יסודות - וועכנטליכע אויסגאבע פאר די היימישע שטוב

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21565
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אפריל 08, 2019 3:53 pm

מי יודע האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:אגב, ווער איז ר' יהוסף שווארץ מו"ץ? בן מי?


בן ר' יואל שווארץ מק"י

הנקרא יואליש? חתן רנ"צ פאלאטשעק?

יא, יהוסף ב"ר יואל'יש.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » מאנטאג אפריל 08, 2019 4:00 pm

יעצט איינגעהנדלט דא אין מאנסי, מאכט א גוטע רושם, נאכן ליינען וועלן מיר אפשר באריכטן
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

צדיקים
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:31 pm

תגובהדורך צדיקים » דינסטאג אפריל 09, 2019 12:35 am

נאכן קויפן, זעה איך מיין חבר'ס נאמען פיגורירן אויף עמוד ב' (נישט די עכטע עמוד ב', ווייל ס'איז קודם דא עדווערטייזמענט'ס)

מיט א שמחה רוף איך אים אפ, און דערצייל איך אז איך האב זיך יעצט איינגעהאנדלט דעם נייעם אויסגאבע יסודות, און איך פרעג איך צו דאס ווערט למעשה פארקויפט

זאגט ער מיר, אז ביז היינט איז שוין אין וויליאמסבורג אויסגעגאנגען ארום 50% פון וואס מ'האט ארויסגעלייגט, און ס'איז נאר מאנטאג היינט.

פון וויפיל איך האב ביז יעצט אנגעיאגט צו ליינען, איז דאס זייער שיין באשריבן, פונעם מגיד'ס טישל, און די באשרייבונג אויף דעם אפטא רב, זייער א שיינע ארבעט, סיי אין תוכן, און סיי אין די גראפיק'ס.

בלייבט מיר נאר איבער אים צו וואונטשן גרויס הצלחה,

תחזקנה ידיכם.

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דינסטאג אפריל 09, 2019 12:45 am

מיט וואס איז עס בעסער פונעם אידישע צייט אדער איד תורה אפטיילונג חוץ די גליטשיגע פאפיר?

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » דינסטאג אפריל 09, 2019 1:10 am

נעכטן האט געשריבן:מיט וואס איז עס בעסער פונעם אידישע צייט אדער איד תורה אפטיילונג חוץ די גליטשיגע פאפיר?


עס מוז נישט זיין בעסער עס איז פשוט אן התחדשות...
ביידע וועלן שרייבן מאשין מצה אויף פסח, און פסולי סכך סוכות.

און מיט די צייט וועלן זיך יאווען די זעלבע קריטיקירער...

יונה ישראל
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:36 pm

תגובהדורך יונה ישראל » דינסטאג אפריל 09, 2019 2:03 pm

יעצט געקויפט
זייער שיינע אויסגאבע, מלא תוכן, א וואונדער צו זיי וועלן קענען יעדע וואך אריינפאקן אזוי סאך אינטערסאנטע ארטיקלען און אינפא...

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » דינסטאג אפריל 09, 2019 2:12 pm

נאכן איבער קוקן זעה איך אז ס'איז נאך א באלייכטונגען. זייער א שיינע ארבעט.
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

יונה ישראל
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:36 pm

תגובהדורך יונה ישראל » דינסטאג אפריל 09, 2019 2:15 pm

ברעטל האט געשריבן:נאכן איבער קוקן זעה איך אז ס'איז נאך א באלייכטונגען. זייער א שיינע ארבעט.

באלייכטונגען איז מער איזרעלי סטייל

אוועטאר
Quality
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2011 2:24 pm

תגובהדורך Quality » דינסטאג אפריל 09, 2019 4:08 pm

הערליכע אויסגאבע!!!
היימיש געשמאק הערליכע לעיאוט געוואלדיגע ארבעט!

אוועטאר
יסודות
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 05, 2019 2:17 pm

תגובהדורך יסודות » דינסטאג אפריל 09, 2019 4:19 pm

יעצטיגע באריכט
אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג, האט זיך שוין פארקויפט אריבער 50% פון וואס מ'האט ארויסגעלייגט

לויפט און קויפט ווילאנג ס'נאך דא!!!!
לעצט פאראכטן דורך יסודות אום דינסטאג אפריל 09, 2019 4:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יסודות: וועכנטליכע אויסגאבע פאר די היימישע שטוב

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אפריל 09, 2019 4:21 pm

50 פראצענט פון וויפיל?
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

אוועטאר
יסודות
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 05, 2019 2:17 pm

תגובהדורך יסודות » דינסטאג אפריל 09, 2019 4:26 pm

.
יסודות: וועכנטליכע אויסגאבע פאר די היימישע שטוב

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג אפריל 09, 2019 4:28 pm

טאקע אסאך!

