בלאט 1 פון 3
ברעיקינג נייעס: נייע פינאנציעלע אויסגאבע
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 10:22 am
דורך גרויזאמער
מיטן נאמען "זשורנאל. - אייער ביזנעס און פיינאנציעלע אויסגאבע"
ערשטע אויסגאבע פארטיילט בחינם. היינט אין די געשעפטן (געזען אין בארא פארק),
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 10:24 am
דורך סתם_אזוי
אין וויליאמסבורג איז עס אויך דא?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 10:26 am
דורך גרויזאמער
ווייס נישט.
* גייט קאסטן 50 צענט
* פארמאט פון א צייטונג, אבער אן אנדערע סייז.
* דער דעסטריביטוער פון דער בלאט האט עס אויסגעלייגט היינט אין די געשעפטן
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 11:32 am
דורך צוביילטער
ברוך שהחינו וקימנו לזמן הזה. איך ווארט שוין לאנג אויף א ביזנעס אויסגאבע אין אידיש.
איז דאס א טעגליכע אויסגאבע, א וועכענטליכע אויסגאבע אדער גאר א חודש'ליכע אויסגאבע?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 12:02 pm
דורך lebediger berel
יעצט איינמאל איז מיר געלונגען.
כ'האב געכאפט דעם דיסטריביוטער ביים (כמעט) לעצטן געשעפט.
פאלגענד זענען די ענטפערס אויף די פראגן
1. די וואך איז נאר א קליינער סעמפל
2. ער גייט ארויס קומען יעדע וואך מאנטאג
3. דער דיסטריביוטער ארבעט פאר זיך, ער ברענגט ארום 10 15 ערליי אויסגאבעס וועכנטליך צו די געשעפטן, "דער זשורנאל" האט קיין שום שייכות מיט קיין אנדערע צייטונג
4. ער גייט זיך נאר קאנצעטרירן אויף ביזנעס און פינאנץ, יעדער וועט דאס קענען ליינען נישט קיין חילוק סיי וועלכער קרייז חסיד אא"וו.
5. ער בעט דער עולם זאל אריין שיקן פארלאנגען וואס מ'וויל זען אין אזא סארט אויסגאבע.
איך וועל אי"ה אריין שיקן צו די רעדאקציע פונעם זשורנאל אלעס וואס וועט ווערן ארויסגעליייגט אויפן פארום
נ.ב. כ'האב שוין עספיעט צו ליינען דעם ארטיקל, די עקאנאמיע פון היימישן שטאנדפונקט. (זייט 11-12) יעדעס ווארט איז מתוק מדבש, כ'ווארט שוין קוים אויף די קומענדיגע וואך, כ'וועל באלד לייגן מיינע הערות
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 12:22 pm
דורך צוביילטער
בערל,
אז די ביסט שוין יא אזוי מזל'דיג, אפשר קענסטו אויך פארשאפן די פיילס פונעם אויסגאבע און מהנה זיין די קרעטשמע זיצער. ביי מיין גראסערי איז עס נישט צום געפונען.
אז ער וויל שוין יא וויסן מיין מיינונג, וועל איך אים זאגן אז ער זאל פרובירן נאכצוכאפירן דעם יו.עס. ניוס & ווארלד רעפארט, איך גלייך זייער שטארק זייער אפהאנדלונגען און עצות.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 12:23 pm
דורך סתם_אזוי
איך האלט דאס קומט אדער אין נייעס אדער ביי ביזנעס.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 12:46 pm
דורך lebediger berel
כ'האב געשיקט א אימעיל צו די אויסגאבע, ער וועט מיר באלד שיקן א קאפיע.
הוספה,
ער שרייבט מיר אזוי
"דאס האט ארגינעל געדארפט ארויס קומען פאר צוויי וואן צוריק, צוליב א טעכנישע פראבלעם מיט מסדר זיין א פרינטינג, האט זיך דאס פארשפעטיגט ביז די וואך, קומענדיגע מאנטאג וועט זיין דאס ריכטיגע. ע"כ
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 12:50 pm
דורך גארנישט
נו וואו איז עס?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 12:52 pm
דורך lebediger berel
כ'האב עס שוין, איך מוטשע זיך עס ארויף צו לייגן,
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 12:54 pm
דורך גרויזאמער
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 12:54 pm
דורך סתם_אזוי
אפשר לייגסטו עס אויף א פלאץ וואו JNET באנוצער וועלן קענען אריינגיין?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 1:00 pm
דורך lebediger berel
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 1:03 pm
דורך lebediger berel
הרב מ'פצע [צעביילטער] כתב
אז ער וויל שוין יא וויסן מיין מיינונג, וועל איך אים זאגן אז ער זאל פרובירן נאכצוכאפירן דעם יו.עס. ניוס & ווארלד רעפארט, איך גלייך זייער שטארק זייער אפהאנדלונגען און עצות.
שכויעך, איבערגעגעבן
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 1:17 pm
דורך סתם_אזוי
א דאנק!
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 1:26 pm
דורך צוביילטער
יישר כח בערל. באלד ווען די צייט וועט ערלויבן וועט מען עס דורכליינען.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 1:27 pm
דורך קענסט מיך?
איינער האט א ידיעה וויפיל ס'קאסט זיך צו אדווערטייזן דארט? (נישט קיין גרויסע זאכן, א קליינע קלאסיפייד עד)
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 2:31 pm
דורך יא יא
lebediger berel האט געשריבן:https://www.yousendit.com/transfer.php?action=batch_download&send_id=638127672&email=3ba8ed7e87969a3c04373916a06860ea
עס איז דא עפעס א פראבלעם מיטן דאונלאודען
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 2:34 pm
דורך lebediger berel
איך האף אז ער וועט עס ארויף לייגן געהעריג אויפן נעט, כ'האב נישט געהערט קיין רעספאנס פון אים דערווייל
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 2:40 pm
דורך יא יא
lebediger berel האט געשריבן:איך האף אז ער וועט עס ארויף לייגן געהעריג אויפן נעט, כ'האב נישט געהערט קיין רעספאנס פון אים דערווייל
אנטשולדיגט עס האט פשוט גענומען זייער לאנג ביז עס איז ארויפגעקומען, און מען קען נישט אויסמעקן א תגובה איינמאל איינער האט אנגעהויבן ענטפערן דערויף.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 3:31 pm
דורך ראמני 08
די גרעפיקס אין די אויסשטעל וכו' קוקט אויס דע זעלבע ווי די טאג שריפט.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 06, 2009 12:53 pm
דורך scy4851
דער לינק אויף yousendit האט שוין עקספייערט
פון rapidshare קען מען נאך.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 06, 2009 9:38 pm
דורך Tech
http://www.mediafire.com/ איז אויך געבלאקט ביי דזעי נעט?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 06, 2009 9:51 pm
דורך צוביילטער
ניין, מידיאפייער איז נישט געבלאקט ביי דזשעי נעט.
איך האב יעצט געענדיגט אדורך ליינען דעם אויסגאבע, און איך זעה גארנישט ספעציעל. די אלע נייעסער און ארטיקלעך קען מען אלעס טרעפן און די היימישע צייטונגען. איך האף אז ס'איז נאר די ערשטע אויסגאבע.
קען זיין וועגן ס'איז פשוט אלטע נייעס, אדער קען זיין אז איך האלט סתם נאך א פאסט טאג...
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 12:08 pm
דורך lebediger berel
כ'האב עס טאקע געמאלדן אויבן אין מיין תגובה, אז ער האט פארשפעטיגט די ערשטע אויסגאבע מיט צוויי וואכן, דער דיסטריביוטער האט מיר געבעטן כ'זאל עס מפרסם זיין.
מיר איז זייער געפאלן דער צוגאנג פונעם לעצטן ארטיקל אויף זייט 11 לגבי די היימישע עקאנאמיע, ווי ער ברענגט ארויס אז די פרנסה איז היינט א לעבנ'ס פראגע און וויאזוי היימישע אידן דארפן אויפנעמען עקאנאמישע פראבלעבען, די אחריות צו נעמען א דזשאב וכו',
כ'האב עס געגעבן מיין אינגסטן שוואגער צו ליינען ווייל ער גייט ארויס זוכן א פאסטן, ס'האט אים געגעבן א שטופ אז ער טוט די ריכטיגע זאך