"לבלר" - חודש'ליכער תורה-העפט אין "מאמענט"

די אחראים: אחראי, געלעגער

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

לבלר #3 - שבט תשע״ט

תגובהדורך שלשה אחים » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 9:37 am

חודש׳ליכער תורה זשורנאל מבית היוצר מאמענט, לבלר #3 לחודש שבט, וועט ערשיינען קומענדיגע וואך אי״ה!

צוגעלייגטע
Lavlor 3 Coming..jpg
Lavlor 3 Coming..jpg (89.53 KiB) געזעהן 1184 מאל

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

RE: לבלר #3 - שבט תשע״ט

תגובהדורך שלשה אחים » מאנטאג ינואר 21, 2019 8:16 pm

דער דריטער נומער פון חודש׳ליכן ״לבלר״ לחודש שבט וועט זיין בייגעלייגט אי״ה אינעם ״מאָמענט״ פון היינטיגער וואך פר׳ יתרו


קורצע איבערבליק אויפ׳ן רייכן אינהאלט אין "לבלר #3" לחודש שבט


הואיל משה באר את התורה: וואס און וויפיל ספרים אנטהאלט אונזער תנ"ך אין זיך? וואס זענען די שינויים אין אונזער ספר תהלים וואס זענען מעשי ידי הנוצרים? וואס איז דער כתר ארם צובא אונז נוגע? חכם וסופר הרב מרדכי גנוט ערקלערט די חלוקה פון ספרי תנ"ך, זייער סדר און באשטאנד, און די נוצר'ישע פינגער-אפדרוקן וואס זענען פארבליבן ביז היינט

איש חי״ל היה: דער דמות הוד און לעבן און שאפן פון פארצייטישן איש חסיד ורב פעלים הישיש רבי חנני' יו"ט ליפא לעפקאוויטש ווערט פאראייביגט אין נייעם וואונדערבארן "איש חי"ל", וואס איז אן אוצר בלום פון היסטארישע ווערק --- אינטערוויו מיט'ן ארויסגעבער הרה"ח ר' שלמה דוב לעפקאוויטש און אינטערעסאנטע שטריכן געשילדערט דורך טאלאנטפולן עורך ראשי פונעם ספר הרב צבי יונתן מארטאן

דער ש״ר התורה: א שמועס מיט הרב יואל שפיצער, ראש מכון ש"ר התורה, וועלכער ווידמעט זיינע יארן צו דרוקן די ספרים פון זיין זיידן דער בעל שמן רוקח זי"ע

הגאון האדיר רבי דוד אפענהיים: א וועלט-בארימטער פוסק, א רב אין עטליכע הויפטשטעט, דער "נשיא ארץ ישראל", א פארפאסער פון צענדליגער ספרים, א שתדלן, א גביר, א פייטן און א בעל מקובל

האוצר היומי: אויפדעקונג פון הגאון רבי מאיר שפירא זצ"ל ר"י חכמי לובלין אין יארע תשע"ט לפ"ק --- הרב מאיר דוד פארקאש איבער דער פונדאמענטאלער וויכטיגקייט פון דורכלערנען אויף דער וועלט כל התורה כולה און דער אלטערנאטיווער מיטל דערצו פון גדולי וצדיקי עולם

אייגנארטיגער ״איבעיא להו״ שאלות ותשובות פאנעל: הרב עזריאל טויבער: די ריכטיגע שטעלונג אויף היינטיגע מחלוקת / הרב אהרן פריעדמאן: די בעסטע וואקאציע איז נישט אין די מרחקים / הרב מרדכי גנוט: שטיין ביים ליינען עשרת הדברות אדער זיצן?

הנשר הגדול: דאס לעבן פונעם הייליגן רמב"ם, זיינע פילע ספרים, און זיינע פסקים און תשובות וואס האבן פאראורזאכט שערוריות איבער דער וועלט

הרב שבתי הורוויץ: וואסער פאר'ן מענטשליכן בוים אין א וועלט פון אינפארמאציע /// הרב אלימלך פריעדמאן: דער בוילער סיסטעם /// הרב שלמה אשר טויבער: א שהחיינו אויף יעדן מצב? /// סעריע פון הרב עזריאל טויבער: דאס פינטעלע איד — דער ריכטיגער באדייט פון א איד /// דריטער טייל פון הרב סיני מלבוצקי׳ס סעריע: ספרים און דרוקעריי /// ציטאטן: תנן התם /// נייע ספרי קודש אויפ׳ן ספרים מארק



"לבלר" #3 וועט זיין בייגעלייגט אינעם "מאמענט" פון היינטיגע וואך פר׳ יתרו. מיטוואך אי״ה אויף די ניוססטענדס.
צוגעלייגטע
Lavlor #3 Teves 5779 - Coming This Week.jpg
Lavlor #3 Teves 5779 - Coming This Week.jpg (238.61 KiB) געזעהן 1100 מאל

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

אינהאלט - לבלר 3

תגובהדורך שלשה אחים » מאנטאג ינואר 28, 2019 12:14 pm

אט איז רייכער לבלר 3 אינהאלט
צוגעלייגטע
Lavlor 3 Shvat 5779 Cover Inhalt (2).jpg
Lavlor 3 Shvat 5779 Cover Inhalt (2).jpg (381.92 KiB) געזעהן 961 מאל

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג ינואר 29, 2019 12:50 pm

כ'וויל מיר באדאנקען בשער בת רבים פאר די חשוב'ע ארויסגעבער פון "לבלר", ס'איז א הערליכע יצירה מיט געשמאקע און זאפטיגע אינהאלטסרייכע ארטיקלען. גוטע שרייבער, גוטע טאפיקס, און געשמאק אויסגעלייגט.

ואמרתם כה לחי, מערכת לבלר!
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

מוכר ספרים
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » דינסטאג ינואר 29, 2019 2:25 pm

כווייס נישט צו מ'מעג זאגן קריטיק אויף אזא געלונגענע אויסגאבע פון אלע אספעקטן. אבער קריטיק מיט א גוטע כוונה איז זיכער וועלקאם.

כמיין אז עס וואלט בעסער געווען ווען זיי זענען ווען אביסל מער מאריך מיט די ארטיקלען.

למשל, אינעם צווייטן לבלר האט הרב זילבער באשריבן דעם רמח"ל איבער זיינע קאנטערוועסיאלע ספרים, הגם דאס איז גאר גוט און שטארק גרונטליך איז אבער נאך זיכער דא אסאך אינפארמאציע וואס וואלט געווען זייער שטארק ווען עס ווערט באשריבן און דערמאנט.

די זעלבע מיט הרב סיני מלוביצקי וואס איז ווי באקאנט א מייסטער שרייבער, וואלטן זיי ווען געמעגט צולייגן נאך א זייט צוויי... ס'וועט זיכער נישט שאטן..

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

לבלר #4- אדר א׳ תשע״ט

תגובהדורך שלשה אחים » דינסטאג פאברואר 19, 2019 2:22 pm

ויהי בימי פורים קטן: דער 4׳טער נומער פון ברייט-אויפגעכאפטן חודש׳ליכער “לבלר“ — א רייכע תורה'דיגע יצירה מבית מערכת “מאמענט” — ערשיינט די היינטיגע וואך בעז״ה און וועט זיין בייגעלייגט אינעם קומענדיגן "מאמענט" פון פר׳ כי-תשא

צוגעלייגטע
Lavlor 4 Coming This Week.jpg
Lavlor 4 Coming This Week.jpg (158.54 KiB) געזעהן 660 מאל

מוכר ספרים
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » דינסטאג פאברואר 19, 2019 4:07 pm

א מליצה... ויהי בימי פורים קטן...

עפעס א מענטש
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm

תגובהדורך עפעס א מענטש » דינסטאג פאברואר 19, 2019 5:58 pm

מוכר ספרים האט געשריבן:א מליצה... ויהי בימי פורים קטן...

וואס איז די גרויסע מליצה?

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג פאברואר 19, 2019 7:09 pm

פערדער טייל ספרים און דריקעריי. פון???

מוכר ספרים
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » דינסטאג פאברואר 19, 2019 7:36 pm

אדער יא האט געשריבן:פערדער טייל ספרים און דריקעריי. פון???

הרב סיני מלוביצקי

מוכר ספרים
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » פרייטאג מארטש 15, 2019 1:13 pm

lavlorjournal@
ווארט מיט שפאנונג! לבלר #5 ערשיינט בס"ד קומענדיגע וואך הבעל"ט. ספעציעלע מאמרים לימי הפורים!

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

לבלר #5 - אדר ב׳ תשע״ט

תגובהדורך שלשה אחים » זונטאג מארטש 17, 2019 6:38 pm

לבלר #5 לחודש אדר ב׳ — וועט זיין בייגעלייגט אינעם קומענדיגן "מאמענט" פון די וואך פר׳ צו-פורים

צוגעלייגטע
Lavlor #5 - Coming This Week.jpg
Lavlor #5 - Coming This Week.jpg (158.9 KiB) געזעהן 172 מאל


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט