קינדליין אנקעטע #1 אייער מיינוג אויף היימישע מעלער'ס

די אחראים: אחראי, געלעגער

וועמענס מאלערייען גלייכט איר?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מוצ"ש נובעמבער 24, 2018 8:54 am

יוני גרינשטיין
9
5%
אהרן זאב בערנשטיין (פרשה בילד\הלכה ליין)
21
11%
דן ברלב (פורים מצרים\משל ונמשל ועוד)
9
5%
גדי פאללאק
35
18%
דוד גאלדשמיט (גולד)
11
6%
יניב גולשטיין (נ"ך ליין)
9
5%
זקי ירחי (אברבנל\פארטיזאנער)
5
3%
אברהם זמורה (באבוב, רוזין ועוד)
24
12%
מוטי העלער (יארצייט אלטע)
17
9%
יהודה ישראל (נייע יארצייט)
5
3%
וואקסבערגער
7
4%
מרת ד. קאטאבסקי (דעעש, טהאש ועוד)
24
12%
מרת ב.ש. האבלין (איצי פיצי, יחאל גיטל ועוד)
10
5%
מרת ר. ענגל (חי פארם ועוד)
4
2%
מרת ח. איינזשטיין (רמב"ם, רש"י ועוד)
7
4%
 
סך הכול שטימען: 197

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין אנקעטע #1 אייער מיינוג אויף היימישע מעלער'ס

תגובהדורך שרעבי » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 8:54 am

4 יאר מיט 200 אויסגאבעס!

קינדליין וועט בעזהשי"ת דעם קומענדיגע פרשת מקץ אפצייכענען 4 יאר פון פארשפרייטן א לעכטיגקייט פאר תינוקות של בית רבן (און פאר ערוואקסענע) על טהרת הקודש,
עס איז א גרויסע התרגשות צו זען ווי דער אויסגאבע קינדליין וואס איז געווען א חידוש בשעתו, שלאפט נישט איין נאר האלט אין איין מחדש זיין בס"ד יעדן וואך מיט חידושים על גבי חידושים פון יעדן שטאנדפונקט.

איינע פון די חידושים פון קינדליין איז געווען, מיר ארויף צו שטעלן דא אויפן געוועב, צו דינען אלץ שטיקל אמבאסאדאר צו דער ציבור און ברענגן הארות והערות פון די חשוב'ע ניקס צו די רעדאקציע, זיי זאלן קענען הערן דעת הקהל, און אזוי זיך צו רעכענען מיט דעת הקהל, און זאלן קענען צופרידן שטעלן דעם ציבור על צד היותר טוב ווי ווייט מעגליך.

לשבחם ייאמר פון די חשוב'ע ניקס דא, וואס האבן געגעבן שיינע הערות והארות און אלעס בדרך כבוד הדדי, און ווען איינער האט געהאט עפעס צו זאגן מער ציפעדיג איז ער געקומען אין אישי... און די אלע הארות והערות האבן אסאך צוגעלייגט צו דעם אז די רעדאקציע פון קינדליין זאל קענען אהער שטעלן בס"ד אזא שיינע אויסגאבע וואס אינג און אלט האבן הנאה.

קינדליין זוכט צו ממשיך זיין מיט דעם וועג פון מחדש זיין, און פון ווייטער צו הערן דעת הקהל, דעריבער האבן זיי מיר געבעטן אז איך זאל אין די קומענדיגע תקופה בעז"ה ארויף שטעלן פארשידענע אנקעטעס און פראגעס איבער פארשידענע טעמעס, און דער עולם ווערט געבעטן זיך צו לאזן הערן.

און איך וועל אנהייבן מיט איינע פון די הויפט חידושים פון קינדליין, און דאס איז "מאלערייען",
איידער קינדליין איז ארויס געקומען איז כמעט נישט געווען קיין קאמיקס און מאלערייען אין היימישע צייטונגען און אויסגאבעס, דער רעדאקטאר פון קינדליין הרב מענדל הערש פאנעט וועלכער איז אליינס א מעלער (א כשרון וואס ער האט אסאך גענוצט אלץ מלמד) האט געלייגט א שטארקע דגוש אז אין קינדליין זאל זיין פול מיט שיינע קאמיקס און מאלערייען, נוצענדיג די מערסט טאלאנטפולע מעלער'ס אויף די היימישע מארקעט,

קינדליין האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות דמי"ם תרתי משמע אז די קאמיקס זאלן זיין רייך באיכות ובכמות, און מיט דעם גיבן פאר די קינדער שיינע ידיעות באגלייט מיט מוסר און מידות טובות.
און כאטש אז עס איז אסאך ביליגער צו קויפן אלטע קאמיקס וואס זענען שוין ערשינען אין אנדערע מקומות, האט קינדליין באשטעלט אלע קאמיקס מעשיות פון פריש, באגלייט די שרייב ארבעט פון די ערשטע טריט ביז די מאלערייען אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן און שיין און צוגעפאסט פאר אונזער היימישע ציבור "לכתחילה".

אין לויף פון די 4 יאר האט דער עולם זיך שטארק געעפענט צו די כשרון און פעלד פון "מאלערייען", און דער עולם האבן אנטוויקלט א טעיסט צו דעם ליין, דעריבער איז יעצט די צייט צו הערן דעת הקהל איבער דעם.

אנווייזונגען:

- די אנקעטע איז געווידמעט צו הערן וועלכע מעלער'ס איר גלייכט די מערסטע.

- איר קענט וואוטען פאר 5 מעלערס.

- ווען איר וואוט א מעלער, טראכט נישט פון א סעפציפישע מעשה\פראיעקט וואס ער האט געמאלן, ווייל קרעדיט אדער קריטיג פון א פראיקעט\מעשה איז נישט נאר פון דער מעלער, אסאך מאל האט עס צוטון מיט דער שרייבער פון דעם פראיעקט, די אנקעטע איז געווידמעט צו הערן וואס איר האלט אויף זיין ארט "בכלליות".

לאזט אייך הערן!
א דאנק!
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
ארון_ליב
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 09, 2018 2:34 pm

תגובהדורך ארון_ליב » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 9:30 am

im a big fan of comics
and i like the art in kindline
but is waksberger working for kindline?
ארון נושא את נושאיו

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5725
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 9:37 am

געשטימט פאר: גדי, זמורה, קטובסקי, הבלין

גולד וואלט געווען דער פיפטער ווען ער לייגט ווען נישט פרעקלס אויף יעדע פנים...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 9:43 am

איר קענט וואוטען פאר 5 מעלערס.

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 10:22 am

עס איז דא דריי ערליי מאלערייען. קודם איז דא די וואס זענען ממש אינגאנצן געמאלן אזוי ווי גולד מיט די פרעקלס, יוני גערנשטיין (נישט גרינשטיין), דן ברלב, מאטי העלער, מוטי העלער, זקי ירחי, מרת אייזענשטיין, מרת ר. ענגל, מרת ב.ש. האבלין וכו'.

נאכדעם איז דא אזעלכע וואס זענען געמאלן, אבער די קאלערינג איז שוין געפאטשקעט און נישט אריגינעל און צוגעלייגט פארשידענע בילדער, אזוי ווי אהרן זאב בערנשטיין, יניב גולדשטיין, קאטאווסקי, וכו'.

די דריטע קאטעגאריע איז א קאמפיוטער מאלעריי, די עלעמענטן און די קערעקטערס זענען נישט פון פריש געמאלן יעדע מאל, נאר קאמפעיוטערייזט, דאס איז די סטייל פון גדי פאללאק אין די לעצטע שטיק צייט (אמאל איז ער געווען אסאך מער אריגינעל, און געהאט מער חן) אברהם זמורה, יהודה ישראל (וואס גייט קלאר אין זמורה'ס פיסטריט), און אפגערעדט אז וואקסבערגער.
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

תגובהדורך שרעבי » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 10:42 am

ארון_ליב האט געשריבן:im a big fan of comics
and i like the art in kindline
but is waksberger working for kindline?

זיינע מאלערייען ערשיינען פון צייט צו צייט אין קינדליין


קלאפער האט געשריבן:עס איז דא דריי ערליי מאלערייען. קודם איז דא די וואס זענען ממש אינגאנצן געמאלן אזוי ווי גולד מיט די פרעקלס, יוני גערנשטיין (נישט גרינשטיין), דן ברלב, מאטי העלער, מוטי העלער, זקי ירחי, מרת אייזענשטיין, מרת ר. ענגל, מרת ב.ש. האבלין וכו'.

נאכדעם איז דא אזעלכע וואס זענען געמאלן, אבער די קאלערינג איז שוין געפאטשקעט און נישט אריגינעל און צוגעלייגט פארשידענע בילדער, אזוי ווי אהרן זאב בערנשטיין, יניב גולדשטיין, קאטאווסקי, וכו'.

די דריטע קאטעגאריע איז א קאמפיוטער מאלעריי, די עלעמענטן און די קערעקטערס זענען נישט פון פריש געמאלן יעדע מאל, נאר קאמפעיוטערייזט, דאס איז די סטייל פון גדי פאללאק אין די לעצטע שטיק צייט (אמאל איז ער געווען אסאך מער אריגינעל, און געהאט מער חן) אברהם זמורה, יהודה ישראל (וואס גייט קלאר אין זמורה'ס פיסטריט), און אפגערעדט אז וואקסבערגער.

האב איך פאר אייך נייעס
"אלע" מאלן מיט קאמפיוטער, קיינער מאלט נישט מיט די הענט קיין קאמיקס, פעינטינגס און קאמיקס זענען צוויי אנדערע ליין'ס (מרת קאטאווסקי מאלט די מערסטע מיט די הענט און נוצט די ווייניגסטע שטיק)
גולד האט א מוראדיגע חן כאטש ער ארבעט זייער פרימיטיוו אן קיין מעכטיגע עפעקטס
יוני, איז דער רבי פון נוצן טעבלעטס אגב
"אלע" לייגן צו בילדער, אדער טרעיסן בילדער, די שאלה איז ווי גוט זיי קענען עס באהאלטן...
"אלע" נוצן איבער מענטשעלעך, אבער נישט יעדער האט געדולט אדער קען באהאלטן אז זיי נוצן איבער

אבער זיי זענען "אלע" שיין :grin:
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 10:49 am

א כבוד אז דער קינדליין מקובל הרב שרעבי נעמט די מיה צו שרייבן פאר קלאפער.

איך האב געשטימט פאר מיינע פעיווערט מעלערס, און איך לייען פאר מיינע קינדער די קאמיקס פון קינדליין יעדע וואך. כ'בין נישט אריינגעקראכן אין די 'יא שיין' אדער 'נישט שיין'. איטס דזשאסט עי טאלקינג פוינט עבאוט די סטייל, דעטס איט.
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:47 pm

שטייט זיך אליינס אז דער עיקר אנקעטע דארף מען נעמען ביי די קינדער...

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 1:33 pm

א גרויסן יישר כח פאר'ן זיך רעכענען מיט'ן דעת הציבור

איך וואלט נישט גענומען קיין שטעלונג איבער די שיינקייט פון דעם אדער יענעמ'ס מאלערייען, אבער איך וויל יא ענטפערן מיט א כלליות'דיגע תשובה.

צווישן די מעלערס זענען פאראן אזעלכע וואס מאלן שיינע סאלידע בילדער, יעדער אויף זיין שטייגער, און עס זענען אויך דא אנדערע וואס מאלן גאר ווילדע בילדער.

איך האב לעצטנס עוסק געווען אין א געוויסע קינדער פראיעקט פאר א געוויסע קהילה/מוסד, אסאך מחנכים האלטן אז די ווילדע קאריקאטור בילדער ברענגען אריין די קינדער אין א ווילדע אטמאספערע, און האבן נישט די בעסטע השפעה אויף די קינדער.

וחזקה על קינדליין שלא יוציאו מתח"י דברים שאינם מתוקנים

בברכת צלח ורכב
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 1:56 pm

אפשר לייגט מען ארויף דא א קאמיקס בלאט פון יעדן מעלער, כ'געדענק נישט אויסענווייניג ווער ס'מאלט ווואס.
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 4:37 pm

זמורה בערנשטיין און קאטאבסקי

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 4:39 pm

און גדי פאלאק?
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 4:44 pm

געדענק איך נישט אויפן מאמענט זיין סטייל

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

תגובהדורך שרעבי » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 11:07 am

אינטרעסאנט צו זעהן ווי דער עולם רופט זיך אן און ווייזט ארויס אינטערעסע און בעיקר לאזט זיך הערן די מיינוג
בקיצור, דאס וואס דער עולם זאגט אז עס איז "טאטעליין" א שטיקל אמת איז דא דערין :smile:

א. טראכטער האט געשריבן:שטייט זיך אליינס אז דער עיקר אנקעטע דארף מען נעמען ביי די קינדער...


זיכער אזוי, און איך בין זיכער אז קינדער וואלטן געגעבן אינגאנצע אנדערע תשובות
אבער עס איז אינטרעסאנט צו הערן וואס ערוואקסענע האבן צו זאגן

פישל האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר'ן זיך רעכענען מיט'ן דעת הציבור

איך וואלט נישט גענומען קיין שטעלונג איבער די שיינקייט פון דעם אדער יענעמ'ס מאלערייען, אבער איך וויל יא ענטפערן מיט א כלליות'דיגע תשובה.

צווישן די מעלערס זענען פאראן אזעלכע וואס מאלן שיינע סאלידע בילדער, יעדער אויף זיין שטייגער, און עס זענען אויך דא אנדערע וואס מאלן גאר ווילדע בילדער.

איך האב לעצטנס עוסק געווען אין א געוויסע קינדער פראיעקט פאר א געוויסע קהילה/מוסד, אסאך מחנכים האלטן אז די ווילדע קאריקאטור בילדער ברענגען אריין די קינדער אין א ווילדע אטמאספערע, און האבן נישט די בעסטע השפעה אויף די קינדער.

וחזקה על קינדליין שלא יוציאו מתח"י דברים שאינם מתוקנים

בברכת צלח ורכב

איר זענט 100% גערעכט! און טאקע אין די נושא ארבעט קינדליין רעדאקציע שווער אריין, ווייל מען דארף גיין צווישן די צוויי לכאורה קענגזייטיגע מטרות, קינדער האבן זייער ליב "עקשאן" און "דראמא", אבער עס גייט זייער שווער אין איינקלאנג מיט א חינוך'דיגע שטאנדפוקט
דעריבער לייגט די קינדליין רעדאקציע אריין אסאך קאפ, נוצענדיג מחנכים מיט יארן עקספירינעס וואס זאלן אויסוועלן 'וועלכע' מעשיות צו נוצן, און נאכדעם ווען דער שרייבער ענדיגט די ארבעט שניידט מען פון אלע זייטן און מען טוישט ארום די תוכן אז עס זאל האבן ביידע אין זיך, און נאכדעם וואס דער מעלער מאלט עס אפ איז נאך דא אסאך וואס צו מתקן זיין נאכדעם,
עס איז נישט קיין גרינגע אויפגאבע, אסאך מאל אפילו נאך די אלע כוחות קומט א מעשה ארויס א טראפ צו ווילד, און אמאל ווערט עס צו באורינג צוליב די שניידעריי... דאס איז א שטענדיגע challenge אויף וועלכע מען דארף אסאך סייעתא דשמיא.
די כלל איז אז א בילד רעדט מער ווי טויזנט ווערטער, דעריבער מוז א בילד טויזנט מאל מער הגהה ווי א ארטיקל...

יעדער מעלער האט זיך זיין סטייל און כשרון, און יעדער טויג אויף עפעס אנדערשט, ואינו דומה די ארבעט, עס קען זיין דער זעלבער מעלער זאל מאלן א קאמיקס, ביי איין מו"ל וועט די קאמיקס האבן א גאנץ אנדערע פנים ווי ער מאלט פאר א צווייטן, עס ווענדט זיך וויפיל כוחות מען לייגט אריין אין דעם פראיעקט, און בעיקר ווענדט זיך עס אין סייעתא דשמיא, אם ה' לא ישמור עיר שוא שקד שומר.

מיר איז א פלא ווי דער עולם איז אזוי שטארק פאר מרת קאטאבסקי'ס מאלערייען, מען נוצט איר ארבעט ווייל זי מאלט זייער סאליד און רוהיג אבער ווי געזאגט קינדער האבן ליב עקשאן, קען טאקע זיין אז דערפאר האבן די ערוואקסענע עס מער ליב...
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » זונטאג נובעמבער 25, 2018 2:34 pm

וועלן קען איך שוין נישט, אבער דער אשכול איז דאך נאכנישט פארשפארט...

איך געדענק נישט כמעט קיין קאמיקס אויף די נעמען, ס'מערסטע גלייך איך דן ברלב, איהם געדענק איך פון די משלים, און מער פון זיין קליין בילד ביי די שפרוכווארט קאלום, ארויסגעברענגט דעם שפרוכווארט אין א בילד אז מ'קען זיך האלטן ביי די זייטן!

דער אלטער יארצייט מעהלער גלייך איך אויך מער ווי די נייע, ס'קען אבער זיין אז דאס האט איינער דא אנגערופן צו ווילד, דעסוועגן גלייך איך דאס.

מעהלער פון די פליענדע שיף און נאך, געפעלט מיר אויך זייער.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 1:03 pm

איך ווייס נישט וועגן מעלערס, אבער מיינע קינדער קוקען זייער ארויס אויף די אינטערסאנטע - מער דראמאטישע - קאמיקס, א שטייגער ווי די מעשה "עילוי איז פארכאפט" צו "די פורים פון מצרים" וכדומה.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

תגובהדורך שרעבי » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 1:15 pm

לידיעה בעלמא
"ארט" און "קאמיקס" איז צוויי זאכן
"קאָמיקס" שטאמט פון די ווארט "קאַָמיש", הומוריסטיש און אינטרעסאנט
דעריבער ווערט די "ריכטיגע קאמיקס" געמאלן אויף די שטייגער פון דן בר לב דוד גולד(שמיט) און זקי ירחי, די 3 זענען בעצם די מערסט ארגינעלע "קאמיקס מעלער'ס" (אלע דריי זענען אייראפעישע אידן, ווי קאמיקס פארנעמט א גרויסן פלאץ)
נישט יעדער וועט "פארשטיין" צו די סטייל און עס גלייכן, ספעציעל דער היימישער עולם וואס האט נישט געליינט ריכטיג קיין קאמיקס ביז קינדליין איז ערשינען.
דעריבער ברענגט קינדליין פון נאך מעלער, וועלכע דעליווערן טאקע טאפ קוואלעטי "ארט" אבער עס איז לאו דוקא "קאמיקס"

והרי זה פלא, קינדער וועלן גלייכן הומוריסטישע קאמיקס א שטייגער פון די דריי מעלער
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 1:35 pm

איך זעה אז גדי איז די שטערקסטע דא, לכאורה ווען זיינע ביכער פארדעם,
אדער וועגן ער האט באוויזן צו מאכן אזאלכע מענטשן ווי זיין באקאנטע פישל.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 2:30 pm

איך בין נישט אנגעקומען צו וועלן און שוין פארמאכט


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט