טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:פופציגער האט געשריבן:fiena nieas האט געשריבן:טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:ממש אזוי האט געשריבן:א.פ. מאן איז אויך זייער אנטי-טראמפּ און זיינע מיינונגן זענען נישט זייער פאפולער. אויב אזא לעגענדארער שריפטשטעלער און רעדאקטאר ווי ר׳ אברהם ציט נישט צו קיין גרויסע אינטערעסע צו זיינע פערספעקטיוון אויף טראמפ און אויף די רעפובליקאנער, און פאראן נאך באקאנטע היימישע שרייבער און זאגער וואס לופטערן זייער מיינונג קעגן טראמפ בכל עת דאית להון און דער עולם קויפט עס נישט, אויב זיי באווייזן עס נישט, צי וועט א נייע אויסגאבע קענען בויען מאמענטום דורכן אריינשטעלן צווישן אירע שפאלטענס אומפאפולערע מיינונגן, איז א שטיקל שאלה.
וואס יא, אויב די חשובע רעדאקציע פון טראמבאן קען צושטעלן פלאץ פאר די ביידע קעגנזייטיגע מיינונגן און לויפן ווי אן אומאפהענגיגער פלאטפארמע וועלכע לאזט ביידע מיינונגן פיגורירן אין פרידן און וועט זיך נישט אריינשטעלן אין א סאבזשעקטיוו מהות דאן קען דאס זיין א חידוש און עפעס וואס לדעתי קען גוט אויסנעמען ביים עולם.
רובא שרייבער בעצם זענען נוטה צום ליבעראלן, דעמאקראטישען פארטיי.
אגב, מיר האבן שוין גערעדט מיט שרייבערישע טאלאנט וואס זענען מער בדעה אויפן רעפובליקאנעם טיקעט, און פרא-טראמפ, און אדהכי לא מסתייעא מילתא.
ווייל א נארמאלע טאלאנטפולע קליגע מענטש איז געווענליך אנטי טראמפ...
נו שוין, האסטע נאך א שרייבער...
וואלט נישט געווען א שלעכטע געדאנק.
אבער וואס איז זיכער איז זיכער, הרב פופציגער מיר וואלטן אייך היינט געהייערט צום 'טראמבאן'.
דאס איז א טיעפער קאמפלימענט,
כהאף כ'וועל עס ריכטיג קענען פארדייען...