"טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טראמבאן מאגאזין
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:27 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן מאגאזין »

עכט היימיש האט געשריבן:
דאמירן בעלמא האט געשריבן:זייער א שיינער ארבעט און איך וואונטש אסאך הצלחה פאר די ארויסגעבער,

די אידישע מארקעט לעכצט נאך אזאנס וואס זאל זיך גוט אויסארבעטן,

איך וויל נאר נאכאמאל באטאנען דאס וואס אסדר לסעודתא האט שוין געשריבן, מער ווייניגער איז עס היינט אזוי אז יעדער ברענגט ארויס די זעלבע פוינטס און יעדע שרייבער שרייבט עס אויף זיין שטייגער,
ס'איז סימפלי נישט דא היינט קיין מאגאין ווי דו ווייסט אז ווען דו ליינסט א ארטיקל אדער עדיטאריעל גייסטו ליינען חדשות און הנאה האבן פון א ריכטיגע שרייבערישע ווערק אדער דזשורנאליסטישע ארבעט, ס'נישטא אזא זאך היינט, ס'יאווען זיך אינגע שרייבערליך וואס האבן בס"ה א פעדער אין די האנט, אבער לייגן בכלל נישט צו קיין קאפ צום אינהאלט פונעם באשרייבונג,

גערעכטע נקודה. די צוויי ערשטע האבן נישט געהאט קיין 'עכטע חידושים'. אבער ווער ווייסט, מען קען קיינמאל נישט וויסן פון וואו די ישועה פאר חרדישע דזשורנאליזים וועט קומען...

איר מוזט פארשטיין, די שרייבערס פון אונזער אויסגאבע זענען נישט קיין נייע שרייבערס, און קיינע שרייבערלעך, און ס'איז פשוט אז אין א אנהויב פון א פרישע פראיעקט זאלן זאכן נאכנישט זיין מסודר צו הונדערט פראצענט.

און מיט א שטארקע דאנק פאר דיין אויספיר.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

רבותי איך זאג אייך פונדערנאנט, איך קען די טראמבאן שטאב זייער גוט, די חברה זענען אויסן צו מאכן א טויש און א איבערקערעניש ביי אונזער עולם!

ווארטס מיט שפאנונג
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
טראמבאן מאגאזין
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:27 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן מאגאזין »

פופציגער האט געשריבן:רבותי איך זאג אייך פונדערנאנט, איך קען די טראמבאן שטאב זייער גוט, די חברה זענען אויסן צו מאכן א טויש און א איבערקערעניש ביי אונזער עולם!

ווארטס מיט שפאנונג

יהא בואך לברכה!
אוועטאר
ראש לימבא
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:48 am

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש לימבא »

מה פשט פונעם נאמען? מ'האט ארויסגעלאזט דאס אות פּ? וויאזוי לייענט זעך דאס ווארט? טראָמ-בּאָן?
סך הכל תגובות: 999
טראמבאן מאגאזין
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:27 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן מאגאזין »

ראש לימבא האט געשריבן:מה פשט פונעם נאמען? מ'האט ארויסגעלאזט דאס אות פּ? וויאזוי לייענט זעך דאס ווארט? טראָמ-בּאָן?

איר ליינט זייער גוט דעם נאמען, די פינטלעך שטימען גוט.
איבערן פשט, האפן מיר צוריקצוקומען מיט א לענערע ערקלערונג, וואס האלט שוין אינמיטן די פראסעס.
ביזדערווייל קען מען טאקע מאכן אפשר א שטיקל פארמעסט, ווער קען אנגעבן א פשט פארוואס דער נאמען איז 'טראמבאן'?
אויב וועט איר צוטרעפן דעם ריכטיגן טעם - עכ"פ אין אונזערע אויגן - וועלן מיר אים שטארק גראטולירן בעז"ה.
ס'זאל רינען
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 5:25 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'זאל רינען »

טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:
ס'זאל רינען האט געשריבן:
טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:דער פלאן אויף דעם פארמאט איז אויסדרוקליך נישט צו בעטן קיין געלט פון ליינער.

וואס מיינט איר "קאנטרעווערסיאל"?

קאנטערווערשאל מיינט נושאים וואס דער איד אדער בלאט גייט נישט שרייבן.
א בחינה וואו דאס וואס דער מאמענט טוט אסאך מאל.

מיר האפן שטארק אז אויף אונזער פלאטפארמע זאלן נישט געלופטערט ווערן קיינע פרעמדע השקפות וכדומה.
אבער צו וועט עס האבן אנדערע סארט אינפארמאציע ווי מען געפינט אין געדרוקטע צייטונגען און מאגאזינען, מן הסתם יא, און ס'איז פשוט, דער אימעיל גריייכט נישט צו קיין קינדער און מינדעריעריגע, און נאך פארשידענע סיבות וואס זאלן לאזן די ספעיס פון דעם פלאטפארמע זיך אנפילן מיט ברייטערע געדאנקען און פערספעקטיוון וואס אין א געדרוקטער צייטונג וואלט עס נישט געפיט.

נייעס קוועלער איז דא גענוג, אויסגאבעס אויף אלע קאטעגאריעס פון וועלטליכע זאכן איז דא גענוג, רבי בילדער מאגאזינען איז דא גענוג, אויסגאבעס וואס פאטרעטן אומאפעציעל געוויסע חסידות\השקפות איז אויך דא גענוג, במילא אויב שטעלט מען אוועק א נייע אויסגאבע אז "אויף אונזער פלאטפארמע זאלן נישט געלופטערט ווערן קיינע פרעמדע השקפות" כ'גלייב אז די ווארט "פרעמדע" באציעט זיך נישט צו די אנטי חינוך באווגונגען ח"ו, אדער צו רעפארמער באוועגונגען, ווייל זיי דארפן נישט קיין אידישע אויסגאבע... על כרחך מוז זיין אז איר שטעמפלט געוויסע חרדי'שע קהילות אדער באוועגונגען אלס "פרמעדע השקפה" ווייל איר קומט פון אן אנדערע חדר און יענע איד'ס השקפה איז אייך פרעמד... אזא אויסגאבע פעלט לכאורה נישט אויס... מיר האבן שוין דערפון די והותר...

"פרעמדע השקפות" מיינט במלוא מובן המילה זאכן וואס זענען נישט אין איינקלאנג מיט תורתינו הקדושה.

און אויב וועט איר נישט הנאה האבן פון די 'טראמבאן' אינהאלט, בעטן מיר אייך איבער אויף אונזער ערשיינונג, און איר זאלט מוחל זיין זיך ביטע אנ-סובסקרייבן פון דעם אימעיל, מיר וויילן אייך נישט ענג מאכן.

אדרבא!!!
יהא בואכם לברכה!!
וחפץ ה' בידכם יצלח!!
בלי הבדלות בין קודש לקודש!!
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

ווען הייבט דאס למעשה אן ארויסצוקומען? כ'בין שוין אויפגעסיינט עטליכע טעג, און נאכנישט באקומען.
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

פיטום האט געשריבן:ווען הייבט דאס למעשה אן ארויסצוקומען? כ'בין שוין אויפגעסיינט עטליכע טעג, און נאכנישט באקומען.

שוין אנגעקומען צוויי מאל
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

איך האב נאכנישט באקומען
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

קודם זע איך ער איז אן אנטי טראמפ, אזוי בייסיג צי שרייבן?
נוסח "דער איד" ווען זיי ויילן באשמיצן א געוויסע קהילה
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

פיטום האט געשריבן:איך האב נאכנישט באקומען

איך אויך נישט
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
טראמבאן מאגאזין
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:27 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן מאגאזין »

מארגן האט געשריבן:
פיטום האט געשריבן:איך האב נאכנישט באקומען

איך אויך נישט

דער טראמבאן איז נאכנישט ערשינען זייט די לינק איז ארויפגעשטעלט געווארן דא אויפן וועלטל.
וועט ערשיינען אינעם מאנטאג'דיגן אויפלאגע אין די היינטיגע אוונט שעה'ן בעז"ה.
מיר האפן אויף ווייטער צו ערשיינען אין די צופרי שטונדען.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

green sunday האט געשריבן:אזוי בייסיג צי שרייבן?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אידישע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע געדאנקען »

טראמבאן מאגאזין האט געשריבן: ווער קען אנגעבן א פשט פארוואס דער נאמען איז 'טראמבאן'?
אויב וועט איר צוטרעפן דעם ריכטיגן טעם - עכ"פ אין אונזערע אויגן - וועלן מיר אים שטארק גראטולירן בעז"ה.

נישט ווייל איר זענט א "שופר"?

פארשטייט זיך אויף מער א מגושם'דיגער אופן פון א שופר... וואס איז א טראמבאן.
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

פעיק נוז האט געשריבן:
green sunday האט געשריבן:אזוי בייסיג צי שרייבן?

כאניש מיין אימעיל יעצט. ברענג אהער ביטע. זיי מהנה.
צווייער
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 2:56 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייער »

סתם נאך א אנטי טראמפ אויסגאבע
וואס ברענגט ער דא צום טיש ??
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

קענשוין איינער אהערברענגען ביטע דעי בייסיגס? מיין אימעיל ארבעט מיר נישט דא היינט אויפן מאביל דעווייס
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

נעמט אין אכט

אזוי ווי דער 'טראמבאן' ווערט ארויסגעשיקט צו א מספר פון טויזענטער אימעיל אדרעסן מאכט זיך אפט ביי פילע אדרעסן אז עס גרייכט צום 'פראומאושענס' קאלום פונעם דזשימעיל

מאכט זיכער צו בליקן אין 'פראומאושענס' קאלום א יעדן דינסטאג און דאנערשטאג

דרוקט דא קענט איר זיך אראפסיינען פון אונזער ליסטע

זעץ דיך צוריק צו די גמרא!

ס'איז א ווייטאגליכע נושא, א נושא וואס ברענגט אויף שוידער צו טראכטן אויפ'ן עתיד, אבער טאקע דערפאר א נושא וואס מוז אויסגעשמועסט ווערן, למענינו ולדורותינו.
אין די לעצטערע צייטן, א תקופה פון באלד איבער א יאר , האבן זיך אויפגעהויבן די קעפ פון א געוויסע קליקע מיט א פרומע שלייער, אזוי גערופענע 'קנאים', און פלאקערידעג הערצער פארן רבש"ע.
די קליקע איז א געמיש פון סתם רעכטע פרא טראמפער'ס, פארפרומטע תמימות'דיגע נשמות, ביז געפארפולע ראדיקאלן וואס זענען קעגן אלס און אלעמען אנגעפיקעוועט מיט שוידערליכע העצע.
חסידישע אינגעלייט ליידיג פון אינהאלט און דאס מינדעסטע אינטעלעקטואליזם, אנגעפילט מיט האס, נעגאטיוויטעט און שנאה, וואס פארשפרייטן מאדנע קאמישע קאנספיראציע חלומות - אזש 'אלעקס דזשאונס' קען זיך פאר זיי פארשטעקן - האבן געמאכט א יד אחת מיט פארשידענע רעליגיעזע וויסט רעכטע גרופעס אינאיינעם צו "באקעמפן די ליבעראלע געפאר וואס הויערט אויף די פאראייניגטע שטאטן בכלל און אויף היימישע אידן בפרט".
די מערהייט פון די פילע קאנספיראטארן, טוען זיך איינרעדן אז דער לעבנס-מיסיע וואס דער אויבערשטער האט זיי אראפגעשיקט אויף דעם וועלט איז נאר אויפצוקלערן מענטשן וואספארא קארופציע עס ליגט באגראבן אונטער די מסירות נפש'דיגע עסקנים וואס טוען און קעמפן לטובת אחינו בני ישראל בכלליות פאר קהלות קדושות, מוסדות התורה, און בפרטיות פאר יעדן יחיד ויחיד.
פארשידענע פרעדיגער פילן אן קעסטלעך אויף טעלעפאן האטליינס - אדער בעסער גערופן: שמוציגע ראידא ליניעס - און מיט'ן כח פון שקר, בלאף, ליצנות און קרירות שיסן זיי אריין גיפט אין די מוחות פון זייערע תמימות'דיגע צוהערער, ווי א שעדליכע וואקסין, און נעמט איבער דעם תמימות'דיגער צוהערער וואס האט אריינגערופן מיט'ן ציל צו הערן אביסל אידישע ענינים און ערליכע געדאנקען, און אנשטאט לייגט אראפ דעם טרייבל מיט מחשבות זרות פון נארישקייט, העצע אנקעגן רבנים און גדולי הדור, שימף קעגן יעדער וואס שטעקט אריין דאס פינגער און קאלט וואסער - און אמאל א גאנצע האנט און קאכעדיג הייסע וואסערן א טובה צו טון א איד - און דרייט זיך ארום אן א קאפ און אן א מחשבה, נישט וויסנדיג וואו זיך אהינצוטון, שעלטנדיג דעם טאג וואס ער איז געבוירן געווארן צו דעם דאזיגן לאגער וואס איז פיל מיט קארופציע. ס'כאפט אן א שרעק צו זען די מציאות וואס שפילט זיף אפ פארנט פון אונזערע אויגן, אידישע קינדער וועקט זיך אויף!
די מצב האלט אזוי ווייט, אז פילע פון אינגעלייטלעך וואס זענען מיט נישט א לאנגע תקופה צוריק געזעצן אויפ'ן כולל באנק, און זענען געווען פארטון איבערן טאג בהווית אביי ורבא, זיך גע'טענה'ט און ארויסגעהאט א ש"ך און טורי זהב, געהאט סיפוק פון א שיין שטיקל חתם סופר, און פלוצים זענען זיי געווארן פארנומען שעות איבער'ן טאג צו שטודירן דעם מאפע פון אמעריקע וואו איז פארהאן די מערסט רויטע שטאט אין די פארייניגטע שטאטן, און ווילן פונקטליך פארשטיין וואספארא נארישע געזעצן די פאליטישאנס האבן אריינגעברענגט, און ווערן געפיטערט מיט קלארע מראי מקומות דורך די אלע פארצווייפלטע האטליינס, שומו שמים!
ווי האט זיך א כולל אינגערמאן אויסגעדרוקט: "אין יעדן דור איז דא איינער וואס פארשטייט דעם אמת, און אט און דעם שווערן דור האלט איך אז איך בין דער"... נישטא ווער זאל לאכן? שוין באלד נישטא ווער זאל וויינען.
מיר בעטן זיך מיט טרערן אין די אויגן צו דיר טייערער אינגערמאן - און צו אלע דיינסגלייכן: "זעץ דיך צוריק צו די גמרא!", זיי עוסק בתורת ה', לאז דיך ארויס פון תחומים וואס באלאנגען צום אויבערשטן שטייסל, צו די דעת גדולי הדור, צום דעת מנהיגים און ערליכע רבנים.
נישט פארהאן קיינע עצות מער ווי מתפלל זיין צום רבש"ע אויף זיך און די דורות, מען זאל ניצול ווערן פון אלעם שלעכט ברוחניות ובגשמיות, און פארשטייט זיך זיך אויפפאדערן די נאנטע נישט זיך צו אנקלעבן מיט די אלע בייזוויליגע ווינטן, ולה' הישועה!
לאזט אייערע קאמענטארן צו הרב אהרן דאסקאל

פרעזידענט טראמפ: החלות לנפול?

טראמפ נאכפאלגער און שטיצער פון אלע שיכטן, האבן זיך דעם פארגאנגענעם שב"ק ערוועקט צו א נייע "טראמפ עפאכע".
ביז נישט צולאנג צוריק איז אין די בליק פון יעדע קאפ -אין-וואנט טראמפ-פען געלעגן אין געדאנק אז "למעשה, פרעזידענט טראמפ שטייט גאר גוט, גוט מזל איז אויף זיין זייט, די עקנאמיע איז גאר גוט, דאס לאנד פארט אויף די ריכטיגע רעלסן, זאכן זענען מסודר, טראמפ האט עס!".
אזאנע אויסדרוקן ווי "ס'איז טראמפ'ס צייטן", "טראמפ'ס עפאכע היילט אמעריקע", און נאך אסאך ענליכע אויסדרוקן האבן זיינע שטיצער געהאלטן אין איין חזר'ן און איבערקייען אזאנע סלאגאנען, און אין א בחינה פון "בכל אשר תפנה יצליח" איז דער ירום הודו מצליח ווי ער שטעקט נאר אריין זיינע פינגער, און אט אזוי האבן זיי אויך געמיינט אז דער געפלאנטער "ראלי" וועט אפשפיגלען טראמפ'ס סוקסעס ווי אין זיי גאנצער קאריערע, צו צייגן אז מיליאנע זענען נאך גאר ענטוזיאסטיש טראץ דער קאראנע פאנדעמיע, און טראץ די שטענדיגע העצע פון די מידיע קאנאלן אנקעגן פרעזידענט, אבער רבות מחשבות בלב איש, און עצת ה' תקום, און דער ראלי האט זיך אויסגעלאזט צו זיין א מיאוס'ער דורכפאל, און א שאנדע פאר'ן טראמפ קאמפיין, מיט א גאר קליינע צאל באטייליגטע, טראץ פון אנפאנג האט מען זיך געראכטן אויף ריזיגע ציפערן פון משתתפים.
מאנכע צייגן אן אז אין טראמפ'ס פילע קאריערעס איז נישט אנדערשט געווען, ער האט געזען הצלחה אין אנהויב פון זיינע פראיעקטן און טאטן, אבער מיט די צייט איז אים גרוי געווארן און זיינע פילע ביזנעסער זענען אונטערגעגאנגען צוליב סיי וועלכער סיבה, ווי טראמפ ערעפלאנען, וואדקע און נאך פיל.
טוען מאנכע פרעגן איז דאס אויך איצט מיט זיין פרעזידענטשאפט? האט זיך אנגעהויבן צייגן רויטע לעמלעך אז דער סוף צו קינג טראמפ קומט צו אן ענדע? באדייט זיינע לעצטיגע דורכפעלער אלס א סימן אז די ענדע צו זיין ווייסע הויז מלוכה איז פארטיג. ימים ידברו, אבער סיי ווער עס זיצט אויפ'ן טראן, איז דאך לב מלכים ושרים ביד ה', און זיינע באשלוסן קומען נאר וואס מען איז מכריזין מן השמים.

נאכפאלגנדיג דעם 'זון-ברילן' ארטיקל פארגאנגענעם וואך דאנערשטאג, האט א ליינער צוגעצייכנט און אריינגעשיקט א בריוו וואס איז געדרוקט געווארן אין "מאמענט" אויסגאבע #290, פר' נשא תש"פ, וואס ברענגט ארויס די אנדערע זייט פון די מטבע, און צייגט די רשעות הגוי וואס האט פונקט אזוי נישט אויסגעלאזט דעם רעפובליקאנער פארטיי, און צייגט די עקל און אפשיי וואס מען ברויך צו האבן צו גוי'ישע פארטייען, און נישט זיין אריינגעטון אין פאליטיק פון ביידע צדדים פון אמעריקאנעם פאלק.

חוקי טראמפ זענען חוקי סדום

איך וויל זיך באציען צו דעם פאליטישן שמועס וואס האט ארומגערעדט איבער די אינטערעסן פון היימישן ציבור אין פאליטיק און ווי דער חסידישער עולם איז גענויגט צו טראמפ און צו דער רעפובליקאנער פארטיי.
ס'טוט מיר לייד ווי ווייט מיר זענען פארקראכן ווי כאילו מיר האבן סיי וועלכע אנהענגערשאפט אין פאליטיק. א איד דארף געדענקען אז אינאיינעם מיט דעם הוי מתפלל בשלומה של מלכות, דארף מען וויסן אז נאך אלעמען רעדט מען דא פון בסך הכל פאליטיק און פאליטישע פארטייען און מיר זענען נישט זיי און זיי זענען נישט אונז. לא כמחשבותי מחשבותיהם. זייערע שטעלונגען האבן גארנישט מיט אונז. א איד בלייבט א איד וואס ווערט געפירט דורך די תורה הקדושה און נאר דורך די תורה הקדושה, וואס איז דער שכל אלוקי און איינציגער אמת'ער אמת וואס טוישט זיך נישט לויט די ווינטן און לויט די נייסטע אנשויאונגען און פאליטישע צייטגייסט.
כ'פארשטיי די אנטריסונג פון דעם היימישן ציבור אין ריכטונג פון דער דעמאקראטישער פארטיי צוליב די נידריגע ליבעראלע אנשויאונגען און חוקי השחתה, אבער עס מיינט נישט אז די קאנסערוואטיוון זענען בעסער. לעצטנס קען מען הערן פון מאנכע ווי כאילו די קאנסערוואטיווע שיטה האט עפעס סיי וואס מיט אונז א שייכות און ס'פארטרעט באיזה אופן אונזערע אינטערעסן. מיר דארפן געדענקען אז ביידע זייטן פון פאליטישן ספעקטרום זענען דורכגעפוילט און קרום, יעדער מיט זיינע חסרונות.
ס'איז א שאנדע צו הערן ווי היימישע יונגעלייט זאגן נאך נארישע ארגומענטן פון קאנסערוואטיווע פרעדיגער ווען עס קומט צו אימיגראנטן אדער גרעניץ פאליסיס, וואס איז דורכגעפוילט מיט השחתה און רשעות און צר עין און איז בכלל נישט דער וועג וויאזוי די תורה איז זיך מייחס צו באקריוודעטע און פרעמדע, נאר מיט רחמנות און עמפאטיע.
איך וויל ציטירן א שטיקל פון דעם גרויסן גאון וצדיק הגה"ק רבי ירוחם לייבאוויץ זצ"ל, משגיח ישיבת מיר ומגדולי ליטע פאר'ן קריג, וועלכער האט געשריבן אין די צייטן פון דער גרויסער דעפרעסיע פייערדיגע דיבורים איבער די מכלומרשטע קאנסערוואטיווע אגענדע, דיבורי קודש וואס איז נוגע אין די היינטיגע טעג פונקט ווי אין זיינער צייט, וז"ל:
"הנה חטאם של סודם מבואר בכתוב, שהוא על אי-צדקה, שלא עשו חסד, ולא הניחו לאורחים לבא ממדינות אחרות, ומסתמא כי מסדום לעמורה היו יכולים לבוא, ומדברי רש"י שבכאן משמע גם שעד ג' ימים היו יכולים להשתהות, אלא שיותר מזה לא היו מניחים להתעכב. והנה כשנתבונן היום במצבינו אנו, האם לא נראה כתמונה זאת בכל המדינות, בלי דרכון וויזה הלא אי אפשר להכנס לשום מדינה, וגם שומרים שמו על כל הגבולות, מלפנים לא היו כל הענינים האלו של דרכונים, היו יכולים לילך ממדינה למדינה בלי שום רשיון מיוחד, כל זה נתחדש היום והכל מפני חששות של אבטלה, כאמריקה היום כן האמריקה של העת ההיא סגרה דלתיה לגמרי, ומפני מה? מפני שהיה שם רב טוב והרבה סחורה ורצו כולם לשום, מפני שהיתה ארץ שמנה חששו פן יבואו כולם בתוכה, ועל כן עשו חוק הגירה להצריך את כל הבא בתוכה לרשום עצמו ועד ג' ימים יכולים להשתהות ולא יותר, והרי היום הנה זה כן בכל העולם, והוא כל כך פשוט אצלנו שכך צריך להיות, כל זה מהרשעות היותר נוראה, שמתיראים שמא גם לזולתינו יגיע איזה חלק, זו הרשעות פועלת לפחוד תמיד שמא יגיע שום דבר לזולתינו, פן ואולי יגרום זה איזה חסרון לי, זהו באמת מדת סדום, זוהי משפלות האדם, כל עיקר הטענה והפחד של חוסר עבודה בשביל התושבים מכבר, זהו נגד האמונה, כל זה נובע בעיקר מרשעתו המרובה של האדם."
אין אידישער איבערזעצונג:
"די זינד פון די מענטשן פון סדום ווערט ערקלערט אין פסוק, אז דאס איז געווען אויף די אומרעכטיגקייט, אז זיי האבן נישט געטון קיין חסד, און זיי האבן נישט געלאזט מענטשן פון אנדערע לענדער אריינצוקומען צו זיי אין לאנד. און לכאורה ווייל פון סדום צו עמורה האט מען יא געקענט קומען. און פון רש"י זעט אויס אז פאר דריי טעג האט מען יא געקענט וויילן אין סדום, אבער מער פון דעם האט מען נישט געקענט בלייבן. אז מ'טראכט אריין אין אונזער מצב היינט, צי זעט עס נישט גענוי ווי דאס בילד אין סדום אין אלע היינטיגע לענדער? אז אן קיין פאספארט און אן קיין וויזע קען מען נישט אריינגיין אין קיין שום לאנד און נאכדערצו האבן זיי געשטעלט וועכטער וואס זאלן היטן ביי אלע גרעניצן.
"אמאל איז נישט געווען די אלע זאכן, מ'האט געקענט גיין פון איין לאנד צום אנדערן אן קיין שום ערלויבעניש, אלעס האט זיך אנגעהויבן היינטיגע טעג צוליב זארגן פון ארבעטסלאזיגקייט. פונקט ווי אמעריקע היינט האט זיך אויפגעפירט די אמעריקע פון אמאל, אז זיי האבן גענצליך פארשפארט זייערע טירן. און פארוואס? ווייל זיי האבן דארט געהאט פון אלעם גוטן און אסאך סחורה, און אלע זענען אהינגעלאפן, ווייל ס'איז געווען א פעטע לאנד, האבן זיי מורא געהאט טאמער אלע וועלן אריינקומען אין לאנד, און דערפאר האבן זיי געמאכט א געזעץ פון אימיגראציע אז אלע וואס קומען אריין דארפן זיך איינשרייבן און נאר פאר דריי טעג קען מען פארבלייבן אבער נישט מער.
"דאס איז שוין היינט פאר אונז אזוי פשוט און אין דער גאנצער וועלט און מ'מיינט אז אזוי קומט עס און אזוי דארף עס זיין. דאס קומט אלעס פון די שרעקליכסטע רשעות, ווייל מ'האט מורא אז יענער וועט אויך האבן א חלק, אט די רשעות ברענגט אז מ'זאל אלעמאל מורא האבן אפשר וועט יענער האבן עפעס און פון דעם וואס יענער האט וועט עס גורם זיין אז מיך זאל פעלן. דאס איז ממש מדת סדום, דאס קומט פון די נידריגקייט פון א מענטש. די גאנצע טענה און פחד אז עס וועט פעלן ארבעט פאר די אלטע תושבים, דאס איז קעגן דער אמונה, דאס אלעס קומט פון דאס גרויס רשעות אין א מענטשן. אזוי איז אמעריקע היינט."
רבי ירוחם ענדיגט מיט ווערטער וואס ליינט זיך ממש ווי רוח הקודש צו דעם יעצטיגן מצב:
"ומי יודע אם לא מפני זו הרשעות שסגרו דלתותיהם לפני אורחים, באו למשבר הגדול השורר כעת בכל העולם כי כן היתה חטאת סדום אחותם וענשה המרובה."
אין אידיש: "און ווער ווייסט צי נישט צוליב די רשעות פון פארשפארן די טירן פאר געסט, איז געקומען די גרויסע עקאנאמישע בראך וואס הערשט יעצט אויף דער גאנצער וועלט, ווייל אזוי איז געווען דער זינד פון סדום און זייער גרויסער שטראף."
ווער עס האט נאר אביסל אויגן זעט ווי רוח הקודש נזרקה בבית מדרשו של רבי ירוחם און ווי נאך וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט זיך גענומען צו די סדומישע געזעצן פון פארשפארן די גרעניצן און רודפ'ן און צוריקשיקן אימיגראנטן דורך די טרויעריג-בארימטע "אייס" ארגאניזאציע איז אצינד אנגעקומען דער ביטערער עקאנאמישער מצב ווען מער ווי פערציג מיליאן אמעריקאנער זענען ארבעטסלאז אויף א פארנעם וואס מ'האט נישט געזען זינט — נעמט ארויס די פויקן — די גרויסע דעפרעסיע פון וואס ר' ירוחם רעדט.
איז טאמער איינער האט זיך אמאל איינגערעדט אז די היינטיגע טראמפ אדמיניסטראציע האט זיי וועלכע ווירדן פון יושר, אמת און רחמנות, זעט ער היינט ווי לויט רבי ירוחם איז עס חוקי סדום אליין, און דער יצר הרע האט גענוג פאר יעדן. די דעמאקראטישע פארטיי שלאגט ער מיט חוקי סדום פון השחתה און די רעפובליקאנער פארטיי שלאגט ער מיט חוקי סדום פון רשעות און ביידע זענען זיי ווערד א רעטעך און א איד האט זיך נישט וואס אומצוקערן אין זייער ריכטונג נאר לעבן מיט השקפת התורה על כל פרט ופרט.

