''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פרעג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:43 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעג »

farshlufen האט געשריבן:וואס פאר א קרייז דארף די אויסגאבע צו סערווירן?

לייענער קרייז
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

farshlufen האט געשריבן:וואס פאר א קרייז דארף די אויסגאבע צו סערווירן?

אויב דיין פראגע איז צו וועלכע סארט מענטש דאס איז געצילט, איז די ענטפער די אלגעמיינע חסידישע עולם, און לאוו דווקא די אלטרא פרומע סאטמאר וואס זענען נישט באקוועם אז די שטוב ליינט נושאים מיט א ברייטקייט (לכאורה איז דאס דיין כוונה)
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

Amazing האט געשריבן:

איך האף אז עס איז נישט אזוי שארף ווי די זאגסט עס.. (ס'זעהט מיר נישט אויס אזוי) ווייל אויב יא איז עס די לעצטע וואס איך האב געקויפט.

איך וואלט ענדערש געענטפערט, עס סערווירט יעדעם מיט אן אינטערעסע פאר ארגינעלע נושאים ברייט און טיף אויסגעשמועסט. יעדע ארטיקל א באזונדערע סארט נושא. (הגם אין די יעצטיגע אויסגאבע איז ער א משהו אפגעטרעטן פון די שניט מיט עטליכע ארטיקלען גלייב איך דאס איז זיין עיקר כונה).

קאנטרי מאוד האט געשריבן:

נע נישט אז עס איז ח"ו נישט געאייגענט פאר א אפגעהיטענע שטוב מיין כוונה איז אז איך פארשטיי אז געוויסע וועלן זיין אומבאקוועם מיט א מאדערן ארטאדאקס קהילה וכדו'

זיין מאמע איז יא געלונגן זיך אריינצובאקומען אין די גאר פרומע לאגער טראץ זייערע שלום בית וחינוך ארטיקלן וואס איז בימים ההם געווען א נייע נושא ביי אונז און מען מען זאגן אז פאר איר קומט די קרעדיט פארן עס אריינברענגן אז היינט איז עס א געהעריגע נושא.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ישר כחכם פארן אויסקלארן אז די אויסגאבע איז נישט געאייגענט פאר אן ערליכע חסיד'יש שטוב.

א דאנק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

עס איז דוקא יא געאייגנט פאר א ערליכע חסיד'ישע שטוב. כאטש עס קען זיין אז ס"איז נישט פאר דיר
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

איך בין א שטאלצער "אולטרא-פרומער" סאטמארער. כ'האב שוין געליינט די באלערנדע אש קודש ארטיקל, און געגעבן פאר די שטוב אויך. אויב עפעס וועלן סאטמארע מער הנאה האבן ווי אנדערע חסידות'ער, און בני יואל'ע נאך מער פון אלע....
וואונדער איבער וואונדער, ס'האט זיך מיר בכלל נישט אויפגעוועקט א מחשבה זרה צו גיין ווערן א מאדערן ארטאדאקסישער. פארקערט, א רחמנות צו די אלע פארבלאנזשעטע וואס האבן נישט זוכה געווען נאנט צו ווערן צו עכטע ערליכע אידן, ווי דער וויינבערגער האט זוכה געווען.
די אלע חשובע מעוררים האבן עס קלאר נאכנישט געליינט.
הושענא, חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלף
תגובות: 1983
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

אהער און אהין האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:הקדמה: כ'האב עס נישט געלעזט.

אביסל מאדנע צו געבן אן אויבנאן פאר א מאדערן-ארטאדאקס ראביי פון YU, דער גאנצער וואודמיר צריך ביאור.

ס'הייסט אז אין YU איז דא א אפטיילונג פאר קבלה וחסידות.
נאר די שאלה איז צו דער אויפן בילד איז א YU גיי אדער איז א איינער וואס טוט אויף פון אינעווייניג...

ער איז שוין ארויס פון YU בערך צוויי יאר צרוק.
מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל הירש »

farshlufen האט געשריבן:ישר כחכם פארן אויסקלארן אז די אויסגאבע איז נישט געאייגענט פאר אן ערליכע חסיד'יש שטוב.

א דאנק.

כד ניים ושכב מר. פארשלאפן אמר להא שמעתתא.
איר האט אוודאי דעם אויסגאבע נאך נישט געליינט.
מיין איינדרוק איז אז סאיז געאייגענט פאר חסידישע אידן וואס גלייכן צן ליינען אינטערעסאנטע שרייבווערק פון ידיעות און היסטאריע וכדו.
סאיז נישט געאייגענט פאר שטיבער פון בעלי לשון הרע והוצאת שם רע.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

קִרְיַת חָנָה האט געשריבן:איך בין א שטאלצער "אולטרא-פרומער" סאטמארער. כ'האב שוין געליינט די באלערנדע אש קודש ארטיקל, און געגעבן פאר די שטוב אויך. אויב עפעס וועלן סאטמארע מער הנאה האבן ווי אנדערע חסידות'ער, און בני יואל'ע נאך מער פון אלע....

עכטע ערליכע אידן, ווי דער וויינבערגער האט זוכה געווען.

צו וואס זאלן די 'שטאלצע "אולטרא-פרומער" סאטמארע און בני יואל'ע נאך מער פון אלע' הנאה האבן פון די זכי' וואס וויינבערגער איז זוכה צו פארשפרייטן תורת רבו הר' קוק?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיכל הירש האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ישר כחכם פארן אויסקלארן אז די אויסגאבע איז נישט געאייגענט פאר אן ערליכע חסיד'יש שטוב.

א דאנק.

כד ניים ושכב מר. פארשלאפן אמר להא שמעתתא.
איר האט אוודאי דעם אויסגאבע נאך נישט געליינט.
מיין איינדרוק איז אז סאיז געאייגענט פאר חסידישע אידן וואס גלייכן צן ליינען אינטערעסאנטע שרייבווערק פון ידיעות און היסטאריע וכדו.
סאיז נישט געאייגענט פאר שטיבער פון בעלי לשון הרע והוצאת שם רע.

איך ווייס נישט ווי אזוי די לעצטע שורה קומט דא אריין, אבער אן אויסגאבע וואס באשרייבט א קאלעדזש איינגעשטעלטן בכבוד געהערט נישט אין אן ערליכע אידישע שטוב.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געפעלט מיר אז מ'באשרייבט אזא איינעם אין אן אויסגאבע אין מ'פארשטייט אפילו נישט וואס ס'איז ווראנג דערמיט.

ו
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

farshlufen האט געשריבן:ישר כחכם פארן אויסקלארן אז די אויסגאבע איז נישט געאייגענט פאר אן ערליכע חסיד'יש שטוב.

א דאנק.

הער אויף און מאך מיר נישט קיין נסיונות עס יא אדער נישט צו קויפן... איך גיי פאר גוטע געשריבענע אידישע זאכן גוטע און טיפע תוכן און דאס שטעלט אותיות צו...
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלף
תגובות: 1983
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

farshlufen האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ישר כחכם פארן אויסקלארן אז די אויסגאבע איז נישט געאייגענט פאר אן ערליכע חסיד'יש שטוב.

א דאנק.

כד ניים ושכב מר. פארשלאפן אמר להא שמעתתא.
איר האט אוודאי דעם אויסגאבע נאך נישט געליינט.
מיין איינדרוק איז אז סאיז געאייגענט פאר חסידישע אידן וואס גלייכן צן ליינען אינטערעסאנטע שרייבווערק פון ידיעות און היסטאריע וכדו.
סאיז נישט געאייגענט פאר שטיבער פון בעלי לשון הרע והוצאת שם רע.

איך ווייס נישט ווי אזוי די לעצטע שורה קומט דא אריין, אבער אן אויסגאבע וואס באשרייבט א קאלעדזש איינגעשטעלטן בכבוד געהערט נישט אין אן ערליכע אידישע שטוב.

ער איז נישט געווען קיין איינגעשטעלטער אין קאלידזש, ער איז געווען א משפיע וואס איז געווארן אריינגעשטעלט דארט דורך גדולי ישראל, נאכדעם וואס זיי האבן געזעהן די חרבנות וואס קומט ארויס פון דארטן.
[דאכט זיך אז כ"ק האדמו"ר מסקווירא האט איהם שטארק געשטיפט צו נעמען די פאסטן].
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

פארצייטיש האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ישר כחכם פארן אויסקלארן אז די אויסגאבע איז נישט געאייגענט פאר אן ערליכע חסיד'יש שטוב.

א דאנק.

כד ניים ושכב מר. פארשלאפן אמר להא שמעתתא.
איר האט אוודאי דעם אויסגאבע נאך נישט געליינט.
מיין איינדרוק איז אז סאיז געאייגענט פאר חסידישע אידן וואס גלייכן צן ליינען אינטערעסאנטע שרייבווערק פון ידיעות און היסטאריע וכדו.
סאיז נישט געאייגענט פאר שטיבער פון בעלי לשון הרע והוצאת שם רע.

איך ווייס נישט ווי אזוי די לעצטע שורה קומט דא אריין, אבער אן אויסגאבע וואס באשרייבט א קאלעדזש איינגעשטעלטן בכבוד געהערט נישט אין אן ערליכע אידישע שטוב.

