לב בשר
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 7:52 pm

הוא אשר דברנו. אפגעזען וואסערע סיבות מ׳זאל אנגעבן, איז דער ר״י מלוניל א קובע אין הלכות עירובין, ווייל אויף די מסכת האט מען אריינגעדרוקט...

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

סיום מסכת קנים - תמיד - מדות

תגובהדורך עירמאנט'ער » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 11:56 am

מזל טוב ללומדי הדף

יום ה' בראשית
כ"ה תשרי תש"פ
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

צוריק צו “שיעורי הקהילות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט