דאנערשטאג פבואר 03, 2011 3:30 pm
פונקטליך האט געשריבן:400 - ר' אהרן עזרי - ר' אלימלך בינדיגער - משפט פון הב' יעקב יוסף בן ריזל אין יאפאן (יצחק שלמה דרעזנער)
ער הייסט ר' אהרן
נעזרי
Advertisement
דאנערשטאג פבואר 03, 2011 3:43 pm
שכוח "געשמאקער"
שוין פאראכטן
דאנערשטאג פבואר 03, 2011 3:45 pm
פונקטליך האט געשריבן:403 - הרב שלמה הורוויץ א"י - כשרות מומחה ( ? )
ווער איז דער אינטערוויוער? עפעס דאכצעך מיר אז זיין קול איז באקאנט
אפשר קען איינער זאגן ווער דער אינטערוויוער איז, מיר איז אויך (דאכצעך) באקאנט דער קול.
זונטאג פבואר 06, 2011 11:50 am
פונקטליך האט געשריבן:402 - ר' מנחם מענדל משי-זהב - שרייבער פון די לענגנדע 'מנחם מענדל' געפינטלטע מעשיות (יצחק שלמה דרעזנער)
קען מיר איינער ביטע אראפשרייבן די תוכן פונעם אינטערוויו?
הרב דרעזנער זז"ג, ביטע אויב האט איר דעם טעקסט דערפון שטעל זיי מוחל איר ארויף, איך האב ליידער נישט מצליח געוועהן צו פארשטיין קיין איין איינציג ווארט, ווארום, עס איז זייער זייער אומקלאר.
ישר כחכם.
זונטאג פבואר 06, 2011 11:53 am
גם אני מצטרף, די ארץ ישראל'דיגע אידן זענען מעגליך אן אוצר בלום, אבער די הברה שיידט פונאנדער צווישן אונז, אזש איך בין נישט מצליח אויסצוהערן מער ווי 2 מינוט פון די א"י'דיגע אויסגעפרעגטע ואתם הסליחה
זונטאג פבואר 06, 2011 12:00 pm
405 - ר' ישראל מאיר גבאי - באזוך ביי קברי מרדכי ואסתר ועוד, אין איראן (יצחק שלמה דרעזנער)
מאנטאג פבואר 07, 2011 8:07 pm
קרעמער האט געשריבן:גם אני מצטרף, די ארץ ישראל'דיגע אידן זענען מעגליך אן אוצר בלום, אבער די הברה שיידט פונאנדער צווישן אונז, אזש איך בין נישט מצליח אויסצוהערן מער ווי 2 מינוט פון די א"י'דיגע אויסגעפרעגטע ואתם הסליחה
איך בין גראדע געווען ביי עים ער האט א שווערע לשון ס'האט נישט מיט דעם אז ער איז א ארץ ישראלדיגע יוד
מאנטאג פבואר 07, 2011 10:24 pm
406 - א איד וואס גדולים זאגן אז דוד המלך באגלייט אים צוליב זיין תהילים זאגן (יצחק שלמה דרעזנער)
דינסטאג פבואר 08, 2011 9:51 am
קרעמער האט געשריבן:פונקטליך האט געשריבן:מנהל/מייסד, ביטע אפדעיטן די ערשטע בלאט, יישר כוח
(אישית ארבעט נישט)
אישית ארבעט אפשר נישט, אבער איך ארבעט יא... און איך האב נישט קיין צייט דערצו (פרוביר א צווייטן מנהל/אחראי, אדער דער מחבר פונעם אשכול, ידידנו 1X1)
גע'אפדעיטעד.
פונקטליך קיפ אן!
דינסטאג פבואר 08, 2011 10:32 pm
407 - ר' אשר שפירא - אידישע לעבן אין לאנדאן מיט די מוסלמענער (הערשל פריעדמאן)
דינסטאג פבואר 08, 2011 10:36 pm
408 - ר' יוסי געשטעטנער - אקציע ארויסצוהעלפן לעגאל ר' ראובן בעקער (הערשל פריעדמאן)
זונטאג פבואר 13, 2011 11:34 am
409 - הרה"ג יחיאל מיכל [בן רחל] שטערן [לרפו"ש] רב שכונת עזרת תורה בירושלים - פערזענליכע נס מיט א חלום ( ? )
הרה"ג הנ"ל האט שוין מחבר געוועהן איבער 80 ספרים קע"ה,
תולדותיו בוויקי.
זעלבע אינטערוויוער ווי 403 , איינער וויסט אפשר ווער דאס איז?
זונטאג פבואר 13, 2011 1:21 pm
פונקטליך האט געשריבן:407 - ר' אשר שפירא - אידישע לעבן אין לאנדאן מיט די מוסלמענער (הערשל פריעדמאן)
רוב אינטערוויו איז בנוגע זיין מוסד [כל?] בניך, וואס גיבט זיך אפ מיט שווערע בחורים, זייער א שיינע אינטערוויו, דער ר' אשר זעט אויס צו זיין א ריכטיגער חפצא
מאנטאג פבואר 14, 2011 9:31 am
410 - א באטייליגטער ביי ערשטע חסיד'ישע חתונה אין טשיינע - טשיינע ביזנעס טריפס (הענדל ברייער)
לעצט פאראכטן דורך
פונקטליך אום זונטאג פבואר 20, 2011 11:34 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג פבואר 15, 2011 4:46 pm
411 - הרב ... מייסד מכון שירי דוד - פארלוירענע אלטע חסיד'ישע ניגונים (יצחק שלמה דרעזנער)
ווער איז דער איד?
דינסטאג פבואר 15, 2011 4:50 pm
ערגיץ איז געווען א אינטערוויא מיט משה מעצעגר רוח החיים פון ביהמ"ד שומר שבת, איבער דער רב הרב טירנאווער זצ"ל.
ווי געפין איך עס?
דינסטאג פבואר 15, 2011 4:56 pm
ס'איז געוועהן ביי 1/1/4 פון מעין מעניו אבער ער האט עס אראפגענומען, כ'ווייס נישט פארוואס
מיטוואך פבואר 16, 2011 10:40 pm
נאך די מוראדיג סוקסעס פון די אחדות ווידיאו פאר ר' שלום מרדכי רובאשקין ענדע זומער פאריאר
גרייט זיך יעצט די חסידישע באקאנטע זינגער ר' שלמי דאסקעל ארויסצוגעבן א ווידיאו מיט א נייע ניגון וואס איינע פון די בחורים וואס שמאכטען אין די ביטערע יאפענעזא תפיסה
ער איז נארוואס צוריקגעקומען פון א באזוך ביי זיי אין תפיסה
הערט מער פון דעם ביי די אינטערוויו קול מבשר #413
מיטוואך פבואר 16, 2011 10:49 pm
ווער האט נאך נישט געהערט פון ר' יואל קליין?
ער איז די באקאנטע מארקעטינג עקספערט
ער איז יעצט ארויסגעקומען מיט א בוך "איך וויל מצליח זיין אבער ווי אזוי?"
לכבוד דעם האט הרב דרעזדנער אן אינטערוויו אויף #412
דאנערשטאג פבואר 17, 2011 12:00 am
יישר כוח ליינער,
דשאסט א נוסח (זיי נישט ברוגז)
412 - ר' יואל קליין - ביזנעס עקספערט - נייע בוך "איך וויל מצליח זיין אבער וויאזוי?" (יצחק שלמה דרעזנער)
דאנערשטאג פבואר 17, 2011 3:35 pm
413 - לכבוד פורים - פרעזידענט אבאמא - מובאראק - אכמאדינעדשאד - און נאך (הערשל פריעדמאן)
כאניש געוויסט אז וויכי ארבעט אין סטעיט דעפארטמענט
"פאר וויכטיג מאכער דריקט 4.."
ס'איז פעסטער רבי לייוו, ניין?
הערט און האט הנאה
דאנערשטאג פבואר 17, 2011 3:42 pm
חחח
אייזן גוט
דאנערשטאג פבואר 17, 2011 5:14 pm
פונקטליך האט געשריבן:411 - הרב ... מייסד מכון שירי דוד - פארלוירענע אלטע חסיד'ישע ניגונים (יצחק שלמה דרעזנער)
ווער איז דער איד?
ג"א מצטרף.
און נישט בלויז פאר נייגעריגקייט, נאר איך האב אפגעשריבן דריי גאנצע בלעטער מיט הגהות אויף זיינע ווערטער (ווען איך האב ווען צייט וואלט זיכער געווען נאך...) אבער כ'וויל אים נישט רופן בעפאר איך האב א שטיקל אנונג צו וועם איך רעד.
מ'קען מיר ענטפערן דא אין אישי, אדער אויף מיין אי-מעיל אדרעס (קרעמער און מאשקע האבן עס).
דאנערשטאג פבואר 17, 2011 6:21 pm
פונקטליך האט געשריבן:413 - לכבוד פורים - פרעזידענט אבאמא - מובאראק - אכמאדינעדשאד - און נאך (הערשל פריעדמאן)
כאניש געוויסט אז וויכי ארבעט אין סטעיט דעפארטמענט
"פאר וויכטיג מאכער דריקט 4.."
ס'איז פעסטער רבי לייוו, ניין?
הערט און האט הנאה
איך האב עס נאכנישט געהערט, אבער איך נעם פול-קרעדיט פאר די געדאנק דערפון (דינענדיג אלס צייטנווייזער ראטגעבער פאר ר' קלמן וואסער)
דאנערשטאג פבואר 17, 2011 6:41 pm
אקעי!
פול קרעדיט קרעמער! יישר כוח
ווייס מיר שוין אז ווען מ'שרייבט דא עפעס קומט עס אן צו די ריכטיגע אויערן