די פאוער פון מידיע: "פאלעסטינער קאך ביכל"

די אחראים: אחראי, געלעגער

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

די פאוער פון מידיע: "פאלעסטינער קאך ביכל"

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:07 pm

בס"ד

אן "אומשולדיגע" ארטיקל היינט אין טיימס.

The Rise of Palestinian Food
Palestinian cookbook authors and chefs are arguing for their nation’s place at the table — to chronicle recipes and assert a sense of humanity.

ביטע נישט קאמענטירן וועגן מיטל-מזרח שלו' אדער מלחמה אדער ציונות וכו'. דער שמועס דא איז נאר און נאר וועגן "די פאוער פון מידיע."

די מעסעדזש דא איז פאר אלע שרייבערס און רעדאדאקטארס און זייערע מענעדזשערס און אייגענטומערס.

קוקטס וויאזוי די טיימס מאכט עס. זייער פאוער אלס די ניו יארק טיימס איז נישט וועגן די פאליטישע נייעס, נאר ווייל זיי קומען אויף מיט משוגענע נייעס מהלכים אוועקצושטעלן זייער אגענדא וואס אויבנאויף זעהט אויס טאטאל אומשולדיג און נייטראל. זיי דעקן נייטראלע זאכן אויף א וועג וואס קיינער טוט נישט. ממילא ווען עס קומט צו די אפענע פאליטישע זאכן ווי אנטי-טראמפ מלחמה, בויען זיי אויף די עסטאבלירטע פאוער פון די נייטראלע זאכן.

למשל, וויפיל צייטונגען זענען "ריזיג" מיט עסן און רעסעפיס און רעסטוראנט ריוויוס? די טיימס איז נומער איינס. ממילא, ווען טראמפ אדער פעלאוסי וויל זיך רעכענען מיט עפעס א פאליטישע ווינט, גייען זיי צו די אויסגאבע וואס דעליווערט אזוי מעכטיג ביי אנדערע זאכן.

פארוואס האט די "טיימס" די גרעסטע "בעסט סעלינג ביכער" ליסטע? פארוואס רעכנט עס אריין אויך קאנסערוואטיווע ביכער (כמעט) אן קיין בייעס? ווייל ווען שומער וויל מעסטן דעם דופק, גייט ער צום צייטונג וואס גיט אים די גרעסטע ליסטע פון נייע ביכער.

וכו' וכו'.

יעצט די היינטיגע העדליין וועגן "פאלעסטינער פוד." און די נאכטרעגליכע אונטער-קעפל איז שוין פיל מער כיטרע.

עס שטעלט אוועק "דע פאקטא" אז ס'איז דא א פאלעסטינער פאלק, מיט א סעמי-לאנד (NATION! הגם מ'קען זיך דינגען דא, אבער נישט פאר יעצט), מיט אפיציעלע עסנס און מעניוס און "דישעס," מיט "טראדיציעס," מיט פראפעשאנעל שעפס מיט ווייסע שירצלען און הויכע פאפירנע היטן, און די גאנצע פאלק-קולטור וואס די דאזיגע באגריפן ברענגען מיט זיך.

דער ליינער פאסמאקאוועט זיך מיט די שפייעכץ-רינענדע ראנטוטא און קישמישקא און מאטאבאכאגאניש און אליוו-מאפינס וואס ער באשרייבט דארט (נישט געליינט, אבער איך שטעל זיך פאר), אבער ער כאפט ניטאמאל ווי דער שרייבער, און נאך מער דער רעדאקטאר און זיין משלח, כאפן אים אריין אין פאסטקע פון אנערקענען "פאלעסטינע" אויף א היבש טיפערע און גלייכצייטיג מער "אפיציעלע" אבער אויך מער "וואוילע-נייטראלע"!!! פארנעם ווי פריער.

מ'קען מאריך זיין זייער שטארק דא, אבער די גוטע פארשטייען דעם עסק.

יעדע שרייב ארבייט האט אזויפיל פאוער אז מ'קען דאס גארנישט משיג זיין.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:11 pm

פיינע אבזערוואציע דאס.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:20 pm

מזל, זייער ריכטיג געזאגט. עס איז קלאר זייער כוונה און אגענדע צו שטעלען עס אלס א פאקט צו קענען בויען אויף דעם און האבן דער ליינער אין טאש.

דאס איז איינער פון די וועגן פון אחוזת עינים און זיי זענען מומחים דערויף.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22883
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:23 pm

ווי האט מען נאר געזאגט?

גיפט לייגט דער ..... אריין איז זיינע ווערק.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

ציפקע
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

תגובהדורך ציפקע » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:39 pm

לויט די לאגיק פון דעם אשכול איז נייטרא א לאנד.
#נייטרא_קוק_בוק

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3555
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:56 pm

ציפקע האט געשריבן:לויט די לאגיק פון דעם אשכול איז נייטרא א לאנד.
#נייטרא_קוק_בוק

:lol:
וואס א לאנד? א פאלק!
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22883
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך פאברואר 12, 2020 5:17 pm

ציפקע האט געשריבן:לויט די לאגיק פון דעם אשכול איז נייטרא א לאנד.
#נייטרא_קוק_בוק

לאו דווקא, אבער א נאבעלע באגריף.

און יא, די תמימות פון די אידענעס האט זיי אריינגעברענגט אין כמעט יעדע אידישע שטוב.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:39 pm

ציפקע האט געשריבן:לויט די לאגיק פון דעם אשכול איז נייטרא א לאנד.
#נייטרא_קוק_בוק

נו פאפא
איך עפרישיעט די קרית יואל טרעפיק
נאך אריינפארן אין די סיטי

אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:12 pm

תגובהדורך שניי באל » מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:52 pm

ציפקע האט געשריבן:לויט די לאגיק פון דעם אשכול איז נייטרא א לאנד.
#נייטרא_קוק_בוק

:lol:
א קאר קאמפעני

#נייטרא_ראפעל


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א פיין שמועס און 16 געסט