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » דינסטאג אפריל 09, 2019 4:35 pm

צדיקים האט געשריבן:נאכן קויפן, זעה איך מיין חבר'ס נאמען פיגורירן אויף עמוד ב' (נישט די עכטע עמוד ב', ווייל ס'איז קודם דא עדווערטייזמענט'ס)

מיט א שמחה רוף איך אים אפ, און דערצייל איך אז איך האב זיך יעצט איינגעהאנדלט דעם נייעם אויסגאבע יסודות, און איך פרעג איך צו דאס ווערט למעשה פארקויפט

זאגט ער מיר, אז ביז היינט איז שוין אין וויליאמסבורג אויסגעגאנגען ארום 50% פון וואס מ'האט ארויסגעלייגט, און ס'איז נאר מאנטאג היינט.

פון וויפיל איך האב ביז יעצט אנגעיאגט צו ליינען, איז דאס זייער שיין באשריבן, פונעם מגיד'ס טישל, און די באשרייבונג אויף דעם אפטא רב, זייער א שיינע ארבעט, סיי אין תוכן, און סיי אין די גראפיק'ס.

בלייבט מיר נאר איבער אים צו וואונטשן גרויס הצלחה,

תחזקנה ידיכם.


יא, קען נישט מער ווי מיטשטימען. דער ארטיקל אויף אפטא רב איז עפעס אויסטערליש גוט. שוין לאנג וואס איך זיך גוטע יארצייט ארטיקלען.
איך האף אז אין די פסח אויסגאבע גייט זיין כאטש פון עטליכע צדיקים נישט בלויז פון איינס

לויט ווי איך הער יעצט, איז עס שוין 75 פראצענט אויספארקויפט, עפעס אזוי, אפשר אכציג
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דינסטאג אפריל 09, 2019 5:02 pm

מה יקר חסדו?

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » דינסטאג אפריל 09, 2019 5:33 pm

אויף די קאווער שטייט 5 אבער אין גראסערי האט מען פארלאנגט פון מיר 6
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג אפריל 09, 2019 5:44 pm

סובסקריבשאן?
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך אפריל 10, 2019 12:22 pm

ברעטל האט געשריבן:אויף די קאווער שטייט 5 אבער אין גראסערי האט מען פארלאנגט פון מיר 6

מאדנע
אין וועלכע געשעפט האסטו געקויפט?
ווייל נארמאל קען נישט א געשפעט טון אזוי (א שמש אין א ביהמ"ד אין מאנסי, האב איך שוין געזעהן טון אזוי, איינרעדנדיג דעם עולם, אז ס'קאסט אים מער, מ'זאל אים דאס שיקן, אבער אין סטאר'ס איז דאס נישט נארמאל).
כשמ"ו כן הוא

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 9:54 pm

אקעי, האב איך עס געקויפט און אדורך געליינט, און אז זיי האבן ארויסגעטעלט א פארשטייער דא לאמיר טאקע רעדן צו איהם.

דער מגיד'ס טיש: זייער א גוטע געדאנק, און כמו הסכמה פון אזא חשוב'ע פערזענליכקייט, און איז מורא'דיג מחזק
יארצייטן: חסיד'יש און שיין, די געדאנק פון צולייגן עטליכע נקודות איבער די שטאט אפטא, ערגנעצט די ארטיקל
וועגן און שטעגן: מקיף'דיג, און זייער אינטרעסאנט, און אויך מלא חידושים
מליצות אויף אידיש: זייער שיין און רייך, געבט אריין א טעם אין אונזער הייליגע אידיש שפראך,
הגדה: ווייס נישט צו עס איז באצאלט, אבער האט אין זיך אינטרעסאנע חידושים.
פארזעצונג: א גוטע התחלה, און זעהט אויס אינטרעסאנט און ציהענד, באזונדער דערפרישנד, אז עס איז נישט קיין נאוועל נאר א עכטע מעשה (אזוי פארשטיי איך, גערעכט?)
גאלדי רייס: זייער באלערנד און אינטרעסאנט,
מעשה שהיה: מורא'דיגע השגחה פרטית, און אינטרעסאנט
געדאנק פאר פרויען: זייער זיס און א גוטע געדאנק.
גראמען: זייער זייער גוט, עלעגאנט און חיזוק, און א גוטע פעדער
באשלוסן: קוק ארויס אויף די ארטיקל, שוין צוניץ געקומען.
פארזעצונג: דראמאטיש, געפיליש און אינטרעסאנט
געדאנק פאר קינדער: גוט, אינטרעסאנט און זייער פאסיג
סיפורי צדיקים: גוט און אינטרעסאנט געשריבן
מעשה פאר קינדער: זייער פאסיג פאר אייביג און פאר די טעג, און גוט געשריבן
לאמיר שמועסן: ווייס איך נאך נישט וואו אהין עס וועט טראגן קען זיין אינטרעסאנט
קאמיקס: נו, איך בים נישט קיין גרויסער חסיד דערפון בכלל, מהיכי תיתי
טראכט און כאפ: א גוטע מעלער, גוטע שאלות, האלט די קינדער גוט פארנומען, נישט צו נאריש, און מצד שני נישט צו שווער, זייער גוט.
עם חכם ונבון: אויך קאמיקס, אבער עטוואס מער אינטרעסאנט.

איינצעלנע הערות: די גראפיק איז טאקע שיין, אבער צו איידל און בלאס, ברויך אביסל שטערקערע קאלירן, נאך א נקודה, איך האף אז זיי וועלן קענען יעדע וואך ארויס געבן אזוי פיל חומר אויף אזא הויכע לעוול.

זייער געגליכן, כה לחי.

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג אפריל 14, 2019 12:22 am

זייער אינטערעסאנט און תוכן'דיג
איך מיין אז ס'איז צו סאך פאר וועכענטליך.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג אפריל 14, 2019 12:30 am

נאכן דורכליינען שבת דעם גליון, פיל איך אז מ'וואלט געקענט צולייגן, אדער נאך א אינטערוויו אדער נאך עפעס א מציאות'דיגע טאפיק ווי למשל ביאגראפיע פון מער לעצטיגע גדולים, הגם די אפטא ארטיקעל איז געוואלדיג, אבער א מענטש דארף אויף פילן אז ס'לוינט מיר צו קויפן 'דעם וואך' די יסודות ווייל ס'רעדט פון עפעס א אקטועלע יעצטיגע נושא.

א אויסגאבע דארף זיין 50 פראצענט נאר אינטרעסאנט די וואך אדער לכה''פ 30% און די איבריגע זאל אויך זיין אינטרעסאנט איבערצוליינען 5 חדשים ארום, דהיינו א באלאנס צווישן נושאים וואס זענען יעצט עומד על הפרק והשאר זאל זיין תוכן...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » זונטאג אפריל 14, 2019 12:22 pm

געקויפט. געליינט. הנאה געהאט.

--
ווי @חושב האט שוין געשריבן - וואלט מען געקענט צולייגן וועכנטליך נאך איין גוטן ארטיקל וכדו' וואס זאל זיין 'די' ארטיקל פון די וואך.
איך בין שוין נישטא. מ'קען מיר קאנטאקטן אויף hoidylhashem@gmail.com

התבונני
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » זונטאג אפריל 14, 2019 4:52 pm

געקויפט און הנאה געהאט
וכן די גאנצע פאמיליע

**
א זייטיגע הנאה וואס כ'האב געהאט א דאנק IVELT
כ'האב עס געקויפט נאך פאר מיינע קינדער האבן מיר געדארפט פרעגן צו די אויסגאבע מעג מען יא קויפן....

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » מאנטאג אפריל 15, 2019 10:23 pm

לעצטע וואך איז שוין געווען מאנטאג צו באקומען, וואס איז די שטיל שווייגעניש?

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג אפריל 15, 2019 10:57 pm

געוואלדיג האט געשריבן:לעצטע וואך איז שוין געווען מאנטאג צו באקומען, וואס איז די שטיל שווייגעניש?

שמעתי אז ס'וועט זיין מארגן צופרי אין די געשעפטן.
ס'קומט אי"ה 3 רייכע ביילאגעס


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט