''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יעצט געליינט דעם שאך ארטיקל.

ס'איז אויסנאם גוט. א קלאסישע פיקציע וואס האלט איין דעם ליינער'ס אטעם אים נישט דערלאזנדיג אראפלייגן דעם העפט ביז צו איר ענדע, און טראגט גלייכצייטיג א שטארק לערנבארן אויספיר.

איך גלייך נישט צו טיילן קריטיק, אבער דאכט זיך אז אנאליזירן אן ארטיקל אויף א פובליק פארום ווייזט בלויז אויף זיין חשיבות. רוב געשרייבעכצער קריגן נישט דעם כבוד.

א פיקציע דארף שטימען פון אלע זייטן. א פירשט איז א פרינץ אין דייטשלאנד, און האט קיינמאל נישט באטראטן דעם מזרח-אייראפעאישן באדן. אין די צייטן פון ר' חיים וואלאזשענער איז נישט געווען קיינער וואס האט געקענט הרג'ענען א גאנץ שטעטל בלויז ווייל זיין גיסטע האט געבלאזן אין דער ריכטונג -- דאס האט קוים געקענט זיין א רעאליטעט אינעם מיטלאלטער.

די שאך טאוולען אין דער געשיכטע זענען אויך געווען צו גרינג צו קענען שטימען מיט א וועלטס טשאמפיען, אבער דאס וועל איך נאך פארציכטן למען הפיקציע; מ'דארף דאך דער דורכשניטליכער ליינער זאל מיטפארן מיט דער מעשה. (יעדער וואס קען שאך וואלט געזען אז האקן די ווייסע שעכין איז א רייפער שאכמאט פאר ווייס.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

א דאנק פאר דער וואס האט מיר פריוואט געבעטן אריינצוקומען מיט אן אנאליז אויף אותיות לחנוכה, די אטענשאן שמעקט מיר גאנץ פיין :wink:
איך ווייס נישט מיט וואס פונקטליך מיין פאריגע אנאליז האט אזוי גוט אויסגענומען, אבער איך נעם זיך נישט אונטער צוצושטעלן נאכאמאל אזאנס, בלויז מיינע איינדרוקן כמות שהם איבערגייענדיג די אויסגאבע.

דער צווייטער אות האט מיר סיי אנטוישט און סיי אנגענעם איבערראשט.

אנטוישט, צוליב די קלענערע פארמאט. איך פארשטיי וואס דער ארויסגעבער שרייבט, אז חנוכה האט מען ווייניגער צייט צו ליינען און אזוי קומט אויס ביליגער, אבער איך בין פון די קונים וועלכע וואלטן בעסער געצאלט טייערער פאר מער מאטעריאל - ובפרט פאר אן אויסגאבע וואס קומט נאר ארויס פיר מאל אין יאר. ווייניגער צייט צו ליינען? וועל איך עס גערן ליינען ביז אין שבט אריין און נישט פארציילן פאר קיינעם.

אבער נאכן זיך פארטון דערין בין איך אנגענעם איבערראשט געווארן, פון וויפיל הויכע קוואליטעט חומר מען האט געקענט אריינפאקן אין דעם קלענערן פארמאט. איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי דאס איז מעגליך, אבער עס מאכט דעם רושם ווי עס וואלט גאר געווען דערין נאך מער ווי אינעם ערשטן אות. און פון די אנדערע זייט ליינט זיך עס נישט שווער און אנגעשטאפט, נאר לייכט און געשמירט.
איך בין נישט דער ריכטיגער מאן דאמר אריינצורעדן וועגן די גראפיקס, אבער אין מיינע אויגן איז אותיות יעצט ממש נחמד למראה, אדער אותיות מאירות עינים ווי דער בחור הזעצער וואלט געשריבן. עטליכע קליינע טעותים אין אויסלייגן נומערן זענען ווידעראמאל אריינגעפאלן, אבער דאס איז זיכער בסייעתא דשמיא אז דער זיסער "טיקון תעות" קאלום זאל קענען ווייטער אנגיין...

נאך איין אלגעמיינע הערה, דער אות איז אנגעקומען גאנץ שפעט אין די געשעפטן. איך וועל זיך טרויען מציע צו זיין אז פאר אזא אויסגאבע וואס קומט נאר ארויס געציילטע מאל אין יאר לוינט זיך ארויסצוקומען אסאך פריער, כדי מענטשן זאלן זיך באגעגענען דערמיט גענוג לאנג אין די געשעפטן. לכה"פ זאל עס שוין זיין אויף די פאליצעס א שבת בעפארן יו"ט לכבוד וועלכן עס קומט ארויס, און אויף פסח הבעל"ט ווען שבת איז ערב פסח זאל עס שוין זיין אויף שבת ויקרא.

און יעצט, אז איך האב שוין יוצא געווען דעם מנהג פון מישן יענעמ'ס טאפ, לאמיר גיין צו די ארטיקלען.

פאריגעס מאל האט מען זיך דא געדינגען וועלכע ארטיקל איז די בעסטע. אויב קען מען יעצט ווייטער דן זיין וועלכע איז די גרעסטע באיכות, איז אבער קלאר אז "דער טורעם און דאס פערדל" איז די גרעסטע בכמות - און אויף איכות האט עס אויך גוטע שאנסן...
וואס זאל איך זאגן? דער "פנחס פיין" האט אונז דא געגעבן א לאדן אראפ א גאנצע שאך ביילאגע, וואס וואלט געקענט פארקויפט ווערן באזונדער אין די געשעפטן, אבער דאן וואלטן די נישט-שאך-שפילער געמיינט אז דאס איז נישט פאר זיי.
ווי געשריבן אמאל, האב איך באזונדער הנאה פון אזעלכע ווערק וואס מען קען אפליינען אין עטליכע שיכטן, טיפער און נאך טיפער - עפעס וואס איז צום באדויערן זעלטן אין אונזער ליטעראטור. די דאזיגע "שפיל מיטן לעבן" איז ווי א פילפארביגע מאזאאיק, אסאך קליינע און אינטערעסאנטע מעשה'לעך קונצליך צאמגעשטעלט, און דער דבר השלם געבט א פרישע באדייט צו יעדע געשיכטעלע באזונדער.

עס איז דא אסאך מעיר צו זיין, אבער די תגובה ווערט שוין צו לאנג און אויך וויל איך גארנישט ספוילן פאר די וואס האבן עס נאכנישט געליינט. איין קלייניגקייט: ביי די הלכה'דיגע שמועס הייבט דער שרייבער אן אז אויבנאויף וואלט מען געזאגט אז שלמה דארף זיך מוסר נפש זיין אבער ער ברענגט צדדים להקל, כאטש ער נעמט זיך נישט דעם קרוין מכריע צו זיין. דעם קרוין וועל איך אויך נישט נעמען, אבער מיר איז אויסגעקומען פשוט'ער אז ער איז נישט מחויב זיך מוסר נפש צו זיין, און מען דארף ליבערשט טרעפן צדדים להחמיר.
די מעשה וואלט אויך געקענט גיין אז דער ספק איז צי ער זאל זיך מוסר נפש זיין, כאטש ער איז נישט מחויב. פון איין זייט הצלת רבים, פון די אנדערע א תורה'דיגע עתיד און תלמוד תורה דרבים. די מחלוקת הראשונים איבער זיך מוסר נפש זיין לפנים משורת הדין, דער ספר חסידים אז אן עם הארץ זאל זיך מוסר נפש זיין צו ראטעווען א תלמיד חכם, אא"וו.

סתם פאר טשיקאוועס, אבער אין די "חנוכה מסיבה" לידל איז אויך שלמה דער עילוי. פארוואס זאל מען נישט אמאל געבן דעם געלעגנהייט אויך פאר יעקב אדער אריה?...

אין וואודמיר ברענט א פייער, און די רויך דערפון גרייכט ביז אייוועלט...

דעם וואודמירער רבי'ן קען איך נישט, ווי אויך בין איך נישט דער בר פלוגתא פון די גדולי ישראל וועלכע שטיצן אים און מוטיגן אים אין זיין וועג, גיי איך נישט אריינרעדן איבער אים פערזענליך. אבער נאך גוט אז די חשוב'ע חברים האבן דא באטאנט אז זיי האבן עס נאכנישט געליינט, ווייל זיי האבן קריטיקירט אן ארטיקל וואס איז פונקט פארקערט ווי אין רעאליטעט.

