דינסטאג ינואר 04, 2011 4:12 pm
אינטערוויו מיט א עסקן וואס האט זיך באטייליגט ביי די היסטארישע באזוך פון רבנים (הרב משה גרין - הרב ישראל שמחה שאר - הרב יעקב יוסף מאסקאוויץ) וואס איז היינט פארגעקומען ביי ר' ישראל משה וויינגארטן אין תפיסה אין ווירדשיניע,
וועט ארויפגיין בקרוב (היינט/מארגן)
Advertisement
דינסטאג ינואר 04, 2011 10:14 pm
386 - העסקן ר' הערשל פריעדמאן - באזוך פון רבנים ביי הר"ר ישראל משה וויינגארטן אין תפיסה אין ווירדשיניע (הערשל פריעדמאן)
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 9:20 am
387 - הרה"ג שמעון אופמאן אוסטראליע - היסטאריקער - ניטול והמסתעף (יצחק שלמה דרעזנער)
לעצט פאראכטן דורך
פונקטליך אום מאנטאג ינואר 10, 2011 11:37 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 1:31 pm
היינט ניטול נאכט וועט קול מבשר פארשטעלן א לייוו פראגראם פון 6:00 פארנאכט ביז 11:00 ביינאכט, נומער 8/1 פון מעין מעניו
6:00 - הרב שמואל פוקס - אלעס ארום ניטול
7:00 - ר' הערשל פריעדמאן - אפהאנדלונג און אנאליז
8:00 - עסקן - אפהאנדלוג איבער דירות קריזיס
9:00 - הרב יונה לאנדא - היסטאריע איבער ניו יארק'ער אידישע געגנטער ביים צווייטן וועלט קריג
10:00 - ר' שמעון ראלניצקי - אינטרעסאנטע ערציילונג
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 1:34 pm
ווער איז דער הרב שמואל פוקס?
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 2:01 pm
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ווער איז דער הרב שמואל פוקס?
ער איז א שרייבער אין מאנסי. (הקולמוס).
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 2:51 pm
פונקטליך האט געשריבן:היינט ניטול נאכט וועט קול מבשר פארשטעלן א לייוו פראגראם פון 6:00 פארנאכט ביז 11:00 ביינאכט, נומער 8/1 פון מעין מעניו
6:00 - הרב שמואל פוקס - אלעס ארום ניטול
7:00 - ר' הערשל פריעדמאן - אפהאנדלונג און אנאליז
8:00 - עסקן - אפהאנדלוג איבער דירות קריזיס
9:00 - הרב יונה לאנדא - היסטאריע איבער ניו יארק'ער אידישע געגנטער ביים צווייטן וועלט קריג
10:00 - ר' שמעון ראלניצקי - אינטרעסאנטע ערציילונג
עס איז דא גענוג ליינס ?
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 2:53 pm
כ'האף ער האט שכל צוצוגרייטן גענוג בעקאפ
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 9:29 pm
פונקטליך האט געשריבן:367 - הרה"ג שמעון אופמאן אוסטראליע - היסטאריקער - ניטול והמסתעף (יצחק שלמה דרעזנער)
דאס איז פיינע נייעס, ער דארף צו זיין מורא'דיג אינטערסאנט (איך האב עטליכע טעיפס פון אים אויף פארשידענע היסטאריע טעמעס)
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 11:32 pm
פונקטליך האט געשריבן:היינט ניטול נאכט וועט קול מבשר פארשטעלן א לייוו פראגראם פון 6:00 פארנאכט ביז 11:00 ביינאכט, נומער 8/1 פון מעין מעניו
6:00 - הרב שמואל פוקס - אלעס ארום ניטול
7:00 - ר' הערשל פריעדמאן - אפהאנדלונג און אנאליז
8:00 - עסקן - אפהאנדלוג איבער דירות קריזיס
9:00 - הרב יונה לאנדא - היסטאריע איבער ניו יארק'ער אידישע געגנטער ביים צווייטן וועלט קריג
10:00 - ר' שמעון ראלניצקי - אינטרעסאנטע ערציילונג
ווער פון די אלע זענען געווען די מערסטע אינטערעסאנט?
איך וויל איבערהערן אבער איך האב נישט נערוון צו הערן די וואס זענען אומאינטערעסאנט.
פרייטאג ינואר 07, 2011 11:17 am
דער עסקן איבער דירות האט זייער גוט צולייגט די טעמע, אבער ער האט זיך נישט גוט פארגעקוקט מיט די פאקטן,
1 קרית יואל שטייט שוין איבער 36 יאר נישט 30
2 עס קומען יא צו פרעמדע משפחות וואס מאפן פון די שטאט
3 עס איז נישט אפן לכל, עס איז א סאטמארע שטאט,
4 עס איז יא דא עסקנים וואס שרייען אז קרית יואל איז זייער באקוועם, און זייער ביליג קעגן וויליאמסבורג
5 צו רענטן איז יעצט דא זייער אסאך דירות צוליב וואס אסאך האבן געקויפט דירות אין די לעצטע עטליכע יאר
מיט דעם אלעם איז יעצט דא 2 גרויסע פראבלעמען וואס פלאגט די קרית יואל'ען עולם אויך,
1 דאון פעימענט, עס איז שוין נישט דא היינט פון ווי צו בארגען
2 מארגעדזשעס,
בד''וו בין איך זייער נייגעריג ווער די רעדנער איז?
פרייטאג ינואר 07, 2011 11:30 am
שמן זית האט געשריבן:3 עס איז נישט אפן לכל, עס איז א סאטמארע שטאט,
4
סאטמאר אהער סאטמאר אהין, דאס איז וואס ער טענה'עט: ווער לייגט א צוים? - פארוואס זאל דער בעלזער יונגערמאן נישט קענען פארן וואוינען אויף מאנרא?
נאכמער: לפי דבריו קען מען וואוינען צווישן גוים אויך, נו, אויב אזוי קען מען שוין אויך גיין וואוינען אין סאטמאר. איך גלויב נישט אז זיי זענען ערגער פון גוים...
פרייטאג ינואר 07, 2011 11:42 am
וואו קען מען איבערהערן די נעכטיגע שמועס? איך וואלט אויסגעהערט מיין חבר ר' שמואל פוקס'ן
פרייטאג ינואר 07, 2011 11:47 am
גיי אויף נומער 114 פון די מעין מעניו
דרוק עטליכע מאל דעם # קנעפל ביז דו וועסט אים הערן
לאז וויסן ווי אזוי עס געפעלט דיר.
פרייטאג ינואר 07, 2011 11:50 am
די מיוזיק ביי פוקס מאכט געפערליך נערוועז
פרייטאג ינואר 07, 2011 11:53 am
jkup50 האט געשריבן:די מיוזיק ביי פוקס מאכט געפערליך נערוועז
מיר אויך.
אבער די שמועס האט מיר זייער געצויגן, אז כ'האב אויסגעווארט די מוזיק.
פרייטאג ינואר 07, 2011 12:06 pm
דער בעלזער אינגערמאן,
1 עסט נישט סאטמאר שחיטה,
2 וויל נישט שיקן זיינע קינדער אין סאטמאר מוסדות
3 וויל נישט דאווענען אין סאטמאר ביהמ''ד
און צו עפענען אנדערע בתי מדרשים און מוסדות אין ק''י איז נאר שייך אויב די גרינדערס שרייען אז דאס האט סאטמאר רבי זי''ע געוואלט, עני אנדערע מוסד וועט נישט דורכגיין בעז''ה
סא עס איז אוממעגליך אין קרית יואל,
ארויס פון געיגנט אזויווי:
טאון
היילאנד מילס
סענטראל וועלי
ווילעדזש אויף מאנרא
קען מען טאקע "יא" און עס האט טאקע אויך די מעלהת אז עס נעבן א אידישע ישוב מיט:
בתי מדרשים
מקואות
אידישע ביזנעסער
אידישע געשעפטן
מיט אלע צוגעהערן וואס חסידישע אידן דארפן
איך קען נישט רעדן ברייטער מחמת תקנת הפורום
פרייטאג ינואר 07, 2011 12:10 pm
שמן זית האט געשריבן:דער עסקן איבער דירות האט זייער גוט צולייגט די טעמע, אבער ער האט זיך נישט גוט פארגעקוקט מיט די פאקטן,
1 קרית יואל שטייט שוין איבער 36 יאר נישט 30
2 עס קומען יא צו פרעמדע משפחות וואס מאפן פון די שטאט
3 עס איז נישט אפן לכל, עס איז א סאטמארע שטאט,
4 עס איז יא דא עסקנים וואס שרייען אז קרית יואל איז זייער באקוועם, און זייער ביליג קעגן וויליאמסבורג
5 צו רענטן איז יעצט דא זייער אסאך דירות צוליב וואס אסאך האבן געקויפט דירות אין די לעצטע עטליכע יאר
מיט דעם אלעם איז יעצט דא 2 גרויסע פראבלעמען וואס פלאגט די קרית יואל'ען עולם אויך,
1 דאון פעימענט, עס איז שוין נישט דא היינט פון ווי צו בארגען
2 מארגעדזשעס,
בד''וו בין איך זייער נייגעריג ווער די רעדנער איז?
viewtopic.php?f=25&t=12958
זונטאג ינואר 09, 2011 1:48 pm
אינטערוויוס מיט רב בריגערמאן פון טוסן אריזאנע און מיט די ארטיגע הויפט רב הרב יוסף שם טוב איבער די שיסעריי ווי 6 זענען אומגעקומען צווישן זיי א איד
נומער 1/1/4 פון מעין מעניו
מאנטאג ינואר 10, 2011 10:40 am
388 - הרב יוסף שם טוב הויפט רב אין אריזאנע - שיסעריי ווי 6 זענען אומגעקומען צווישן זיי א איד (יצחק שלמה דרעזנער)
מאנטאג ינואר 10, 2011 1:37 pm
389 - ליאשנא רבי ב"פ - אנדעקונג פון מרכבות פרעה אין די מיצרי'שע וואסערן - ליווינג תורה מוזיעם (יצחק שלמה דרעזנער)
דינסטאג ינואר 11, 2011 6:30 am
פונקטליך האט געשריבן:385 - וועלט-בארימטער חזן ר' איטשע מאיר העלפגאט (הערשל פריעדמאן)
טאבאקא, דיין ארבעט?
נעם טודאם.
אבער זייט ווען האב איך געוואלט וויסן וואס איטשע מאיר האט צו זאגן?
און סיי ווי קומט מען נישט ארויס מיט צופיל אינפארמאציע מער פון וואס ער האט שוין געזאגט בשעתו פארן צייטשריפט.
גראדע מוז איך צוגעבן לשבחו פון ר' הערשל, אז ווי מ'זעהט פון זיינע פראגן, האט ער זיך יא גאנץ גוט צוגעגרייט (אבער פון קענען אונטערוויוען משה שטערן, אדער אפי' נאר בנציון אדער בנימין מיללער איז ער נאך גאנץ ווייט) נאר ער ענטפערט אים נישט געהעריג.
דינסטאג ינואר 11, 2011 10:02 pm
אינטערוויוס איבער די שניי שטורעם נומער 1/1/4 פון מעין מעניו
1) ר' ברוך גיבס - הצלה קאארדינעטער ב"פ
2) ר' יונה כהן ב"פ
מיטוואך ינואר 12, 2011 11:39 am
קרעמער האט געשריבן:פונקטליך האט געשריבן:367 - הרה"ג שמעון אופמאן אוסטראליע - היסטאריקער - ניטול והמסתעף (יצחק שלמה דרעזנער)
דאס איז פיינע נייעס, ער דארף צו זיין מורא'דיג אינטערסאנט (איך האב עטליכע טעיפס פון אים אויף פארשידענע היסטאריע טעמעס)
פאריגע וואך ארויסגעקומען א הערליכע mp3 פון א נסיעה מיט איהם אויף מקומות הקדושים מיט עטליכע 80 טרעקס. עס שפרעכט צו זיין עפעס גאר אינטערעסאנט.
דאנערשטאג ינואר 13, 2011 12:06 pm
390 - ר' זבולון סימן טוב איינציגסטער איד אין אפגאניסטאן - ר' יעקב אבראהאם וואס ברענגט אים עסן (יצחק שלמה דרעזנער)
דאס געשריבן 2 חדשים צוריק
פונקטליך האט געשריבן:אינטערוויו מיטן איינציגסטן איד אין אפגאניסטאן ר' זבולון סימן טוב (יצחק שלמה דרעזנער)
וועט (אפשר) ארויפגיין בקרוב
כ'ווייס נישט צו ער גייט עס ארויפלייגן ווייל ס'איז א קליינע אינטערוויו און ער פארציילט ממש גארנישט ווייל ער פארשטייט נישט וואס מ'רעדט צו אים..
אבער ס'איז דאך היסטאריש, א אינטערוויו מיט די איינציגסטע איד אין אפגאניסטאן