בקשה צו אלע צייטונגען און מאגאזינען און בילדער כאפערס און בילדער דיסטיביוטירס.
הערטס אויף צו לייגן בילדער פון עצם שבת קודש ויום טוב, עס איז א שרעקליכע בזיון שבוי"ט, און א שרעקליכע בזיון פאר די גדולי ישראל און אלע מתפללים וכו'.
סטאפ, סטאפ, סטאפ, פול סטאפ. אפילו מיט היתרים, מיט א גוי, וכו' וכו' וכו'.
וואו זעמיר פארקראכן? היימישע אויסגאבעס האבן בילדער פון רבנים מיט די ספרי תורה כל נדרי?????????????????????????????????? השתגעתם?
מ'סארי, איך האב נישט געפרעגט דעת תורה, דעס איז פערזענליכע געפילן, איך פיל ממש סאיז א גרויל און עקל, גענוג שוין גענוג וואס מהאט די בילדער ווי יעצט אויך א גוטע שפיגל אויפ'ן מצב הדור, מיקען שוין ניטאמאל גיין צום רבין לברך ולהתברך ווייל אפילו די געווענליך געזעגענין איז שוין אויך געווארן פיטקשערייזד שיגע מטרע
אבער בילדער פון כל נדרי?????????????? דאס איז א שטיק פארווערטס ימ"ש טאג דזשורנאל ימ"ש כופרים בעיקר מחללי שבויוט. כווייס נישט וואס. וויזוי האט בריסקער רב געזאגט, מיין מאמע האט געזאגט מטאר נישט מחלל שבת זיין!
קיינער דארף עס נישט! ווער סיז א חסיד פון זיין רב, משפיע, דיין, רבין - הע, ווער סיז א שומר שבת! --- זאגט פאר די בילדער, צא טמא!
(יא, סידא גאר אלטע רעקארדינגס פון עצם יוט, כל נדרי י"ט סאטמאר, עפעס אמרי חיים סדר, און נאך אזעלכע גאר גאר גאר זעלטענע זאכן, וואס חסידים ואנשי מעשה שטייען טאקע ווייט דערפון, און אפילו ווער סהערט-זעהט עס, איינמאליגע זאכן, סגיט טאקע אויך א קיצל, און סי פארטיג. אבער "אפיציעל"?????????? יעדע וואך, יעדע יו"ט, השתגעתם???)
יא, אפילו די בילדער פון "מנחה ערב..." און "נעילת החג... שלש סעודות..." זענען אויך זייער בדיעבד, געכאפט מסתמא א רגע פאר די שקיעה (ווער ווייסט...) און א סקונדע נאכ'ן זמן (וכנ"ל), כאילו מיקען ממש נישט אויסהאלטן דעם רבין אן א קעמערע יעדע רגע, ווי דאס ציגארעטל עדיקשאן. מנחה ערב... גרויסע עסק כאפן בילדער! ביים עולם איז דאך שוין לאנג שבת און יום טוב! גייסטו זיי "פאטאגראפירן"? ביי דיר אינדערהיים וואלסטו געכאפט בילדער ווי דיין אשת חיל צינדט ליכט יעדן שבת קודש?! פארוואס טוסטו עס נישט נעבעך ווייל מוואלט דיך געפירט אין בעלוויו? פארוואס אין בית המדרש יא???????? לאז אפ!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
פון א מינוט פאר די שקיעה ווערט א מינוט נאך די שקיעה, פון ערב ראש השנה ביי אחות קטנה ווערט שוין כל נדרי, בילדער פון עצם כל נדרי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
רבונו דעלמא כולה!
בילדער פון שבת ויו"ט...?! (אפילו דורך א גוי)
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- פאטעיטא טשיפס
- שר האלף
- תגובות: 1552
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
- לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)
בילדער פון שבת ויו"ט...?! (אפילו דורך א גוי)
אין עוד מלבדו
- חאצקיל בעל עגלה
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5000
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
- לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן
Re: בילדער פון שבת ויו"ט...?! (אפילו דורך א גוי)
ווי האסטו בילדער פון כל נדרי?
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
- פאטעיטא טשיפס
- שר האלף
- תגובות: 1552
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
- לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)
Re: בילדער פון שבת ויו"ט...?! (אפילו דורך א גוי)
עפען די אויסגאבעס און קוק, מיזעהט ווי מיהאלט די ספרי תורה און מ'זאגט כל נדרי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
אין עוד מלבדו
- א געשעפט האב איך
- שר חמש מאות
- תגובות: 999
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
- לאקאציע: אין געשעפט
Re: בילדער פון שבת ויו"ט...?! (אפילו דורך א גוי)
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:עפען די אויסגאבעס און קוק, מיזעהט ווי מיהאלט די ספרי תורה און מ'זאגט כל נדרי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
קום אריין קלאר!
וועלכע אויסגאבע?!?!?