מיטוואך אפריל 03, 2013 12:57 pm
ער האט צוגעשטעלט א פיינע חולמועד דער קולמע...
822- א יודישע אמעריקאנע סאלדאט וואס האט געדינט אין איראקע מלחמה - 10'טע יארצייט (הענדל ברייער)
823 - ר' אברהם אהרן טייטלבוים - אוועקגעגעבן א ניר, הוא ואשתו - היסטארישע זאך (הערשל פריעדמאן)
824 - הצלה וואלענטירן מיט יודן וואס זיי האבן געראטעוועט - קאנפרענס קאללס (יצחק ש. דרעזדנער)
825 - יודען וואס האבן פראדוצירט זאכן וואס זענען אריין אין גינעס ווארלד רעקארד (יצחק ש. דרעזדנער)
826 - וויאזוי מען מאכט א סידי פראדוקציע (וועלוועל שמעלצער)
-----
ביי 825 איז דא א שמועס מיטן פראדיצירער פונעם פאפא ארון קודש, פאלוך, אינטרעסאנט צו הערן וויפיל עבודה עס איז אריין דערין, און וועט יתכן אריינגיין אינעם רעקארד אלץ גרעסטע ארון קודש פון מארבל, האנט געקארווט. (א בילד ביטע??).
826 שמועסן מיט ישראל ווערדיגער, יוסי גרין, יונתן שווארץ, יוסף משה כהנא. עטליכע חידושים וואס איז מיר אפיר געקומען.. ערשטענס, ר' יונתן וואס איז כידוע געווען פון די לוחמים קעגן די וואס קאפיען סידיס, זאגט דא בפה מלא הרינו מוחל.. כאטש ער בעהט די וואס קענען זאלן צאלן, אבער די וואס קענען נישט, זאלן ניצן געזונטערהייט.
צווייטנס, בנוגע ניגונים וואס ער ניצט אויף זיינע טעיפס, וואס קומען אמאל נישט פון אזעלכע ערליכע מקורות, זאגט ער, ער האט געפרעגט הרב וואלפסזאן און האט איהם גע'עצה'ט יא צוניצן אויב יענער לעבט שוין נישט, און עס איז גאר א טובה פאר יענעמס נשמה. (וועלכע מיינט מען?)
ר' יוסף משה טוט מגלה זיין אז ער פלאנט א מלוה מלכה סידי, און א חב"ד וואס זאל זיין מער שטייטערע ניגונים.. פאר מער דריקט נומבער...
Advertisement
מיטוואך אפריל 03, 2013 1:05 pm
פריילאך האט געשריבן:ביי 825 איז דא א שמועס מיטן פראדיצירער פונעם פאפא ארון קודש, פאלוך, אינטרעסאנט צו הערן וויפיל עבודה עס איז אריין דערין, און וועט יתכן אריינגיין אינעם רעקארד אלץ גרעסטע ארון קודש פון מארבל, האנט געקארווט. (א בילד ביטע??).
viewtopic.php?p=671694#p671694viewtopic.php?p=672929#p672929
מיטוואך אפריל 03, 2013 10:25 pm
איך פרוביר אפירצוזוכן א אינטערוויו פין איינעם אברהם יעקב (בן בתי) וואס רעדט וועגן קראסנא רב אין לאגער/געטאו
יישר כח למפרע
מיטוואך אפריל 03, 2013 10:35 pm
פריילאך האט געשריבן:-----
ערשטענס, ר' יונתן וואס איז כידוע געווען פון די לוחמים קעגן די וואס קאפיען סידיס, זאגט דא בפה מלא הרינו מוחל.. כאטש ער בעהט די וואס קענען זאלן צאלן, אבער די וואס קענען נישט, זאלן ניצן געזונטערהייט.
וואס האט אים אזוי געטוישט?
דינסטאג יוני 18, 2013 12:58 pm
לעצטנס האב איך געהערט אויף קול מבשר א אינטערוויו מיט עמיצן וועלכער שטודירט "לעבן" ווי לאנג מען לעבט און ווער עס האט די לענגסטע געלעבט און פארוואס היינט לעבט מען לענגער און אלעס ארום, בתוך הדברים זאגט ער אז זיי (די וויסנשאפטליכע) זאגן אז פופציג פראצענט פון די וועלכע זענען געבוירן זינט יאר 2 טויזענט למספרם וועלן דערלעבן די הונדערט יאר. אזוי זאגט יענער דארטן. צי זיי ווייסן וואס זיי רעדן ווייס איך נישט, גיי גלייב זיי, אבער איך האב געקלערט א הסבר דערויף אז די סיבה קען זיין ווייל דער דרך פיקודיך זאגט ביי לא תרצח אז יעדער דיבור גייט ארויס פון אלע כוחות הנפש און דורך רעדן אסאך איז נפשו יצאה בדברו דאס הייסט ווי מער מ'רעדט דברים בטלים גייט מען חלילה פריער פון די וועלט עכדה"ק און היינט רעדט מען שוין כמעט נישט נאר מען טעקסט זיך און בקרוב קען זיין מ'וועט מער נישט רעדן כמעט בכלל ממילא וועלן זיי לעבן לענגער... בדרך אפשר.
דינסטאג יוני 18, 2013 1:01 pm
גאנץ גוט!
דינסטאג יוני 18, 2013 1:01 pm
שטימט אבער נישט מיטן ניק...
דינסטאג יוני 18, 2013 2:27 pm
שיחות חולין האט געשריבן:לעצטנס האב איך געהערט אויף קול מבשר א אינטערוויו מיט עמיצן וועלכער שטודירט "לעבן" ווי לאנג מען לעבט און ווער עס האט די לענגסטע געלעבט און פארוואס היינט לעבט מען לענגער און אלעס ארום, בתוך הדברים זאגט ער אז זיי (די וויסנשאפטליכע) זאגן אז פופציג פראצענט פון די וועלכע זענען געבוירן זינט יאר 2 טויזענט למספרם וועלן דערלעבן די הונדערט יאר. אזוי זאגט יענער דארטן. צי זיי ווייסן וואס זיי רעדן ווייס איך נישט, גיי גלייב זיי, אבער איך האב געקלערט א הסבר דערויף אז די סיבה קען זיין ווייל דער דרך פיקודיך זאגט ביי לא תרצח אז יעדער דיבור גייט ארויס פון אלע כוחות הנפש און דורך רעדן אסאך איז נפשו יצאה בדברו דאס הייסט ווי מער מ'רעדט דברים בטלים גייט מען חלילה פריער פון די וועלט עכדה"ק און היינט רעדט מען שוין כמעט נישט נאר מען טעקסט זיך און בקרוב קען זיין מ'וועט מער נישט רעדן כמעט בכלל ממילא וועלן זיי לעבן לענגער... בדרך אפשר.
שלום עליכם
דער קאלענדער זאגט מיר אז ס'איז חצי תמוז..
מענין לענין, האט דאס א שייכות צו דיין ניק, (אפשר האט דאס גאר למעלה געמיינט?)
מיטוואך יולי 17, 2013 11:38 pm
827 - ערשטע יאר פון אונטערסטעיט חברים
828 - סטעיט סענעטאר ר' שמחה פעלדער, זיינע אויפטוען.
829 - ישועות ביי רבי שמואל ארי' עקשטיין.
830 - ישועות ביים יארצייט פון צדיק נסתר ר' נחום ב"ר יוסף הסופר מטאחוב.
831 - הישיש ר' משה ווייסבערג, געדענקט קלאר ר' ישעי'לע קערעסטירער.
832 - ר' שלמה קנאפלער, איבער קאראקאס ווענזועלא.
833 - פרינץ פון סאוט אפריקא - גר צדק הרב נתן גומעדזעי.
834 - הרה"ח ר' משה לייב ווייזער מלאנדאן, בריטישע מיוזיעם, און אנדערע מיוזיעמס.
835 - הרה"ג ר' דניאל דוד שטיינבערג, פאות כהלכה פאר אלע יארגענג, הלכה און פראקטיק.
836 - ר' געציל רובאשקין.
837 - העסקן ר' יודל יאקאב, שידוך מיט הב' יעקב יוסף גרינוואלד מיאפאן.
838 - הישיש ר' עביר ראזענבערג, איבער רבי שלום אליעזר מראצפערט, ביים קריג.
839 - פראפעסער לעני ראזענבערג, איבער רובאשקין פרשה.
840 - ר' שלומ'קע זוועהילער ביים אוה"ח הק'ס ציון, און מופתים פון רבי שלומ'קע זי"ע.
841 - ר' שלמה זלמן סאנדער פון קאליפארניע, 101 יאר עמו"ש, איבער זיינע לעבן און מיטמאכענישן.
842 - הישיש ר' שלמה גבריאל פליישמאן, און ר' גבריאל אפענהיים, איבער בלומען לכבוד שבועות,
843- ר' אהרן אויש, איבער האדעווען קוען, און מילכיגס
844 - ר' יוסף פראמאוויטש, איבער יפה פראדאקשען.
845 - ר' דוד דוועק, איבער אנארעקסיע.
846 - הגה"צ קאמינקע רבי, איבער סבא קדישא מראדאשיץ.
847 - איבער LTB ביזנעס סאמיט.
848 - איבער PROCLICK.
849 - טעג אפיס.
850 - חזנים און בעלי תפלות, איבער חזן יאסעלע ראזענבלאט.
851 - 3 ביזנעס עקספערטן איבער LTB.
852 - ר' דוד לייב גרינפעלד, אלטע ס"ת געטראפן פון 850 יאר אלט.
853 - ר' אייזיק האניג, נייע סידי על ההרים.
854 - 5 CEO'ס און 5 אינוועסטערס איבער LTB ביזנעס סאמיט.
855 - העסקן ר' חיים משה שטויבער, פראטעסטן אמאל און היינט.
856 - ר' שמואל הורוויץ, אסיפת הרבנים איבער נייע פאטענט אויף פרידזשידער.
857 - פרשת בלומגארטן, הויפט אדוואקאט.
858 - ר' אברהם ווערטהיימער, וועקסלער.
859 - הרב יהושע הארטמאן ר"י חשמונאים, געזען די גולם פון פראג, וספרי מהר"ל.
860 - הרב צבי אורטנער, הלכה טעק USA, שבת לאו קוקער.
861 - הרב ישראל צבי גוטמאן אב"ד וואודרידזש, תפיסה אין וואודרידזש.
862 - הרב בערל לאזאר, היסטאריע - חב"ד אוצר צוריק צו חב"ד אין רוסלאנד.
863 - פרשת רובאשקין, אדוואקאט, קינדער.
864 - איבער צבי ברוך בלומגארטן, לאיערס, עסקנים, רבנים.
865 - הרה"ח ר' שלמה זלמן בירנבוים, געווען 26 חדשים אין קוימען ביים קריג.
866 - אירגון שטראלן קארסעס.
867 - גר צדק ר' עזרא חיים בן אברהם אבינו, חתן בשבע ברכות.
868 - ר' יהושע גליק, תקופת תמוז בר"ח אב ערשטע מאל אין די בריאה
869 - כולל חצות ירושלים, פדיון הרש"ש.
870 - פיש סוחר ר' מאיר שטיינבערג; רבי משה וויא מומחה בתולעים, איבער פיש.
871 - אויגן דאקטער ד"ר ארי' עדעלשטיין מקווינס, איבער נייע המצאה אויף די אויגן, וכל המסתעף.
872 - הרב מאיר שפירא מאנסי, איבער ישיבת יח"ל, רבני' וחכמי'.
873 - הרה"ח הישיש ר' אהרן דוב געללער מב"ב, געגראבן בונקער אין פרעשבורג פאר ר' מיכאל בער ווייסמאנדל, מיטינג מיט קאסטנער.
874 - העסקן ר' ארי' לייב גלאנץ, דאס לעבן פון אידן אין תפיסות.
875 - רב איילון אנוב, תחיית המתים פון קלינישע טויט.
876 - ר' אברהם גאלדשטיין גר צדק, איבער לעבן פון גרים.
דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:41 am
יעצט זע איך אז מיין ארבעט איז געווען מער ווייניגער לריק, ווייל אין ערשטן בלאט איז דא אלע אינטערוויוס, און מ'האלט עס אין איין אפדעיטן.
זאל דער נעקסטער וואס וויל דאס טון וויסן דערפון.
דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:52 am
העי.... איך האב עס אריין געשטעלט פריער....
א ריזן דאנק אייך.
דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:53 am
אה, כ'האניש געכאפט, ס'דעיס וואס איך האב געשריבן? אה, נחמתנו! דו האסט נישט קיין אהנונג וואסערע עגמת נפש כ'האב געהאט... ס'הייסט כ'האמיך אפגעמוטשעט אזוי אינמיטן די נאכט פאר גארנישט... אבער אזוי, נו, ב"ה.
דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:54 am
יעצט זעה איך טאקע, "לעצט פארראכטן 2011", וואס די מנהלים קענען אלס נישט...
דאנערשטאג יולי 18, 2013 8:18 am
יישר כח לוי יצחק, פרייליך, און די געטרייע מנהלים וואס שרייבן און אפדעיטן די אינטערוויוס.
אגב; בקרוב וועט מען שוין דארפן דרוקן 4 קנעפלעך צו הערן א אינטערוויו.
מאנטאג ספטמבר 09, 2013 10:43 am
1x1 האט געשריבן:723 - ר' מרדכי באשיץ פון לידא - א איד פון הונדערט זעקס יאר וואס פארציילט פון חפץ חיים, און פון זיין א פארטיזאן ביי די קריג. [נפטר לאחרונה]
הערשט היינט צופרי געהערט אויף קול מבשר אז ער איז נפטר געווארן, און שוין שטייט דא "נפטר לאחרונה", גאנץ געשיקט...
מאנטאג ספטמבר 09, 2013 10:52 am
WOW
נישט געוואוסט דא ווערט אזוי שנעל אפדעיטעד, כמעט ווי וויקיפעדיע
מאנטאג ספטמבר 09, 2013 12:27 pm
877 - הרה"ג ר' חיים מאיר וואגשאל שליט"א בעל מכשיר פון די נייע עווערגרין סופערמארקעט אין מאנסי וועלכער האט איינגעפירט פילע נייע חידושים אין עולם הכשרות (יצחק ש. דרעזנער)
878 - איבער די שעדליכקייט פון עין הרע (הערשל פריעדמאן)
879 - דעפיוטי פאליציי קאמישענער פון נוי יארק סיטי ר' עובדי' שמואל וועקסלער נ"י פון סטעטן איילענד, וואס איז נארוואס אויפגענומען געווארן אויף זיין הויכן אמט דורך פאליציי קאמישענער רעי קעלי נאכן דינען איבער 40 יאר אין די נוי יארק סיטי פאליציי ביורא (יצחק ש. דרעזנער)
880 - ר' חיים מאיר פליגמאן נ"י ארויסגעבער פון הערליכע סידי ושיר אינאיינעם מיט די פרחי שיר ושבח (הערשל פריעדמאן)
881 - ר' רפאל פרענקלין נ"י וועלכער האט פארברייטערט זיין לאנג יעריגע פארם אין ווייט-לעיק, ווי ער פראדוצירט היימישע מילך, קעז, יאגערט, און פארמאגט אויך א שלאכט הויז פאר עופות (יצחק ש. דרעזנער)
882 - צום צענטן יאר טאג פון די שוידערליכע באס טעראר אטאקע אין ירושלים מיט אדמו"ר מנאדבורנא-חיפה שליט"א וועלכער האט דאן פארלוירן בנו יקירו הרה"צ ר' מרדכי שמואל לייפער ז"ל הי"ד, און מיט די הצלה קארדינעיטער פון ירושלים ר' אברהם רייכמאן נ"י (יצחק ש. דרעזנער)