דארט ווערט נישט געברענגט דברות קודש פון דעם רב, ווי אויך הייבט מען נישט ארויס א קאלעדזש איינגעשטעלטן. מען הייבט ארויס דעם אור פון חסידות און אויטענטישע אידישקייט, ווי עס באלייכט אויף ווייט אוועק. דער ארטיקל איז הערליך שיין מיט בעסער-ווי-אויסגעהאלטענע אינהאלט, און עס האט מיר געברענגט צו א חשבון הנפש: מיט וואס רוף איך זיך א חסיד'ישער איד? וויפיל האב איך אוועקגעגעבן פארן אמת?

געמאלענע וואסער האט מען שוין אויך דא דערמאנט, און זיך געוואונדערט צי עס וואלט נישט בעסער אריינגעקומען אויף פורים, אבער מיר קומט פאר אז די גאנצע געדאנק דערפון איז טאקע די אומפאסיגקייט. עס איז נישט געווענליכע הומאר געבויט אויף ווערטלעך, נאר א שארפע סאטירע וואס שטעלט א קרומע שפיגל קעגן א געוויסע איינפירונג דורכן עס מגזם זיין ביז צום אבסורד. און עס מאלט טאקע די וואסער בעסער ווי עס קען נאר געמאלט זיין, אפשר שוין אביסל צו גוט...

"פרוביר עס אויס" איז א פיינע געדאנק, און גוט אראפגעלייגט. עס וואלט אבער געמעגט זיין קלארער באשטימט פאר וועמען דער קאלום איז געמאכט. "גרויסע טאטעס" שפילן שוין נישט מיט די זאכן, ווידער קינדער דארפן נאך בכלל געוואויר ווערן אז אותיות רעדט אויך צו זיי.
איך גיי זיך דא אביסל אפפרעגן: סיי איך און סיי מיינע קינדער האבן געליינט און הנאה געהאט פון דעם קאלום. אבער דאס איז נישט אינגאנצן א ראיה לסתור, ווייל איך בין טאקע נישט קיין גרויסע טאטע און מיינע קינדער זענען קעניינעהארע אויסנאם געראטן, ווי מיין שוויגער זז"ג זאגט אלעמאל :smile:

איך האב נאכנישט בארירט עטליכע רייכע ארטיקלען און פרישע קאלומען, אבער איין פערזענליכע טשעפע מוז איך אדרעסירן. "איך בין נישט קיין אמעריקאנער, איך שטיץ נישט קיין קאנדידאט." הממ... ריכטיג. מיין קאנדידאט האט שוין לאנג פארלוירן און קיינמאל נישט עכט געהאלטן ביים געווינען :lol:
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

גרשון האט געשריבן:יעצט געליינט דעם שאך ארטיקל.

ס'איז אויסנאם גוט. א קלאסישע פיקציע וואס האלט איין דעם ליינער'ס אטעם אים נישט דערלאזנדיג אראפלייגן דעם העפט ביז צו איר ענדע, און טראגט גלייכצייטיג א שטארק לערנבארן אויספיר.

איך גלייך נישט צו טיילן קריטיק, אבער דאכט זיך אז אנאליזירן אן ארטיקל אויף א פובליק פארום ווייזט בלויז אויף זיין חשיבות. רוב געשרייבעכצער קריגן נישט דעם כבוד.

א פיקציע דארף שטימען פון אלע זייטן. א פירשט איז א פרינץ אין דייטשלאנד, און האט קיינמאל נישט באטראטן דעם מזרח-אייראפעאישן באדן. אין די צייטן פון ר' חיים וואלאזשענער איז נישט געווען קיינער וואס האט געקענט הרג'ענען א גאנץ שטעטל בלויז ווייל זיין גיסטע האט געבלאזן אין דער ריכטונג -- דאס האט קוים געקענט זיין א רעאליטעט אינעם מיטלאלטער.

די שאך טאוולען אין דער געשיכטע זענען אויך געווען צו גרינג צו קענען שטימען מיט א וועלטס טשאמפיען, אבער דאס וועל איך נאך פארציכטן למען הפיקציע; מ'דארף דאך דער דורכשניטליכער ליינער זאל מיטפארן מיט דער מעשה. (יעדער וואס קען שאך וואלט געזען אז האקן די ווייסע שעכין איז א רייפער שאכמאט פאר ווייס.)

היבש אינטערעסאנט וואס דו זאגסט. "פירשט" קומט טאקע פון דייטשלאנד (Fürst), אבער וואס איז מיטן באקאנטן פירשט ראדזיוויל פון פוילן-ליטא?
קען אפשר זיין אז איינמאל דאס ווארט איז שוין אריינגעקומען אין אידיש איז עס שוין באנוצט געווארן דורך די אידן במקומות מושבותיהם, אויך אויף די ארטיגע פריצים וועלכע האבן זיך נישט אזוי באצייכנט?

איך האב אפגעלערנט די מעשה אז ראדזימין איז באמת נישט געווען אזא וועלטס טשאמפיען, און אוודאי נישט נאך אפאר פלעשער פונעם ביטערן טראפן, עס איז נאר געווען זיין אייגענע איבערגעטריבענע גאוה וואס האט אים אזוי איינגערעדט. זיין באלאן האט קיינמאל נישט געפלאצט, ווייל די ארומיגע אדללייט האבן געקענט נאך ווייניגער ווי אים - עד שבא שלמה.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

די ביכלעך וועלכע שילדערן א פירשט אין פוילן - ליטע קומען דאך פון א שרייבער פון דייטשלאנד (לעהמאן) ווארשיינליך האט ער אפילו דאן נישט אויפגעפאסט אז דאס שטימט נישט - בהנחה אז עס איז בכלל אמת אז דאס איז ממש נישט באנוצט אין מזרח אייראפע. בכל אופן, אויף היימישע יונגעלייט וועמענס היסטארישע ידיעות קומען היבש פון די סארט ביכלעך איז נישט שייך צו קומען מיט א טענה פון דעם סארט
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

Yang2020 האט געשריבן:

ביסט לכאורה גערעכט. די משפחה האט געקריגן דעם רייכספירשט טיטל פון דער "הייליגער רוימישער אימפעריע" (אויף וועלכער אונז אידעלעך פלעגן זאגן, "נישט הייליג, נישט רוימיש, און נישט אימפעריע...").

פון דא.
The Radziwiłł family received the title of Reichsfürst (prince) from the Holy Roman Empire.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4970
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

Yang2020 האט געשריבן:

יישר כח פאר דיין אנאליז זייער שיין צונימען

די שאך ארטיקל דארף א ווארענונג אז מקען עס נישט אראפלייגן פאר מען ענדיגט, א unique ארטיקל

"איך בין נישט קיין אמעריקאנער" איז געוואלדיג

מיינע קינדער (און איך) האבן זייער הנאה געהאט פון די "פרוביר עס אויס", אנגעפירט דורך מיין גרויסע 9 יעריגס (וואס די אויסגאבע רעדט פיין צו אים )
א געשמאקע חנוכה פארברענג
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אינ'אמת'ן וואלט דער עילוי געקענט מאכן שאכמאט אן מקריב זיין די קעניגין, און נאך אפילו אין ווייניגער גענג.

ווער קען כאפן ווי אזוי?

(g6 האט געהאט א שווארץ פויערל איידער ווייס איז אהינגעפלויגן.)

CCI12172020.jpg
CCI12172020.jpg (94.44 KiB) געזען 1856 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל הירש »

אינטערוויו מיט דער ארויסגעבער

https://www.yiddish24.com/business/13/30794
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

גרשון האט געשריבן:אינ'אמת'ן וואלט דער עילוי געקענט מאכן שאכמאט אן מקריב זיין די קעניגין, און נאך אפילו אין ווייניגער גענג.

ווער קען כאפן ווי אזוי?

(g6 האט געהאט א שווארץ פויערל איידער ווייס איז אהינגעפלויגן.)

CCI12172020.jpg

סאיז מאט אין 7 מאווס נישט קיין חילוק וויאזוי
Qe5 איז א אפציע Qxg6 איז די זעלבע
וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

Rxf7
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

איז אויך מעיט אין 7 מאווס

גרשון האט געשריבן:
קִרְיַת חָנָה האט געשריבן:אבער עניוועי, איז דא ערגעץ אויף אייוועלט וואו מ'קען פרעגן וועגן שאך?

