בלאט 29 פון 54

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 24, 2012 1:46 pm
דורך למעלה משבעים
WOW WOW WOW, פרייליך, שמך נאה לך, די מאכסט פרייליך אנדערע, א ריזן דאנק איז ווייניג געזאגט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 29, 2012 10:56 am
דורך פריילאך
געלעגער האט געשריבן:א ריזן דאנק רב פרייליך. זאג, וויאזוי מאכט מען דאס? דו שטייסט און הערסט אויס יעדעס קנעפל און אזוי גייסטו דורך יעדעס איינציגסטע? דאס איז דאך א געוואלד ארבעט


איך באקום דירעקט פון קולמע די ליסט...

אמכה בדופן, עס וואלט שיין געווען ווען יא. אבער איך טוה וואס די זאגסט, און פשוט ווייל איך גלייב יודן קענען הנאה האבן דערפון

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 29, 2012 11:21 pm
דורך געלעגער
איך וויל מיך אנטשולדיגן אויב האב איך עפעס נישט גוט געשריבן. איך האב פראבירט דאס בעסטע



681 פישמאן- איחוד הקהילות טעג פילטערינג

682 ר' חיים דוד דעסער - דזשאבס

683 ר' שלמה וואלך - אייכמאן ימ"ש

684 נוגע - אסטארנאמיע

685 עקסנים - דירות מאנגל

686 ר' נפתלי גאלאמפיק - דאקטער רייכערן ועוד

687 ר' בערל ווייל -אינטעבי

688 ר' שלמה טויסיג - טויסיג 2

689 ר' שלמה בערקאוויטש - עפעקטיוו קאמיונעקעשען

690 ר' לייביש פריינד ועוד -

691 - איבער געגעבענקייט פאר קינדער

692 עסקנים - פרייע טאטע וואס פראבירט צו פארכאפן זיינע קינדער

693 ר' דוד משה קויפמאן - וויליאמסבורג אמאל

694 ר' יחיאל גולדהובער ועוד - פתחו של גיהנום בא"י

695 - סוף זמן קריאת שמע בבתי מדרשים

696 - מפעל אור החיים

697 - ר' אברהם שנעק ז"ל

698 הגאון אברהם קאבאלקין - היסטארישע כתב יד שך

699 הרב יצחק ציון- ט"ו תמוז ציון האור החיים בשנות הזעם

700 שלום יוסף האניג עם דזשעי בוקסבוים- וויין עקספערטס

701 ר' נתן לעווין- רובאשקין ועוד

702 ר' יואל קליין - ביזנעס

703 הגה"צ בעלע שליט"א

704. בית המדרש און ביה"ח דעש

705 ר' זלמו אלפאר - פרשת ביילוס

706 ר' בנצין חאנעוויטש - מאנטעסעלאו שול

707 ר' נפתלי הירצקא פרענקל - מעמעד עוללי' הלכו שבי

708 ר' ישעי קריספין - אבו חצירי זצ"ל

709 ירחמיאל דאנציגער - מעלעריי בנין השלישי

710 ר' יוסף היימאן - פיש מארקעט

711 ר' ישראל דוד עסטרייכער- שמירה בהר הבית

712 חיים הכהן ראטה - גזירת גיוס

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 29, 2012 11:45 pm
דורך למעלה משבעים
איך האב נאכנישט דורכגעקוקט די ליסטע איצטער, אבער איך שטעל זיך פאר די שווערע ארבעט וואס דאס איז, איך האב אויך פראבירט עס אפצושרייבן, און אויפגעגעבן.....
א ריזן דאנק פארן עס טון.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2012 10:08 am
דורך יוראפ
עני אפדעיטס?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2012 10:16 am
דורך ראש הקהל
כמדומה לי איז שוין געוועהן אונטערוויוס מיט יעדער חבד'סיקער שליח? ניין?
יא אפאר אונטער וויוס וועגן ר' יום טוב עהרליך בנוגע אים און זיינע טעיפס, מיט קינדער ועוד, זייער שיין און געשמאק

אידישער פאסט אפיס ארבייטער

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2012 2:18 pm
דורך ברוך אתה
פרישע אינטערוויו מיט הרב שאול קליין הי"ו איבער זיינע 16 יאר אלס פאסט אפיס ארבייטער און שפעטער פאסט אפיס עקזעקעטיוו

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2012 2:45 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
געלעגער האט געשריבן:705 ר' זלמו אלפאר - פרשת ביילוס


אלפערט

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 3:58 pm
דורך אלס פארשטייער
איינער האט די נומבער פון די עקשטיין וואס האט געהאט א אינטערוויו, דער וואס קען חכמת היד?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2012 12:48 pm
דורך Latke
2 אינטערסאנטע אינטערוויו'ס איבער די שוידערליכע עקסידענט מיט די 6 שוחטים פאר 33 יאר צוריק.
איז שוין דא ערגעץ אויף אייוועלט א אשכול דערוועגן?
אפשר קען איינער שרייבן א גרינטליכען ארטיקל איבער די פרשה?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 18, 2013 12:50 pm
דורך 1x1
1x1 האט געשריבן:789 - ר' חיים ישראל האלפערן, פון די ערשטע וואן מען בענד'ס. (??)


1x1 האט געשריבן:791 - ר' בן ציון שענקער, איבער'ן ניגון 'אני מאמין' פונעם וועלט קריג. (יצחק שלמה דרעזנער)

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 18, 2013 12:51 pm
דורך 1x1
אפשר וויל איינער זיך מתנדב זיין און שרייבן פון 712 ביז 789 ? ייש"כ!

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 20, 2013 6:36 pm
דורך thefact
1x1 האט געשריבן:אפשר וויל איינער זיך מתנדב זיין און שרייבן פון 712 ביז 789 ? ייש"כ!

קריינא דאיגרתא...

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 20, 2013 6:39 pm
דורך יוראפ
מעהאלט שוין סאך ווייטער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 21, 2013 3:50 am
דורך פאמיליעמירעלס
במקום שאין איש השתדל להיות פיש..


713 ר' יודא וועלץ = וועגן די געפארפולע שליחות'ן פון ר' מיכאל בער ווייסמאנדעל, און פארהאנדלונגען מיט גלחים להצלת ישראל

714 ר' אהרן שניצער = וואוינט אינטערעסאנט אין א חיות פארם לעבן בני ברק

715 ר' נפתלי גרינבוים = האט געמאכט די היימישע חברה הצלה אין ארץ ישראל און איז דער מייסד פון דריי הונדערט מעדעצין גמ"ח'ין און זיינע פארהאנדלונגען מיט ביל געיטס.

716 ר' יודא וויינבערג = צוזאמגעשטעלט מיניטשערס פון אידישע ימים טובים און יומא דפגרא'ס.

717 הרה"ח ר' חיים הערש שוווימער = פון די איינציגסטע לעבן פארבליבענע וואס זענען דורך די גאז קאמערן.

718 ר' יושע בוקסבוים מסקווירא = וועגן די שרעקליכע באס אויפרייס מיט ניין יאר פריער אין ירושלים, און מיט זק"א מעמבער ר' בנציון אויעררינג די ערשטע וואלונטיר ביי די סצענע.

719 קול יועץ טעלעפאן ארגענאזיצע.

720 ר' יודא הערבסט פון מאנסי = צו די ערשטע יארצייט פון זיין זון ראובן דוב וואס איז אומגעקומען דורך עלעטריק ביי האריקעין איירין, און מיט ר' וואלף גליק וואס דערציילט פון זיין מוטער וואס איז אומגעקומען אין א באנגעלאו אין פליישמאנס.

721 ר' איתמר גינזבערג = מארקעטינג עקספערט.

722 סיפורים נפלאים, איינער האט נאכגעלאזט א חוב און זיין קינד איז געזונט געווארן, א הצלה מאן ר' יונתן אמינוב פון קווינס נעמט זיך אונטער 20 פרישע יאר אין הצלה זעט תחית המתים ממש.

723 ר' מרדכי באשיץ פון לידא = א איד פון הונדערט זעקס יאר וואס פארציילט פון חפץ חיים, און פון זיין א פארטיזאן ביי די קריג. [נפטר לאחרונה].

724 ר' לוי יצחק מייזנער = אודות שופרות ואופן התקיעות.

725 ר' חיים ווייס = מצות שילוח הקן.

726 ר' אשר לאבין = וועגן ראטעווען א איד וואס ווארט אים טויט שטראף ל"ע.

727 ר' דוד ליב גרינפעלד = שערוריה בעניני תפילין.

728 ר' בנציון ווידער = חרד'ישער קאונטי לעגיסלאטור.

729 כ"ק אדמו"ר ר' ישעי' גראס מקערעסטור = זיין רייזע קיין איטאליע צו שאפן אתרוגים און זיין איבערלעבניש אין וואטיקאן.

730 ר' בנציון ווידער חרד'ישער קאונטי לעגיסלאטור = וועגן סקול וואטשערס אין מאנסי געגנט.

731 ר' שמשון קרויס = מייסד ויושב ראש עזר למזון.

732 מעשה פלא = וועגן א פויגל וואס האט געקלאפט ביי א פענסטער וועגן באצאלן א חוב, ר' ליבוש לאנגער פארציילט א מעשה פלא פון איינעם וואס איז געווען זיבעצן מינוט בבית דין של מעלה.

733 מטבע לאטא = פראמאשען פאר מעמבערשיפ אויפן יאר תשעג.

734

735 ר' יונתן יושע פליישמאן = עצות צו בלאזן שופר.

736 דרייסיג אידן = ענטפערן אויף די שאלה, וואס איז די הויפט געשעעניש פון יאר תשעב?.

737 הרב הגאון ר' עזריאל וויינבערגער טורקע רב = פון מורא מקדש וועגן נישט רעדן ביים דאוונען און זאגן אמן יהא שמיה רבא.

738 ר' שמעון ראלניצקי = וועגן די רובאשקין קעיס, געציילטע טעג פאר די סופרים קאורט באשלוס.

739 ר' מענדל כ"ץ = פון די ארגענאציזע אלף צו ראטעווען א איד וואס ווארט אויף אים טויט שטראף ל"ע

740 סדר מנהג המלקות בערב יום הקדוש אצל כמה משפחות.

741 דער אדוואקאט ר' ירחמיאל סימאנס = קאמף פאר ברית מילה מציצה בפה, אנווייזונגען פאר עלטערן און מוהלים.

742 מיטן נייען לולב האלטער ערפינדער.

743 ר' הערשל וועבער פון הצלה = וועגן ר' יום טוב ערליך און די הצלה ניגון.

744 די קינדער פון ר' יום טוב ערליך זיין זון ר' אלימלך, זיינע איידימער ר' אהרן אייזבנערג און ר' וועלוול שלעזינגער = רעדן פון טאטן ר' יום טוב ערליך.

745 ר' דוד יצחק בערנשטיין - א זון פון וויליאמסבורגע דאקטער וואס ר' יום טוב ערליך דערמאנט אין זיין טעיפ, פארהאן אין וויליאמסבורג א דאקטער וואס א טלית קטן טראגט ער.

746 הרב צימערמאן פון לאנדאן און ר' אברהם אהרן רובאשקין = געווען אין סאמארקאנד מיט יאקאב און מיט ר' יום טוב ערליך, און ביי די חתונה ווען מ'האט געזינגען דעם ניגון.

747 די קינדער פון ר' יעקב פאטאש = שמועסן פון פאטער דער באקאנטער "יאקאב".

748 לכבוד חוה"מ סוכות אודות ר' יום טוב שמחה ערליך, דאס קינד פונעם ברית ביי די ניגון ר' בצלאל די מוהל פון מאסקאווע ר' נחום צימערמאן ראש ישיבה מיר ירושלים.

749 אידן אין פארשטופטע געגנטער אין די וועלט פארציילן פון דארטיגע אידישקייט

750 צו די פופציגסטע יארטאג פון די טראגישע מארד פון דעם בארימטן עסקן הרב החסיד ר' בערל אייזדארפער הי"ד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 21, 2013 7:40 am
דורך געלעגער
א ריזן דאנק אייך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 21, 2013 9:10 am
דורך יוראפ
געלעגער האט געשריבן:א ריזן דאנק אייך


און ר' געלעגער שמעלצט עס אריין אינעם רשימה אנפאנג אשכול יישכ"ח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 21, 2013 5:06 pm
דורך מאנ-יימער
געלעגער האט געשריבן:א ריזן דאנק אייך

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 22, 2013 12:53 am
דורך פאמיליעמירעלס
ביטע-שעהן אלע דאנקערס און אלע קוואוטערס.
דאס איז די רעשט.
פון דא און ווייטער נעם איך מיך שוין נישט אונטער, ס'איז נישט אזוי גרינג ווי איך האב געמיינט.

איך האף אז איך האב אלעס ריכטיג.


751 א איד דערציילט ווי ער איז געהאלפן געווארן ביים ציון פון הרב עקשטיין.

752 הישיש ר' אלטר הכהן דרעזנער – געראטעוועט ביים קריג געווען אכצן חדשים באהאלטן אין קלויסטער, הרה"ק מסאטמאר קומט אין חלום.

753 וועגן די הכנות צום הכנסת ספר תורה פון הבחור החשוב יונה ראטה אין קרית יואל.

754 ר' יושע הענדלער - גראפאלאג פון ארץ ישראל.

755 הרב החסיד הישיש ר' חיים צבי בן ר חיים צבי שטיינבערג - א יליד קערעצקי לזכר הרה"ק ר' חנוך העניך מאיער מקערעצקי הי"ד

756 הרב זלמן האלפערט – וועגן די בלוט בלבול פון יאר תרפ"ח אין אפסטעיט ניו יארק מיט א ערמארדעטן קריסטליך קינד, וועגן ליאו פראנקען פון דזשארדזשיע.

757 מיט א איד וואס האט אוועקגעגעבן זיין ניר פאר א צווייטן איד.

758 מיט א ריעל עסטעיט עקספערט וועגן קויפן לאנד דאהי און אין ארץ ישראל.

759 א רב פון מאסאטשוסעטס – א פערזענליכע ידיד פארן גאווערנאר און פרעזידענט קאנדידאט מיט ראמני. [נד"נ].

760 הרב הישיש ר' דוד מיהאלדא – וועגן אידישקייט אין אוזבעקיסטאן, און ווי ער איז געווארן ארעסטירט דורך די קעי דזשי בי פארן דאוונען.

761 ר' שאול קליין - זעכצן יאר ארבעט אין אמעריקאנע פאסט אפיס.

762 ר' שאול קליין – ידיד פון ר' יעקב עסטרייכער וואס האט אים באזוכט אין טורמע צעל אין באליוויע, דערציילט זיין שוידערליכע איבערלעבעניש.

763 ר' דוד פליישמאן – א תלמיד פון ר' מיכאל בער ווייסמאנדעל ז"ל אין סאמערוויל, צו די פינף און פופציגסטע יארצייט, דערציילט אויך וועגן די ערשטע יוסף שפיל.

764 ר' נתן לעווין דער אדוואקאט - הצלת רובאשקין.

765 לכבוד דעם יארצייט פון בת עין, מען דערציילט אינטערעסאנטע מופתים פונעם צדיק זי"ע.

766 ר' דוד גאלדוואסער אב"ד בית יצחק - וועגן עניני כשרות.

767 ר' משה [מארווין] גרינפעלד – דער שניידער פון אמעריקאנע פרעזידענטן, און זיין איבערלעבעניש פון זיין געשטראנדעט סעפטעמבער עלעווען.

768 הרה"ח ר' נחמן אלבוים - וועגן די ווייטאגליכע פרשה ילדי טעהראן.

769 ר' עזרא פרידלענדער – הונדערטסטע יארטאג געפייערט אין קעפיטאל היל, צום זעלבסשטענדיגקייט צו דעם לאנד אלבעניע פון טערקיי, א לאנד וואס האט זייער געהאלפן אידן פון די נאציס ימ"ש.

770 הישיש ר' עמרם אבערלענדער מחשובי חסידי פאפא בוויליאמסבורג - וואס איז געווען אויף די היסטארישע קאסטנער טראנספארט מיט הרה"ק מסאטמאר זצ"ל, לכבוד כ"א כסליו.

771 מיט א מנהל פון א מוסד – וועגן די נייע ספר יסודות לחינוך אויף אידיש.

772 ר' יוסף פראמאוויטש – די נייע פראדוקשאן פון באבוב "א שפיל מיט פייער".

773 ר' חיים מאיר אפעל – פון לוח דבר בעתו, וועגן די דברי הבל אז ח' טבת תשעג איז ענדע וועלט.

774 ר' נפתלי שפיגל מרביץ תורה בלעיקוואד – זיין טאטע ר' אברהם אלחנן איז געווען צווישן די זעקס שוחטים וואס זענען אומגעקומען אין דעם טראגישן קאר עקסידענט חנוכה תשל"ז.

775 ר' מרדכי גרינצווייג פון מאנסי – דערציילט פון זיין טאטע ר' יצחק, וואס פלעגט פארן מיט די שוחטים אין די קאר וואס האט פאסירט די טראגעדיע, ובדרך נס ניצל און איז אוועק 33 יאר שפעטער אין זעלבן טאג! – און מיט ר' יוסף העכט וואס זיין טאטע ר' שמואל העכט יליד צאנז, ב"ר יוסף העכט שו"ב בצאנז, איז געווען צווישן די אומגעקומענע ל"ע.

776 וועגן א מאשין וואס זיפט מעל פאר חלות באקן, פראקטישסטע און מהודר'דיגסטע זינט עס פארמאגט 70 מעש.

777 החוקר ר' זלמן האלפערט - וועגן דער מלך החזנים יאסעלע ראזענבלאט צום אכציגסטן יארצייט.

778 מיט א איד פון גריכענלאנד [יון] – דערציילט פון זיינע זיידעס וואס זענען שוין דארט צוויי טויזנט יאר.

779 ר' מרדכי מאנדעל - הויפט רב פון די היסטארישע טורא שול אין ראוד איילנעד, לרגל די צוויי הונדערט און פופציגסטע יארטאג.

780 ר' יעקב גאלדשטיין – טשאפלען אין אמעריקאנע מיליטער, געווען אין איראק אפגאניסטאן.

781 עניני ניטל.

782 ר' ברוך ערבסט – וועגן תכלת בזמן הזה.

783 א שמועס מיט א רב אין טיילאנד צום יארטאג פון די שרעקליכע צונאמי.

784 מיט צוויי קארדינעטערס פון איחוד הקהלות לטוהר המחנה.

785 מיט אן עסקן וואס האט מלקט געווען סגולות פאר פרנסה און הגאון ר' חיים קאניעווסקי האט געהייסן מפרסם זיין.

786 וועגן דער בחור החשוב יעקב יוסף גרינוואלד וואס שמאכטעט אין א יאפאנעזע טורמע.

787 ר' יעקב פאלאק רב שומר אמונה בארא פארק – וועגן דעם אריגינאלן כתב יד פון ירושלמי וואס מען האט געטראפן אין רוסלאנד, און וועגן די בראשית יארן אמעריקא.

788 מיט אן עסקן פון קרן עזר – צום בעפארשטייענדן דינער דאנערשטאג וארא תשעג.

789 ר' חיים ישראל האלפערן – פון די ערשטע וואן מען בענד שפילערס ביי חתונה'ס.

790 ר' ארטור שניאור רב פון פארק שול מאנהעטען – באזוכט דעם ארעסטאנט אלען גראס אין קיובא.

791 ר' בנציון שענקער – צו זיינע הענט איז אנגעקומען די נאטן פון די היסטארישע ניגון "אני מאמין" און האט עס געברענגט צום מאדזשיצער רבי. - אויך מיט ר' יוסף פון לאנדאן וואס איז געווען א שכן מיט היטלער ימ"ש צען יאר.

792 אלעס ארום פרנסה עקספאו.

793 צו די פופציגסטע יארצייט פון די שריפה אין טעלזע ישיבה ווי צוויי בחורים זענען נעבעך אומגעקומען, דער מלמד פון די בחורים דערציילט.

794 ר' חיים ארי שפיץ פון ביסטריץ – זיין השתדלות צו ראטעווען סקולענע רבי, פארנדיג קיין וואשינגטאן צו סענאטאר דזשאנסאן, און וואס ער האט אפגעענטפערט קיסינדזשער.

795 ר' יצחק שווימער – עפארדעבעל מענעדזשמענט, סאפטוועיר פאר פראפערטי מענעדזשערס.

796 ר' שמואל פוקס – וואו געפינט זיך היינט די בארג סיני?.

797 ר' יצחק שלמה האפמאן - נייע רעדער אויף די רענצלעך פאטענטן, ערשטע לייסענסד עלעקטערישן, זיין פדיון שבוים אלס לאנגיעריגע טשאפלען.

798 ר' יואל קליין - די נייע טעיפ "איך האב ליב די הייליגע יו"ט פורים".

799 ר' דוב האניג - אלעס ארום פרנסה עקספאו.

800 ר' מנחם שלמה גאנצפריד - מייסד פון די וויכטיגע מוסד "מאורות ".

801 ר' אברהם בערנשטיין - אמונה און בטחון, דערציילט פון די שוידערליכע באן עקסידענט אין ארץ ישראל וואו ער האט ל"ע פארלוירן זייו זון ארי' זיין שנור און זעקס קינדער, התחזקות.

802 דער מלמד ר' ליביש ליש - וועגן די לאנג-ערווארטעטער מיניטשער משכן.

803 א ריכטער אין סופרים קאורט - אינטערעסאנטע קעיסעס, און די פליכט צו גיין צו א אידישע בית דין.

804 ר' מנשה לוסטיג - לכבוד חודש אדר.

805 ידידים קווייער וועגן די נייע סידי "אזכרה" מיט ר' דודי קאליש.

806 קאנפערענץ מיט די צווילינג ברידער בדחנים ר' בצלאל דים פון ארץ ישראל און ר' שלום אליעזר דים פון קרית יואל לכבוד פורים.

807 משמחי לב ארגענאזאציע שיקט אראפ שליחים קיין שושן הבירה בעצם יום פורים צו משמח זיין.

808 מיט די חברה משמחים וואס גייען ארום צו חתונה'ס משמח זיין, און מצוה טענץ.

809 מיט א רייע בדחנים לכבוד פורים {צווישן אנדערע אונזער טייערער "אנעים"}.

810 מיט די שליחים פון מוסד משמחי לב – וואס זענען געגאנגען קיין שושן הבירה לכבוד פורים מרדכי ואסתר.

811 ר' יעקב ווייל - וועגן זיין זון חיים וואס איז פאר פערצן יאר צוריק געווען פארלוירן דריי טעג און ב"ה אפגעפונען.

812 ר' חיים בעניש ראש הכולל ראדאמאסק בני ברק - אונטערגענומען א רייזע צו אנטדעקן די ריזיגע בונקערס וואס זיין פאטער האט געהאלפן בויען פאר די דייטשע מיליטער

813 ר' אברהם סיגלער שיכון סקוירא – נסים אין שטעטל קוממיות יארן צוריק ביי א מכת ארבה אין ארץ ישראל.

814 ר' זושא שמעלצער – א סגולה פאר פרנסה צו פארציילן דריי מעשיות אין שטוב בעפאר פסח

815 אינטערעסאנטע טעכנעלאגישע ערפינדונגען פון א קאמפעני, וועגן די פראדוקט "סקיי סעיווער" צו טאנצן דערמיט פון הויכע פענסטער על כל צרה שלא תבוא.

816 מיט עסקנים וויאזוי צו מאכן פסח'דיג געזונט און זיכער.

817 וועגן כולל חצות אין אלע אירע סגולות.

818 ר' בערל קליינמאן - אן אדוואקאט וואס האט פארטרעטן צווישן אנדערע ראמזי יאסעף באמבארדירט די ווארלד טרעיד סענטער אין 1993.

819 א רייע וויין מבינים - וועגן די פראצעדור פון וויין און מאסט.

820 ר' פנחס אייזנבאך פון סיגעיט – האט נעבעך פארלוירן איבער זיבען הונדערט היסטארישע הגדות ביי האריקעין סענדי, וויאזוי ער רעקאווערט.

821 ר' יעקב אליעזר שישא – די גרויסע פסח חלוקה פון די ארגענעזאציע טוב וחסד אין ארץ ישראל.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 22, 2013 6:32 am
דורך לכאורה
פשיהא. א גאר גרויסע יישר כח פאר די טירחא וואס איר האט אריינגעלייגט לטובתינו.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 28, 2013 4:02 pm
דורך 1x1
לכאורה האט געשריבן:פשיהא. א גאר גרויסע יישר כח פאר די טירחא וואס איר האט אריינגעלייגט לטובתינו.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 28, 2013 4:11 pm
דורך היסטאריקער
לכאורה האט געשריבן:פשיהא. א גאר גרויסע יישר כח פאר די טירחא וואס איר האט אריינגעלייגט לטובתינו.



וויאזוי קומט מען אן צו די אינטערוויוס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 28, 2013 4:26 pm
דורך 1x1
31 press

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 28, 2013 4:37 pm
דורך היסטאריקער
ייש״כ

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 31, 2013 10:48 am
דורך שמעק_טאביק
יעצט הער איך עפעס א געוואלדיגע אינטערוויו מיט טייטלבוים וועלכער האט מנדב געווען א ניר בעפאר פסח. אויך זיין ווייב האט איינס מנדב געווען עטליכע יאר צוריק.
דער אינטערוויוער זאל מיר מוחל זיין, אבער פארוואס פארדרייען דעם שמועס צו רבי׳ס און חסידים וואס גנב׳ענען קאפלעך...?