883 - הרב הערשל אשכנזי שליט"א פון בארא פארק ביי וועמענס עלטערן הרה"ק מהר"י מסאטמאר זי"ע איז עטליכע מאל איינגעשטאנען אין א"י ווי ער פארציילט ערשטמאליגע עובדות זייענדיג א נאנטער משפחה קרוב (יצחק ש. דרעזנער)
884 - מיטן בארימטן זינגער און שפילער ר' אברהמי צימענט נ"י (הענדל ברייער)
885 - מיט עטליכע עסקנים וועלכע גיבן זיך אפ מיט פארטיילן איבריגע פרישע עסן פון אידישע שמחות פאר גרעסערע משפחות און נויטבאדערפטיגע (יצחק ש. דרעזנער)
886 - מיט די פירמע מעקסי-העלט וויאזוי זייערע דייעט פראדוקטן העלפט פארלירן וואג (הענדל ברייער)
887 - הרה"ח הישיש ר' דן שווארץ שליט"א מח"ס קן צפור וועלכער איז שוין עוסק העכער 50 יאר אויפצולעבן מצות שילוח הקן (יצחק ש. דרעזנער)
888 - מיט עטליכע לאנגיעריגע גבאי צדקה וועלכע פארציילן זייערע טאג טעגליכע ערפארונגען (יצחק ש. דרעזנער)
889 - ערשטע חלק אינטערוויוס צום צענטן יארטאג פונעם מאסיוון בלעקאוט זומער תשס"ג, אריינגערעכנט א אינטערוויו מיט ר' יצחק בראווער נ"י פון בארא פארק וועלכער האט דעמאלס געארבעט ביי קאן-עדיסאן און באוויזן צוריקצושטעלן די ערשטע די עלעקטעריק פאר די בארא פארקע איינוואוינער (יצחק ש. דרעזנער)
890 - צווייטע סעריע אינטערוויוס צום צענטן יאר טאג פונעם מאסיוון בלעקאוט מיט פארשידענע בעלי חסד וועלכע האבן פיל פארגרינגערט פארן ציבור אין די שווערע טונקעלע הייסע טעג פונעם בלעקאוט (יצחק ש. דרעזנער)
891 - מומחה איבער שופרות ר' יצחק שעכטער נ"י פון ארץ ישראל וואס פאסט צו שופרות לויט די ליפן פונעם בעל תוקע (יצחק ש. דרעזנער)
892 - ר' יהושע געטטער נ"י ריעל עסטעיט מומחה אין א"י איבער אינוועסטירן און קויפן דירות אין ארץ ישראל (הענדל ברייער)
893 - ר' דוד וועבער נ"י איבער די נייע סידי "על המזון" (וועלוול שמעלצער)
894 - הר"ר מרדכי גענוט שליט"א און הר"ר חיים מאיר אפעל שליט"א ארויסגעבער פון לוח דבר בעתו צום בעפארשטייענדן יאר תשע"ד (יצחק ש. דרעזנער)
895 - חרדישע שריפטשטעלער ר' יעקב יוסף סורקיס נ"י ארויסגעבער פון בוך איבער אינטערסאנטע השגחה פרטיות מעשיות אין די צייט פון די 911 אטאקעס (שמעון ראלניצקי)
896 - הר"ר משה ראובן דאווידאוויטש נ"י פאטער פון הילד שמואלי דאווידאוויטש ע"ה פיל מיט אמונה חיזוק ובטחון באגלייט מיט הארציגע וואויס מעסעדזשעס פון שמואלי ע"ה (יצחק ש. דרעזנער)
897 - טורקער רב הרה"ג ר' עזריאל וויינבערגער שליט"א דברי התעוררות בעניני תפלה ושאר ענינים (יצחק ש. דרעזנער)
898 - פלאהר'ס אתרוגים וועלכע סערווירן שוין דעם ציבור איבער 50 יאר און האבן יעצט געפענט צענטערן אין אלע חרדישע געגענטער (יוסי געשטעטנער)
899 - העכער 30 אידן איבער די וועלט טיילן מיט זייער מיינונג וואס ס'איז געווען די הויפט געשעעניש פון תשע"ג (יצחק ש. דרעזנער)
מאנטאג ספטמבר 09, 2013 1:02 pm
א ריזן דאנק אייך.
מאנטאג ספטמבר 09, 2013 1:09 pm
יעצט אנדעקט דעם אשכול, אזא אוצר, ייש"כ פאר אלע צדיקים גמורים דא, כ'האב דא געטראפן אינטערוויו'ס וואס כ'זוך שוין ווערווייסווילאנג, גמח"ט
זונטאג ספטמבר 22, 2013 8:39 pm
900-איבער די עלעקטעראנישע ציגארעטלעך פון 'DROP SMOKE' (הערשל פר"מ)
901-עטליכע אידן וואס האבן מיטגעמאכט דעם אמעריקאנעם 'ליגעל סיסטעם' (י.ש. דרעזנער)
902-מלחמה איבערלעבער דערציילען וויאזוי מ'האט זיך אנ'עצה געגעבן מיט סוכה און ד' מינים בגיא צלמות (י.ש. דרעזנער)
903-אראנזשירער, שרייבער, און אקטיארן, פון אידישע פלעיס דערציילען..[פערל,נייהויז,ח.פרענקל,פוקס,ק.עלבויגן,י.ש.פרענקל,מינץ,הערשקאוויטש,לאנגזאם,](וועלוועל שמעלצער)
904-קינדער פון באקאנטע עסקנים רעדן איבער עסקנים אינדערהיים [זילבערשטיין,האפמאן,פרייליך,גלאנץ,ראטה,צוויבעל,ראזענבערג,אויערינג,] (י.ש. דרעזנער)
זונטאג ספטמבר 22, 2013 10:08 pm
איינער ווייסט אפשר ווי מען קען הערן דע אינטרעוויא פון די תולעת יעקב באסעס?
זונטאג ספטמבר 22, 2013 10:40 pm
אויב די האסט געדולד קענסטו צוריקמישן 114 ביז חצי אלול, ס'איז אן אינטערעסאנטע שמועס
זונטאג ספטמבר 22, 2013 10:43 pm
עס באקומט נישט קיין אפיציעלע אינטערוויא איידי?
מאנטאג ספטמבר 23, 2013 10:46 am
קורצע אינטערוויו'ס איבער קארענט איווענטס ווערן געווענליך פלאצירט נאר אין 114
דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 10:29 am
905 - מיט די ערשטע איינוואוינער פון אלע חרדישע אידישע געגענטער (יצחק ש. דרעזנער)
906 - סעריע אינטערוויוס מיט אלע ערליי סארט שרייבערס (וועלוול שמעלצער)
907 - מיט ר' משה ביק דער דרייווער פון שומרי אמונים חדר באס וואס האט באוויזן אומשעדליך צו מאכן אן אראבער (יצחק ש. דרעזנער)
908 -
דערווייל ליידיג909 - ספעציעלע שיעורים צו קענען הלכות שבת אין בלויז 24 שעה (הערשל פריעדמאן)
910 - מיטן וועלט בארימטן גראפאלאג ובעל מחנך הרב יהושע הענדלער (וועלוול שמעלצער)
911 - היימישע ספעציעלע קלאסן צו באקומען א דעגרי גרינגער צו טרעפן א פרנסה קלה ונקיה (הענדל ברייער)
912 - מיטן הויפט רב פון קיעוו אוקריינא הרב יעקב דוב בלייך איבער זיין שתדלנות אפירצוזוכן די באהאלטענע קינדער ביי גוים בשנות המלחמה (יצחק ש. דרעזנער)
913 - מיט א איד וואס איז די טעג געהאלפן געווארן דורך הרה"צ המקובל ר' שמואל ארי' עקשטיין שליט"א (יצחק ש. דרעזנער)
914 - מיטן לאנגיעריגן שרייבער מנחם מנדל (הר"ר מ"מ משי זהב) צו די 40 יאר צום ערשיינונג פון די וועלט בארימטע מחניים ביכלעך (יצחק ש. דרעזנער)
915 - מיט א עקסערסייז אינסטראקטער וויאזוי זיך צו האלטן געזונט ספעציעל נאך די יו"ט טעג (הערשל פריעדמאן)
916- קאנפרענס אינטערוויו פראגראם צום יארטאג פון האריקעין סענדי (יצחק ש. דרעזנער)
917 - מיטן בדחן ומשמח אלקים ואנשים ר' יוסל'ע אייזענבאך פון ארץ ישראל (יצחק ש. דרעזנער)
לעצט פאראכטן דורך
ק.נ.א. וועטער אום זונטאג אוקטובר 27, 2013 11:28 am, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.