ס'איז דא א שאך אשכול אין פארברענגען.

viewtopic.php?p=2530100#p2530100
וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

א ש'כוח יענג2020 פאר דיין שיינע אנאליז!
און א ש'כוח מיילעך פריעד פארן צוצייכענען די שאך אשכול, כ'האב עס נישט געקענט טרעפן
הושענא, חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

(אזויפיל טאלאנט איז דא ביי אונז? וואו!!!)
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

וואלט איך געוואלט וויסן אויב די שאך שפיל קומט פון א אמת'ע שאך שפיל אין די היסטאריע
און אויב מעגליך אלע מאווס
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פאטאקי08 האט געשריבן:וואלט איך געוואלט וויסן אויב די שאך שפיל קומט פון א אמת'ע שאך שפיל אין די היסטאריע
און אויב מעגליך אלע מאווס

קוקט אויס פיקטיוו.

ווי @יענג האט געשריבן, דער פירשט איז ווייט נישט געווען קיין שאך גאון אויסערהאלב זיין פאנטאזיע, און א ישיבה בחור וואס האט נישט געשפילט שאך פון ניטל צו ניטל האט אים לייכט געקענט באזיגן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שכח גרשון
די פאלגענדע איז א עכטע שפיל נארוואס געשפילט געווארן דואך צוויי וועלטס טשעמפיענס און Qxg6 איז ווירקליך געשעהן אויפן באורד
https://chess24.com/en/watch/live-tourn ... 020/11/1/1
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (220.73 KiB) געזען 1451 מאל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וואס איז טאקע דער חשבון? מעגליך אז נאכדעם קומט +Bxe6, און נאכדעם קען ער פראמאטן דעם d6 פויערל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

נישט Bxe6+ נאר Rxe6
שווארץ האט אבער געשפילט די בעסטע מאוו דערנאך און דאס איז געווען Qf7!! כאטש וואס שטעלט אריין די קעניגען אין א דירעקטע פין! וואס דער טורעם קען דערנאך אנשאפן עפעס nasty discoveries.. אבער שווארץ האט אים געוויזן אז ער האט נישט.

למעשה איז ווייס געגאנגען און אינגארירט די קעניגען און גענומען די סכנה'דיגע c3 "פאראויס פאנדל" און נאכדעם וואס שווארץ איז געגאנגען Kh8 צו אנפינען און ווייס Re4 צו פראטעקטן די לויפער און שווארץ נעמט די קעניגן צי f5 איז ווייס געגאנגען Re7 סטראשענענדיג Bxg7+ שווארץ האט געמוזט פראטעקטען דורך טורעם g8 און נאך נעמען און צוריק נעמען גייט ווייס dxc7 און סאיז דערנאך
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אביסל צו טיף פאר מיר, אבער איך האב מער-ווייניגער מיטגעהאלטן...

וואס מיינט צום סוף "ס'איז דערנאך"? אראפ מיט'ן פויערל?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Jobless
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jobless »

מיכל הירש האט געשריבן:אותיות איז א אויסגאבע וואס איר וועט וועלן אוועקלייגן נאכן ענדיגן לייענען. אנגעפאקט מיט ווערדפולע תוכן, ידיעות און הרגשים. עס וועט בארייכערן אייער יום טוב.

שוין אויפן דעקל דערקענט זיך אז דא רעדט מען פון אן אויסגאבע וואס איז מיט א שטאפל העכער ווי אלגעמיינע אידישע אויסגאבעס. די דעקל טראגט א קונסטליך בילד פון א ראמאנטישע שטעטל אין פראנקרייך. מען קען זיך פארקוקען אויפן בילד, מיט אירע רייכע קאלירן, און ווערן פארלוירן דערין.

די מפתח עפענט אױף א רייכע אויסווייל פון ווערטפולע ארטיקלען. פון א באשרייבונג אויף א היסטארישע ישיבה אין פראנקרייך; אן ארומנעמדע ארטיקל אויף אלץ וועגן דעם אתרוג, וויאזוי מען קלייבט עס, וואס מיינט א הדר א.א.וו.; א ברייטע אינטערוויו מיט אן אינטערעסאנטע חסידישע פערזענליכקייט; און נאך.

אין די ערשטע בלעטער איז דא א פאעמע וואס וועט אייך נעמען אויף א רייזע ארום די ערב יום טוב'דיגע גאסן אין די אידישע געגנטער ביז אריין אין די סוכה. דער שרייבער מאלט, מיט ווערטער, א בילד פון די געפאקטע גאסן פול מיט אתרוגים און נוי סוכה פארקויפער, עס וועט אייך אריינפירן אין דעם יום טוב'דיגע געפיל ווי קיינמאל בעפאר. שפעטער אין די אויסגאבע איז דא נאך א פאעם וואס לייגט אראפ די מעמד ניסוך המים אין בית המקדש מיט רייכע קאלירפולע געפילן.

די ארטיקלען וואס איך האב שוין געליינט זענען יעדע פאר זיך אינטערסאנט און באלערנד. די ערשטע ארטיקל איז א היסטארישע איבערבליק וועגן א גאר אינטערעסאנטע ישיבה אין א שטעטל אין פראנקרייך. עס גיבט די פולע היסטארישע אונטערגרונד פון די ארטיגע אידישע קהילה און די פולע אינטערסאנטע כאראקטערן וואס זענען א טייל פון די ישיבה.

די אינטערוויו מיט ר' זלמן גלויבער וועגן זיין ארטיסטישע ארבעט אלץ א סקולפטאר האט מיר בארירט אויף א פערזענלעכע אויפן. עס האט מיר געגעבן צו פארשטיין וויאזוי מענטשן דריקן אויס, און געבן איבער זייערע געפילן דורך קונסט. נאכן לייענען די ארטיקל קוקט זיך אויף די בייגעלייגטע בילדער פון ר' זלמן'ס ווערק מיט אנדערע גלעזער. בכלל דעקט ר' זלמן אויף זיין לעבנ'ס געשיכטע וויאזוי ער איז איבערקומען שוועריקייטן אין זיין לעבן, וויאזוי די אינגע פטירה פון זיין טאטע האט עפעקטירט זיין לעבן, און וויאזוי ער האט געמאכט באשלוסן ווען ער איז געשטאנען פאר א שיידוועג. עס שפירט ווי דאס איז דאס ערשטע ארטיקל אין אידיש וואס נעמט דורך דאס ענין פון קונסט, ארט. עס וועט אייך איבערלאזן אינספירירט.

די ארטיקל מיט א ''תלמיד" פונעם סאטמארער רבי'ן שפירט זיך ווי א שמועס וואס מען קען כאפן מיט יעדע 70 יעריגע איד אין סאטמאר. דיך איז עס געשמאק צו לייענען.

איין קריטיק וואס איך האב איז עס דער מאגאזין שפירט ווי עס איז געצילט בעיקר פאר בחורים און מענער. עס וואלט געווען ווערט ווען די מאגאזין קען צושטעלן עפעס וואס איז אינטערעסאנט פאר די עזרת נשים אויף די זעלבע מדרגה ווי די יעצטיגע ארטיקלען.

Where can I buy it?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: ''אותיות'' ~ פרישע אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

גרשון האט געשריבן:אביסל צו טיף פאר מיר, אבער איך האב מער-ווייניגער מיטגעהאלטן...

וואס מיינט צום סוף "ס'איז דערנאך"? אראפ מיט'ן פויערל?

סאיז דערנאך מיינט אז שווארץ קען נישט סטאפן די פאנדל פון ווערן א קעניגן
מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל הירש »

Yang2020 האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:יעצט געליינט דעם שאך ארטיקל.

ס'איז אויסנאם גוט. א קלאסישע פיקציע וואס האלט איין דעם ליינער'ס אטעם אים נישט דערלאזנדיג אראפלייגן דעם העפט ביז צו איר ענדע, און טראגט גלייכצייטיג א שטארק לערנבארן אויספיר.

איך גלייך נישט צו טיילן קריטיק, אבער דאכט זיך אז אנאליזירן אן ארטיקל אויף א פובליק פארום ווייזט בלויז אויף זיין חשיבות. רוב געשרייבעכצער קריגן נישט דעם כבוד.

א פיקציע דארף שטימען פון אלע זייטן. א פירשט איז א פרינץ אין דייטשלאנד, און האט קיינמאל נישט באטראטן דעם מזרח-אייראפעאישן באדן. אין די צייטן פון ר' חיים וואלאזשענער איז נישט געווען קיינער וואס האט געקענט הרג'ענען א גאנץ שטעטל בלויז ווייל זיין גיסטע האט געבלאזן אין דער ריכטונג -- דאס האט קוים געקענט זיין א רעאליטעט אינעם מיטלאלטער.

