Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג פבואר 21, 2011 7:26 am

קרעמער האט געשריבן:יא, זיין נאמען איז הענדל ברייער (איך פאלג אים נאך אויף טוויטער)

אין מ'רופט איהם הענדי?

Advertisement

מאנטאג פבואר 21, 2011 11:09 am

פונקטליך האט געשריבן:כ'האב יעצט אויסגעהערט די אינטערוויו מיט שלומי דאסקאל אין יאפאן
כ'האב נישט די ווערטער וויאזוי עס ארויסצוברענגן
עס האט מיר צונומען
איך האב געלאזט טרערן

איך ראט יעדעם דאס אויסצוהערן פון אנהייב ביזן סוף

מאנטאג פבואר 21, 2011 1:56 pm

איך האלט אויך אזוי האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:יא, זיין נאמען איז הענדל ברייער (איך פאלג אים נאך אויף טוויטער)

אין מ'רופט איהם הענדי?



יא, מען רופט אים הענדי. ער האט לעצטענס אינטערוויאט איינעם פארן שטערן/שפאקטיוו וואו עס איז געווען א בילד פון אים אויפן דעקל

מאנטאג פבואר 21, 2011 2:50 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
פונקטליך האט געשריבן:כ'האב יעצט אויסגעהערט די אינטערוויו מיט שלומי דאסקאל אין יאפאן
כ'האב נישט די ווערטער וויאזוי עס ארויסצוברענגן
עס האט מיר צונומען
איך האב געלאזט טרערן

איך ראט יעדעם דאס אויסצוהערן פון אנהייב ביזן סוף


צווישן אלע אינטערוויואס פון יאפאן, איז דאס לפי דעתי די מערסטע עמאשיונעל.

מאנטאג פבואר 21, 2011 4:58 pm

your friend האט געשריבן:
איך האלט אויך אזוי האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:יא, זיין נאמען איז הענדל ברייער (איך פאלג אים נאך אויף טוויטער)

אין מ'רופט איהם הענדי?



יא, מען רופט אים הענדי. ער האט לעצטענס אינטערוויאט איינעם פארן שטערן/שפאקטיוו וואו עס איז געווען א בילד פון אים אויפן דעקל

דאכט זיך אז מען רופט אים "העינדי" (ער האט אמאל געשריבן וועגן אזא ניגון וואס איינער האט פארפאסט לכבוד זיין חתונה)

מאנטאג פבואר 21, 2011 5:44 pm

ערשטנסט שלום עליכם, איך קיק שוין לאנג דעם סייט אבער יעצט האב איך גענומען די מי זיך אריינצושרייבן. דער נייער אינטערוויוער הייסט חנוך הענדל בן אלעזר צבי ברייער (מער מענעריש????) ער איז מיינס א נאנטער חבר און איך ארבעט מיט אים. ער איז א אינגער שעפערישע שרייבער, דאכט זיך בלויז 19 אדער 20 יאר. ער האט חתונה געהאט עטליכע חדשים צוריק און וואוינט היינט אין מאנסי. ער שיקט אויך פיינע געדאנקן אויף טוויטער אונטער זיין נאמען HaindelBreuer

מאנטאג פבואר 21, 2011 9:13 pm

שלום עליכם 'נייעס דערציילער'
לכאורה וועט די אשכול (און אייוועלט בכלל) האבן א השפעה אויף אים ווייל די וועסט אים אבערגעבן א הגה/עצה וואס ווערט דא געשריבן (אויב ער באזוכט נישט דא אליין..)

מאנטאג פבואר 21, 2011 9:43 pm

415 - הרב האלפרין - מטבעות ליזענסק - ניגון מיוחס להרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק (הערשל פריעדמאן)

מאנטאג פבואר 21, 2011 9:51 pm

פונקטליך האט געשריבן:שלום עליכם 'נייעס דערציילער'
לכאורה וועט די אשכול (און אייוועלט בכלל) האבן א השפעה אויף אים ווייל די וועסט אים אבערגעבן א הגה/עצה וואס ווערט דא געשריבן (אויב ער באזוכט נישט דא אליין..)

יא, לויט ווי איך קען אים ליינט ער דעם סייט. אבער אז סוועט אויספעלן וועל איך אים איבערגעבן האערות. ביי דע וועי, הענדל ברייער האט א פרישע אינטערוויו אויפן אידישן ווינקל מיט א היימישע דזשורנאליסט וועלכע האט קאנטאקטן מיט אקטיוויסטן אין ליביע און עגיפטן. איינער ווייסט ווער דער דזשורנאליסט איז? ס'זעט אויס ווי ער ווייסט וואס ער רעדט

דינסטאג פבואר 22, 2011 6:39 pm

416 - ר' משה ואחיו ר' ברכי' ביניק - כולל סופערמארקעט - גוי'שע העצע דערקעגן (יונה כהן)

דינסטאג פבואר 22, 2011 11:16 pm

417 - העסקן ר' יואל כ"ץ - מפעל מאורות ע"י הרב מנחם שלמה גאנצפריעד (יצחק שלמה דרעזנער)
לעצט פאראכטן דורך פונקטליך אום דאנערשטאג פבואר 24, 2011 5:54 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך פבואר 23, 2011 11:59 am

פונקטליך האט געשריבן:416 - ר' משה ואחיו ר' ברכי' ביניק - כולל סופערמארקעט - גוי'שע העצע דערקעגן (יונה כהן)


Breaking news 2/22/11: The board voted 29-0 to approve the Moisha’s expansion!

http://watsonsale.com/blog/help-support ... expansion/

מיטוואך פבואר 23, 2011 4:43 pm

אינטערוויוס איבער די גרויסע ערדציטערניש אין ניו זילאנד, נומער 1/1/4 פונעם מעין מעניו

הרב גולדשטיין - הויפט חב"ד רב (יצחק שלמה דרעזנער)

הרב שמוליק פרידמאן - געהילף חב"ד רב - פירט יעצט אן די מיסיע דארט אין צייט וואס די הויפט רב איז אין אסטראליע (הענדל ברייער)

מיטוואך פבואר 23, 2011 5:01 pm

אין אידישען ווינקל, 1/1/4 פון מעין מעניו, איז דא א אינטערוויו (העינדי ברייער) מיט א היימישע אינגערמאן וואס שטייט פארבינדן מיט לאקאלע אנוואוינער אין ליביע און אין מצרים.

איז דאס אפשר דער אידישער שרייבער י.י.סורקיס?
מיט וועם האט ער קאנעקשענס דארט אין די שווארצע לענדער?

דאנערשטאג פבואר 24, 2011 12:39 pm

418 - העסקן ר' יואליש קרויס - זאמלונג פון איבער 20,000 ירושלים'ער פאשקעווילן (יצחק שלמה דרעזנער)

דאנערשטאג פבואר 24, 2011 6:09 pm

אינטערוויו מיט א חב"ד שליח אין סאן פראנציסקא קאלעפארניע איבער די געזעץ קעגן ברית מילה וואס די גוים ארבעטן צו מאכן (הענדל ברייער)
נומער 1/1/4 פונעם מעין מעניו

דאנערשטאג פבואר 24, 2011 6:15 pm

באריכט פון א ק"מ קרספדאנט אין ליזענסק פוילן איבער די מצב דארט צום היינט נאכטיגן יארצייט
נומער 1/1/4 פון מעניו


אגב: פון היינט נאכט 9:00 וועט זיין צוגעשטעלט א לייוו הוקאפ מיטצוהאלטן די תהילים ביים ציון הקדוש אין ליזענסק
נומער 8/1 פון מעין מעניו

פרייטאג פבואר 25, 2011 2:46 pm

Was interviewed now on @KolMevaser. I'll tweet it when it will be on. @Badchen

פרייטאג פבואר 25, 2011 3:16 pm

419 - ר' יואלי לעבאוויטש פעסטער רבי - נייע "בונדאש" סידי (הערשל פריעדמאן)

זונטאג פבואר 27, 2011 1:10 pm

אינטערוויו מיט ר' מרדכי פערלמאן - גרופע נישט אנגעקומען קיין ליזענסק ביומד"ה צוליב מעכאנישע פראבלעם אינעם פליגער (הענדל ברייער)
נומער 1/1/4 פון מעין מעניו



דער ר' הענדל טוט א מייסטער ארבעט, ווי מ'קען נאר שלעפט ער ארויס א אינטערוויו,
דער עולם זוכט דאס, זאג אים ער זאל אנהאלטן!

זונטאג פבואר 27, 2011 1:21 pm

יא, דער העינדי טוט א גוטע ארבעט..

איך האב באלד געכאפט אז ער איז דאס, ער רעדט דאך אופן האר ווי זיין ברודער פון אנטווערפן...

מאנטאג פבואר 28, 2011 1:53 pm

420 - העסקן ר' אהרן נעזרי - לעצטע הירינג איבער יעקב יוסף בן ריזל (יצחק שלמה דרעזנער)

מאנטאג פבואר 28, 2011 11:35 pm

אינטערוויו מיט הרב אהרן גוראוויץ הויפט מיליטערישע רב אין רוסלאנד - געטראפן איבער א מנין אידן אין א תפיסה (יצחק שלמה דרעזנער)
נומער 1/1/4 פונעם מעין מעניו

דינסטאג מרץ 01, 2011 11:31 am

פונקטליך האט געשריבן:419 - ר' יואלי לעבאוויטש פעסטער רבי - נייע "בונדאש" סידי (הערשל פריעדמאן)


כא כא כא! יוי איז דער יואלי ריזיג, אזוי שיין משלב געווען די 2000 יאר אין גלות מיט די קאווער פון די גרעיפ-דזשוס. איך מיין אז די אינטערוויא איז נאך בעסער פון די גאנצע סידי...

דינסטאג מרץ 01, 2011 1:32 pm

משה פאלאפל האט געשריבן:
פונקטליך האט געשריבן:419 - ר' יואלי לעבאוויטש פעסטער רבי - נייע "בונדאש" סידי (הערשל פריעדמאן)


כא כא כא! יוי איז דער יואלי ריזיג, אזוי שיין משלב געווען די 2000 יאר אין גלות מיט די קאווער פון די גרעיפ-דזשוס. איך מיין אז די אינטערוויא איז נאך בעסער פון די גאנצע סידי...

ער איז אסאך גרעסער ווי ריזיג...
כ'מיין אז מ'דארף עפענען א אשכול פון פשטים אויפן קאווער פונעם גרעיפ דזשוס.
שרייב א תגובה

Advertisement