חק לישראל: דיונים ועיונים בשיעור היומי

שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:43 pm

איך האב אנגעהויבן לערנען חק דאס יאר מיטן נייעם מחזור.
איך האב עטליכע שאלות אויפן 'אופן הלימוד' ווי אזוי עס דארף געטון ווערן.

* דארף מען עס לערנען דווקא בייטאג? אויב לערן איך די שיעור פון יום א' ביינאכט הייסט עס שוין יום ב'? און די 26 פסוקים פון ליל שישי מוז דווקא זיין ביינאכט?

* ביי ליל שישי שטייט אז ע"פ אר"י זאגט מען נאר שתים מקרא אדער אחד מקרא אהן תרגום. דאס היייסט אז מען קען עס נישט רעכענען פאר מעביר סדרה, גערעכט?

* ווי אזוי לערנט מען ווען עס איז דא 2 פרשיות?

* זאגט מען ארויס די שמות אדער נישט?
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג אוקטובער 07, 2018 2:16 pm

ווען עס איז דא צווי פרשיות לערנט מען די ערשטע, די כלל איז מען לערנט די לימוד פון וואס מען האט געליינט די פריערדיגע שבת ביי מנחה, און דאס גייט אן חול המועד א.א.וו.

פארוואס נישט ארויסזאגן די שמות אויב זאגט מען א גאנצע פסוק

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג אוקטובער 21, 2018 12:27 am

פרייטאג זאגט מען נאר ווי עס שטייט אדער הייבט מען אן פון אנפאנג ?

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג ינואר 28, 2019 8:20 am

פעטער שמואל האט געשריבן:איך האב אנגעהויבן לערנען חק דאס יאר מיטן נייעם מחזור.
איך האב עטליכע שאלות אויפן 'אופן הלימוד' ווי אזוי עס דארף געטון ווערן.

* דארף מען עס לערנען דווקא בייטאג? אויב לערן איך די שיעור פון יום א' ביינאכט הייסט עס שוין יום ב'? און די 26 פסוקים פון ליל שישי מוז דווקא זיין ביינאכט?

* ביי ליל שישי שטייט אז ע"פ אר"י זאגט מען נאר שתים מקרא אדער אחד מקרא אהן תרגום. דאס היייסט אז מען קען עס נישט רעכענען פאר מעביר סדרה, גערעכט?

* ווי אזוי לערנט מען ווען עס איז דא 2 פרשיות?

* זאגט מען ארויס די שמות אדער נישט?


ני עמיצער האט תשובות פארדעם? בכלל דארף מען נאכאמאל מעביר סדרה זיין די וואס פירן זיך יעדע וואך מעביר סדרה צו זיין? אדער אז מען האט געלערנט יעדן טאג די חק איז מען יוצא מעביר סדרה

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג ינואר 28, 2019 9:03 am

אוודאי איז מען יוצא מעביר סדרה זיין מיטן לערנען חק
דער משנה ברורה ברענגט דאך פונעם גר"א אז ער האט לכתחילה אזוי מעביר סדרה געווען, זונטאג ביז שני מאנטאג ביז שלישי
פון שבת ביי מנחה ווען מ'ליינט שוין די פרשה פון די קומעדיגע וואך קען מען שוין מעביר סדרה זיין

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » זונטאג פאברואר 03, 2019 9:06 pm

לכאורה האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:האט איינער א ליסטע פון די אלע פרקים משניות וואס מ'לערנט 'נישט' אינעם סדר פון חק?

איך שרייב פון קאפ ארויס, מעגליך אומפונקטליך (למעשה בלייבט 200 פרקים משלים צו זיין)
סדר זרעים = פון מסכת מעשרות ביז צום סוף
סדר מועד = מס' שקלים, ר"ה, יומא, סוכה, תענית, מגילה, מו"ק פ"ג
סדר נשים = מס' נדרים מפ"ג ואילך, מס' נזיר
סדר נזיקין = מס' מכות פ"א וב', מס' ע"ז מפ"ג ואילך, מס' עדיות מפ"ג ואילך, מס' אבות, מס' הוריות
סדר קדשים = מס' ערכין מפ"ז ואילך, מס' תמורה, מס' כריתות, מס' מעילה, מס' תמיד, מס' מדות, מס' קנים
סדר טהרות = מס' כלים, מס' נדה, מס' נגעים מפי"א ואילך, מס' טהרות, מס' מכשירין, מס' זבים, מס' טבול יום, מס' עוקצין

איז דא ערגעץ צו באקומען א לוח צו לערנען די משניות וואס איז נישט דא אינעם סדר הלימוד פונעם חק צו ענדיגן ששה סדרי משנה אין א יאר?
ייש"כ!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג אפריל 15, 2019 8:38 pm

פרשת אחרי, לערנט מען 2 מאהל די יאר?
אדער קען מען נעמען 'אףף' פאר א וואך און זיך צוגרייטן צום יו''ט?
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט


צוריק צו “שיעורי הקהילות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט