בלאט 2 פון 5

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 10:51 am
דורך קינדערליך
דעקל פון 'קינדערליך'

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 10:55 am
דורך ידעתי
שוין אסאך מאל געווארן דיסעפוינטעד ביים זען א קאווער און דערגיין אז די ארטיקל איז הוילע לופט. אבער פון די קעפלעך זעט אויס אז די מאמענט און די וואך האבן דעליווערט סחורה דעם יום טוב

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:05 am
דורך ב שלום
פארפרוירן האט געשריבן:די אלע סחורה וועלן שוין זיין היינט צו קריגן אין די געשעפטן?

יא, שוין געזען אלע און מיין גראסרי

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:11 am
דורך יישר כח באשעפער
משפחה מאמענט און א בליק קוקן אויס צו זיין גאר אינטערעסאנט

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:15 am
דורך חנוך
אלע האבן פיין אריינגעארבייט. קאמפוטושן איז אלעמאל גוט פאר די קאנסומער.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:17 am
דורך נפשי
חודש׳ליכע מענטל העלט זשורנאל ״נפשי #23״ -- בייגעלייגט אינעם מעגא סוכות ״מאמענט״ פעקל


1CAF3DDE-E39B-47F6-AB9A-CC2E21BFF712.jpeg
1CAF3DDE-E39B-47F6-AB9A-CC2E21BFF712.jpeg (278.73 KiB) געזען 2097 מאל

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:22 am
דורך בויער
די קאמפעטישן האט צוגעברענגט אז יעדער פרובירט איבערציען דעם שטריקל און ברענגען סחורה, אבער עס קלאפט אויס אויפן קאנסומער, דעם יום טוב איז די פרייזן פון די אויסגאבעס דראמאטיש געשטיגן! אויב איינער פלאנט צו קויפן עטליכע מאגאזינען, [ווי איך פלעג אין די פארגאנגענהייט], טראכט עס איבער...

איך האב צוזאמגענומען די פרייזן.
פון אויבן אראפ:

זמן, שטערן, שפאקטיוו
צען דאלאר

עמי, משפחה (ענגליש), בקהילה
ניין דאלאר

מאמענט, א בליק
אכט און א האלב דאלאר

משפחה (א"י), קינדליין
אכט דאלאר

די וואך, דער בליץ, פאמיליע, עולם החרדי, אינטרעסאנט
זיבן דאלאר

קינדערליך
פינף און א האלב דאלאר

יסודות
פינף דאלאר


אינטרעסאנט אז די ארץ ישראלד'יגע משפחה קאסט ווינציגער ווי די היזיגע, עס פלעגט דוכט זיך זיין פארקערט

נישט לאנג צוריק איז די סטאנדארט פון מאגאזינען געווען פינף דאלאר, אדער אין יענע געגענט. זעט זיך אויס אז די אינפלאציע פון ביילאגעס האבן געדאפעלט די פרייזן. אלס מיר אויס זאל עס בלייבן ביי די אלטע פרייזן מיט געקליבענע גוטע ארטיקלען און שוין.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:27 am
דורך בויער
שטערן שפאקטיוו, האב איך געשריבן פון זכרון, קען זיין אז עס איז ביי 9.5 אדער 9.75
יסודות אויף יום טוב האב איך נאכנישט געזען, קען זיין זייער פרייז איז שוין אויך ארויף

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:33 am
דורך נעכטן
מאמענט איז נישט מער ווי געווענליך. ס'איז אלעמאל 7 מיט נפשי אדער לבלר, איצט איז דא ביידע איז עס שוין 8. און נאך א .50 סענט לכ' יו''ט גרעסערע אויסגאבע איז קיין סך.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:41 am
דורך נעכטן
די לוזערס דא זענען די אידישע צייטונגען וואס מאכן זיכער ארויסצוקומען א האלבע שעה פאר'ן זמן. וואס איז מיט זיי? ווילן זיי בכלל זיין אין ביזנעס? די ענגלישע סחורה איז שוין אין געשעפט א האלבע וואך די אידישע מאגאזינען קומען כאטש היינט ארויס.

ווער מיינען זיי דארף זייערע לעצטע נייעס ? מ'קען דאך ניטאמאל ליינען די אומבאלימפערטע נייעס אין איד, קום כאטש ארויס ווען דער עולם קויפט איין פאר יו''ט פרוביר כאטש צו זיין עפעס קאמפעטיטיוו. אנישט לייג א גרויסן שלאס אויפן צייטונג און סעיוו א פאר ביימער פאר די ענווייראמענט, איר זענט אירעלעווענט.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:49 am
דורך בויער
גראדע די איד מיטן בלאט זענען געווענליך זייער אינטערעסאנט א יום טוב, און עס איז מסתמא דאס מערסטע פארן דאלאר.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:50 am
דורך אדם הראשון
איז די "א בליק" מער אינטערסאנט פון "די וואך" אז ס'לוינט זיך צו צאלן מער מיט $1.50 ?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:52 am
דורך טשולענט בונדלעך
ווען די חכמים וואלטן געוויסט וויפיל אויסגאבעס גייען ארויסקומען פאר איין וואך יו"ט, וואלן זיי זיכער לענגער געמאכט דעם סוכות פאר א חודש, מ'זאל קענען ענדיגן די אלע דיקע טעלעפוין בוקס.

איך קויף נאר די מאמענט און איך האב צו ליינען ביז חנוכה.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:55 am
דורך נעכטן
אדם הראשון האט געשריבן:איז די "א בליק" מער אינטערסאנט פון "די וואך" אז ס'לוינט זיך צו צאלן מער מיט $1.50 ?

אויב זיכט איר 'אידיש' ביזטו בעסער מיט'ן וואך.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:57 am
דורך לכאורה
נעכטן האט געשריבן:
אדם הראשון האט געשריבן:איז די "א בליק" מער אינטערסאנט פון "די וואך" אז ס'לוינט זיך צו צאלן מער מיט $1.50 ?

אויב זיכט איר 'אידיש' ביזטו בעסער מיט'ן וואך.

וואס מיינט דאס? לעצטע מאל איך האב געטשעקט, איז 'א בליק' אויף די אידישע שפראך
דו רעדסט אידישקייט ענינים?
דו רעדסט גראמאטיק? (גראדע קען איך פערזענליך דעם מגיה פון 'א בליק')

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:58 am
דורך נעכטן
לכאורה האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:
אדם הראשון האט געשריבן:איז די "א בליק" מער אינטערסאנט פון "די וואך" אז ס'לוינט זיך צו צאלן מער מיט $1.50 ?

אויב זיכט איר 'אידיש' ביזטו בעסער מיט'ן וואך.

וואס מיינט דאס? לעצטע מאל איך האב געטשעקט, איז 'א בליק' אויף די אידישע שפראך
דו רעדסט אידישקייט ענינים?
דו רעדסט גראמאטיק? (גראדע קען איך פערזענליך דעם מגיה פון 'א בליק')

יא, גראמאטיק און spelling

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 12:00 pm
דורך לכאורה
איך ליין נישט די וואך, אבער 'א בליק' גייט אדורך א פראפעסיאנאלע מגיה יעדע וואך

אפשר רעדסטו פון 2 יאר צוריק

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 12:02 pm
דורך ב שלום
נעכטן האט געשריבן:די לוזערס דא זענען די אידישע צייטונגען וואס מאכן זיכער ארויסצוקומען א האלבע שעה פאר'ן זמן. וואס איז מיט זיי? ווילן זיי בכלל זיין אין ביזנעס? די ענגלישע סחורה איז שוין אין געשעפט א האלבע וואך די אידישע מאגאזינען קומען כאטש היינט ארויס.

ווער מיינען זיי דארף זייערע לעצטע נייעס ? מ'קען דאך ניטאמאל ליינען די אומבאלימפערטע נייעס אין איד, קום כאטש ארויס ווען דער עולם קויפט איין פאר יו''ט פרוביר כאטש צו זיין עפעס קאמפעטיטיוו. אנישט לייג א גרויסן שלאס אויפן צייטונג און סעיוו א פאר ביימער פאר די ענווייראמענט, איר זענט אירעלעווענט.

די אלע מאגאזינען זענען שוין געפרינט געווארן פאר יום כיפור, משא"כ א צייטונג וואס שרייבט נייעס קען נישט פרינטן פאר יום כיפור, איך מיין אז די ווילסט נישט ליינען די נייעס פון לעצטע וואך.....

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 12:05 pm
דורך נעכטן
לכאורה האט געשריבן:איך ליין נישט די וואך, אבער 'א בליק' גייט אדורך א פראפעסיאנאלע מגיה יעדע וואך

אפשר רעדסטו פון 2 יאר צוריק

איך געדענק עפעס ממש לעצטענס האט מיר עפעס געגרילצט ווען כ'האב געבליקט אינעם בליק, כ'זעה עס טאקע נישט יעדע וואך, קען טאקע זיין ס'בעסער געווארן. האב איך גארנישט געזאגט

ענגליש המודיע

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 12:38 pm
דורך ליינער
ספעציעלע ווי צו גיין חול המועד האלטען פאר די גאנצע משפחה

יסודות - סוכות תש"פ

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 12:51 pm
דורך יסודות
יסודות דעקל - סוכות.jpg
יסודות דעקל - סוכות.jpg (577.55 KiB) געזען 1789 מאל


יסודות פרויען אפטיילונג - סוכות.jpg
יסודות פרויען אפטיילונג - סוכות.jpg (276.08 KiB) געזען 1789 מאל


יסודות קינדער אפטיילונג - סוכות.jpg
יסודות קינדער אפטיילונג - סוכות.jpg (477.03 KiB) געזען 1789 מאל

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 1:11 pm
דורך שמאטע
טשולענט בונדלעך האט געשריבן:ווען די חכמים וואלטן געוויסט וויפיל אויסגאבעס גייען ארויסקומען פאר איין וואך יו"ט, וואלן זיי זיכער לענגער געמאכט דעם סוכות פאר א חודש, מ'זאל קענען ענדיגן די אלע דיקע טעלעפוין בוקס.

:grin: :grin: :grin:

האב איך נארוואס (וואס?!..) אראפגעלייגט די פאון מיטן באנק מענעדשער. נאך גרויסע הפ-צרות איז ער איינגעגאנגען (פשוטו כמשמעלאו...) מיר צו גיבן א 24 חדשים פרייע קארטעל מיט 0 אינטערעסט כדי צו קענען אינהאנדלען די אלע אויס-גבאי'ס אויף יאנטעף...
(כ'האב אים משחד געווען זאגענדיג אז הוצאות יאנטעף קומט דאך צוריק טאפעלט, נו... ער טענה'ט אבער אז על פי רוב ווייזט זיין עקספיריענס אז עס גייט אויף שארט סעיל...)

וועלמיר זעהן מה נעשה

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 1:13 pm
דורך נעכטן
ב שולם האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:די לוזערס דא זענען די אידישע צייטונגען וואס מאכן זיכער ארויסצוקומען א האלבע שעה פאר'ן זמן. וואס איז מיט זיי? ווילן זיי בכלל זיין אין ביזנעס? די ענגלישע סחורה איז שוין אין געשעפט א האלבע וואך די אידישע מאגאזינען קומען כאטש היינט ארויס.

ווער מיינען זיי דארף זייערע לעצטע נייעס ? מ'קען דאך ניטאמאל ליינען די אומבאלימפערטע נייעס אין איד, קום כאטש ארויס ווען דער עולם קויפט איין פאר יו''ט פרוביר כאטש צו זיין עפעס קאמפעטיטיוו. אנישט לייג א גרויסן שלאס אויפן צייטונג און סעיוו א פאר ביימער פאר די ענווייראמענט, איר זענט אירעלעווענט.

די אלע מאגאזינען זענען שוין געפרינט געווארן פאר יום כיפור, משא"כ א צייטונג וואס שרייבט נייעס קען נישט פרינטן פאר יום כיפור, איך מיין אז די ווילסט נישט ליינען די נייעס פון לעצטע וואך.....

די ענגלישע 'צייטונגען' המודיע, יתד זענען שוין ארויס.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 1:37 pm
דורך שלשה אחים
לבלר #12 — חודש׳ליכער תורה זשורנאל פון מאָמענט — בייגעלייגט אינעם סוכות מעגא נומער

דרשו מאמענט ביילאגע

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 1:37 pm
דורך ס'זאל רינען
[image][/image]