"טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טראמבאן מאגאזין
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:27 pm

"טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן מאגאזין »

מיר האבן אין די לעצטערע טעג איבערגעפרישט אונזער "טראמבאן אימעיל מאגאזין", וועלכע ערשיינט בעז"ה צוויי מאל א וואך אין אימעיל‎.

זיך צו אויפסיינען צו באקריגן דעם אימעיל קליקט דא: טראמבאן מאגאזין זייטל
אדער: טראמבאן אויפסיינען פעידזש
לעצט פארראכטן דורך טראמבאן מאגאזין אום פרייטאג יוני 19, 2020 10:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טראמבאן מאגאזין
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:27 pm

אימעיל דאנערשטאג פרשת שלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן מאגאזין »

נעכטיגע אימעיל:

ווערטער פון די רעדאקציע

צום ערשט טוען מיר זיך באדאנקן פאר די אלע וואס האבן גענומען די מיה און זיך געלאזט הערן זייער שטימע צום 'טראמבאן', מיר ציטירן עטליכע שורות פון א לענגערע אימעיל-בריוו, געשיקט דורך א רעדאקטאר פון א פראמינענטער נייעס קוואל:
ממש א חידוש אין די היינטיגע וועלט ווען אלעס לויפט אזוי געמיין און אויף נידריגע רעלסן קען ארויסקומען אזא הערליכע ארבעט פון טראמבאן,... און נישט בלויז דאס, נאר עס לויפט מיט א הערליכע דעזיין לעיאוט, געשמאק צו ליינען, מיט געפערליכע ציאונג צו ליינען דעם נעקסטן, ווארט, שורה און נייעס.
און כהנה נאך פולע חיזוק שורות - קאמפלימענטן און קריטיק צוגלייך - וואס ברענגט זיכער א שטאנדהאפטיגע שטופ פאר די 'טראמבאן' שטאב, און פלייסט אונז צו, צו פארפולקאמען צופרידנהייט צו אונזערע טויזענטער ליינער.

און די שורות זאלן געבן די מאטיוואציע פאר די טויזענטער ליינער, צו לאזן די פינגער לויפן אויפ'ן קי-בארד, און זיך לאזן הערן צום 'טראמבאן' וואס אייערע אויגן זענען נארוואס צוגעשמידט דערצו.

און יעצט, עטליכע שטריכן איבערן 'טראמבאן':

דער 'טראמבאן' וועט בעז"ה ערשיינען יעצט אין אנהויב יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, אין די צופרי שעה'ן, מיט א פולע אימעיל אינהאלט, מיט א האף צו אייער פולקאמע צופרידנהייט, און א ווילן צו שטייגן ווייטער, זיך צו פארברייטערן בכמות ובאיכות, נאך פילפארביגע קאלומס, וכהנה קענען אויספירן האפנטליך די פלענער וואס ליגן אויפן רעדאקציע טישל.

אויב האט איר הנאה געהאט פונעם 'טראמבאן', דאן טוט א טובה פאר אייער חבר און זייט אים מזכה מיט א דרוק אויפ'ן "פארווערד" קנעפל, ער וועט אייך זיכער דאנקבאר זיין דערויף, און אויף זיין זיך איינשרייבן צו אונזער ליסטע, גלייכצייטיג אויב ווילט איר נישט באקומען דעם אימעיל, טוען מיר אייך איבעבעטן פאר'ן אייך שטערן און אנפילן אייער אינבאקס, און איר קענט זיך סיי ווען אימער 'אנסובסקרייבן' פון אונזער ליסטע, דרוקט דא אונטער דעם שורה.

מיר האפן אויף אייער הנאה.

***

איין מיינונג קאלום - הרב אהרן דאסקאל

א שווערע טאג פאר רעליגיע

אין די מידיע ווערט דער היינטיגער טאג באצייכנט אלץ א שווערע טאג פאר פרעזידענט טראמפ, און אלץ א שווערע טאג פאר קאנסערוואטיוון, נאך וואס דער סופרים קאורט האט אין די לעצטע טאג צוויי געשטימט אויף א רייע אישו'ס אין ריכטונג פון די ליבעראלן. ווען דער הויפט ריכטער, דער קאנסערוואטיווער דזשאן ראבארט'ס האט געשטימט ביי צוויי געזעצן מיט די ליבעראלע ריכטער. בשעת ווען ביי איין געזעץ האט זיך דער טראמפ נאמנירטער קעווענאו אויך צוגעשטעלט צו די דעמאקראטן.
פאר די ליבארלע מידיע איז עס א פיין שטיקל, אמער, עס איז שלעכט פארן פרעזידענט, בשעת ווען אין די רעכטע מידיע איז עס א געוויין און געשריי, אבער דער צד השוה צווישן די צוויי כוחות אין די מידיע איז, אז ביידע וויינען אויף פאליטיק... דער פרייד זיך אז דער פרעזידענט האט געכאפט א שטויס, און דער באוויינט עס.
אבער מיר קוקן עס אן אנדערש... איבער די דאקא פסק ווען דער סופרים קאורט האט גע'פסק'נט אז פרעזידענט טראמפ האט נישט קיין רעכט צו אויפלעזן דער פראגראם פאר יונגע אימיגראנטן וועלן מיר יעצט נישט אריינרעדן, אבער איבער דער צווייטער פסק אז רעליגיע קען נישט זיין העכערן געזעץ איז עפעס וועלכע דארף א שאקל געבן יעדן איד. און עס איז באמת א שווערע טאג פאר רעליגיעזע פרייהייט אין אמעריקע.
מען הערט אמאל פון מענטשן וועלכע זענען פארנומען אז די דעמאקראטן זענען אקעגן רעליגיע, משא"כ סיי וועלכע אנדערע פארטיי, אבער ווען מען קוקט אויף די לעצטע סופרים קאורט פסק זעט מען אז די מציאות איז ליידער אנדערש, און אפילו אין א קאנסערוואטיוו גענויגטע סופרים קאורט איז דורך אזא געזעץ.
עס גיבט אונז צו פארשטיין אז מיר זענען פשוט אין גלות... נישט קיין דעמאקראטן און נישט קיין רעפאבליקאנער וועלן אונז העלפן, און קיינער פון זיי האט אונז נישט ליב. מיר זענען אין גלות, און נאר דער אויבערשטער קען אונז העלפן, ער וועט אונז בקרוב בע"ה באפרייען פון גלות אמעריקע בב"א ווייל מיר קענען מער נישט ממשיך זיין דא.

מיין שטימע פאר לענטאל

עס איז הימל און ערד מיט די פריימערי וואלן אין די היימישע געגענטער, בעיקר אין די היימישע וויליאמסבורג וואו עסקנים פון אלע שיכטן און קרייזן האבן אויפגעהויבן א וויי געשריי אז מען מוז ארויסברענגען רעקאד ציפערן פון וויליאמסבורג, און זיכער מאכן אז אסעמבלימאן לענטאל פארלירט נישט זיין זיץ.
באמת האב איך ליב צו זיין א אויבער-חכם... כ'מיין דער עסקן וועט מיר איינטיילן וואס צו טון? איך קען נישט אליין מחליט זיין? איך בין עפעס איינגעשטעלט ביי יענעם? עס איז אזא תאווה וואס איך האב מיר צו האלטן קליגער פון דער עסקן וועלכע שיקט מיר וועלן, פון דער וואס שרייבט די מודעות אין מיין בית המדרש, און אפילו פון דער רעדאקטאר פון טראמבאן... און זיכער פון דער וואס שיקט מיר שארפע אימעיל'ס פארן שרייבן אקעגן טראמפ. איך האלט מיר קליגער. אזוי בין איך.
אבער דאסמאל איז אנדערש... אלץ איינער וואס האט זיך צום ערשטן מאל געטראפן פארמישט אין פאקטישע עסקנות ביי דער יעצטיגער קאראנא מגיפה האב איך צום ערשטן מאל אנערקענט וואס עס מיינט א עסקן, און איך האב מיר צום ערשטן מאל באגעגענט מיט די מסירות נפש'דיגע עסקנים הרה"ח ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו, און הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו, און איך האב מיטגעהאלטן זייער אימערמידליכע ארבעט צו העלפן אידן, און דאן האב איך מחליט געווען אז איך בין מער נישט יענער חכם. איך פאלג די עסקנים.
א עסקן איז א מאטריאל וועלכע איז דא פארן כלל. ער איז דא צו העלפן דער כלל. שוויצן פארן כלל. אוועקגעבן זיינע טעג און נעכט פארן כלל. און אויכעט... כאפן חיצים און בליסטראות פונעם כלל....
איינמאל איך האב מיר באקענט מיט די אייגענע אויגן מיט דער מציאות האב איך אפגעמאכט דאס איז עס, איך בין מער נישט קליג, איך פאלג די עסקנים, און צוליב דעם וועל איך אי"ה גיין קומעדיגן דינסטאג מיט א גארטל שטימען פאר דזשאו לענטאל אין די לאקאלע פריימערי פארמעסט.
איך בין דאסמאל קליג ווייל איך פאלג!

מיר האבן פארלוירן א עכטע צדיק!

דער אמת איז אז מיר האבן פארלוירן אין דער לעצטער מגיפה דאס שענסטע און דאס בעסטע וואס מיר האבן פארמאגט.
מיר האבן פארלוירן גדולי ישראל, מנהיגי הקהילות, חשובע בעלי בתים, און וואס נישט ליידער.... אבער דער לעצטער פראסק וואס מיר האבן ליידער געליטן די וואך איז אפשר געווען די העכסטע.
אין די לעצטע טעג האבן מען באגלייט הרה"ק רבי אהרן קאהן זי"ע אדמו"ר מדברי אמונה ומח"ס אמונה בחרתי וועלכע האט געפירט זיין הייליג און באשיידן לעבן אין היימישן מאנסי, און איז לייידער יעצט געפאלן א קרבן צו די ביטערע קאראנא מגיפה.
קיינער האט נישט געוויסט פון דעם צדיק צו זען, דאס איז ווייל ער איז נישט געווען קיין "צדיק", נאר ער איז פשוט געווען א צדיק... א איש קדוש וטהור, געדינט דעם אויבערשטן מיט מסירות נפש, מרביץ תורה געווען פאר צענדליגער יאר'ן, אבער אלעס מיט א באשיידנקייט, און ער האט זיכער געמאכט אז קיינער זאל פון אים נישט וויסן, און אז עס זאל גארנישט ווערן ארום אים.
אלץ א זון פון הרה"ק מתולדות אהרן זי"ע וואלט ער געקענט מאכן עפעס ארום זיך, אבער ער האט עס נישט געוואלט און ווייט נישט געזיכט, ער איז דא געווען פארן באשעפער, און נאר פארן באשעפער.
ווען איך פלעג אים זען פלעג איך שטיין אין קוקן אויף זיין הייליגע צורה. עס איז געווען מלא קדושה, מלא צדקות, עס האט געשיינט און געלאכט. וואויל איז מיין חלק אז איך האב זוכה געווען צו קענען פון דער נאנט דער איש צדיק תמים. און וויי איז פאר אונזער דור אז ער האט זיך זוכה געווען פון אונז צו באהאלטן און אזוי ווייניג האבן געוויסט פון דער אוצר נפלא וואס עס איז דא אויף אונזער וועלט אין דעם דור שפל.
זכר צדיק לברכה

***

זון ברילן קאלום - ל. לאבין

א ליבעראלע אדער קאנסערוואטיווע איד?

יעצט אין די צייט ווען ס'איז איז א וואל סעזאן אין היימישע געגנטער שווימען ארויף טענות פון אידן מיט פולע שוים אין מויל איבער די גנות פון שטימען פאר א דעמאקראטישע קאנדידאט, טראץ וואס פילע גדולי ישראל האבן געהאלטן אז מיר ברויכן זיך נישט מישן אינעם שיטת הגוי אין זיינע פערזענליכע אנשויאונגען, און אין רובא קהלות קדושות פאדערט מען אויף צו גיין שטימען טאקע פאר די פאליטישאנס וואס שטעלן זיך ארויס לטובת דעם היימישן ציבור מיט אירע געברויכן.
מיר דארפן געדענקן אז מיר זענען גלות אידן אין קיין פאליטיקאנטן, קיין ליבעראלע, קיין קאנסערוואטיווע, מיר זענען אידיש און דאס איז אונזער פארטיי און קלאס.
אויב קומט א דעמאקראטישער גוי און העלפט אונז מיט אונזערע געברויכן אנצוגיין איז ע"פ הוראות רבנים וויכטיג ארויסצוקומען שטימען פאר אים.
לו יצוייר וואלטן די היימישע געגנטער געווען סטאנציאנירט אין א רויטע שטאט, מיט א מערהייט פון רעפובליקאנע און קאנסערוואטיווע וואלטן מן הסתם די גדולים און עסקנים געפאדערט שטימען פאר א קאנסערוואטיוו, אבער אין די געגענטער ווי מיר וואוינען הערשט א דעמאקראטישע שטימונג, אין די שושקעס זענען פון דעמאקראטישן פארטיי, זענען די וואלן לטובת די ליבעראלע.
און מיר דארפן האלטן אין איין חזר'ן: מיר זענען אידן און באלאנגען נישט צו קיין פארטיי פון גויי'שן קולטור - אפילו אינעם גאלדענעם אמעריקע.

***
אטעטשמענטס
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (84.92 KiB) געזען 2817 מאל
unnamed.jpg
unnamed.jpg (58.43 KiB) געזען 2820 מאל
unnamed.png
unnamed.png (283.24 KiB) געזען 2823 מאל
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

ווער שטייט אונטער דעם? און וואס איז די ציל צו ערגענצן דא?
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ס'שמעקט מיר ווי סאיז די זעלבע זאך ווי די טרביון (איינער געדענקט עס נאך ???) ס'האט זיך אנגעהויבן אומזינסט..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

אויב פלאנט ער עס אהערצולייגן יעדן מאל ער געבט עס ארויס, דאן קען מען שוין טוישן נאמען צו אייוועלט מאגאזין.
איך דענק אז דא ליינען עס מער מענטשן.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איך באגריס דעם אויסגאבע און לאמיר האפן עס זאל מצליח זיין. א גרויסע מארקעט איז גוט פאר אונז.

אבער... עס איז כדאי דער מוציא לאור זאל קומען מיט פרישע סחורה, נישט איבערגעקייטע נושאים. אויך דארף עס זיין געשריבן פראפעסיאנאל און געשמאק.

איך וואונטש אים אסאך הצלחה.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
טראמבאן מאגאזין
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:27 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן מאגאזין »

מיט א פרישקייט האט געשריבן:ווער שטייט אונטער דעם? און וואס איז די ציל צו ערגענצן דא?

ווער שטייט אונטער דעם?

א שטאב פון טאלאנטפולע אינגעלייט מיט פרישע בלוט, וואס זענען וויליג זיך אריינצולייגן אינעם פעלד פון ליין מאטריאל, און ברייטער מאכן דעם ליניע פאר דורשטיגע נאך אידישע ליין-מאטריעל.

און איז נאך ביים שפיץ אנהויב פון איר לאנגער - און האפנטליך סוקסעספולער - וועג, בעז"ה.

eller האט געשריבן:ס'שמעקט מיר ווי סאיז די זעלבע זאך ווי די טרביון (איינער געדענקט עס נאך ???) ס'האט זיך אנגעהויבן אומזינסט..

להוי ידוע, האט נישט קיין שום שייכות צו דעם ספעציפישן אויסגאבע.

אבער פארשידענע טאלאנט פון אנדערע פראמינענטע, לאנג-יעריגע אויסגאבעס, שטייען מיט'ן 'טראמבאן' שטאב.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:ווער שטייט אונטער דעם? און וואס איז די ציל צו ערגענצן דא?

ווער שטייט אונטער דעם?

א שטאב פון טאלאנטפולע אינגעלייט מיט פרישע בלוט, וואס זענען וויליג זיך אריינצולייגן אינעם פעלד פון ליין מאטריאל, און ברייטער מאכן דעם ליניע פאר דורשטיגע נאך אידישע ליין-מאטריעל.

און איז נאך ביים שפיץ אנהויב פון איר לאנגער - און האפנטליך סוקסעספולער - וועג, בעז"ה.

איז דאס א זאך וואס גייט אייביג זיין בחנם אדער ס'גייט אנהייבן צו קאסטן געלט ?
און צו פלאנט מען צו אנכאפן קאנטערווערשאל נושאים ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
טראמבאן מאגאזין
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:27 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן מאגאזין »

קענטאקי האט געשריבן:אויב פלאנט ער עס אהערצולייגן יעדן מאל ער געבט עס ארויס, דאן קען מען שוין טוישן נאמען צו אייוועלט מאגאזין.
איך דענק אז דא ליינען עס מער מענטשן.

מען פלאנט עס אויסדרוקליך נישט אהערצולייגן בקביעות, הגם א לינק צום "אימעיל אין בראוזער" וועט אפשר אהערגעשטעלט ווערן - דאהי און אויף נאך אנליין פלאטפארמעס, אבער איז נישט שייך איצט פאר דעם וועלטל צוליב וואס די היימישע פילטערס טוען עס נאך לעת עתה בלאקירן.
טראמבאן מאגאזין
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:27 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן מאגאזין »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך באגריס דעם אויסגאבע און לאמיר האפן עס זאל מצליח זיין. א גרויסע מארקעט איז גוט פאר אונז.

אבער... עס איז כדאי דער מוציא לאור זאל קומען מיט פרישע סחורה, נישט איבערגעקייטע נושאים. אויך דארף עס זיין געשריבן פראפעסיאנאל און געשמאק.

איך וואונטש אים אסאך הצלחה.

צו ערשט, א דאנק פאר'ן זיין דער ערשטער מיט א פאזיטיוו-באגריסנדער טאן אין דעם אשכול.

מיר האפן באמת שטארק נאכצוקומען אלע פון די יסודות וואס דו ברענגסט ארויס, און נאך אסאך, און איז אין אונזער מחשבה שוין גלייך פון אנהויב.
טראמבאן מאגאזין
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:27 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן מאגאזין »

eller האט געשריבן:
טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:ווער שטייט אונטער דעם? און וואס איז די ציל צו ערגענצן דא?

ווער שטייט אונטער דעם?

א שטאב פון טאלאנטפולע אינגעלייט מיט פרישע בלוט, וואס זענען וויליג זיך אריינצולייגן אינעם פעלד פון ליין מאטריאל, און ברייטער מאכן דעם ליניע פאר דורשטיגע נאך אידישע ליין-מאטריעל.

און איז נאך ביים שפיץ אנהויב פון איר לאנגער - און האפנטליך סוקסעספולער - וועג, בעז"ה.

איז דאס א זאך וואס גייט אייביג זיין בחנם אדער ס'גייט אנהייבן צו קאסטן געלט ?
און צו פלאנט מען צו אנכאפן קאנטערווערשאל נושאים ?

דער פלאן אויף דעם פארמאט איז אויסדרוקליך נישט צו בעטן קיין געלט פון ליינער.

וואס מיינט איר "קאנטרעווערסיאל"?
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:ווער שטייט אונטער דעם? און וואס איז די ציל צו ערגענצן דא?

ווער שטייט אונטער דעם?

א שטאב פון טאלאנטפולע אינגעלייט מיט פרישע בלוט, וואס זענען וויליג זיך אריינצולייגן אינעם פעלד פון ליין מאטריאל, און ברייטער מאכן דעם ליניע פאר דורשטיגע נאך אידישע ליין-מאטריעל.

און איז נאך ביים שפיץ אנהויב פון איר לאנגער - און האפנטליך סוקסעספולער - וועג, בעז"ה.

איז דאס א זאך וואס גייט אייביג זיין בחנם אדער ס'גייט אנהייבן צו קאסטן געלט ?
און צו פלאנט מען צו אנכאפן קאנטערווערשאל נושאים ?

דער פלאן אויף דעם פארמאט איז אויסדרוקליך נישט צו בעטן קיין געלט פון ליינער.

וואס מיינט איר "קאנטרעווערסיאל"?

קאנטערווערשאל מיינט נושאים וואס דער איד אדער בלאט גייט נישט שרייבן.
א בחינה וואו דאס וואס דער מאמענט טוט אסאך מאל.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך באגריס דעם אויסגאבע און לאמיר האפן עס זאל מצליח זיין. א גרויסע מארקעט איז גוט פאר אונז.

איך וואונטש אים אסאך הצלחה.

אט אזוי באגריסט מען א נייע אויסגאבע, נישט מיט קריטיק. נאכ'ן געבן א קאמפלימענט/באגריסונג קענסטו אריינווארפן דיין הערה. א נייע אויסגאבע וואס שטייט נאכנישט אויף סאלידע יסודות דארף קודם חיזוק, א פרישן ביימעלע דארף מען קודם באוואסערן, ערשט שפעטער קען מען שניידן די בלעטער...

אלנפאלס, הצלחה פאר אלע וואס שטייען הינטער דעם פראיעקט.
טראמבאן מאגאזין
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:27 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן מאגאזין »

eller האט געשריבן:
טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:ווער שטייט אונטער דעם? און וואס איז די ציל צו ערגענצן דא?

ווער שטייט אונטער דעם?

א שטאב פון טאלאנטפולע אינגעלייט מיט פרישע בלוט, וואס זענען וויליג זיך אריינצולייגן אינעם פעלד פון ליין מאטריאל, און ברייטער מאכן דעם ליניע פאר דורשטיגע נאך אידישע ליין-מאטריעל.

און איז נאך ביים שפיץ אנהויב פון איר לאנגער - און האפנטליך סוקסעספולער - וועג, בעז"ה.

איז דאס א זאך וואס גייט אייביג זיין בחנם אדער ס'גייט אנהייבן צו קאסטן געלט ?
און צו פלאנט מען צו אנכאפן קאנטערווערשאל נושאים ?

דער פלאן אויף דעם פארמאט איז אויסדרוקליך נישט צו בעטן קיין געלט פון ליינער.

וואס מיינט איר "קאנטרעווערסיאל"?

קאנטערווערשאל מיינט נושאים וואס דער איד אדער בלאט גייט נישט שרייבן.
א בחינה וואו דאס וואס דער מאמענט טוט אסאך מאל.

מיר האפן שטארק אז אויף אונזער פלאטפארמע זאלן נישט געלופטערט ווערן קיינע פרעמדע השקפות וכדומה.
אבער צו וועט עס האבן אנדערע סארט אינפארמאציע ווי מען געפינט אין געדרוקטע צייטונגען און מאגאזינען, מן הסתם יא, און ס'איז פשוט, דער אימעיל גריייכט נישט צו קיין קינדער און מינדעריעריגע, און נאך פארשידענע סיבות וואס זאלן לאזן די ספעיס פון דעם פלאטפארמע זיך אנפילן מיט ברייטערע געדאנקען און פערספעקטיוון וואס אין א געדרוקטער צייטונג וואלט עס נישט געפיט.
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

כאף נאר זיי זאלן נישט לייגן קיין גרויסע אריינגעזומטע בילדער פון מענטשן...
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

eller האט געשריבן:איז דאס א זאך וואס גייט אייביג זיין בחנם אדער ס'גייט אנהייבן צו קאסטן געלט ?

יעדער איז דא פאר געלט. קיינער געט נישט עפעס לשם מצוה און קיינער איז אייך גארנישט שולדיג.

ווילאנג ס'איז בחינם, האב הנאה וויפיל ס'גייט. איינמאל ס'הייבט אן קאסטן געלט איז עס דיין אויסוואל. ער האט נישט דיין באנק אינפארמאציע און דו מוזט עס נישט געבן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
ס'זאל רינען
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 5:25 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'זאל רינען »

טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:ווער שטייט אונטער דעם?

א שטאב פון טאלאנטפולע אינגעלייט מיט פרישע בלוט, וואס זענען וויליג זיך אריינצולייגן אינעם פעלד פון ליין מאטריאל, און ברייטער מאכן דעם ליניע פאר דורשטיגע נאך אידישע ליין-מאטריעל.

און איז נאך ביים שפיץ אנהויב פון איר לאנגער - און האפנטליך סוקסעספולער - וועג, בעז"ה.

איז דאס א זאך וואס גייט אייביג זיין בחנם אדער ס'גייט אנהייבן צו קאסטן געלט ?
און צו פלאנט מען צו אנכאפן קאנטערווערשאל נושאים ?

דער פלאן אויף דעם פארמאט איז אויסדרוקליך נישט צו בעטן קיין געלט פון ליינער.

וואס מיינט איר "קאנטרעווערסיאל"?

קאנטערווערשאל מיינט נושאים וואס דער איד אדער בלאט גייט נישט שרייבן.
א בחינה וואו דאס וואס דער מאמענט טוט אסאך מאל.

מיר האפן שטארק אז אויף אונזער פלאטפארמע זאלן נישט געלופטערט ווערן קיינע פרעמדע השקפות וכדומה.
אבער צו וועט עס האבן אנדערע סארט אינפארמאציע ווי מען געפינט אין געדרוקטע צייטונגען און מאגאזינען, מן הסתם יא, און ס'איז פשוט, דער אימעיל גריייכט נישט צו קיין קינדער און מינדעריעריגע, און נאך פארשידענע סיבות וואס זאלן לאזן די ספעיס פון דעם פלאטפארמע זיך אנפילן מיט ברייטערע געדאנקען און פערספעקטיוון וואס אין א געדרוקטער צייטונג וואלט עס נישט געפיט.

נייעס קוועלער איז דא גענוג, אויסגאבעס אויף אלע קאטעגאריעס פון וועלטליכע זאכן איז דא גענוג, רבי בילדער מאגאזינען איז דא גענוג, אויסגאבעס וואס פאטרעטן אומאפעציעל געוויסע חסידות\השקפות איז אויך דא גענוג, במילא אויב שטעלט מען אוועק א נייע אויסגאבע אז "אויף אונזער פלאטפארמע זאלן נישט געלופטערט ווערן קיינע פרעמדע השקפות" כ'גלייב אז די ווארט "פרעמדע" באציעט זיך נישט צו די אנטי חינוך באווגונגען ח"ו, אדער צו רעפארמער באוועגונגען, ווייל זיי דארפן נישט קיין אידישע אויסגאבע... על כרחך מוז זיין אז איר שטעמפלט געוויסע חרדי'שע קהילות אדער באוועגונגען אלס "פרמעדע השקפה" ווייל איר קומט פון אן אנדערע חדר און יענע איד'ס השקפה איז אייך פרעמד... אזא אויסגאבע פעלט לכאורה נישט אויס... מיר האבן שוין דערפון די והותר...
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:מיר האבן אין די לעצטערע טעג איבערגעפרישט אונזער "טראמבאן אימעיל מאגאזין", וועלכע ערשיינט בעז"ה צוויי מאל א וואך אין אימעיל‎.

זיך צו אויפסיינען צו באקריגן דעם אימעיל קליקט דא: טראמבאן מאגאזין זייטל
אדער: טראמבאן אויפסיינען פעידזש

קודם, שלום עליכם, איך ווינטש אייך אסאך הצלחה!
און אצינד צו מיין פראגע, די אויסגאבע איז נאר אויף אימעיל, אדער עס איז דא א וועבזייטל וואו אלע אויסגאבעס ווערן ארויסגעשטעלט?
טראמבאן מאגאזין
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:27 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן מאגאזין »

ס'זאל רינען האט געשריבן:

"פרעמדע השקפות" מיינט במלוא מובן המילה זאכן וואס זענען נישט אין איינקלאנג מיט תורתינו הקדושה.

און אויב וועט איר נישט הנאה האבן פון די 'טראמבאן' אינהאלט, בעטן מיר אייך איבער אויף אונזער ערשיינונג, און איר זאלט מוחל זיין זיך ביטע אנ-סובסקרייבן פון דעם אימעיל, מיר וויילן אייך נישט ענג מאכן.
טראמבאן מאגאזין
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:27 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן מאגאזין »

ליבלעך האט געשריבן:
טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:מיר האבן אין די לעצטערע טעג איבערגעפרישט אונזער "טראמבאן אימעיל מאגאזין", וועלכע ערשיינט בעז"ה צוויי מאל א וואך אין אימעיל‎.

זיך צו אויפסיינען צו באקריגן דעם אימעיל קליקט דא: טראמבאן מאגאזין זייטל
אדער: טראמבאן אויפסיינען פעידזש

קודם, שלום עליכם, איך ווינטש אייך אסאך הצלחה!
און אצינד צו מיין פראגע, די אויסגאבע איז נאר אויף אימעיל, אדער עס איז דא א וועבזייטל וואו אלע אויסגאבעס ווערן ארויסגעשטעלט?

לעת עתה איז דער וועבזייטל א בלויזער לענדינג פעידזש, אבער פארשידענע אויסברייטונגען - און א וועבזייטל בתוכם - איז בכלל נישט אויסגעשלאסן.
אוועטאר
דאמירן בעלמא
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 10:46 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים קאמפיוטער

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאמירן בעלמא »

זייער א שיינער ארבעט און איך וואונטש אסאך הצלחה פאר די ארויסגעבער,

די אידישע מארקעט לעכצט נאך אזאנס וואס זאל זיך גוט אויסארבעטן,

איך וויל נאר נאכאמאל באטאנען דאס וואס אסדר לסעודתא האט שוין געשריבן, מער ווייניגער איז עס היינט אזוי אז יעדער ברענגט ארויס די זעלבע פוינטס און יעדע שרייבער שרייבט עס אויף זיין שטייגער,
ס'איז סימפלי נישט דא היינט קיין מאגאין ווי דו ווייסט אז ווען דו ליינסט א ארטיקל אדער עדיטאריעל גייסטו ליינען חדשות און הנאה האבן פון א ריכטיגע שרייבערישע ווערק אדער דזשורנאליסטישע ארבעט, ס'נישטא אזא זאך היינט, ס'יאווען זיך אינגע שרייבערליך וואס האבן בס"ה א פעדער אין די האנט, אבער לייגן בכלל נישט צו קיין קאפ צום אינהאלט פונעם באשרייבונג,
גוטע אוועטער געזוכט, ביטע אין אישי
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4275
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

דאמירן בעלמא האט געשריבן:זייער א שיינער ארבעט און איך וואונטש אסאך הצלחה פאר די ארויסגעבער,

די אידישע מארקעט לעכצט נאך אזאנס וואס זאל זיך גוט אויסארבעטן,

איך וויל נאר נאכאמאל באטאנען דאס וואס אסדר לסעודתא האט שוין געשריבן, מער ווייניגער איז עס היינט אזוי אז יעדער ברענגט ארויס די זעלבע פוינטס און יעדע שרייבער שרייבט עס אויף זיין שטייגער,
ס'איז סימפלי נישט דא היינט קיין מאגאין ווי דו ווייסט אז ווען דו ליינסט א ארטיקל אדער עדיטאריעל גייסטו ליינען חדשות און הנאה האבן פון א ריכטיגע שרייבערישע ווערק אדער דזשורנאליסטישע ארבעט, ס'נישטא אזא זאך היינט, ס'יאווען זיך אינגע שרייבערליך וואס האבן בס"ה א פעדער אין די האנט, אבער לייגן בכלל נישט צו קיין קאפ צום אינהאלט פונעם באשרייבונג,

גערעכטע נקודה. די צוויי ערשטע האבן נישט געהאט קיין 'עכטע חידושים'. אבער ווער ווייסט, מען קען קיינמאל נישט וויסן פון וואו די ישועה פאר חרדישע דזשורנאליזים וועט קומען...
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

דאמירן בעלמא האט געשריבן:זייער א שיינער ארבעט און איך וואונטש אסאך הצלחה פאר די ארויסגעבער,

די אידישע מארקעט לעכצט נאך אזאנס וואס זאל זיך גוט אויסארבעטן,

איך וויל נאר נאכאמאל באטאנען דאס וואס אסדר לסעודתא האט שוין געשריבן, מער ווייניגער איז עס היינט אזוי אז יעדער ברענגט ארויס די זעלבע פוינטס און יעדע שרייבער שרייבט עס אויף זיין שטייגער,
ס'איז סימפלי נישט דא היינט קיין מאגאין ווי דו ווייסט אז ווען דו ליינסט א ארטיקל אדער עדיטאריעל גייסטו ליינען חדשות און הנאה האבן פון א ריכטיגע שרייבערישע ווערק אדער דזשורנאליסטישע ארבעט, ס'נישטא אזא זאך היינט, ס'יאווען זיך אינגע שרייבערליך וואס האבן בס"ה א פעדער אין די האנט, אבער לייגן בכלל נישט צו קיין קאפ צום אינהאלט פונעם באשרייבונג,

דאמירן בעלמא, ואמרו .... אמן!

האלא, דאן אויב אזוי, אפשר שטארסטו דעך ארויף די ארבלן און שיקסט אריין דיינע סטיל ארטיקלען צום טראמבאן...? הא?

סתם שרייבן תגובות קען יעדער.
יעדער שרייבט זי זעלבע תגובות און פוינטס , נאר יעדער שרייבער שרייבט עס אויף זיין שטייגער...
טראמבאן מאגאזין
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:27 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן מאגאזין »

דאמירן בעלמא האט געשריבן:זייער א שיינער ארבעט און איך וואונטש אסאך הצלחה פאר די ארויסגעבער,

די אידישע מארקעט לעכצט נאך אזאנס וואס זאל זיך גוט אויסארבעטן,

איך וויל נאר נאכאמאל באטאנען דאס וואס אסדר לסעודתא האט שוין געשריבן, מער ווייניגער איז עס היינט אזוי אז יעדער ברענגט ארויס די זעלבע פוינטס און יעדע שרייבער שרייבט עס אויף זיין שטייגער,
ס'איז סימפלי נישט דא היינט קיין מאגאין ווי דו ווייסט אז ווען דו ליינסט א ארטיקל אדער עדיטאריעל גייסטו ליינען חדשות און הנאה האבן פון א ריכטיגע שרייבערישע ווערק אדער דזשורנאליסטישע ארבעט, ס'נישטא אזא זאך היינט, ס'יאווען זיך אינגע שרייבערליך וואס האבן בס"ה א פעדער אין די האנט, אבער לייגן בכלל נישט צו קיין קאפ צום אינהאלט פונעם באשרייבונג,

ווי ערווענט פריער, מיר האלטן שטארק אין מחשבה טאקע אט דעם פונקט. און אדאנק פאר'ן מעורר זיין נאכאמאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”