סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

את פתח לו האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:ווי קען מען קויפן דעם 'המבשר' אין מאנסי?
שוין געזוכט אין אלל פרעש, ראקלינד קאושער, עווער גרין, און רעדעלישעס, און נישט געטראפן

טריי ביי עקסאן אויף די פיפטי ניין

אדרעס?
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
קינדערליך
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2017 1:20 pm

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קינדערליך »

צו שאפן אן עונג יום טוב פאר די לעכטיגע קינדער קויפט די 'קינדערליך'.
לויפט און קויפט איידער עס איז אויסגעלאפן פון די פאליצעס
אטעטשמענטס
217.jpg
217.jpg (327.71 KiB) געזען 2103 מאל
rach44
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 1:05 pm

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rach44 »

rach44
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 1:05 pm

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rach44 »

This is the hamvaser link
There is no printed in USA to buy
Just print it at your own
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אט איז א קורצע און שנעלע איבערלויף פון מיין ערפארונג מיט די ליין מאטריאל דעם יום טוב

קלארשטעלונג: געקויפט האב איך נאר, דער בלאט, דער איד, דער מאמענט, די וואך, א בליק, אותיות, בחצרות סאטמאר, קינדליין, הונדערט, עמי, משפחה (ענגליש).
משום איזה סיבה האב איך נישט די יסודות, אינטערעסאנט, און מעגליך נאך, אבער מיר וועלן עס משלים זיין.

דער איד איז געעווען אין א פלאסטישע ארום וויקלונג, דעריבער האב איך עס נאכנישט געליינט.
קינדליין, הונדערט, און בחצרות בין איך נאכנישט אנגעקומען אפילו נאנט צו, און אויך די וואך אין שריפט, און בליק האבןם נאכנישט געהעריג זוכה געווען צו מיין גרונטליכע פארש ארבעט.
דערווייל איז נאר די דער בלאט (אויך נישט די גאנצע), עמי, און מאמענט.
די ביאגראפיעס און אינטערוויוס מיט די גדולי התורה האב איך נאכנישט טוןעם געווען, פאקוסירנדיג אויף די אנדערע חלקים ערשט

פון די עמי בין איך שטארק פאזיטיוו איבעראשט געווארן, סע האט דעליווערט אסאך תוכן. מיינע הערות?
1) דער ארטיקל איבער די געהיימע מיסיע אין אוקריינע צו ראטעווען ספרי תורה איז אויפגעדעקט געווארן דורך דער בלאט בארגאנגענעם וואך, די וואך אינעם אוצר האבן זיי א כמו-פארזעצונג דערוועגן, בעת דער עמי האט אראפגעברענגט די גאנצע מעשה (ווי עס שיינט האט עס דער זעלבער שרייבער געשריבן פאר ביידע – עס איז כמעט אידענטיש).

2) די ארטיקל איבער יהודה טילינגער – א פאלשער רב אין אמעריקא איז שוין אויספירליך באשריבן געווארן אין מיין מאמע-לשון אינעם "אינטערעסאנט" אויסגאבע עטליכע חדשים צוריק, ווידעראמאל האט די ערשטע פאר שורות וואס כ'האב געליינט געקלונגען א קלאק אין מיין מח, און ס'דאכט זיך מיר אז ס'איז געשריבן די זעלבע וועג ווי דארט.

3) אן ארטיקל ווי אזוי שלמה זייאנץ האט מיט זיינע ווידיאס מקרב געווען רחוקים.

4) אן אינטערוויו מיט אן אמעריקאנער איד וואס וואוינט אין קורדיסטאן – ער לייגט עס אראפ אלץ א זיכערע ארט, און א פלאץ וואו ער דארף נישט באהאלטן זיין אידישקייט. (פון די באזוך פון שלמה זייאנץ מיט לפא שמעלצער ווייזט אויך אויס די זעלביגע)

5) אן אינטערוויו מיט איינעם "אלכסנדר הול" (א רבני'ש געשטאלט) איבער דברי חכז"ל און מדרשים און ווי אזוי עס שטימט אריין מורא'דיג פאסיג מיט די אינפארמאציע וואס איז היינט באוואוסט, עס זאגט נישט קיין סאך אינפארמאציע איבער די 4 נושאים וואס עס רירט צו (עגיפטישע היסטאריע, בית שני, די מ"ב מסעות, הר סיני) וואו ער קריגט מיט די אנגענומענע גוי'אישע מיינונגען און ער ברענגט אייגענע הוכחות צו דברי חכז"ל – אבער ער טוט דאס אחעס אין א סעריע פון 4 ביכער, און דאס שיינט צו זיין א כמו-עד וואס מאכט דיר וועלן ליינען די ביכער.

6) די היסטאריע פון די קאמף אין אמעריקא צווישן די ארטאדאקסישע רבנים קעגן להבדיל די רעפארם און קאנסערוואטיוו באוועגונג איבער "מחיצות" אין שולן, און ווי אזוי די שלאכטן האבן זיך אויסגעשפילט אין געריכט.

7) א בלינדער און טיילווייז-טויבער מענטש וועכלכע האט זיך באוויזן צו שטארקן אויף פילע שוועריגקייטן און פלאנירט ווייטער אויפצוטון פיל אין דעם געביט פאר אנדערע בלינדע.

8) א באזוך אין איראק דורך שלמה זייאנץ און ליפא שמעלצער, מיט זייערע אייגנארטיגע ערפארונגען דארט – אריין גערעכנט ראקעטן פליען איבער זייערע קעפ צום אמעריקאנער אמבאסאדע.

9) אן אינטערוויו מיט איינער וואס באצייכנט זיך אלץ "דער לעצטער אידישער מאפיאנער" וועלכע האלט נישט קיין אידישקייט אבער אידענטיפיצירט זיך דאך אלץ איינס – טיילווייז צוליב זיין שטיצע פאר מדינת ישראל (וועלכע פארנעמט א שיינע ארט אין זיין "אידישקייט"), אבער ער האט יא פרומע קינדער און אייניקלעך.

10) א לאנגער אויספירליכער אינטערוויו מיט'ן טראמפ ראטגעבער דשעיסאן מיללער איבער טראמפ, די רעפובליקאנער פארטיי, און זיין נייע כמו-טוויטער פלאטפארמע געטטער (וועלכע באשטייט פון די ווערטער געט-טוגעדער).
די אינטערעסאנטסטע חלקים: ער האלט אז טראמפ גייט לויפן אין 24 // ער האלט אז טראמפ גייט ארויפגיין אויף געטטער אין די נאנטע צוקונפט // טראמפ האט זיין אייגנארטיגע מהלך מיט די מידיע – און ער ווייסט וויאזוי זיי צו פארדרייען אז זיי זאלן אים מוזן דעקן // ס'האט זיך געקענט מאכן נאך א טוויט אז טראמפ זאל זאגן "איך וואלט דאס נישט געדארפט שיקן" // טראמפ האט נישט אליינס געטוויט יעדע פאר שעה, זיין שטאב הויפט האט געשיקט דורכאויס די טאג טוויטס וואס ער האט דיקטירט אנהייב טאג // טראמפ איז געווען זייער אנגעזעצט אין די טעג נאכן פארלירן ווידערוויילונג // טראמפ איז נישט שאקירט געווארן ביים געווינען די ערשטע טערמין, ער זאגט אריין גייענדיג אינעם וואל טאג איז ער (מיללער) געווען זיכער אז טראמפ מאכט עס // און מעגליך נאך אינטערעסאנטע זאכן.
11) יאהאן לופטאס האט געהאט א לענגערע קאנספיראציע ווי אזוי איראן וויל נישט די טאליבאן, כינע שטעקט אריין אירע נעגל, און אמעריקא האנדלט קלוג און פאלט נישט פאר זייערע פלענער.

12) א לענגערע אפהאנדלונג איבער די שטעכעריי אין מאנסי, אריין גערעכנט די באווייזן און אנדערס אז עס איז געווען דער זעלבער גרעפטאן טאמאס ווי פון די חנוכה אטאקע, און אויך די סיבות פארוואס מען קלאגט אים נישט דערויף (מאנגל אין באווייז – בלויז צופעלער)

