שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שפיצער

שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

#איך האב געהאט א חלום .
ווי איך גיי אין געשעפט איינקויפן לכבוד שבת און ביים אנפולן די וואגן מיט די וועכענטליכע צייטשריפטן ,באמערק איך א נייע צייטשריפט מיטן נאמען " די מאקיסמום נייעס" . די ערשטע עדישאן פון די נארוואס געגרינדעטע צייטונג קומט אין די זעלבע פארמאט ווי דער איד ,בלאט ,די צייטונג . עטוואס מער א דיקערער פאפיר , זייער אטראקטיוו און פראקטיש , די גרויסע העדליין פון די צייטונג כאפט תיכף מיין אויג : פרעזידענטשאפט פון די יונייטעד סטעיטס וועט העכסט ווארשיינליך דערגרייכן און אנטשידן ווערן דורך די אמעריקאנע געריכטן . די אונטערקעפל שטרייכט אונטער די היסטארישע מאמענטן וואס די לאנד גייט אצינד דורך ,נאכדעם ווי מען האלט שוין באלד צוויי וואכן פון עלעקשאן דעי און קיין שום קאנדידאט האט נאכנישט באוויזן אנצוקומען צו די נויטיגע 270 עלעקטארלעס וכו ,מיט א שיינע גרעף פון די מאפע פון עלעקטארלעס ווי סהאלט יעצט מיטוואך " בעת מיר גייען צום דרוק " מיט דאנעלד טראמפ ביי 232 און זשאו ביידען ביי 254 . (מען האלט נאך פארן קאללן אריזאנע פאר איטליכע פון די ...)
צווישן אנדערע מערק איך אויך א גרויע באקסל אויפן פראנט פעידש ,א גאסט עדיטאריעל פון י, געשטעטנער וואס לייגט פאר די פרינציפן און גרונדן פונעם צייטונג וואס וועט לויט אים דינען ווי קוואוט: א פלאטפארמע פאר היימישע אידיש רעדנדע ליינער וואס ווילן באקומען א בליק אויף די נייעס פון א רעכטן קוקווינקל וכו ....
#אפשר איז אצינד די צייט רייף דאס צו מאכן פאר א ריאליטעט?? .
א פאול וואס איז גענומען געווארן הארט ביפאר די עלעקשאנס האט געצייגט אז א איבערוויגענדע 83% היימישע אידן זענען גענויגט צו שטיצן דעם איצטיגן פרעזידענט טראמפ ,און מיט די מארזשין אף עראר אין די פאולס די יאר ,און ווי אויך לויט די רעזולטאטן פון די עלעקשאנס אין די היימישע געגנטער ,קען מען אננעמען אז דער ריכטיגער ציפער איז פיל פיל העכער . און א געוויסע געגנט אין אפסטעיט איז ארויסגעקומען דאכט זיך 1800 שטימען פאר טראמפ און פיר (!!) שטימען פאר ביידען ...
אלזא ווי איז די יושר אז די דריי דאמינירנדע היימישע צייטונגען וואס דארפן כלומרשט סערווירן פאר אט די ציבור ,זאלן וואך איין וואך אויס קארמען דעם עולם מיט ליבעראלע אויסגעברענטע נייעסן ,אנאליזן ,און פיל מאל זאכן וואס זענען נישט אמת ?? .
געוויסע פון זיי האבן נאך וועכנטליך געדעקט די " ראשע האוקוס " בעת וואס אפילו די לינקע האבן שוין מודה געווען אז סאיז טאקע נישט מער ווי " א האקוס " .
דער רעדאקטאר פון איינע פון די אויבנדערמאנטע צייטונגען צום ביישפיל, איז נאך פארנומען עד היום הזה אז באמת האט גאור געווינען די פרעזידענסי ,נאר אדאנק די רעכטע סופרים קאורט האט דאס בוש געמאכט .. ווי אויך מאכט ער זיכער יעדע שטיק צייט צו דערמאנען דעם עולם אז קלינטאן האט באמת געווינען די פאפולערע וואוטס וכו (ביי נאו בין איך שוין נישט איבערצייגט ) .
#איך האב געהאט א חלום ,לאמיר דאס פארווירקליכן ..
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אויף דערווייל קענט איר דאס האבן בחנם, דאכט זיך עס הייסט קול ברמה
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קול ברמה איז א קינדערישע פראפאגאנדע בלעטל, מיט האלבע ליגנטס און גאנצע דמיונות. דאס וואס ער לייגט אראפ איז א 'צייטונג' וואס דערציילט דיר געהעריגע פאקטן. נאר אנשטאט עס זאל זיין אראפגעלייגט מיט מער א לינק גענויגטע טוויסט, וועט עס האבן מער א רעכט גענויגטע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

ווער איז דער רעדאקטאר?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

שפיצער האט געשריבן:...באמערק איך א נייע צייטשריפט מיטן נאמען " די מאקיסמום נייעס" .

זעה נאר צו פאררעכטן דעם נאמען פארן גיין צום דרוק...
---
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אן אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט די לעצטע פאר טעג.

די לוח הציבור פלעגט אלעמאל האבן די זעלבע נייעס ווי די דעילי איד, ממש גענוי ווארט ביי ווארט. די לעצטע פאר טעג זע איך אז די לוח הציבור נייעס זענען פרא טראמפ! אבער ממש פייער קעגן די ליבעראלע בעלי דמיונות... האב איך בודק געווען, און געזען אז די דעילי איד האט טאקע נישט די זעלבע נייעס מער.

עס איז מעגליך אז זיי האבן גענומען א נייע שרייבער, אדער קען זיין אז זיי האבן געבעטן דעם שרייבער אנצוהייבן שרייבן פרא טראמפ.

איינער קען אריינקומען מיט פרטים?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

לכאורה האט געשריבן:אויף דערווייל קענט איר דאס האבן בחנם, דאכט זיך עס הייסט קול ברמה

ווי קען איך דאס ליינען?
אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:אויף דערווייל קענט איר דאס האבן בחנם, דאכט זיך עס הייסט קול ברמה

ווי קען איך דאס ליינען?

https://kolberama.net/
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שפיצער האט געשריבן:

דאס קעפל שטימט נישט מיט דער אויספירליכער פארשטעלונג פון דער צייטונג.

דאס איז א קאנספיראטארישע צייטונג, לכל היותר א רעפאבליקאנע צייטונג. גארנישט מיט רעכט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וועלכע שורה איז קאנספיראטאריש?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

גראדע די בלאט פיל איך איז זייער רעכט גענויגט, פון מיין קוק ווינקל.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ריכטיג.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

איז מיכל סאוואדזש נישט היימיש?

דאכט זיך מיר אז ער האט כמעט נישט קיין נישט היימישע צוהערער.

אגב, כ'האב מיך אלס געוואונדערט פארוואס מ'קאכט זיך אזוי מיט זיינע תורות ביי אונז שוין פאר אזויפיל יארן, אבער זעענדיג זיין מאטא פארשטייט איך שוין אלעס:

"גרעניצן, שפראך, קולטור"

נו וואס איז דא מער היימיש פון דעם?
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אהבת ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת ישראל »

און וואס גייט זיין זייער אגעדע אויף מדינת ישראל ?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פעיק ניוז האט געשריבן:וועלכע שורה איז קאנספיראטאריש?

מסתמא איז קאנפיראציע נישט דער פאסיגער אויסדרוק; א בעסער ווארט איז "ליגנט".

ביידען האט שוין 306 עלעקטארס. דער פארמעסט איז שוין לאנג אנטשידן געווארן. חוץ א האלבער רעפאבליקאנער פארטיי און וולאדימיר פוטין אנערקענט עס די גאנצע וועלט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גרשון האט געשריבן:

עט דע טיים וואס דער פותח האשכול האט דאס געשריבן האבן א סך נעווארקס נאכנישט געהאט ביידען ביי 270.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פעיק ניוז האט געשריבן:

גערעכט, נישט באמערקט. הגם נאך אלץ פארפירעריש, אבער נישט ליגנט.

עלעקטראלעס " באקומט מען נישט" (פאפולערע שטימען אפשר יא ...) די פראצעדור פון "באשטימען" עלעקטארעלס און עווענטועל זיי צוצוטיילן צו איטליכע פון די קאנדידאטן, הייבט זיך הערשט אן ווען דער פארלירער קאנדידאט, בעיסד אויף די רויע ציפערן, אנגענומען דורך ביידע זייטן, קאנסידט צום געווינער .עפעס וואס האט נאכנישט פאסירט היי יאר .
א פיין שמועס
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיין שמועס »

אהבת ישראל האט געשריבן:און וואס גייט זיין זייער אגעדע אויף מדינת ישראל ?

אויף מדינת ישראל אדער די כותל?
א פיין שמועס
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיין שמועס »

גרשון האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:וועלכע שורה איז קאנספיראטאריש?

מסתמא איז קאנפיראציע נישט דער פאסיגער אויסדרוק; א בעסער ווארט איז "ליגנט".

ביידען האט שוין 306 עלעקטארס. דער פארמעסט איז שוין לאנג אנטשידן געווארן. חוץ א האלבער רעפאבליקאנער פארטיי און וולאדימיר פוטין אנערקענט עס די גאנצע וועלט.

עט דע טיים וואס דער פותח האשכול האט דאס געשריבן האבן א סך נעווארקס נאכנישט געהאט ביידען ביי 270.

גערעכט, נישט באמערקט. הגם נאך אלץ פארפירעריש, אבער נישט ליגנט.

דרך אגב,

די דעפענישן פון א קאנספיראציע איז: א פאקט וואס שטימיט נישט מיט די לינקע פראפאגאנדע.

די דעפענישן פון א סקאנדאל איז: א קאנספיראציע וואס באשולדיגט רעפובליקאנער.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

א פיין שמועס האט געשריבן:דרך אגב,

איך מיין טאקע אז דו וועסט דיך מחיה זיין מיט אזא סארט צייטונג.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גרשון, ביי א מענטש וואס טראמפ'ס און זיינע לאיער'ס טענות זענען לעגיטים, ווערט אזא מצב באטראכט ווי "נאכנישט דא קיין געווינער". און מען דארף נישט זיין קיין קאנספיראטאר אדער פארפירערישער שרייבער עס אזוי אנצוקוקן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פעיק ניוז האט געשריבן:גרשון, ביי א מענטש וואס טראמפ'ס און זיינע לאיער'ס טענות זענען לעגיטים, ווערט אזא מצב באטראכט ווי "נאכנישט דא קיין געווינער". און מען דארף נישט זיין קיין קאנספיראטאר אדער פארפירערישער שרייבער עס אזוי אנצוקוקן.

אט פון דעם רעדט מען. האט ער דען לעגיטימע טענות? קיינער האלט נישט אז ער האט סיי וועלכע טענה. סיידן עטליכע רעפאבליקאנער שוואכלינגען וואס האבן מורא פון דעם בולי'ס נקמה. (איך מיין אז אפילו טראמפיסטן וועלן מודה זיין אז ער איז שטארק מקפיד אויף "ביומו תתן שכרו" פאר ווער ס'זאגט א קרום ווארט אויף אים.)

דו קענסט שוין דאס מודה זיין נאך צוויי וואכן וואס ער האט נישט ארויסגעשטעלט קיין שום עווידענס (וואס ער האט אין די מיליאנען...) און די געריכטן שליידערן ארויס די קעיסעס איינס נאכ'ן צווייטן.

א דאנק @פעיק פאר'ן שרייבן אויף אן אופן וואס ס'שפירט נארמאל צו ענטפערן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

לכאורה האט טראמפ גארנישט דערלייגט מיט דעם וואס זיינע אדוואקאטן האבן זיך אפגעזאגט

אן לויער וואס האלט אז טראמפ האט גוטע שאנסן צו געווינען אין געריכט דארף דאך נישט מורא האבן, אויב עפס מיטן זיך אפזאגן קען ער האבן דעם חמת המלך קעגן אים ביום אשר ישב על כסא מלכותו צום צווייטן מאל

אלא מאי האלט ער אז טראמפ איז פארלוירן, טא, ווער וויל דען אזא לויער וואס גלויבט נישט אין זיינע שאנסן, ודו"ק
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

גרשון האט געשריבן:
א פיין שמועס האט געשריבן:דרך אגב,

די דעפענישן פון א קאנספיראציע איז: א פאקט וואס שטימיט נישט מיט די לינקע פראפאגאנדע.

די דעפענישן פון א סקאנדאל איז: א קאנספיראציע וואס באשולדיגט רעפובליקאנער.

איך מיין טאקע אז דו וועסט דיך מחיה זיין מיט אזא סארט צייטונג.

@גרשון, "די צייטונג" ליינסטו יעדע וואך?
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”