חיים א., ניו יארק

די רבי זאל לעבן א מזל טוב!

פול-געפאקטע הויכשטאקיגע פארענטשעס ביים שמחת ה'ווארט פון קינד פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אין ביהמ"ד הג' ד'באבוב אין בארא פארק

ככר וואלעבאוט ראלי

היסטארישער ראלי אויף די גאסן פון וויליאמסבורג, נעכטן זונטאג אין די נאכמיטאג שעה'ן זיך אנצונעמען פאר פאציענטן וואס ליגן אין די שפיטעלער, ווי מען לאזט נישט צו קיין באזוכער ווערט געזען אויפ'ן פלאטפארמע אישי הציבור און עסקניפ פון איבער גרעיטאר ניו יארק, הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן שליט"א - פון יו. דזשעי. אוי., הרה"ח ר' משה דוד אינדיג שליט"א - , העסקן הדגול ר' יוסי געשטעטנער הי"ו - פון אוי. דזשעי. פעק., און נאך פילע עסקנים
מיט באטייליגונג פון געטרייער אסעמבלימאן דזשאו לענטאל און ביים מיקראפאן ווערט געזען ביי זיין אויפטריט דער העלדישער קאנסילמאן סטיוו לעווין
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איך הער. דאסמאל באווייזט ער זיך מיט גאנץ א גוטן פעדער, ליינט זיך פליסיג און געשמאק, אבער היבש אנגעווייטאגט.

ס'איז אמאל געווען א גרויסע שרייבער, נישט אזוי לאנג צוריק, וואס איז אונטערגעגאנגען נאך אפאר יאר זיין אין סאמע שפיץ פון אידישע ליטעראטור, פאר איין סיבה, ווייל יעדע ארטיקל איז געווען נעגאטיוו. ער האט נישט געקענט שרייבן פאזיטיוו, נאר ווען ס'איז גענוצט געווארן קעגן אנדערע.

דא מיינט דער טראמבאן אז ער גייט ווערן פאפולער מיט אפאר העצערישע ארטיקלען, אבער מענטשן האבן שוין היינט נישט ליב נעגאטיוויטי, נישט קיין חילוק וויפיל חכמה און קריעטיוויטי עס ליגט דערין.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך הער. דאסמאל באווייזט ער זיך מיט גאנץ א גוטן פעדער, ליינט זיך פליסיג און געשמאק, אבער היבש אנגעווייטאגט.

ס'איז אמאל געווען א גרויסע שרייבער, נישט אזוי לאנג צוריק, וואס איז אונטערגעגאנגען נאך אפאר יאר זיין אין סאמע שפיץ פון אידישע ליטעראטור, פאר איין סיבה, ווייל יעדע ארטיקל איז געווען נעגאטיוו. ער האט נישט געקענט שרייבן פאזיטיוו, נאר ווען ס'איז גענוצט געווארן קעגן אנדערע.

דא מיינט דער טראמבאן אז ער גייט ווערן פאפולער מיט אפאר העצערישע ארטיקלען, אבער מענטשן האבן שוין היינט נישט ליב נעגאטיוויטי, נישט קיין חילוק וויפיל חכמה און קריעטיוויטי עס ליגט דערין.

איבערהויפט ווען ער גייט קעגן דעם שפּאן. זיין אנטי-טראמפ איז עטוואס קעגן דעם טרענד ביי אונז היימישע אידן (אפגעזען צי עס איז מיט רעכט אדער נישט).
טראמבאן מאגאזין
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:27 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן מאגאזין »

ממש אזוי האט געשריבן:

ממש אזוי...

א גוט יאר טייערע אידן,

און א דאנק פאר יעדן מגיב באזונדער, אזאך וואס טוט נאך גראבן ווארצלען, זוכט נאך דער מאס פון די ווינדלען, און האלט נאך פאר'ן ערשטן טריט, איז נישטא א שענערע און פראקטישערע זאך ווי צו הערן - און דערהערן - דעם דעת הקהל, דער ציבור וואס זיין ווערן סערווירט.

מורי ורבותי, ווי שוין ערווענט עטליכע מאל, 'טאמבאן' איז נישט נאך א פארמאלע א נייעס באריכטן-בלאט-פארן-איד, עס איז נישט דער טיפישער נייעס אדער ארטיקלען ברענגער מיט א פארמאלע שפראך און קורזיכטיגע ליניעס.

'טראמבאן' איז "דער אמת אין פנים".

מיר זענען נישט קיינע טראמפ שטיצער און נישט קיין אנטיס, מיר פרובירן בלויז ברענגען אמת'ע חומר פון אונטער באוואוסטזיין פון מענטשנ'ס מח און געדאנק.

א ביישפיל: מיטהאלטנדיג די נייעס פון אנהויב איבער די ענטוזיאסטישע מאסן וואס גרייטן זיך צו באלאגערן טראמפ'ס ראלי דעם פאלאפענעם שבת, האמיר אנגעגרייט אן ארטיקל מיט חומר למחשבה איבער די ציציאונגס קראפט פון טראמפ'ס פארטיי ביז'ן היינטיגן טאג, און אנאליזירט בפרט די נאנטשאפט פון יר"ה צום היימישן ציבור, אבער, לדאבון פרא-טראמפערס איז דער ראלי געווען א דורכפאל מיט אלע פארבן, האמיר מיט א דריי-זעכציג גראד יו-טורן זיך אויסגעדרייט און געברענגט מיט שריפט דער אמת וואס שפילט זיך אפ. זענן מיר אנטי טראמפ? מיין! מיר אנטי שקר! פרא-פאקטן!

און לכבוד @אסדר, קודם כל, באמת אדאנק פאר דיינע תגובות דא, און עקסטער פאר איר תוכן, איר זענעט מגיב מיט א ספעציעלער ליבשאפט און זוכט טובה, און אייער קריטיק איז אויסשליסליך קאנסטרוקטיוו.

איז יעצט אזוי, מיר האבן בכלל נישט אין פלאן צו ברענגען ווי מער נעגאטיווע ארטיקלען און מיינונגען, און מיר האפן אז מיר וועלן נישט דארפן.

בכלל ווי איר זעט און האט אויפגעפאסט מן הסתם, איז דער 'טראמבאן' גאנץ קורץ, און העט מיט די צייט ביסלעכווייז זיך פארברייטערן, און אויטאמאטיש וועט דער אויסגאבע ווערן מער קאלירפול.

מיט דאנק נאכאמאל פאר אייערע תגובות, הצלחה מרובה,

מיר ווילן פון אייך הערן ווי מער, הערות פאזיטיווע - און נעגאטיווע וויכטיגער - פון אייער פערספעקטיוו
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

א.פ. מאן איז אויך זייער אנטי-טראמפּ און זיינע מיינונגן זענען נישט זייער פאפולער. אויב אזא לעגענדארער שריפטשטעלער און רעדאקטאר ווי ר׳ אברהם ציט נישט צו קיין גרויסע אינטערעסע צו זיינע פערספעקטיוון אויף טראמפ און אויף די רעפובליקאנער, און פאראן נאך באקאנטע היימישע שרייבער און זאגער וואס לופטערן זייער מיינונג קעגן טראמפ בכל עת דאית להון און דער עולם קויפט עס נישט, אויב זיי באווייזן עס נישט, צי וועט א נייע אויסגאבע קענען בויען מאמענטום דורכן אריינשטעלן צווישן אירע שפאלטענס אומפאפולערע מיינונגן, איז א שטיקל שאלה.

וואס יא, אויב די חשובע רעדאקציע פון טראמבאן קען צושטעלן פלאץ פאר די ביידע קעגנזייטיגע מיינונגן און לויפן ווי אן אומאפהענגיגער פלאטפארמע וועלכע לאזט ביידע מיינונגן פיגורירן אין פרידן און וועט זיך נישט אריינשטעלן אין א סאבזשעקטיוו מהות דאן קען דאס זיין א חידוש און עפעס וואס לדעתי קען גוט אויסנעמען ביים עולם.
טראמבאן מאגאזין
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:27 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן מאגאזין »

ממש אזוי האט געשריבן:א.פ. מאן איז אויך זייער אנטי-טראמפּ און זיינע מיינונגן זענען נישט זייער פאפולער. אויב אזא לעגענדארער שריפטשטעלער און רעדאקטאר ווי ר׳ אברהם ציט נישט צו קיין גרויסע אינטערעסע צו זיינע פערספעקטיוון אויף טראמפ און אויף די רעפובליקאנער, און פאראן נאך באקאנטע היימישע שרייבער און זאגער וואס לופטערן זייער מיינונג קעגן טראמפ בכל עת דאית להון און דער עולם קויפט עס נישט, אויב זיי באווייזן עס נישט, צי וועט א נייע אויסגאבע קענען בויען מאמענטום דורכן אריינשטעלן צווישן אירע שפאלטענס אומפאפולערע מיינונגן, איז א שטיקל שאלה.

וואס יא, אויב די חשובע רעדאקציע פון טראמבאן קען צושטעלן פלאץ פאר די ביידע קעגנזייטיגע מיינונגן און לויפן ווי אן אומאפהענגיגער פלאטפארמע וועלכע לאזט ביידע מיינונגן פיגורירן אין פרידן און וועט זיך נישט אריינשטעלן אין א סאבזשעקטיוו מהות דאן קען דאס זיין א חידוש און עפעס וואס לדעתי קען גוט אויסנעמען ביים עולם.

רובא שרייבער בעצם זענען נוטה צום ליבעראלן, דעמאקראטישען פארטיי.

אגב, מיר האבן שוין גערעדט מיט שרייבערישע טאלאנט וואס זענען מער בדעה אויפן רעפובליקאנעם טיקעט, און פרא-טראמפ, און אדהכי לא מסתייעא מילתא.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:א.פ. מאן איז אויך זייער אנטי-טראמפּ און זיינע מיינונגן זענען נישט זייער פאפולער. אויב אזא לעגענדארער שריפטשטעלער און רעדאקטאר ווי ר׳ אברהם ציט נישט צו קיין גרויסע אינטערעסע צו זיינע פערספעקטיוון אויף טראמפ און אויף די רעפובליקאנער, און פאראן נאך באקאנטע היימישע שרייבער און זאגער וואס לופטערן זייער מיינונג קעגן טראמפ בכל עת דאית להון און דער עולם קויפט עס נישט, אויב זיי באווייזן עס נישט, צי וועט א נייע אויסגאבע קענען בויען מאמענטום דורכן אריינשטעלן צווישן אירע שפאלטענס אומפאפולערע מיינונגן, איז א שטיקל שאלה.

וואס יא, אויב די חשובע רעדאקציע פון טראמבאן קען צושטעלן פלאץ פאר די ביידע קעגנזייטיגע מיינונגן און לויפן ווי אן אומאפהענגיגער פלאטפארמע וועלכע לאזט ביידע מיינונגן פיגורירן אין פרידן און וועט זיך נישט אריינשטעלן אין א סאבזשעקטיוו מהות דאן קען דאס זיין א חידוש און עפעס וואס לדעתי קען גוט אויסנעמען ביים עולם.

רובא שרייבער בעצם זענען נוטה צום ליבעראלן, דעמאקראטישען פארטיי.

וואלט געווען אינטערעסאנט צו זען דער מקור פון דעם סטאטיסטיק

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

ממש אזוי האט געשריבן:
טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:א.פ. מאן איז אויך זייער אנטי-טראמפּ און זיינע מיינונגן זענען נישט זייער פאפולער. אויב אזא לעגענדארער שריפטשטעלער און רעדאקטאר ווי ר׳ אברהם ציט נישט צו קיין גרויסע אינטערעסע צו זיינע פערספעקטיוון אויף טראמפ און אויף די רעפובליקאנער, און פאראן נאך באקאנטע היימישע שרייבער און זאגער וואס לופטערן זייער מיינונג קעגן טראמפ בכל עת דאית להון און דער עולם קויפט עס נישט, אויב זיי באווייזן עס נישט, צי וועט א נייע אויסגאבע קענען בויען מאמענטום דורכן אריינשטעלן צווישן אירע שפאלטענס אומפאפולערע מיינונגן, איז א שטיקל שאלה.

וואס יא, אויב די חשובע רעדאקציע פון טראמבאן קען צושטעלן פלאץ פאר די ביידע קעגנזייטיגע מיינונגן און לויפן ווי אן אומאפהענגיגער פלאטפארמע וועלכע לאזט ביידע מיינונגן פיגורירן אין פרידן און וועט זיך נישט אריינשטעלן אין א סאבזשעקטיוו מהות דאן קען דאס זיין א חידוש און עפעס וואס לדעתי קען גוט אויסנעמען ביים עולם.

רובא שרייבער בעצם זענען נוטה צום ליבעראלן, דעמאקראטישען פארטיי.

וואלט געווען אינטערעסאנט צו זען דער מקור פון דעם סטאטיסטיק

האלא, אויף וועם שעלט מען א גאנצן טאג?

מידיע. מידיע. מידיע.

כווייס נישט צו ס'א א סטאטיסטיק אדער יא אבער טראמבאן איז מיט דעם גערעכט אז רובא שרייבער (עכ"פ זייער אסאך) זענען אזוי
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”