דאנערשטאג פבואר 17, 2011 10:11 pm
נאר ביי מיר ארבעט עס נישט יעצט? אדער איז זייער סיסטעם דאוין?
Advertisement
דאנערשטאג פבואר 17, 2011 10:53 pm
יענער איז גוט!!!!!!!!!
די אינטערוויו געדויערט בערך א האלבע שעה, און יעדע פינעף מינוט מאכט ער נאך א צווייטע שטימע
"פיר ארויס פון פינף שטערנס"
דאנערשטאג פבואר 17, 2011 11:07 pm
איז עס נישט דער פעסטער רבי יר"ה?
דאנערשטאג פבואר 17, 2011 11:29 pm
איך בין נישט באקאנט
פרייטאג פבואר 18, 2011 12:13 am
פונקטליך האט געשריבן:איז עס נישט דער פעסטער רבי יר"ה?
זעט נישט אויס
פרייטאג פבואר 18, 2011 6:19 am
לב טוב האט געשריבן:פונקטליך האט געשריבן:איז עס נישט דער פעסטער רבי יר"ה?
זעט נישט אויס
ביי וועלכע קנעפל קען מען זעהן די אינטערוויואירטע פון קול מבשר?
פרייטאג פבואר 18, 2011 6:57 am
עס איז נישט פעסטער רבי!!
פרייטאג פבואר 18, 2011 9:45 am
ליינער האט געשריבן:נאך די מוראדיג סוקסעס פון די אחדות ווידיאו פאר ר' שלום מרדכי רובאשקין ענדע זומער פאריאר
גרייט זיך יעצט די חסידישע באקאנטע זינגער ר' שלמי דאסקעל ארויסצוגעבן א ווידיאו מיט א נייע ניגון וואס איינע פון די בחורים וואס שמאכטען אין די ביטערע יאפענעזא תפיסה
ער איז נארוואס צוריקגעקומען פון א באזוך ביי זיי אין תפיסה
הערט מער פון דעם ביי די אינטערוויו קול מבשר #413
מ'האט עס אראפגענומען פון #413 עס וועט ווערן צוריק ארויפגעלייגט מוצאי שבת מיט הוספות
פרייטאג פבואר 18, 2011 9:55 am
קרעדיט: קרעמער (מיט צוויי עין'ס)
פרייטאג פבואר 18, 2011 10:54 am
טאבאקא האט געשריבן:פונקטליך האט געשריבן:411 - הרב ... מייסד מכון שירי דוד - פארלוירענע אלטע חסיד'ישע ניגונים (יצחק שלמה דרעזנער)
ווער איז דער איד?
ג"א מצטרף.
און נישט בלויז פאר נייגעריגקייט, נאר איך האב אפגעשריבן דריי גאנצע בלעטער מיט הגהות אויף זיינע ווערטער (ווען איך האב ווען צייט וואלט זיכער געווען נאך...) אבער כ'וויל אים נישט רופן בעפאר איך האב א שטיקל אנונג צו וועם איך רעד.
מ'קען מיר ענטפערן דא אין אישי, אדער אויף מיין אי-מעיל אדרעס (קרעמער און מאשקע האבן עס).
דער איז מגלה טפח און מכסה טפחיים, איך ווייס נישט וואס ער האט מורא צו ענטפערען אויף וואס מ'פרעגט אים,
ס'זעט אויס ווי מ'האט אים געצווינגן צו גיבן אן אינטערוויו.
פרייטאג פבואר 18, 2011 11:45 am
גרויזאמער האט געשריבן:קרעדיט: קרעמער (מיט צוויי עין'ס)
איינער פארשטייט? ווייל קיינער נישט
שבת פבואר 19, 2011 11:08 pm
414 - ר' שלומי דאסקאל - באזוך און נגינה ביי אסורי יאפאן (הערשל פריעדמאן)
יישר כוח 'ליינער'
זונטאג פבואר 20, 2011 2:54 pm
כ'האב יעצט אויסגעהערט די אינטערוויו מיט שלומי דאסקאל אין יאפאן
כ'האב נישט די ווערטער וויאזוי עס ארויסצוברענגן
עס האט מיר צונומען
איך האב געלאזט טרערן
איך ראט יעדעם דאס אויסצוהערן פון אנהייב ביזן סוף
זונטאג פבואר 20, 2011 3:45 pm
אפשר פאר פורים קטן איז עס גוט ...
זונטאג פבואר 20, 2011 3:52 pm
אין די ערשטע יארן פון קול מבשר זענען די פורים אפטיילונגען געווען אביסל בעסער פון די שפעטערדיגע יארן, עס איז געווען באזירט אויף איין נושא און יעדער האט אלעס גוט פארשטאנען. היינט איז עס שוין אביסל קאמפיוזט, עס ווערט אויסגעמישט ענינים, שטיקלעך, איינס אריין אינעם אנדערן און מען פארשטייט שוין נישט פונקטליך די געדאנקען.
איך וועל געבן א דוגמא פון איין זאך וואס איז געווען צוויי יאר צוריק, וואס יעדער געדענקט. דאס איז יאסעלע אלס חתן. די אנדערע זאכן געדענקט קיינער נישט, ווייל פון אלע דריי קנעפלעך איז נאר דאס געווען צו דער זאך, איין ענין און גוט אויפגעשפילט, משא"כ די אנדערע זאכן זענען געווען בלויז קאמפיוזינג.
כך הוא דעתי.
זונטאג פבואר 20, 2011 3:56 pm
די פורים אפטיילונג פון פאריגע יאהר פון יאסעלע שוין אלס יונגערמאן איז נישט ווייניגער אינטערעסאנט
זונטאג פבואר 20, 2011 4:13 pm
שווער צו זאגען (אוועקמאכן) וויצען איז זייער א דקות'דיגער ענין, עס קען זיין גאר א געלונגענער אויפטרעף און צומאל איין קלייניגקייט וואס קען דאס טארגען גלייך צום קארנישען זייט אבער אן א קלער ממש
זונטאג פבואר 20, 2011 4:34 pm
איך האלט אויך אזוי האט געשריבן:אפשר פאר פורים קטן איז עס גוט ...
פורים גדול וועט ער האבן דעם אמת'דיגן אבאמא. הא.
זונטאג פבואר 20, 2011 5:06 pm
איך האלט אויך אזוי האט געשריבן:די פורים אפטיילונג פון פאריגע יאהר פון יאסעלע שוין אלס יונגערמאן איז נישט ווייניגער אינטערעסאנט
אבער נאר דאס...
זונטאג פבואר 20, 2011 7:06 pm
ס'איז זייער שווער יעדן צופרידן צושטעלן, ספעציעל קול מבשר וואס האט זייער א ברייטע אודיענץ, פרויען פארשטייען נישט צו די אבאמא דזשאוקס, (כ'רעד פון די וואס פארשטייען נישט) און מענער האבן נישט קיין געדולד צו קיין יאסעלע דזשאוקס... (ווייטער, כ'רעד פון די וואס האבן נישט קיין געדולד)
זונטאג פבואר 20, 2011 8:56 pm
אינטערוויו מיט ר' נחמן האלצבערג טאטע פון הקדוש גבריאל נח - ערשטער פולע נאמען נאכן קדוש הנ"ל (הענדל ברייער)
נומער 1/1/4 פון מעין מעניוזעלבע אינטערוויוער ווי 410, ווער איז דער אינגערמאן?
לעצט פאראכטן דורך
פונקטליך אום זונטאג פבואר 20, 2011 11:31 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
זונטאג פבואר 20, 2011 9:42 pm
ר' הענדעל ברייער פון שיכון סקווירא
ער שרייבט אויך אין די בלאט און נאך אידישע אויסגאבעס
זונטאג פבואר 20, 2011 10:50 pm
ר' הענדעל??
ביזט זיכער אז דאס איז א מענערישע נאמען?
אפשר איז עס נישט גוט געספעלט
זונטאג פבואר 20, 2011 11:23 pm
יא, זיין נאמען איז הענדל ברייער (איך פאלג אים נאך אויף טוויטער)
זונטאג פבואר 20, 2011 11:35 pm
יישר כוחכם, צוגעלייגט