שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שבת פארטי
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 11:47 am

שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת פארטי »

ס'נישט קיין סוד, אז מ'קוקט אביסל אין די היימישע אויסגאבעס אשכולות קומט פאר העפטיגע דעבאטעס איבער דעם תוכן און אינהאלט פון די מעגא יו"ט אויסגאבעס וואס זענען נארוואס ערשינען לכבוד יו"ט און ס'איז אויך נישט קיין סוד אז זייער אסאך פון די תגובות אין די ספעציפישע אשכולות זענען נעגאטיוו און מיט קריטיק.

כ'מאך נישט אוועק די וויכטיגקייט פון קריטיק און רעדאקטארן דארפן צוריקהערן פון זייערע קליענטן און זיך רעכענען דערמיט, פארשטייט זיך אז אלעס דארף זיין מיט א מאס. די טבע הדברים איז אבער אז ס'קריטיקירט זיך גרינגער ווי סקאמפלימענטירט זיך און זייער אסאך מאל, אפילו ווען מ'גיט שוין דעם קאמפלימענט קומט עס מיט א צוגאב קריטיק "דער ארטיקל איז זייער גוט געווען אבער פאריאר איז געווען בעסער" אדער "זייער א פיינער ארטיקל אבער אביסל קורץ" וכהנה וכהנה, איז דא אלץ דער נעגאטיווער בייעס וואס קוקט ענדערש אויף די נעגאטיווע זייט ווי אויף פאזיטיוו און בכלל, אז ס'איז דאך גוט וואס דארף מען רעדן און א מענטש וועקט זיך אויף נאר ווען ס'קומט צו קריטיקירן. אודאי איז דא אידן וואס פארגינען און קאמפלימענטירן אבער למעשה ווערט עס פארוואסערט צווישן אנדערע קריטיקירער, אזוי אויך, איז דאך דא דער כלל אז מתוך שבחו וכו', און ווען איינער זאגט כ'האב ליב געהאט דארף דאך דער צווייטער זיין א מפרק און זאגן פארקערט אז די מעסעדזש קומט נישט. וויל איך ווידמען דעם ווינקל פאר ריין פאזיטיווע פידבעק און קיין נעגאטיווע כחל ושרק.

מ'טאר נישט פארגעסן אז אונטער יעדן בלאט און אונטער יעדן געשריבענעם ווארט זיצט א שרייבער און א מגיה און א גראפיקער און א רעדאקטאר און א פאטאגראפירער און א סעליסמאן און אן א שיעור מענטשן וואס לייגן אריין זייער עמל און יגיעה במשך וואכן צי חדשים און קוקן ארויס אז איר זאלט הנאה האבן.
דערפאר וויל איך ווידמען דעם ווינקל פשוט פאר ריין פאזיטיווע פידבעק, נישט מיט קיין אבערס און נישט מיט קיין שוברו בצדו נאר פשוט, ר' שרייבער פלוני און ר' רעדאקטאר פלוני, כ'האב הנאה געהאט פון אייער ווערק.

אויב מעגליך אז איינער האט א קאמפלימענט אדער פאזיטיווע פידבעק זאל ער פרובירן צו שרייבן ספעציפיש א פרט, אנשטאט שרייבן "דער ארטיקל איז זייער פיין געווען" לייג עס אריין אין ווערטער "כ'האב מורא''דיג הנאה געהאט ווי געפיליש דער שרייבער לייגט עס אראפ" אדער "כ'האב הנאה געהאט פון זיין פאעטישע עפילאג" וכו' ותן לחכם ויחכם.
איך וועל זיין דער המתחיל במצווה, כ'האב נאכנישט אלעס געליינט און רוב זאכן וואס כ'האב געקויפט ליגן נאך ליידער פארפאקט אין פלאסטיק, פון וואס כ'האב געליינט האב איך הנאה געהאט ווי פאלגנד.

1. הרב שמעון שלמה זילבער האט א מייסטער אינטערוויו אין "הונדערט" מיט זיין זיידן הגאון רבי יונתן בנימין גליק, דער אינטערוויו איז ממש אן אתרוג, גוט געשריבן, רייך און אינפארמאטיוו, דעקט דראמאטישע קאפיטלען געשיכטע במשך דער מלחמה ווי אידן האבן אונטערגענומען פשוט אבנארמאלע השתדלות צו קענען בלייבן לעבן, פול מיט אהבת התורה פון א באשיידענעם איד וואס שרייבט טיפע ספרים אין כל התורה כולה, דעקט סיי דעם ליטווישן בריסקער חדר און דער חסידישער וויזשניצער חדר, הערליך מסודר און אראפגעלייגט מיט טעם, באגלייט פון רייכע בילדער, יעדע בילד האט א קעפשאן, ממש א ברכה צו מאכן.

2. אין מאמענט האב איך געליינט דעם זיסן פראיעקט פון ברוך וויינשטאק וואו ער באשרייבט וויליאמסבורג, פון די פאליצייאישע בודקע, ביז ברוך מאשקאוויטשס הכנסת אורחים, די שיעור חימוץ'דיגע דריי עקיגע היטש פלאץ און געשטעטנערס בטחון פרינטינג, זיינע זיסע אבזערוואציעס, לשונות און מליצות, אויפפאסונגען און געשמאקע שפראך זענען ממש חד בדרא.

3. אין א בליק האבן מיינע קינדער מיך צוגעוויזן צו ליינען די אינטערוויו מיט 20 העד קאונסלערס און ס'איז געווען זייער גוט געמאכט, אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו און לעבעדיג. אויך האב זיך זייער הנאה געהאט פון דער רייכער ביילאגע ארום דעם חתם סופר, טראץ וואס כ'האב נישט געליינט די גאנצע נאר ליידער איינגעשלאפן אינדערמיט.

4. אין מעלות איז דא א הערליכער ארטיקל איבער ימים נוראים אין מאקאווע, געשריבן מיט איין שטיק נשמה און אידישער געפיל, און גלייכצייטיג דעקט עס אן אומבאקאנט קאפיטל געשיכטע איבער דאס אידיש לעבן אין אונגארן אין אזעלכע שפעטערע יארן ווי כ"ז-כ"ח.

5. אין אותיות האב איך גאר שטארק הנאה געהאט פון אן אינטערוויו מיט א איד וועלכער איז אויפגעקומען מיט א סיסטעם וויאזוי צו געדענקען גמרא פראקטיש און לייכט און אפילו מ'פאלאודט נישט זיין סיסטעם קען מען ארויסנעמען געוויסע געדאנקען וויאזוי זכרון ארבעט און צו זיין אויפריכטיג, זיינע אריגינעלע מאלערייען אויפ'ן בלאט זענען צוקער זיס און הומאריסטיש און כ'וואלט זיי גערופן טאטע-קאמיקס... אויך איז דא א שיינע אינטערוויו מיט א זון פון ר' משה גאלדמאן ווי צווישן אנדערע דערציילט ער אן אינטערעסאנטע זאך ווי דער באבובער רב הייסט אים אלעמאל אויסוועלן א ניגון דוקא פון טאטן ביי זיינע קאזאקן מארשן אלס מצוות כיבוד אב (מכבדו במותו? שפתותיו דובבות?).

די וואך, איד, קינדליין, ועוד ליגן נאך איינגעפאקט אין פלאסטיק און כ'פלאן זיי צו ליינען דורכאויס שבת חול המועד און די צווייטע טעג, און געניסן פון די רייכע און אויסמאטרענדע ארבעט פון די שרייבערס און כ'וועל בעז"ה צוריקקומען מיט פאזיטיווע פידבעק וממנו ילמדו וכן יעשו.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שכח

גוטע געדאנק
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
תיקו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 11:00 pm

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תיקו »

''אורות'' דחסידי סקווירא
אינטערוויו מיט ר' שמואל יצחק מארגרעטן שליט''א [טאטע פון ר' יוסף פון ''חבירים אף ראקלנד'' ר' משה שר פדיון שבויים]
'''צנא מלא חדשים'''
זאגט די הייליגע קדשת לוי פאר וואס תשבי נישט משה ?
ווייל תשבי לעבט אין אונזער דור און ווייסט אונזער ניסיונות
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2485
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

אינעם בליק, הערליכע ארטיקל פונעם חתם סופר, באלעקט די פינגערס
#בשיטה נישט
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

בע״ה

די פאלגענדע האב איך געשריבן אינעם שנירל פון;

״״סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב״״

כמיין, יעדער שרייבט, מיינונגן פליען אהער און אהין, דערווייל איז דאס בלויז לופט, קיינער האט נאכנישט געליינט. (אויסער די וואס האבן געשריבן דעם ארטיקל און קומען דא אריינווארפן זייער ״קוק פון דרויסן״...).
עס וואלט געווען מער אויסגעהאלטן אז ווער עס האט אפגעליינט אן ארטיקל זאל געבן זיין מיינונג דערויף. ווייל עפעס וואס ״זעהט״ נישט אויס אזוי מעכטיג אויפן דעקל האט נאכאלץ גוטע ארטיקלן און ווידער אנדערע וואס באמבארדירט אינדרויסן, זענען דא ארטיקלן וואס זענען ״געוואלדיג״, און צו דעם איז ענדערשער זיך צו באציען.

אין קורצן. דעם ארטיקל נישט דעם אויסגאבע.
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

כ'האב געליינט מערערע ארטיקלען אין עטליכע אויסגאבעס במשך יו"ט. ס'איז דא שטארקע שרייבער טאלאנט ביים ציבור ב"ה.
אבער דער ארטיקל "דביקות'דיגע שמחה ביים חתם סופר" אין דער בלאט האט מיר דאס מערסטע באנומען אזש ביז טרערן. געשריבן מיט עכטע רגש דקדושה און יראת שמים.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11451
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ר' זעקל האט געשריבן:איך האב נאכנישט דורך געליינט אלעס, אבער פון די וואס איך האב שוין געליינט האב איך די מערסטע הנאה געהאט פון די גריכלאנד חלק א' אויסגאבע אין די הונדערט, זייער רייך אראפגעלייגט סיי די באזוך דורך הרב פאנעט אין די איבריגע קאנאנען הרב זילבער הרב קוואדראט הרב אבראמאוויטש.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11451
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

אין דער בלאט האב איך זייער הנאה געהאט פון די צימערן פראיעקט פון הרב יאקאב, אין די הונדערט איז די אינטערוויא פון הרב זילבער מיט זיין זיידע געווען זייער אינטערסאנט, אין דער בליק איז דער חתם סופר פראיעקט געווען זייער אינטערסאנט אין באלערנד.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

די וואך באשרייבונג איבער הצדיק המקובל ר׳ יעקב מאיר שליט״א און די בליק ספעציעלע אויסגאבע איבער׳ן הייליגען חתם סופר. זילבער האט דעליווערד א מאסיווע דזשאב.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

די באשרייבונג פון רבי לייבל סטעמפל שליט"א חדב"ן הקדושת ציון זי"ע הי"ד אין די צייטונג איז פון - אויב נישט די - טאפס טאפס דעם יו"ט.
נעקסט איז אינטערוויו הרב גליק, דורכ'ן אייניקל ר' זילבער, אזוי דעלישיס, תמימות און מסי"נ פון אמאל און זייערע דורות וואס האבן צוריק אויפגעבויט אידישקייט נאכ'ן חורבן
אותיות הערליך יעלאוסטאון פארק, די גמרא זכרון סיסטעם (איך וויל עס פרובירן, וואס דארף מען וויסן פראקטיש צו ניצן?), און די קאזאקן טאנץ.
ר' משה קליין אין סאמאלילאנד געוואלדיג.
ר' ישראל גאלדשטיין מאמענט הערליך, בעיקר די רוחניות'דיגע שטריכן וואס קומען ארויס מלא טעם.
נאך נישט פארטיג, ווייל נאך נישט געליינט אלעס, איד-בלאט קוים אנגעהויבן.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17720
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן: די גמרא זכרון סיסטעם (איך וויל עס פרובירן, וואס דארף מען וויסן פראקטיש צו ניצן?),

כאפ א בליק אויפן וועבזייטל
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2463
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:די באשרייבונג פון רבי לייבל סטעמפל שליט"א חדב"ן הקדושת ציון זי"ע הי"ד אין די צייטונג איז פון - אויב נישט די - טאפס טאפס דעם יו"ט.

ג"כ נלפענ"ד
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

אה, יעצט כאפ איך א שטיקלעע טעות, געדארפט שטיין "בן" חדב"ן.

אנגעפילט מיט אן א שיעור בליטשקענדע דימאנטן אויף באבוב פאר'ן קריג, אויף די תלאות ביים קריג, און אויף די ווידער אויפבוי נאכ'ן קריג, מיט אזויפיל הערליכע פרטים ופרטי פרטים.
אין עוד מלבדו
שבת פארטי
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 11:47 am

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת פארטי »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:אה, יעצט כאפ איך א שטיקלעע טעות, געדארפט שטיין "בן" חדב"ן.

אנגעפילט מיט אן א שיעור בליטשקענדע דימאנטן אויף באבוב פאר'ן קריג, אויף די תלאות ביים קריג, און אויף די ווידער אויפבוי נאכ'ן קריג, מיט אזויפיל הערליכע פרטים ופרטי פרטים.

האסט אן אנונג אויב ס'איז אן אריגינעלע און פרישע אינטערוויו פאר'ן צייטונג אדער ציטירט פון ערגעצוואו?

אין קינדליין איז געווען א שיינע אינטערוויו מיט הרב טווערסקי וואס שטודירט די היסטאריע פון די רבישע טווערסקי משפחה.

אין בחצרות איז געווען א רייכע און לאנגע אינטערוויו מיט די ווערצבערגער ברידער.
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

שבת פארטי האט געשריבן:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:אה, יעצט כאפ איך א שטיקלעע טעות, געדארפט שטיין "בן" חדב"ן.

אנגעפילט מיט אן א שיעור בליטשקענדע דימאנטן אויף באבוב פאר'ן קריג, אויף די תלאות ביים קריג, און אויף די ווידער אויפבוי נאכ'ן קריג, מיט אזויפיל הערליכע פרטים ופרטי פרטים.

האסט אן אנונג אויב ס'איז אן אריגינעלע און פרישע אינטערוויו פאר'ן צייטונג אדער ציטירט פון ערגעצוואו?

'שט קיין אהנונג, מעגליך נאכגעשריבן פון ערגעץ. איך האב גערעדט נאר וועגן די תוכן הדברים, נישט מקורות ארגינעל אדער ק/פ וכו'.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

כ'ווייס נישט צי ס'איז פון די בעסטע אבער גאנץ אינטערעסאנט.
אן ארטיקל אין די ארץ ישראל'דיגע 'מרוה לצמא' איבער די אמעריקאנער טורמעס
IMG_3683~1.jpg
IMG_3683~1.jpg (300.86 KiB) געזען 1811 מאל

IMG_3684~1.jpg
IMG_3684~1.jpg (349.72 KiB) געזען 1811 מאל
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

איך האב זייער הנאה געהאט פון די ארטיקל אין מאמענט ווי 4 באזונדערע שרייבערס אנאליזירן די זעלבע בילד און יעדער איינער מיט אן אנדער פערפעקטיוו.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

די גאנצע צוריקצואוועגס אפטיילונג אין קינדליין איז געווען א היט.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

געליינט דעם 'מאמענט', 'וואך אין שריפט' און 'דער בלאט'.

ס'פאלגנדע געווען אינטערעסאנטסטע. ('עמי' האט אויך טראנסלעטירט דעם ארטיקל אויף ענגליש).

Untitled.jpg
Untitled.jpg (139.66 KiB) געזען 1314 מאל
לעצט פארראכטן דורך מיין שטעלונג אום מאנטאג אקטאבער 11, 2021 5:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:די באשרייבונג פון רבי לייבל סטעמפל שליט"א חדב"ן הקדושת ציון זי"ע הי"ד אין די צייטונג איז פון - אויב נישט די - טאפס טאפס דעם יו"ט.

גא"מ מלא טעם!
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

**תגובה בטעות.
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

די וואך האב איך שטארק הנאה געהאט פונעם "אנטי-מאשיניסטן" ארטיקל אין מאמענט. עס איז געווען ווי מען זאגט "דיפערענט" און אינטערעסאנט.

אויך האב איך הנאה געהאט פונעם שמועס מיט מאיר בער שווארץ פון סיגעיט אין די וואך. עס האט מיך ארויפגעברענגט נאסטאלגיע צום סענדי שטורעם, און די גארבעדזש טראק.

אין בחצרות סאטמאר האב איך הנאה געהאט פונעם ראביי הערץ פרענקל ארטיקל.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

איך האב זייער הנאה פון א.ז.י היסטארישע אינטערוויוס אין די אידישע צייט אפטיילונג פון ״די צייטונג״
שמואל גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 am

Re: שנראה כל אחד מעלת אויסגאבעתינו: דיינע בעסטע ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גרינפעלד »

יעצט געליינט און מאמענט פון צוויי וואכן צירוק די ארטיקל איבער די היסטאריע פון עסטרייך, גאר שטארק הנאה געהאט דער זוסמאן האפמאן איז א פיינע שרייבער די מאמענט דארף האבן נאך אזאלכע ארטיקלען
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”