בערך דאס איז די עמי – גענוג תוכן פאר כמעט גאנץ יו"ט

די מאמענט האט דעליווערט שיין – אבער ווייט נישט פאר א סוכות אויסגאבע, שירתא וזושאתא האט מיר געאיבלט, די איש סעריע האב איך יא פאזיטיוו אויפגענומען, אבער פון די דריי אישים זענען 2 געווען קורץ און טרוקן, בלויז דער מתמיד איז געווען א לענגערער אםהאנדלונג.
די מאלערי געשיכטע קונסט פראיעקט האט מיר איבערגעלאזט מיטן טעם פון א באנאנא מיט דאקט טעיפ אויפן וואנט -איך זע נישט די קונסט אין די דמיונות דורך פיר שרייבער אין א מאלעריי, אפילו די גלות אמעריקא ארטיקל איז געווען קורץ, עפעס איז פאגעגאנגען מיט דעם מאמענט.
צו זיין אויפריכטיג, די פאטאגריפירער ארטיקל האב איך נאכנישט געליינט.
די מאמענט+ מיט דער בלאט האבן ביידע באשריבן די טערענאס שווינדל, איך האב נאכנישט געליינט קיינע פון די שוין האבנדיג עס געליינט ערגעץ וואו אייניגע מאנאטן צוריק.

דער בלאט:
די סעפטעמבער 11 אפטילונג איז נאר דורכגעבלעטערט געווארן.
די געהיימע מיסיע צו ראטעווען די ספרי תורה האב איך אדורגעליינט ביז וואו ס'איז געגאנגען, און פון דארט האט די עמי איבערגענומען ערגענצנדיג דאס בילד – צוליב וואס דער בלאט האט באשלאסן צו מאכן א פארזעצונג דערפון.
די צימערן פראיקעט איז נאכנישט צוגערירט געווארן.
די עונג יו"ט האט מען שנעל אדורכגעבלעטערט נאך וואס משה יודא ואל ווייס האט אין זיין קאלום אינעם אוצר געשריבן אז דארט איז דא אן אפהאנדלונג צי מיר שטייען אין יאר תש"פ, תשפ"א, אדער תשפ"ב, - גאר אן אינטערעסאנטער ארטיקל.
דער הויפט בלאט האט מען אויך שוין געדעקט – עטליכע חידושים געווען דארט, אבער נישט אלעס ליג טמיר יעצט אויפן זכרון.
איין זאך יא, אונטערן קעפל (בערך) ביידען שטייער בלאף אויפגעדעקט, - געשרין גאר גאר איינזייטיג, שטייט אז ביידען גייט יא העכערן שטייערן פאר מענטשן וואס פארדינען אונטער 400 טויזנט דאלער א יאר, ווייל ער העכערט שטייער אויף טאבאקא, און מענטשן וואס פארדינען אונטער 400 טויזנט קויפן עס דאך קומט אויס אז זיי צאלן טייערער – א לעכערליכער טענה וואס די רעפובליקאנער שעמען זיך מסתם מיט.
אויך גייט די שטייער העכערונג זיין אין קראפט פאר פארפעלקער וואס פארדינען איבער 450 טויזנט – וואס דאס איז ווייניגער ווי 400 איטליכע, טראצדעם וואס נאך ביים קאמפיינען (כפי זכרוני) האבן שוין די געהילפן קלאר געשטעלט אז עס איז נאכנישט קלאר צי די 400 טוינט פארשפרעכונג גייט ארויף אויף יעדעס מענטש, אדער פארפעלקער.
דער שרייבער זעצט פאר צו שאצן אז א לענדסלייד פארלוסט פאר די דעמאקראטן אין ליכט פון די שטייער העכערונג.

אויך דער אנדערער וועכנטליכער קאנספיראטאר האט געשאצט אז אינעם קאלעפארניע ריקאל גייט דער רעפובליקאנער געוואונען, נאר אינמיטן נאכט וועט מען פלותלונג טרעפן נאך בעלאטס וואס די פאלשע בעלאטס וועלן שענקן דער זיג פאר די דעמאקראטן.

א קורצע בליק אינעם משפחה האט מיר באשטעטיגט אז כ'האב נישט פארוואס עס אפילו אדורך צו בלעטערן, אויסער אן ארטיקל דורך איינער וואס איז מסביר ווי שלעכט ביידען מיט בנט זענען – געשריבן אויף אן עקלדיגן בייעסד וועג. צ.ב.ש. ביים רעדן אז אמעריקא בעט עפעס פון בנט שרייבן זיי "די ביידען אדמיניסטראציע האט געדרוקט א 'געהארכזאמער' בנט", און אזוי ווייטער יעדע פלאץ וואו ס'איז שייך אריין צו ווארפן וואס פאר א לא יצךח ביידען און בנט זענען שטייט עס.
אויסער דעם האב איך פשוט נישט געפונען דארט קיין ארטיקלען פון אינטערעסע.
תם ולא נשלם, איך וועל פראבירן צו האלן אפדעיטעד מיט ווייטערדיגע אנטוויקלונגען
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יקוש פייוויש האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:די סיטעם גייט צו אזוי: קודם די ערשטע זאך היפט מען אריבער די צייטונגען זען צי מ'האט אפשר פארפאסט א נייעסל אז די גארבידש דעפט. האט א נייע סופערווייזער אדער ענליכעס, אפשר גאר א בילד פון קום יאנג אן וואס אייוועלט האט נישט געהאט, דערנאך שפרינגט מען צו די וואך, בליק. און מ'געט א קוק צי קיין איין רבי האט נישט חתונה געמאכט אן מיין ידיעה
דערנאך כאפט מען די מאמענט, און מ'קוקט צי די פלאס אפטיילונג האט א נייעס וואס די צייטונגען האבן נישט, און דערנאך נעמט מען די וואכ'ס שריפט, בליק'ס שטיבל, און די הויפט אפטיילונג פונעם מאמענט, און געוואנדן לויט די תוכן מאכט מען די סדר הלימוד
דא ברויך די אשת חיל געווענליך אפאר קלייניגקייטן - יא צוגעטראפן, אינמיטן די אינטערעסאנטע חלק, אזוי אז כ'זאל גוט אריין נעמען אין די ביינער וואס מיינע רביס האבן מיר געלערנט אז ווען מ'לערנט צעשטיקלט איז עס נישט אזוי וואויל
דערנאך געט מען זיך א זעץ ארויף אויף די שיריים, די עמי שטעלט צו יעדעס אנטי-איזראעלי טוויטער קאנטע וואס מ'קען אפשר אנטיסעמיטיזירן, יאהאן לאפטוס שטעלט צו פיינע קאנספיראציעס, ס'דא פיינע נייעס'לעך, דער בלאט'ס אוצר לאזט מען פאר ווען מ'העט ענדיגן די גלאק, בחצרות, שטערן, ושיירי מנחה
און געווענליך אויף שבת קודש זוכט מען וואס צו ליינען, ווייל די קינדליין, און הונדערט האט מען שוין געדעקט פרייטאג צונאכטס נאכן זיך אראפ זעצן אויפן חלה דעקל וואס ליגט אויפן קאוטש

דו וואלסט ווען געדארפט צו עפענען אן אשכול מיט א איבערזיכט פון אלע געליינעכצער יעדע וואך

א שטיקל אנהייב
חיים נחום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:38 pm

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים נחום »

שמו האט געשריבן:ווי קען מען קויפן דעם 'המבשר' אין מאנסי?
שוין געזוכט אין אלל פרעש, ראקלינד קאושער, עווער גרין, און רעדעלישעס, און נישט געטראפן

דער 'המבשר' קומט שוין נישט אן קיין אמעריקע פאר איבער א יאר. נאך פאר קאראנא .אדער אפשר דעמאלטס האט זיך עס געסטאפט
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3171
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

דער טערענאס ארטיקל איז געווען באשריבן אין שפאקטיוו

דער משומד - רב ארטיקל איז געווען באשריבן אויף אייוועלט און אין דער גלאק
לפנות בוקר
אוועטאר
קלמן יעגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יעגער »

די פרשה פון טילינגער איז געווען אינעם גלאק

האקט
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20601
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

אלכסנדר הול איז נישט דער בעל הוכחות?
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט צו געזאגט אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4970
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א שטיקל אנהייב

א גוטע התחלה

די יסודות איז מיר געווען אינטערעסאנט (וויפיל איך האב געלייענט)
און די מאמענט איז קלאר שוואכער ווי געווענליך, כאטש סהאט די מאמענט פלאס, אבער דאס איז דא יעדע וואך
פאר א מעגא אויסגאבע איז נישט גענוג אז מען לייגט דאבל עדס ווי געווענליך...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

לפנות בוקר האט געשריבן:דער טערענאס ארטיקל איז געווען באשריבן אין שפאקטיוו

דער משומד - רב ארטיקל איז געווען באשריבן אויף אייוועלט און אין דער גלאק

גערעכט! די זכרון מיינער האט עס אנגעלייגט אויפן אינטערעסאנט צוליב די ענליכע ארטיקל מיטן קעפל א רב אדער א כופר
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4104
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

ווער אין דער וועלט איז יאהאן לופטאס פון די עמי?????
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

Wow a1 האט געשריבן:ווער אין דער וועלט איז יאהאן לופטאס פון די עמי?????

דשאן לופטאס, א קאנספיראטאר וואס שרייבט דארט וועכנטליך

מים חיים האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א שטיקל אנהייב

א גוטע התחלה

די יסודות איז מיר געווען אינטערעסאנט (וויפיל איך האב געלייענט)
און די מאמענט איז קלאר שוואכער ווי געווענליך, כאטש סהאט די מאמענט פלאס, אבער דאס איז דא יעדע וואך
פאר א מעגא אויסגאבע איז נישט גענוג אז מען לייגט דאבל עדס ווי געווענליך...

איך ליין געווענליך יסודות, זעט פשוט אויס אז אין די יעצטיגע בארג פון ליין מאטריאל איז עס ערגעץ וואו דערטראנקען געווארן.

און איך בעט למען ה... זאל קיינער נישט אויסטייטשן מיינע ווערטער ווי א פגיעה אדער ענליכס אין קיין שום אויסגאבע, איך מיין נישט קיינעם, איך זאג נאר פון וואס איך האב יא - און נישט - הנאה געהאט דעם יום טוב
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4104
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:ווער אין דער וועלט איז יאהאן לופטאס פון די עמי?????

דשאן לופטאס, א קאנספיראטאר וואס שרייבט דארט וועכנטליך

ער ווייסט זייער אסאך, ער שרייבט עפעס וואס קיינער ווייסט נאך נישט און א וואך שפעטער שרייבן די אלגעמיינער מידיא דערוועגן...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

Wow a1 האט געשריבן:

מאכט אים נישט אויס קאנספיראטאר, איך גלייך אים גראדע, אבער ער קאנספירירט למעשה ממש ווי א ווייסעכניש וואס. געדענק איך איינמאל ווי ער האט צאמגעשטעלט הודו מיט זכר קדשו, און ער האט זיך אזוי פארענטפערט אז ס'איז מעגליך אז אלץ געוועזענער פרארוקאר זע איך א קרימינאל אין יעדע מעשה...
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
יקוש פייוויש האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:די סיטעם גייט צו אזוי: קודם די ערשטע זאך היפט מען אריבער די צייטונגען זען צי מ'האט אפשר פארפאסט א נייעסל אז די גארבידש דעפט. האט א נייע סופערווייזער אדער ענליכעס, אפשר גאר א בילד פון קום יאנג אן וואס אייוועלט האט נישט געהאט, דערנאך שפרינגט מען צו די וואך, בליק. און מ'געט א קוק צי קיין איין רבי האט נישט חתונה געמאכט אן מיין ידיעה
דערנאך כאפט מען די מאמענט, און מ'קוקט צי די פלאס אפטיילונג האט א נייעס וואס די צייטונגען האבן נישט, און דערנאך נעמט מען די וואכ'ס שריפט, בליק'ס שטיבל, און די הויפט אפטיילונג פונעם מאמענט, און געוואנדן לויט די תוכן מאכט מען די סדר הלימוד
דא ברויך די אשת חיל געווענליך אפאר קלייניגקייטן - יא צוגעטראפן, אינמיטן די אינטערעסאנטע חלק, אזוי אז כ'זאל גוט אריין נעמען אין די ביינער וואס מיינע רביס האבן מיר געלערנט אז ווען מ'לערנט צעשטיקלט איז עס נישט אזוי וואויל
דערנאך געט מען זיך א זעץ ארויף אויף די שיריים, די עמי שטעלט צו יעדעס אנטי-איזראעלי טוויטער קאנטע וואס מ'קען אפשר אנטיסעמיטיזירן, יאהאן לאפטוס שטעלט צו פיינע קאנספיראציעס, ס'דא פיינע נייעס'לעך, דער בלאט'ס אוצר לאזט מען פאר ווען מ'העט ענדיגן די גלאק, בחצרות, שטערן, ושיירי מנחה
און געווענליך אויף שבת קודש זוכט מען וואס צו ליינען, ווייל די קינדליין, און הונדערט האט מען שוין געדעקט פרייטאג צונאכטס נאכן זיך אראפ זעצן אויפן חלה דעקל וואס ליגט אויפן קאוטש

דו וואלסט ווען געדארפט צו עפענען אן אשכול מיט א איבערזיכט פון אלע געליינעכצער יעדע וואך

א שטיקל אנהייב

גאר גאר פיין! קיעפ איט אפ! א גוטן מועד!..
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

איך מיין אז די וואך האט דערליווערט די מערסטע.....
אין עוד מלבדו
נפשנו
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 4:50 pm

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשנו »

מיינע בעסטע ארטיקלען דעם יו״ט:
תקופת ארה״ק אין בחצרות
ישראל גאלדשטיין טאג באזוך אין מאמענט
איש מתמיד אין מאמענט
אין פראווע צימער אין די וואך
אם חכם בני אין די וואך
חתם סופר ביילאגע פון א בליק
קרית ברסלב אין א בליק
לעלוב אין א בליק
דראון פראיעקט אין הונדערט
דיר קינדער האבן גאר שטארק הנאה געהאט פון די ראשי מדריכים פראיעקט אין בליק
נאך איינער

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

מי שברך האט געשריבן:איך מיין אז די וואך האט דערליווערט די מערסטע.....

עדס?
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלף
תגובות: 1983
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

נאך איינער האט געשריבן:
מי שברך האט געשריבן:איך מיין אז די וואך האט דערליווערט די מערסטע.....

עדס?

אויך, אבער מיך שטערט נישט קיין עד'ס ווען די אנדערע פעידזשעס זענען אנגעפילט מיט אינטערעסאנטע תוכן'דיגע ארטיקלען.
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4104
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:ווער אין דער וועלט איז יאהאן לופטאס פון די עמי?????

דשאן לופטאס, א קאנספיראטאר וואס שרייבט דארט וועכנטליך

ער ווייסט זייער אסאך, ער שרייבט עפעס וואס קיינער ווייסט נאך נישט און א וואך שפעטער שרייבן די אלגעמיינער מידיא דערוועגן...

מאכט אים נישט אויס קאנספיראטאר, איך גלייך אים גראדע, אבער ער קאנספירירט למעשה ממש ווי א ווייסעכניש וואס. געדענק איך איינמאל ווי ער האט צאמגעשטעלט הודו מיט זכר קדשו, און ער האט זיך אזוי פארענטפערט אז ס'איז מעגליך אז אלץ געוועזענער פרארוקאר זע איך א קרימינאל אין יעדע מעשה...

ער קויפן נישט אפ די אנגענומענע ווערסיע פון יעדע נייעס, ער האט זיין אייגענע ווערסיע און ער איז גערעכט מער מאל ווי נישט..

איז ער א שומר שבת?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

Wow a1 האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:ווער אין דער וועלט איז יאהאן לופטאס פון די עמי?????

דשאן לופטאס, א קאנספיראטאר וואס שרייבט דארט וועכנטליך

ער ווייסט זייער אסאך, ער שרייבט עפעס וואס קיינער ווייסט נאך נישט און א וואך שפעטער שרייבן די אלגעמיינער מידיא דערוועגן...

מאכט אים נישט אויס קאנספיראטאר, איך גלייך אים גראדע, אבער ער קאנספירירט למעשה ממש ווי א ווייסעכניש וואס. געדענק איך איינמאל ווי ער האט צאמגעשטעלט הודו מיט זכר קדשו, און ער האט זיך אזוי פארענטפערט אז ס'איז מעגליך אז אלץ געוועזענער פרארוקאר זע איך א קרימינאל אין יעדע מעשה...

ער קויפן נישט אפ די אנגענומענע ווערסיע פון יעדע נייעס, ער האט זיין אייגענע ווערסיע און ער איז גערעכט מער מאל ווי נישט..

איז ער א שומר שבת?

דאכט זיך אז ער איז נישט קיין איד, ער פאררופט זיך אייריש
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: סוכות אויסגאבעס תשרי תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

משפחה אין עברית איז אריינגעקומען זייער שטארק דעם יו"ט.
כ'האב ספעציעל הנאה געהאט פון:
-די ארטיקעל איבער יוסל'ה שוכמאכער ווי ער טרעפט זיך מיט די זון פון די באקאנטע גיורת רות בן דוד וואס האט אנגעפירט מיט די מבצע ארויסצוכאפן יוסל'ה פון די מדינה קיין אמעריקע. זייער אינטערסאנט.
-אינטערוויו מיט עמית סגל
- ארטיקעל איבער משפחת רזאל
- ארטיקל איבער די קהילת גרים אין גואטעמעלא (עפעס איז געווען באשריבן שוין איבער זיי אין דער מאמענט)
- באשרייבונג אויף חכם הרי רפול
- רייזע פון מאיר אלפסי צווישן די שבטים אין אפריקע
-באשרייבונג איבער די נייע ראש המוסד דדי ברנע
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”