די שאך טאוולען אין דער געשיכטע זענען אויך געווען צו גרינג צו קענען שטימען מיט א וועלטס טשאמפיען, אבער דאס וועל איך נאך פארציכטן למען הפיקציע; מ'דארף דאך דער דורכשניטליכער ליינער זאל מיטפארן מיט דער מעשה. (יעדער וואס קען שאך וואלט געזען אז האקן די ווייסע שעכין איז א רייפער שאכמאט פאר ווייס.)

היבש אינטערעסאנט וואס דו זאגסט. "פירשט" קומט טאקע פון דייטשלאנד (Fürst), אבער וואס איז מיטן באקאנטן פירשט ראדזיוויל פון פוילן-ליטא?
קען אפשר זיין אז איינמאל דאס ווארט איז שוין אריינגעקומען אין אידיש איז עס שוין באנוצט געווארן דורך די אידן במקומות מושבותיהם, אויך אויף די ארטיגע פריצים וועלכע האבן זיך נישט אזוי באצייכנט?

איך האב אפגעלערנט די מעשה אז ראדזימין איז באמת נישט געווען אזא וועלטס טשאמפיען, און אוודאי נישט נאך אפאר פלעשער פונעם ביטערן טראפן, עס איז נאר געווען זיין אייגענע איבערגעטריבענע גאוה וואס האט אים אזוי איינגערעדט. זיין באלאן האט קיינמאל נישט געפלאצט, ווייל די ארומיגע אדללייט האבן געקענט נאך ווייניגער ווי אים - עד שבא שלמה.

איך בין נישט די גרויסע שאך קענער אבער מיך האט אויס געזען אז אויסער די שאך שפיל איז דא געווען א פיסכאלאגישע שפיל. דער פירשט האט געטרייט צו כאפן וואס שלמה גייט טון, און ער האט כסדר זיך געוואקלט אויב שלמה וועט זיך לאזן פארלירן.
פארדעם ווען שלמה האט אים געשטעלט זיין קעניגן צו ווערן געהאקט און דער פירשט איז שוין געוווען אזוי אויסגעמוטשעט האט ער געמיינט אז שלמה געט זיך אונטער.
אזוי איז ער אויך אריין אין פאסטקע פריער, ווען שלמה האט אוועקגעשלעפט דעם קעניגן צו זיך אריין צווישן צוויי פאנדלעך וואו ער האט גארנישט געקענט טוען, ווי סשטייט אין די מעשה.
אבער לויט ווי כפארשטיי, אפילו ווען דער פירשט זאל נישט אראפהאקן דעם קעניגן וואלט שלמה אויך געווען פאראויס, ניין?
די אינטערסעאנטע חלק איז אז שלמה אליין האט אויך נישט געוואוסט וואס ער גייט טוהן, און דער פירשט האט זיך איינגערעדט אז שלמה ויייסט יא, און דאס האט צוגעברענגט ער זאל נישט קענען שפילן גוט. מיט דעם קען מען שוין אויך מסביר זיין די חילוק צווישן תרי ותרי אין שנים אוחזים בטלית וואס ווערט דערמאנט אין די ארטיקל...
אגב אויב ממעג זאגן קריטיק, כהאב נישט געגליכן אז סאיז דא צוויי מעשיות אין איין מעשה, ענדערש מאך איין מעשה פון א שאך און א באזונדערע מעשה פון ספיקות ביי לערנען.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מיכל הירש האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:אבער לויט ווי כפארשטיי, אפילו ווען דער פירשט זאל נישט אראפהאקן דעם קעניגן וואלט שלמה אויך געווען פאראויס, ניין?

סאיז שאכמאט אין איינס אויב דער פירשט אקצעפטירט נישט דעם קרבן
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מיכל הירש האט געשריבן:די אינטערסעאנטע חלק איז אז שלמה אליין האט אויך נישט געוואוסט וואס ער גייט טוהן, און דער פירשט האט זיך איינגערעדט אז שלמה ויייסט יא, און דאס האט צוגעברענגט ער זאל נישט קענען שפילן גוט.

שלמה האט געוואוסט פונקטליך וואס ער גייט טוהן גיין ביז שאכמאט.. און דענאך א צווינגען א perpetual check פאר אייביג
לויט די היינטיגע שאך רולס איז די געים אוטאמיטיש א טיי (draw) נאך א Threefold repetition דאס מיינט אז די פאזישען חזרט זיך איבער דריי מאל אין א צי, בעסער געזאגט אז מען גייט איבער די זעלבע מאוו 3 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”