שיעור בגפ''ת דף ליום

שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שאראש-פאטאק
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

שיעור בגפ''ת דף ליום

תגובהדורך שאראש-פאטאק » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:39 pm

איך זיך איינער וואס האט פארגעלערנט די פאריגע מחזור דף היומי גמרא רש''י תוספות גאנץ ש''ס?

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: שיעור בגפ''ת דף ליום

תגובהדורך קאנטרי מאוד » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 10:34 pm

דארף זיין דווקא דף היומי???

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: שיעור בגפ''ת דף ליום

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 11:01 pm

איך זיך איינער וואס האט נישט פארגעלערנט..... ווי די שטייסט און די גייסט איז דא מגיד שיעורים.

רוף אריין קול הלשון וועסטו טרעפן א ריזיגע אויסוואל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

Haklal
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: שיעור בגפ''ת דף ליום

תגובהדורך Haklal » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 11:07 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:איך זיך איינער וואס האט נישט פארגעלערנט..... ווי די שטייסט און די גייסט איז דא מגיד שיעורים.

רוף אריין קול הלשון וועסטו טרעפן א ריזיגע אויסוואל.

מיט תוספות איז נישטא אזוי סאך

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: שיעור בגפ''ת דף ליום

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 11:09 pm

נאך נישט נאכגעטשעקט אבער טאמער יא איז דאס טאקע אינטערסאנט.

רבי מאיר פעלדבראנד, רב יאווא די אלע האבן נישט קיין שיעורים אין תוספות? פארוואס טאקע נישט
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7817
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שיעור בגפ''ת דף ליום

תגובהדורך איינס » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 11:19 pm

רב יאווא גייט דאך מיט 5 מינוט א בלאט, נישט מעגליך צו לערנען תוספות אויך
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7605
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: שיעור בגפ''ת דף ליום

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 11:57 pm

איינס האט געשריבן:רב יאווא גייט דאך מיט 5 מינוט א בלאט, נישט מעגליך צו לערנען תוספות אויך

ער האט לאנגע שיעורים פון א שעה יעדע בלאט אויך. אבער אן תוספות דאכט זיך.
איך זוך א דזשאב

שאראש-פאטאק
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: שיעור בגפ''ת דף ליום

תגובהדורך שאראש-פאטאק » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 7:31 pm

Haklal האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:איך זיך איינער וואס האט נישט פארגעלערנט..... ווי די שטייסט און די גייסט איז דא מגיד שיעורים.

רוף אריין קול הלשון וועסטו טרעפן א ריזיגע אויסוואל.

מיט תוספות איז נישטא אזוי סאך

אפילו איינער וואס לערנט תוספות האב איך נישט געטרען
אדרבה ווער לערנט פאר כתובות זבחים תמורה די שווערע תוספות?

שאראש-פאטאק
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: שיעור בגפ''ת דף ליום

תגובהדורך שאראש-פאטאק » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 7:35 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:רב יאווא גייט דאך מיט 5 מינוט א בלאט, נישט מעגליך צו לערנען תוספות אויך

ער האט לאנגע שיעורים פון א שעה יעדע בלאט אויך. אבער אן תוספות דאכט זיך.

די 5 מינוט שיעורים זענען די תמצית הדף

להודות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: שיעור בגפ''ת דף ליום

תגובהדורך להודות » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 8:03 pm

איינס האט געשריבן:רב יאווא

סתם איז כדאי צו וויסן אז ער זאגט זאכן בעניני אגדתא וואס איז נישט לויט'ן אנגענומענער מהלך.
עצה טובה! נישט צו נעמען אדווייז פון א ניק אונטער 100 תגובות... קרעדיט: קאכעדיגע

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7817
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שיעור בגפ''ת דף ליום

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 8:08 pm

להודות האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:רב יאווא

סתם איז כדאי צו וויסן אז ער זאגט זאכן בעניני אגדתא וואס איז נישט לויט'ן אנגענומענער מהלך.

איך דענק נישט אזא זאך (נישט אז איך האב אויסגעהערט אלע זיינע שיעורים)
למשל וואס?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

להודות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: שיעור בגפ''ת דף ליום

תגובהדורך להודות » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 8:20 pm

איינס האט געשריבן:למשל וואס?

ער ברענגט אראפ און נעמט אן א שיטה ידועה (גאונים, רמב"ם וכו') איבער אגדות. ביי היימישע אידן איז געווענליך נישט אזוי אנגענומען, וכל שכן פאר צעירי הצאן פעלט עס נישט אויס צו וויסן.
ער פאר זיך מעג אפשר האלטן וואס ער וויל אבער עס טוט וויי ווען איינער קומט בתמימות הערן א שיעור גמרא רש"י און מ'פיטערט אים זאכן וואס ער דארף נישט צום געזונט.
לעצט פאראכטן דורך להודות אום מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 8:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עצה טובה! נישט צו נעמען אדווייז פון א ניק אונטער 100 תגובות... קרעדיט: קאכעדיגע

Haklal
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: שיעור בגפ''ת דף ליום

תגובהדורך Haklal » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 8:30 pm

להודות האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:רב יאווא

סתם איז כדאי צו וויסן אז ער זאגט זאכן בעניני אגדתא וואס איז נישט לויט'ן אנגענומענער מהלך.

איך דענק נישט אזא זאך (נישט אז איך האב אויסגעהערט אלע זיינע שיעורים)
למשל וואס?

ער ברענגט אראפ און נעמט אן א שיטה ידועה (גאונים, רמב"ם וכו') איבער אגדות. ביי היימישע אידן איז געווענליך נישט אזוי אנגענומען, וכל שכן פאר צעירי הצאן פעלט עס נישט אויס צו וויסן.
ער פאר זיך מעג אפשר האלטן וואס ער וויל אבער עס טוט וויי ווען איינער קומט בתמימות הערן א שיעור גמרא רש"י און מ'פיטערט אים זאכן וואס ער דארף נישט צום געזונט.


למשל ווי? וועלעכע אגדתא גמרא מיינסטו

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7817
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שיעור בגפ''ת דף ליום

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 8:33 pm

אונזער ספרים שאנק איז געפאקט מיט אלע די מינע ״אנדערע שיטות״ ווי אזוי דו רופסט עס, קיינער לערנט זיי נישט פאר קינדער, אבער ערוואקסענע נארמאלע מענטשן באגעגענען זיך מיט אלע שיטות און יהדות הקפה והלכה, איך זעה נישט וואס די פראבלעם אויב לייגט ער אריין אין זיין שיעור א שיטה וואס ער האלט סאיז אמת און סשטומט מיט די י״ג עיקרים וכו׳.

איך כאפ אבער נישט פונקטליך וואס דו מיינסט ״שיטה ידועה״ רעדסט בענין השגחה אדער אמונות טפלות?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

להודות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: שיעור בגפ''ת דף ליום

תגובהדורך להודות » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 8:47 pm

א וודאי איז דא "כל מינע אנדערע שיטות". ביי אונז איז אבער כל דברי חז"ל קודש קדשים.
איך ווייס פון א בחור וואס האט האט זיך אויסגלערענט אז "מ'גלייבט דברים כפשוטם איז מען א שוטה", דער רמב"ם האלט נישט פון שדים, וכו'.

הוא אשר אמרתי: מ'זאל וויסן וואס ער זאגט און האלט, און פאר דו שדכ'נסט איינעם אן צו הערן זיינע שיעורים נעם אין אבאכט צו איז עס לתועלתו.
עצה טובה! נישט צו נעמען אדווייז פון א ניק אונטער 100 תגובות... קרעדיט: קאכעדיגע

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7817
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שיעור בגפ''ת דף ליום

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 9:15 pm

נו מילא יעדער בורל ווייסט פון רש״ש קעגן גלגולים, סאו וואט?
אויב איינער פאלט דורך דעם דארף ער זיך גיין אויסטשעקן אויף וואס זיינע יסודות זענען געבויעט.

פארשטייטצעך אין חיידער ווייסט מען נאר וואס דער רבי זאגט, און ווען מאיז עלטער ווערט מען געוואר אז סאיז דא נאך שיטות מכל המינים, עני וועי איך האב נאך קיינמאל געהערט איינער זאל זאגן אז מטאר נישט הערן הרב יאוואס שיעורים, לכאורה א מגיד שיעור ווי יעדע מגיד שיעור.
סאיז אזוי ווי דו גייסט מיר זאגן מטאר נישט הערן הרב רייזמאן ווייל ער רעדט אביסל ברייט בעניני אמונה.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: שיעור בגפ''ת דף ליום

תגובהדורך טראק דרייווער » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 9:21 pm

איינס האט געשריבן:לכאורה א מגיד שיעור ווי יעדע מגיד שיעור.


נישט סתם א מגיד שיעור, נאר א קנאקעדיג'ס. זיין קלארקייט איז להפליא, געאייגענט פאר אינג אין אלט.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7817
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שיעור בגפ''ת דף ליום

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 9:31 pm

יא יא
איך פלעג הערן א תקופה זיין תמצית הדף, זייער קלאר קורץ שארף און צום פוינט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

להודות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: שיעור בגפ''ת דף ליום

תגובהדורך להודות » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 9:36 pm

איינס האט געשריבן:נו מילא יעדער בורל ווייסט פון רש״ש קעגן גלגולים, סאו וואט?

א שטיקל חילוק א הערה'לע פון אן אחרון ביז צו טוישן די גאנצע וועג פון קוקען אויף א גמרא און די הייליגע חז"ל.

בכל אופן, איך האב נישט גערעדט פון זיין הסברה.
וואס איך האב געוואלט איז נאר געווען וואס איך האב פריער געזאגט - פאר וועם ס'גייט אן: דע מה שלפניך.
עצה טובה! נישט צו נעמען אדווייז פון א ניק אונטער 100 תגובות... קרעדיט: קאכעדיגע

אוועטאר
נעזל
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 8:31 am
לאקאציע: צווישן די אויגן, העכער די מויל.

Re: שיעור בגפ''ת דף ליום

תגובהדורך נעזל » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 8:06 am

צוריק צום נקודה: האט קיינער דערווייל נישט געטראפן קיין איין שיעור מיט תוס' (איך זוך עס שוין אויך אפאר יאר און איך שוין כמה פעמים אנגעפרעגט אויף דער וועלטל פאר דעם)
עס איז דא ר' מיכל זילבער אבער עס איז כמו שיעור עיון עס איז נישט פשוט גמ' תוס'
אדרבה אויב איינער דא קען מסדר זיין עס זאל זיין אזא שיעור אויף קול הלשון (פון א שעה א בלאט) בין איך זיכער אז אסאך אידן וועלן גאר שטארק הנאה האבן.

(אופס... געשריבן מיט די ראנג ניק...)
ס'נעזל שטעק ביטע ארויס פון דא!!


צוריק צו “שיעורי הקהילות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט