סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

זייער הנאה געהאט פון ״בליק״ באזוך אין נייעם שטעטל קרית ברעסלוב.

געליינט מיט דורשט אלע שמועסן מיט ״פרייע שרייבער״ אין ״די וואך״ .

הערליכע און מייסטערישע בילדער ביכל פון ״הונדערט״ איבערן ״בעער מאונטעין״ און אומגעגענט.

רייכע באשרייבונגן אין ״דער איד״ תורה טייל. בפרט אין שילדערונגען די ארטיקל איבער רב פעטמאן אין צפת.

פארשטייט זיך געליינט נאך מער ווי די דערמאנטע נאר וויבאלד דאס ליגט גלייך אין זכרון מיינט געוויס דער מוח האט דאס קולט געווען מיט א שטארקע אינטערעסע.

שכוח פאר אלע שרייבער און מיטארבייטער. טראץ די טוץ קריטיק וואס שרייבט זיך דא גרינג, אונטער באהאלטענע נעמען, גייט יעדער אן מיט זייערע רייכע, -און טיילמאל איבערפלוס פון-מאטריעל. הצלחה.
מאטכע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:09 pm

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטכע »

די הונדערט פין די וואך זכה איך נאכנישט אין די סטארס
אוועטאר
אלטע קוגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע: דארטן

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

מאמענט סוכות תשפ"ב סורוועי
http://www.momentmagazine.org/
זיך טענה'ן מיט א נאַר איבערצייגט אז עס זענען דא צוויי.
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4104
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

אלטע קוגל האט געשריבן:מאמענט סוכות תשפ"ב סורוועי
http://www.momentmagazine.org/


זיי דארפן נישט דיין מיינונג, זיי דארפן דיין אימעיל אדרעס....
אוועטאר
אלטע קוגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע: דארטן

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

Wow a1 האט געשריבן:
אלטע קוגל האט געשריבן:מאמענט סוכות תשפ"ב סורוועי
http://www.momentmagazine.org/


זיי דארפן נישט דיין מיינונג, זיי דארפן דיין אימעיל אדרעס....

:wink:
זיך טענה'ן מיט א נאַר איבערצייגט אז עס זענען דא צוויי.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

געקויפט און געליינט: דער איד, בחצרות סאטמאר, די וואך, בקהילה.

הנאה געהאט דאס מערסטע פון בחצרות, די ארטיקל אויף דומ"ץ קרית יואל און די באשרייבונג אויף משפחת ווערצבערגער איז געווען זייער אינטערסאנט. דער איד איז שיין געווען די באשרייבונג אויפן סטוטשינע רב זצ"ל. בקהילה איז געווען שוואך, און די וואך איז געווען בסדר.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

עס איז דא א לעצטיגע פרישע אויסגאבע מיטן נאמען 'כדור' ארויסגעגעבן דורך יאיר וויינשטאק ס'איז בערך די זעלבע גאנג פון דער שטערן אבער זייער רייך אינטערעסאנט און תוכנ'דיג, מיר האבן דאס איינגעהאנדלט לכבוד סוכות און זיך באלעקט די פינגער'ס.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17720
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:עס איז דא א לעצטיגע פרישע אויסגאבע מיטן נאמען 'כדור' ארויסגעגעבן דורך יאיר וויינשטאק ס'איז בערך די זעלבע גאנג פון דער שטערן אבער זייער רייך אינטערעסאנט און תוכנ'דיג, מיר האבן דאס איינגעהאנדלט לכבוד סוכות און זיך באלעקט די פינגער'ס.

וועלכע שפראך, און וואו איז עס דא צו באקומען?
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:עס איז דא א לעצטיגע פרישע אויסגאבע מיטן נאמען 'כדור' ארויסגעגעבן דורך יאיר וויינשטאק ס'איז בערך די זעלבע גאנג פון דער שטערן אבער זייער רייך אינטערעסאנט און תוכנ'דיג, מיר האבן דאס איינגעהאנדלט לכבוד סוכות און זיך באלעקט די פינגער'ס.

וועלכע שפראך, און וואו איז עס דא צו באקומען?

העברעיש
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
קלמן יעגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יעגער »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:עס איז דא א לעצטיגע פרישע אויסגאבע מיטן נאמען 'כדור' ארויסגעגעבן דורך יאיר וויינשטאק ס'איז בערך די זעלבע גאנג פון דער שטערן אבער זייער רייך אינטערעסאנט און תוכנ'דיג, מיר האבן דאס איינגעהאנדלט לכבוד סוכות און זיך באלעקט די פינגער'ס.

נישט אזוי לעצטיג. ס'גייט שוין אן א דריי פיר יאר
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2870
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

מיין צוויי צענט אויף די יום טוב ליין מאטריאל יעצט גענדיגט ליינען

כהאב געקויפט די וואך, דער איד, א בליק, בחצרות מאמענט

פון די וואך בין איך זייער איבערראשט הערליכע באשרייבונגען פון די קאווער בינעך נישט געווען אזוי פרייליך אבער די אינסייד איז געווען א הערליכע דזשאב


דער איד האט געמאכט א הערליכע דזשאב בעסער ווי געווענטליך

מאמענט איז געווען אונטערסאנט אבער קעגן אנדערע ימים טובים איז עס נישט געווען ספעשיל

בחצרות איז געווען זייער שיין ווי געווענטליך יום טוב

א בליק האט מיר נישט געכאפט
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

איז אזוי:
איך האב געקויפט, דער איד, המודיע, די וואך, מרוה לצמא, און העדה-דורות

דער איד
האב איך זייער הנאה געהאט פון די תורה אפטיילונג, און די סוכות אפטיילונג, די צוויי תורה'דיגע האב איך געליינט פון דעקל צו דעקל, נישטא אינטערעסאנטער פון דעם. אלע ארטיקלען נייע און אלטע, די פרישע סעריע און די המשך פון די אלטע.
אויך די שילדערונגען איז געווען זייער שיין, אינטערעסאנטע און שפאנענדע געשיכטעס, בלוט (-ווייס ווייסהויז) און היסטאריע (פעטמאן ביה"ח צפת), דראמא (9/11) און הייליג (דער תורה שרייבער פארציילט), אינטערסאנט (סקאנדאן מיט עסנס) און אקטועל (מיליאנער פון כינע), פארצייטיש (קרייצ צוג) און דברים העומדים על הפרק (אפגאניסטאנע'ר גניזה)
למען האמת, איך האב אויך הנאה געהאט פון די נייעס ביילאגעס

המודיע
בערג פון ליין מאטריאל
איך האב געליינט דא דארט, אבער ס'קוקט אויס א גרויסא באלאגן, אסאך ביילאגעס וואס זענען נישט געהעריג איינגעטיילט, אבער איך האב דארט געטראפן עטליכע שיינע זאכן און הנאה געהאט
אין די 'סיפורים' ביילאגע האב איך געליינט די מעשה פון משה גוטמאן, אבער רבוש"ע פארוואס איין מעשה אויף 25 זייטן?
(די ב"ב האבן זייער הנאה פון די 'קראט', און איך האב דארט אויך געליינט עפעס היסטאריע פון די צווייטע וועלט קריג)

די וואך
די מערסטע חסידיש און אידישלעך פון אלע מאגאזינען (-לדעתי), זייער שיינע סחורה, פון מאיר אדלער'ס שפילן די סאטמאר'ע שלום עליכם ביי יציאת נשמה, ביז די חצרות הקודש מנהגים אין די קינדער שריפט, (עטליכע האבן מיר געזאגט אז זיי האבן זייער הנאה געהאט דערפון), די שמועסן מיט די צייטונג שרייבער איז זייער היסטאריש, איך האב נישט געליינט אלעס מחמת חוסר הזמן, נאר פון מיין קרייז (רביה"ק מסאטמאר) אבער אי"ה עוד חזון למועד. די קוויטל פראיעקט האט מיר מחדש געווען סלאנים, לוצק ועוד... אזוי אויך די בן יכבד אב, ועוד ועוד. די מחלחמה איבערלעבער איז הייליג!

מרוה לצמא
ס'איז ארויסגעקומען דריי ביילאגעס אויף יום טוב.
וואס ס'איז פאר די מענער האב איך געליינט פון דעקל צו דעקל, (אויסער א באזוך ביי א ראש ישיבה וואס האט מיר נישט געצויגן, ביי אנדערע איז מסתמא די בעסטע ארטיקל), די איבעריגע האט מיין ב"ב געליינט
די 'סיפורים' ביילאגע האט אויסגעקוקט שיין אבער איך בין נישט אנגעקומען דאס צו ליינען
די קינדער ביילאגע קענען מיינע קינדער נאכנישט פארשטיין (ס'איז נישט געשריבן אין אידיש)

העדה - דורות
געליינט נאר דער שמועס מיטן אנטווערפערנער סאטאמער דיין דער חיד"א ווייס, ועוד חזון למועד, אפשר וועט מען אויך אנקומען צו די איבעריגע
מיינע קינדער האב הנאה געהאט פון די העדה קינדער-קינדערליך
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

עירוב תבשילין האט געשריבן:די עמי מאגאזין גייט לכאורה נישט זיין אין ארץ ישראל אויף די ערשטע טעג.

----

איך וויל קויפן אדער דער בלאט אדער דער איד, וועלכע קען מיך איינער מציע זיין? וועלכע איז אינטערעסאנטע?

וואס האט איר געקויפט צום סוף?
און וויאזוי איז דאס געווען?
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

זילבערווערק האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:די עמי מאגאזין גייט לכאורה נישט זיין אין ארץ ישראל אויף די ערשטע טעג.

----

איך וויל קויפן אדער דער בלאט אדער דער איד, וועלכע קען מיך איינער מציע זיין? וועלכע איז אינטערעסאנטע?

וואס האט איר געקויפט צום סוף?
און וויאזוי איז דאס געווען?

געקויפט דער בלאט. אבער נאכנישט געענדיגט בעסער געזאגט נאכנישט אנגעהויבן צו ליינען.

איך האב געקויפט די מאמענט, משפחה עברית, משפחה ענגליש, עמי, און דער בלאט.

איך האב שוין דערווייל געענדיגט ליינען די מאמענט, דערנאך האב איך געליינט די מאמענט פון יו"כ וועלכע איך האב נישט אנגעיאגט צו ליינען פאר סוכות, און יעצט האלט איך אינמיטן די משפחה- עברית, איך האב נאך א שטיקל וועג צו גיין.. איך האף אז ביז חנוכה וועל איך שוין זיין פארטיג מיט אלעס.
תשעט
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 3:07 pm

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תשעט »

די קינדער שטוב אינטערוויאו מיט 20 ראשי מדריכים איז זייער אינפארמאטיוו פאר סיי ווער עס פירט פראגראמען פאר קינדער
פיל מיט איידיע'ס און געדאנקען
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

אין משפחה - עברית איז געלאפן א פראיעקט וויאזוי 19 שרייבער גייען ארויס פון זייער דירות. א שטארקע געדאנק, איך וואלט געוואלט די אידישע מאגאזינען זאלן עס נאכמאכן.
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2739
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

עירוב תבשילין האט געשריבן:אין משפחה - עברית איז געלאפן א פראיעקט וויאזוי 19 שרייבער גייען ארויס פון זייער דירות. א שטארקע געדאנק, איך וואלט געוואלט די אידישע מאגאזינען זאלן עס נאכמאכן.

וואס הייסט ארויס פון דירות?
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

עפעס א מענטש האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:אין משפחה - עברית איז געלאפן א פראיעקט וויאזוי 19 שרייבער גייען ארויס פון זייער דירות. א שטארקע געדאנק, איך וואלט געוואלט די אידישע מאגאזינען זאלן עס נאכמאכן.

וואס הייסט ארויס פון דירות?

ניינצן שרייבער גייען אריין אין די קליידער פון אנדערע ארבעטער. איינער איז געווארן א באס דרייווער, איינער א מלמד, איינער דער גבאי פון ר' חיים קנייבסקי, און איינער א איך געדענק שוין נישט וואס. עס איז זייער א שעפערישע געדאנק און איז ענליך צו וואס 'די וואך' האט געטון מיט ר' שמעון יואל קליין, אז ער איז געווארן א משולח אויף א טאג.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

זילבערווערק האט געשריבן:די 'סיפורים' ביילאגע האט אויסגעקוקט שיין אבער איך בין נישט אנגעקומען דאס צו ליינען

געליינט די סיפורים ביילאגע מדאשקע לדאשקע.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

טישטוך האט געשריבן:
עפעס א מענטש האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:אין משפחה - עברית איז געלאפן א פראיעקט וויאזוי 19 שרייבער גייען ארויס פון זייער דירות. א שטארקע געדאנק, איך וואלט געוואלט די אידישע מאגאזינען זאלן עס נאכמאכן.

וואס הייסט ארויס פון דירות?

ניינצן שרייבער גייען אריין אין די קליידער פון אנדערע ארבעטער. איינער איז געווארן א באס דרייווער, איינער א מלמד, איינער דער גבאי פון ר' חיים קנייבסקי, און איינער א איך געדענק שוין נישט וואס. עס איז זייער א שעפערישע געדאנק און איז ענליך צו וואס 'די וואך' האט געטון מיט ר' שמעון יואל קליין, אז ער איז געווארן א משולח אויף א טאג.

דאס איז געווען מיין בעסטע ארטיקל אין די משפחה. נאכדעם די ביאלא רבי שליט"א ווי כ'האב מיר אביסל באקענט מיט די דערהויבענע דמות און חסידות, גאר א שיינע ארבעט געמאכט.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

טישטוך האט געשריבן:
עפעס א מענטש האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:אין משפחה - עברית איז געלאפן א פראיעקט וויאזוי 19 שרייבער גייען ארויס פון זייער דירות. א שטארקע געדאנק, איך וואלט געוואלט די אידישע מאגאזינען זאלן עס נאכמאכן.

וואס הייסט ארויס פון דירות?

ניינצן שרייבער גייען אריין אין די קליידער פון אנדערע ארבעטער. איינער איז געווארן א באס דרייווער, איינער א מלמד, איינער דער גבאי פון ר' חיים קנייבסקי, און איינער א איך געדענק שוין נישט וואס. עס איז זייער א שעפערישע געדאנק און איז ענליך צו וואס 'די וואך' האט געטון מיט ר' שמעון יואל קליין, אז ער איז געווארן א משולח אויף א טאג.

די שוחמאכער צוזאמטרעף איז אויך געווען א באמבע ארטיקל, פיל נייעס אפילו פאר די וואס זענען געווען ביז היינט שוין באקאנט מיט די פרטי המעשה.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

נא_שכל האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
עפעס א מענטש האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:אין משפחה - עברית איז געלאפן א פראיעקט וויאזוי 19 שרייבער גייען ארויס פון זייער דירות. א שטארקע געדאנק, איך וואלט געוואלט די אידישע מאגאזינען זאלן עס נאכמאכן.

וואס הייסט ארויס פון דירות?

ניינצן שרייבער גייען אריין אין די קליידער פון אנדערע ארבעטער. איינער איז געווארן א באס דרייווער, איינער א מלמד, איינער דער גבאי פון ר' חיים קנייבסקי, און איינער א איך געדענק שוין נישט וואס. עס איז זייער א שעפערישע געדאנק און איז ענליך צו וואס 'די וואך' האט געטון מיט ר' שמעון יואל קליין, אז ער איז געווארן א משולח אויף א טאג.

די שוחמאכער צוזאמטרעף איז אויך געווען א באמבע ארטיקל, פיל נייעס אפילו פאר די וואס זענען געווען ביז היינט שוין באקאנט מיט די פרטי המעשה.

יא אויך פיין געווען.
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

מען האלט שוין טאקע איבער א וואך נאך יו"ט, אבער איך האב ערשט יעצט געענדיגט ליינען רוב ארטיקלען (איין באשעפער ווייסט וויאזוי געוויסע שרייבן דא גאנצע אנאליזן עטליכע שעה נאכדעם וואס די אויסגאבעס קומען אן אין געשעפטן), למען האמת, איך האב נאך אביסל צו ליינען, אבער יעצט האלט מען שוין נאכ'ן ענדיגן רוב ארטיקלען. הערות, קריטיק און קאמפלימענטן איז דא אן א צאל, אבער היות אונטער יעדער ארטיקל ליגט שווערע ארבעט פון א שרייבער, א מגיה, רעדאקטער, בעל בית און כ'וויס נישט ווער נאך, וועל איך פרובירן נישט צו שרייבן קיין קריטיק, כדי ח"ו נישט קיינעם וויי טון.

אויב שרייב איך יא עפעס אין דער קאטאגאריע פון קריטיק איז עס "קאנסטראקטיוו קריטיסיזים", נאר צו ווערן בעסער.
איידער מיר רעדן פון די ארטיקלען אליין, איז וויכטיג צו אנמערקן א פאזיטיווע נקודה, אלץ הערט מען קריטיק פון מענטשן וועלכע רעדן זיך אפ אז אידישע ליטערעראטור איז טיף אין אדמה, ס'איז נישטא קיין קוואליטעט, תוכן און ניווא ביי די היימישע אויסגאבעס, וויל איך טענה'ן פארקערט, נאך אזא יו"ט ווען די פאליצעס אין די געשעפטן קענען ניטאמאל דערהייבן די צאל אויסגאבעס זעט מען קלאר ווי אידישע ליטעראטור וואקסט מיט יעדע פארגייענדע וואך. אמת, עס קען נאך נוצן א תיקון, אין אסאך הינזיכטן, איבערהויפט גראמאטיק, וואו ס'הערשט אן אומארדענונג, ווען אנדערש ווי אין ענגליש אדער העברעאישע אויסגאבעס, זענען די אידישע אויסגאבעס בכלל נישט פאראייניגט איבער גראמאטיק, וואס מאכט נערוועז אזא איינער ווי מיך - וועלכער ליינט כמעט אלעס.

אלזא גענוג מיט די הקדמות, לאמיר מיטטיילן וועלכע ארטיקלען איך האב געגליכן פון דעם פארלאפענעם יו"ט סעזאן. טייל פון די קאמענטארן האבן שוין אנדערע אויך אנגעמערקט, אבער שוין.
לאמיר עס צעטיילן אין קאטאגאריעס.

צייטונגען:
דער איד

ווי כמעט יעדע וואך האבן מיר זיך איינגעהאנדלט א דער איד, און זיי האבן נישט אנטוישט. די צייטונג איז געווען ווי געווענליך, אינטערעסאנט, אבער איך קויף עס נישט פאר די נייעס, ווייל די נייעס איז דאך שוין אלט. וואס דען? די ביילאגעס, בעיקר די תורה אפטיילונג, וואס איז יעדע וואך מלא וגדוש מיט תוכן. לכבוד יו"ט איז עס טאקע געווען מיט א שטאפל העכער.
בעיקר האט מיך געכאפט דעם נייעם סעריע פון "א שבת אין ירושלים", איך האב גאר שטארק הנאה געהאט פונעם ארטיקל אין דושינסקיא, דער שרייבער האט געמאכט א פיינעם ארבעט, שרייבנדיג א שיינעם באריכט און עס בארייכערט מיט זיסע קרישקעלעך און אנעקדאטן. איין נקודה וואס כ'האב געגליכן ביים שבת אין דושינסקיא, און מען דארף עס ווען איינפירן אין אנדערע שולן אויך, איז געווען אז אין דושינסקיא ביי א באווארפן ווארפט מען נאר אביסל קענדיס, דאן איז דא עטליכע ממונים וועלכע האבן פעקלעך, און פארטיילן רואיג פאר די קינדער, אזוי אז זיי דארפן נישט כאפן און ווילדעווען.

דאן איז געווען נאך אינטערעסאנטע ארטיקלען ווי איבער ערד פון אר"י, אן אינטערוויו איבער דעם ראב"ד רבי דוד יונגרייז זצ"ל, און נאך.
דאן איז פארהאן א סוכות ביילאגע וואס פארמאגט אויך אינטערעסאנטע סחורה, ווי א שרייבער באשרייבט סוכות אין סטוטשין, אבער מער פון דעם עצם ארטיקל האב איך געגליכן ווי ער שרייבט וויאזוי בארא פארק האט דאן אויסגעזען אן קיין רבי'ס, לויט אים איז נאר געווען מהר"ש מבאבוב זצ"ל. דאן איז דא א שמועס מיט דוד מאיר רוס איבער חסידישע נגינה, בפרט הקפה נגינה. ס'איז מיר געווען א חידוש דאס וואס ער זאגט אז דער "זעקסטער הקפה ניגון" איז נישט קיין היסטארישער אלטער ניגון, נאר איז פארפאסט געווארן דורך ר' אברהם לויאש ז"ל. דאן איז דא נאך אינטערעסאנטע זאכן.

דערנאך איז דא די שילדערונג אפטיילונג מיט פיינע ארטיקלען. דאס בעסטע אן אינטערוויו מיט א איד, איינער שווארץ, וועלכער האט איבערגעלעבט א שיסעריי טעראר אטאקע ביים צווייטן אינטיפאדע, אין דער צייט וואס זיין חבר איז ל"ע נפטר געווארן הי"ד. אן ארטיקל פון העינדל ברויער איבער וויאזוי דער פירער פון אליבאבא איז פארכאפט געווארן.

איין קריטיק, פשוט פאר מיין געשמאק, פארוואס דארף מען צוויי אויסגאבעס, א תורה מיט א סוכות ביילאגע? זאל מען מאכן איין גרויסע תורה אפטיילונג, ס'איז געשמאקער אלעס אויף איין פלאץ, פארשטייט זיך נאר אויב ס'נישט עטליכע הונדערט עמודים... דאן לגבי די שילדערונג אפטיילונג, ווען ס'קען ווען זיין א מאגאזין-פאפיר, ענליך צום תורה אפטיילונג וואלט געווארן א געוואלדיגע מעלה, און די פינגער וואלט נישט געדארפט שווארץ ווערן.

דער בלאט
פונקט ווי ביי דער איד, די צייטונג אליינס פארמאגט נישט קיין חידושים, נאר די ביילאגעס. אנדערש ווי דער איד וועלכע האט דריי, האט דער בלאט גאנצע פיר ביילאגעס, דאס איז חוץ די געווענליכע אפטיילונגען ווי קינדער, פרויען וכו'.
איין ביילאגע איז א גאנצע צימערן פראיעקט, איבער אלע סארטן צימערן, בעיקר פון גדולי ישראל, פון עטליכע האבן איך הנאה געהאט.
דאן איז דא אן עונג יו"ט ביילאגע, וואו ס'איז פארהאן גאר א שיינעם שמועס מיט רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר הבד"ץ עדה"ח, דורך יוסף לייב יאקאב. דער שמועס איז אפנהארציג און דוקא נישט פארמאל, כ'האב ספעציעל הנאה געהאט דערפון. ס'דא א שמועס מיט'ן קוממיות'ער רב, אבער כ'האב עס שוין געליינט דארטן פון וואו דער בלאט נעמט עס... פון שבת בשבתו. אויך איז דאן אן אינטערעסאנטער ארטיקל איבער דעם ערשטן ש"ס וואס מ'האט געדרוקט נאכ'ן קריג; טראצדעם וואס כ'האב עס שוין געליינט אין עטליכע אויסגאבעס, איז עס געווען אינטערעסאנט.

דאן איז דא דער אוצר, וואס האט א שיינעם ארטיקל איבער א גרופע אינגעלייט וועלכע געראטעוועט ספרי תורה פון אוקריינע. דער זעלבער ארטיקל איז געווען אין ענגליש, אין דער עמי מאגאזין. אן אינטערעסאנטן ארטיקל איבער "די-דזשעי" ביי חתונות. אן ארטיקל איבער דעם אידישן דאקטער וועלכער האט ערפינדן א וואקסין.
דאן איז דא נאך א ביילאגע מיט עטליכע ארטיקלען, אבער בעיקר איז דארטן איבערגעדרוקוט געווארן די אריגינעלע באריכטן און ארטיקלען וואס איז געדרוקט געווארן אין דער בלאט נאך 9-11.

צום שלוס האב איך די זעלבע קריטיק ווי ביי דער איד, נאר פי כמה, וואס איז פשט פון אזויפיל ביילאגעס? יעדע דריי ארטיקלען נאך א ביילאגע? וואס באלאנגט וואו? ס' מאכט עס אויסזען אביסל צעמישט. דאן די זעלבע טענה ווי פריער, מאכט עס מאגאזין-פאפיר וואלט עס געווען געשמאקער, יא עס קאסט מער געלט, אבער מער לייענער וואלט געקוקט דערויף.

די צייטונג
די צייטונג איז ווי אייביג, גאר אייגנארטיג, קליין אין קוואנטיטעט, אבער גרויס אין קוואליטעט. יא ס'נישטא דארטן קיין גרויסארטיגע פראיעקטן און ביילאגעס, אבער וואס יא איז אינטערעסאנט. אנדערש ווי די אנדערע צייטונגען ליינט מען יא די נייעס אפטיילונג פון די צייטונג, ס'האט עפעס אן אריגינעלקייט, בפרט די פילע נייעס ארטיקלען.

הגם זיי ליידן אויך פון דער מכה ווי די אנדערע צייטונגען צו צעטיילן יעדע פיר ארטיקלען אין א ביילאגע. זיי האבן פארמאגט דריי: קהלה צייט, תורה צייט און אידישע צייט. כמעט אלע האבן עפעס אינטערעסאנט. אין קהלה איז געווען זיסע באריכטעלעך, ווי איבער שומרי שבת, דער נייער וויזניצער ביהמ"ד אין ב"ב.

אין אידישע צייט איז געווען "די טשערי אן טאפ" דער אינטערוויו מיט הרה"ח ר' לייבל סטעפל, הגם ער האט שוין אויך געגעבן פילע אינטערוויוס אין דער פארגאנגענהייט, איז דאס געווען היימיש און געשמאק.

אצינד צו די מאגאזינען
בחצרות סאטמאר

היי יאר איז געווען א נייע שפילער אויפ'ן מארק, בחצרות סאטמאר. אינעם הויפט מאגאזין האבן זיי געהאט עטליכע אינטערעסאנטע קאלומס ווי געווענליך, אבער דער הויכפונקט איז געווען זייער סוכות ביילאגע. זיי האבן געהאט א באזוך אין קרית יואל'ער בית השחיטה און אראפגעלייגט פילע זייטיגע זאפטיגע ארטיקלען דורך שמעון יואל קליין. אנגעהויבן פון די ערפינדונג פונעם וואורשטעל, הלכה חלקים, באגלייט מיט א לעבעדיגן באזוך.

דאן איז געווען גאר א ציענדע ארטיקל איבער א רב אין לאנדאן, איינער ר' יוסף שאפאטשניק, וועלכער האט געטאנצן אויף ביידע חתונות, איין מינוט פרום און איין מינוט...
דאן איז געווען אן אינפארמאטיווע שמועס מיט אחים ווערצבערגער איבער זייער נגינה טאלאנטן. און נאך אינטערעסאנטע חומר, וואס איך געדענק נישט אויפ'ן מינוט.

מאמענט
מאמענט מאגאזין איז ביי מיר א וועכנטליכער עקספענס, ס'איז א מוז, איז ווען ס'קומט א יו"ט דאן כשו"כ.
א טאג באזוך ביים פאטאגראפיסט גאלדשטיין איז געווען אינטרעסאנט. דער ארטיקל פונעם זושא באנד האב איך ביים ערשטן בליק געטראכט וואס אנדערע דא אין שטיבל האבן געשריבן, אבער כ'האב באשלאסן לאמיך עס געבן א שאנס, און כ'בין נישט אנטוישט געווארן. ניין כ'גיי נישט יעצט לויפן קויפן זייערע קאסעטעס, און אודאי זיי נישט דינגען ביי מיין שבת נחמו קומזיץ אין קאנטרי, אבער דער ארטיקל האבן איך געגליכן, טראצדעם וואס דער "טוחן" איר ווייסט פארוואס? ווייל דער אליעזר ראזן איז א מייסטער שרייבער, וועלכער האט עס באשפרינקעלט מיט זיסע ווערטער-שפילן ווי שירתא וזושאתא, מה יפה זוושאתנו, אלזא אז כ'האב גאר שטארק הנאה געהאט
דער בסוכה'לעך פראיעקט מיט 5 אידן וועלכע ארבעטן א גאנץ יאר אונטער'ן זון איז געווען זיס און דיפרענט.

"וויליאמסבורג בתפארתו", צו באשרייבן דעם פראיעקט דארף מען זיין א ברוך וויינשטאק. דער שרייבער האט באזאלצן און באצוקערט דעם ארטיקל/פראיעקט מיט אזאנא הימלישע מליצות און שפריכווערטער, אז זאל ער שרייבן איבער טישו-באקסעס און וויעטנאמער-רייז וואלט איך עס אויך געליינט אין איין אטעם, אודאי אז ס'נאך איבער וויליאמסבורג, באגלייט מיט בילדער, איז עס געווען א היט! דער המן-טאש הויז בלייבט שוין ביי מיר אזוי מיט'ן נאמען לעולם.

אין דער נייעס ביילאגע איז געווען נאך עטליכע אינטערעסאנטע ארטיקלען און די געווענליכע אינטערעסאנטע קאלומס. בעיקר האב איך הנאה געהאט פונעם ארמיי באזע אין בארא פארק.
באופן כללי דארף איך זאגן וואס אסאך האבן שוין דא געזאגט, ס'איז געוווען זייער גוטע אינהאלט, כ'האב שטארק הנאה געהאט, נאר וואס דען, שוין, לאמיר קוקן אויפ'ן האלב פולן גלעזל...

א בליק
כ'האב הנאה געהאט פונעם הויפט ארטיקל איבער דעם לעלובער הויף. דער באזוך אין ברסלבער שטעטל אין ליבערטי, און אנדערע זאכן. אין דער קינדער אפטיילונג איז געווען א זיסער פראיעקט מיט ראשי המדריכים, און ס'איז געווען אינטערעסאנט צו ליינען וואס יעדער טראכט און זאגט. אויך האב איך הנאה געהאט פונעם שמועס מיט דעם אתרוג סוחר ר' חיים יצחק שווארץ, בעיקר אז רבי הערשעלע ספינקער זי"ע האט געצאלט 17 דאלער פאר אן אתרוג, און פאפא רב 15, און אנדערע רבנים אין דעם סכום.

והעולה על כולנה, איז געווען די חתם סופר ביילאגע. האמת יגיד, ווען כ'האב עס געזען האב איך געטראכט ווואספארא חידושים קען שוין דארט זיין? ווער ווייס נישט איבער'ן חתם סופר? מען דאך קויפן א בוך, וכו'. אזוי האב איך עס געלייגט אין א זייט ביז טיף אינמיטן יו"ט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען דערצו בין איך איבערראשט געווארן. ס'איז גאר א רייכע ארבעט און שיינע ליקוט, כ'האב עס אוועקגעלייגט אין א זייט און מען גייט עס בעז"ה פארטיגן.

אותיות
למען האמת האב איך עס געקויפט די ערשטע, אבער ענדיגן קוקט אויס וועט עס זיין די לעצטע. אבער פון וואס כ'האב יא געליינט האב איך גאר שטארק הנאה געהאט פונעם באזוך אין באלטימאר, דער באבובער קאזאקן טאנצער, מלאכת הכותב, אבער די אנדערע ארטיקלען האב איך נאכנישט עספיעט צו דעקן.


די וואך / שריפט

יעדע איינציגסטע אויסגאבע האט געהאט אינטערעסאנטע זאכן, אבער אויב איך דארף אויסוועלן א "פעיווערעט" וואלט דאס בלי ספק געווען די וואך / שריפט. זיי האבן דעליווערט אזאנס און אזעלכעס, בעסער ווי געראכטן, איך האב מיך דערקוויקט מיט כמעט יעדן ארטיקל, בפרט זייערע ספעציעלע יו"ט פראיעקטן.

צוערשט זייערע פראיעקטן: זייער פראיעקט פון רבי'ס מיט זשורנאליסטן איז א יחיד במינו, א היסטארישע ווערק וואס קען ווען זיין א ביכל, כ'האלט נאר ס'איז אביסל פארוואסערט געווארן צווישן צופיל אנדערע סחורה. דאן האבן זיי געהאט א קוויטל ביי רבי'ס, ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט וויאזוי ס'גייט צו א קוויטל ביי אנדערע קרייזן ווי כ'בין געוואוינט. דאן א פראיעקט איבער טאטעס פון רבי'ס וועלכע האבן נישט משמש געווען באדמורות, געווען א שיינע ארבעט, נאר אביסל קורץ. דאן זייער סעפטעמבער 11 ארטיקלען האט מיר געברענגט זכרונות.

אנדערע ארטיקלען איז אויך געווען גאר גוט, א טאג אין סאמאליע איז געווען גוט, הגם כ'וואלט אויך געווואלט ליינען איבער סאמאליע אליין, נישט נאר סאמאליע-לאנד.דער שמועס מיט ר' אהרן ארי' אייזענבערג איז מיר געווען א חידוש אז ער האט אנגעהויבן ביי בוני עולם פשוט אלס הכרת הטוב. מאיר אדלער האב איך געליינט אין איין צי, קודם האב איך ניטאמאל געוואוסט אז ער איז א בארא פארק געבוירענער, כ'האב געמיינט ער איז אן ארץ ישראל'דיגער, איבער זיין קשר מיט ארעלע סאמעט און נאך אינטערעסאנטע מעשה'לעך. דאן א שמועס מיט דער ארטיסט יוני גערשטיין האב איך געגליכן נאכ'ן אויפוואקסן מיט זיינע ביכער און משניות'ן.

און נאך אנדערע זאכן וואס כ'געדענק נישט אויפ'ן מינוט, אפילו די קינדער ביילאגע האט געהאט עטליכע אינטערעסאנטע ארטיקלען.

קינדער מאגאזינען

קינדליין

קינדליין האט פארמאגט עטליכע שיינע זאכן, אבער בעיקר פון וואס כ'האב גאר שטארק הנאה געהאט איז געווען די "צוריק צו וועגס" ביילאגע, וואס איז באמת געווען גאר תוכנ'דיג און רייך. די היסטאריע, רבנים, שולן באגלייט מיט אינטערעסאנטע בילדער.

הונדערט

אין הונדערט האב איך הנאה געהאט פונעם ארטיקל וואס שמעון שלמה זילבער האט מיט זיין זיידע וועלכער האט איבערגעלעבט די קריג אין א בוידעם. דאן האב איך הנאה געהאט פונעם "אויגפארכאפנד" ביילאגע, ס'איז געווען א לייכטע און געשמאקע זאך צו ליינען. די אהין און צוריק ביילאגע האב איך אויך נישט געפארטיגט, אבער וואס כ'האב יא געליינט איז געווען אינטערעסאנט.

שוין, גענוג פאר היינט, כ'קען אויך שרייבן וועגן די ענגלישע און העברעאישע, אבער מ'וועט עס דארפן אוועקלייגן אויף א צווייטע געלעגנהייט
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:@בעל הנס! ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”