אויסגאבע 'הוי דן את כל אדם לכף זכות'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שארף און קליג
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 11:45 am

אויסגאבע 'הוי דן את כל אדם לכף זכות'

תגובהדורך שארף און קליג » מיטוואך מאי 20, 2020 2:12 pm

מיטהאלטנדיג נעכטן די שמועס, וואס געוויסע האבן געוואוסט 'פאר א פאקט' זאכן, אבער דערנאך האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז נישט אמת. (עכ"פ אזוי זאגט די הנהלה).
איז מיר ווידער ארויפגעשווימן די וויכטיגקייט פון דאס וואס חז"ל האבן אונז געלערנט "הוי דן את כל אדם לכף זכות".
דהיינו ווען מען מאכט אפ סיי וועלכע נקודה איבער א צווייטן, דארף מען קודם טראכטן אפשר איז עס נישט ריכטיג, בין איך שוין אמאל געווען אין זיין מצב, וכו' וכו' וכו'.
דאס איז זייער א וויכטיגע כלל אין לעבן, הן בין אדם לחבירו, הן בין איש לאשתו, בין אדם לשכנו, בין אדם לבניו, א.א.וו.

די שטערקסטע אופן וויאזוי מענטשן קענען זיך צוגעוויינען דערצו צו טראכטן שטענדיג אזוי, איז נאכן לייענען אינטערעסאנטע און שיקאווע מעשיות וויאזוי עס האט זיך ארויסגעשטעלט אנדערש פון וואס מען האט געוואוסט פאר זיכער... אפגערעדט ווען מען האט עס נאר געהערט פון א כלי שלישי (אדער אין אישי פון איינעם וואס מען קען נישט...). און צוביסלעך ווערט דאס א געוואוינהייט נישט צו גלייבן אלעס, און שטענדיג טראכטן אז אפשר איז יענער יא גערעכט.
דא האט איר אלע א געלעגנהייט צו שרייבן און מזכה זיין את הרבים מיט אייערע איבערלעבענישן און עפיזאדן אין דעם ענין!!

------------
איך וועל גיין פתיחה מיט א קליינע עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט טאקע ביי מיר אינדערהיים...
אפאר וואכן צוריק האב איך אפגעמאכט מיט מיינע קינדער אז יעדער דארף זיכן אליינס אנגרייטן נעגל וואסער, און מען וועט דערפאר באקומען א באלוינונג.
עס גייט נישט אדורך אפאר טעג, און עס איז נאר אנגעגרייט איינס ווען דערנעבן שלאפן צוויי קינדער.
מער פון דעם האט נישט אויסגעפעלט, איינער וועט נישט באקומען זיין מתנה.
די קומענדיגען אינדערפרי האבן אבער ביידע געזאגט אז זיי האבן יא אנגעגרייט נעגל וואסער...
איך האב זיי געזאגט זייער פשוט "עס קען נישט זיין אז ביידע האבן אנגעגרייט ווען עס איז דאך נאר געווען איינס", אבער ביידע האבן זיך ווייטער געהאלט ביי זייערס, און איך ווייטער מיט מיינס...
שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז די בעיבי האט געהאט אויסגעגאסן די ערשטע, און ווען די עלטערע האט זיך געלייגט האט ער טאקע נישט געזען גארנישט.

זיי ביידע זענען געווען גערעכט, און איך מיט מיין 'פאקט' און מיט מיינע 'אויפריכטיגע רייד', בין נישט געווען גערעכט!!

צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מים שלנו און 14 געסט