ער איז נישט געווען קיין איינגעשטעלטער אין קאלידזש, ער איז געווען א משפיע וואס איז געווארן אריינגעשטעלט דארט דורך גדולי ישראל, נאכדעם וואס זיי האבן געזעהן די חרבנות וואס קומט ארויס פון דארטן.
[דאכט זיך אז כ"ק האדמו"ר מסקווירא האט איהם שטארק געשטיפט צו נעמען די פאסטן].

ריכטיג, ער איז נישט קיין חלק פון יעשיווע יוניווערסיטי, און ס'איז אים בכלל נישט געווען קיין לכתחילה צו אננעמען דעם פאסטן, ס'איז מער געווען א אחריות פאר אים צו קענען אויפטוהן (איך גיי נישט אריין צו ער איז גערעכט דערמיט, און צו דאס איז די ריכטיגע מהלך, נאר וואס די מציאות דארט איז)

דא האט מען שוין בעבר גערעדט פון אים
---
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

אהער און אהין האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:הקדמה: כ'האב עס נישט געלעזט.

אביסל מאדנע צו געבן אן אויבנאן פאר א מאדערן-ארטאדאקס ראביי פון YU, דער גאנצער וואודמיר צריך ביאור.

ס'הייסט אז אין YU איז דא א אפטיילונג פאר קבלה וחסידות.
נאר די שאלה איז צו דער אויפן בילד איז א YU גיי אדער איז א איינער וואס טוט אויף פון אינעווייניג...

ווייסט איינער אויב הרב משה וינברגר איז א קוק'ניק?

איך פרעג בתמימות נישט ווייל איך ווייס עפעס אויף אים נאר וואס איך ווייס אויף אנדערע וואס זענען עוסק אין קבלה-חסידות
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

איין זאך איז מיר זייער אינטערעסאנט. וואו האבן די אלע אפגעהיטענע מעוררים געליינט וועגן רב משה וויינבערגער און YU? אין אותיות שטייט עס נישט, און כ'מיין אז אין עונג שבת אדער באלייכטונגען האבן זיי עס אויך נישט געזען. איז דא עפעס וואס זיי ליינען וואס זיי וואלטן נישט געלאזט אנדערע ליינען?....

אין די ארטיקל שטייט אז רב וויינבערגער האט זייער נישט געוואלט גיין צו וואודמיר, א טויטע פלאץ אין רוחניות, נאך וואס ער האט זיך געווייקט ביי חסיד'ישע אידן. ר' יעקב מאיר שעכטער און אנדערע צדיקים האבן אים געשטופט ער זאל אנווארעמען די פארפרוירענע אידן. די זעלבע האט מען דא געברענגט וועגן YU, און ער איז שוין אפילו נישט דארט.

אויב מיסטער פארשלאפן, סארי נישט פארשלאפן נאר farshlufen בגופן שלהם, קען זאגן דעות אין אידישקייט ענינים, קען איך אריינרעדן אין אייוועלט. לדעתי דארף עפעס א שארפע מנהל דא שיקן א ווארענונג פאר דעם פארשלאפן.
הושענא, חנה דוד, הושענא!
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

אותיות איז א מייסטערווערק!
אגב, בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז "ר' פנחס פיין" איז א פרוי און איז א מעמבער אין די יונגרייז משפחה?
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

פארשער האט געשריבן:אגב, בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז "ר' פנחס פיין" איז א פרוי און איז א מעמבער אין די יונגרייז משפחה?

זייער שווער צו גלייבן א פרוי זאל זיין אזא למדנית צו שרייבן די טורעם מיט די פערדל. אבער גיי ווייס מיט די מעלות משפחה..

געוואלט האב איך עס ליינען שפעטער, איינגעשפארט אין די שניי שטורעם.. אבער כ'האב זיך נישט געקענט איינהאלטן, און מיין קאפ שווינדלט נאך. אזא מייסטערווערק, געפלאכטן מיט תורה און היסטאריע און שאך ידיעות. נישט נארמאל וואס דא טוט זיך! אפילו נאר די מעשה אליינס איז אזוי קונצליך געבויט מיט אזויפיל טוויסטס איינס אין די אנדערע, כ'וועל עס נאך דארפן אפאר מאל איבערליינען ביז כ'וועל מיך קענען געזעגענען.

כ'שפיל נישט שאך און כ'האב נאר יעצט באקומען דעם טעם. געלערנט די כללים פון די ערקלערונג אין די ארטיקל, וואס איז גראדע מורא'דיג קלאר אראפגעשריבן, פון וואו האט איין שרייבער אדער שרייבערין אזוי סאך טאלאנטן?!
אבער עניוועי, איז דא ערגעץ אויף אייוועלט וואו מ'קען פרעגן וועגן שאך?

למשל כ'האב נישט פארשטאנען פארוואס דא ווערט שאך מאט?
אטעטשמענטס
A31A279E-AFBC-499E-9DC5-7FD90C82D936.jpeg
A31A279E-AFBC-499E-9DC5-7FD90C82D936.jpeg (480.83 KiB) געזען 2159 מאל
הושענא, חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

אז ער לייגט די אויבערשטע ווייסע פערדל צווישן די פערדל און די פאנדל, ווערט שאח און ער קען נאר גיין שיף אראפ ביים ווינקל דערנאך רוקט ער אראפ זיין פאנדל נאך איינס און ס'איז שאח מאט.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

קִרְיַת חָנָה האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:אגב, בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז "ר' פנחס פיין" איז א פרוי און איז א מעמבער אין די יונגרייז משפחה?

זייער שווער צו גלייבן א פרוי זאל זיין אזא למדנית צו שרייבן די טורעם מיט די פערדל. אבער גיי ווייס מיט די מעלות משפחה..

ס'איז א מאנספערזאן... מידיעה ברורה.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

קִרְיַת חָנָה האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:אגב, בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז "ר' פנחס פיין" איז א פרוי און איז א מעמבער אין די יונגרייז משפחה?

זייער שווער צו גלייבן א פרוי זאל זיין אזא למדנית צו שרייבן די טורעם מיט די פערדל. אבער גיי ווייס מיט די מעלות משפחה..

געוואלט האב איך עס ליינען שפעטער, איינגעשפארט אין די שניי שטורעם.. אבער כ'האב זיך נישט געקענט איינהאלטן, און מיין קאפ שווינדלט נאך. אזא מייסטערווערק, געפלאכטן מיט תורה און היסטאריע און שאך ידיעות. נישט נארמאל וואס דא טוט זיך! אפילו נאר די מעשה אליינס איז אזוי קונצליך געבויט מיט אזויפיל טוויסטס איינס אין די אנדערע, כ'וועל עס נאך דארפן אפאר מאל איבערליינען ביז כ'וועל מיך קענען געזעגענען.

כ'שפיל נישט שאך און כ'האב נאר יעצט באקומען דעם טעם. געלערנט די כללים פון די ערקלערונג אין די ארטיקל, וואס איז גראדע מורא'דיג קלאר אראפגעשריבן, פון וואו האט איין שרייבער אדער שרייבערין אזוי סאך טאלאנטן?!
אבער עניוועי, איז דא ערגעץ אויף אייוועלט וואו מ'קען פרעגן וועגן שאך?

למשל כ'האב נישט פארשטאנען פארוואס דא ווערט שאך מאט?

איך ליין דעם אשכול זייט איר עפענונג.
אלעמאל ווען 'קרית חנה' ענטפערט סאונד דאס ווי ער איז דער מוציא לאור פון אותיות אדער א נאנטער מקורב.
ער ענטפערט צוריק נאר פאזיטוו אין פראבירט צו כשר'ן די פראבלעמען וואס קומען ארויף...
איז עס ריכטיג?
אפשר...
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אפשר, און ער מעג.
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:אז ער לייגט די אויבערשטע ווייסע פערדל צווישן די פערדל און די פאנדל, ווערט שאח און ער קען נאר גיין שיף אראפ ביים ווינקל דערנאך רוקט ער אראפ זיין פאנדל נאך איינס און ס'איז שאח מאט.

שטימט. א גרויסן ש'כוח.

פרישע קוגל, די זעלבע קען איך שרייבן אז יעדע מאל דו שרייבסט אין די אשכול איז עס מיט קריטיק. דאס איז די פאקט פון די אנהייב.
איך מיט שרייבעריי האב אפשר געהאט א שייכות אין די פאריגע גלגול.. אבער אויב ווילסטו האלטן כ'האב שייכות מיט די אויסגאבע שטערט מיר נישט, נאר שיק עס אויך אריין פאר די רעדאקציע זיי זאלן מיר צאלן. נאר זיי גייען מסתם אראפרעכענען וועגן די קריטיק וואס כ'האב שוין יא געשריבן דא.
כ'בין א שטארקע פען. דאס קענסטו זאגן.
הושענא, חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קִרְיַת חָנָה האט געשריבן:אבער עניוועי, איז דא ערגעץ אויף אייוועלט וואו מ'קען פרעגן וועגן שאך?

ס'איז דא א שאך אשכול אין פארברענגען.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”