"לבלר" - חודש'ליכער תורה-העפט אין "מאמענט"

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

לבלר #3 - שבט תשע״ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

חודש׳ליכער תורה זשורנאל מבית היוצר מאמענט, לבלר #3 לחודש שבט, וועט ערשיינען קומענדיגע וואך אי״ה!

אטעטשמענטס
Lavlor 3 Coming..jpg
Lavlor 3 Coming..jpg (89.53 KiB) געזען 9336 מאל
שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

RE: לבלר #3 - שבט תשע״ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

דער דריטער נומער פון חודש׳ליכן ״לבלר״ לחודש שבט וועט זיין בייגעלייגט אי״ה אינעם ״מאָמענט״ פון היינטיגער וואך פר׳ יתרו


קורצע איבערבליק אויפ׳ן רייכן אינהאלט אין "לבלר #3" לחודש שבט


הואיל משה באר את התורה: וואס און וויפיל ספרים אנטהאלט אונזער תנ"ך אין זיך? וואס זענען די שינויים אין אונזער ספר תהלים וואס זענען מעשי ידי הנוצרים? וואס איז דער כתר ארם צובא אונז נוגע? חכם וסופר הרב מרדכי גנוט ערקלערט די חלוקה פון ספרי תנ"ך, זייער סדר און באשטאנד, און די נוצר'ישע פינגער-אפדרוקן וואס זענען פארבליבן ביז היינט

איש חי״ל היה: דער דמות הוד און לעבן און שאפן פון פארצייטישן איש חסיד ורב פעלים הישיש רבי חנני' יו"ט ליפא לעפקאוויטש ווערט פאראייביגט אין נייעם וואונדערבארן "איש חי"ל", וואס איז אן אוצר בלום פון היסטארישע ווערק --- אינטערוויו מיט'ן ארויסגעבער הרה"ח ר' שלמה דוב לעפקאוויטש און אינטערעסאנטע שטריכן געשילדערט דורך טאלאנטפולן עורך ראשי פונעם ספר הרב צבי יונתן מארטאן

דער ש״ר התורה: א שמועס מיט הרב יואל שפיצער, ראש מכון ש"ר התורה, וועלכער ווידמעט זיינע יארן צו דרוקן די ספרים פון זיין זיידן דער בעל שמן רוקח זי"ע

הגאון האדיר רבי דוד אפענהיים: א וועלט-בארימטער פוסק, א רב אין עטליכע הויפטשטעט, דער "נשיא ארץ ישראל", א פארפאסער פון צענדליגער ספרים, א שתדלן, א גביר, א פייטן און א בעל מקובל

האוצר היומי: אויפדעקונג פון הגאון רבי מאיר שפירא זצ"ל ר"י חכמי לובלין אין יארע תשע"ט לפ"ק --- הרב מאיר דוד פארקאש איבער דער פונדאמענטאלער וויכטיגקייט פון דורכלערנען אויף דער וועלט כל התורה כולה און דער אלטערנאטיווער מיטל דערצו פון גדולי וצדיקי עולם

אייגנארטיגער ״איבעיא להו״ שאלות ותשובות פאנעל: הרב עזריאל טויבער: די ריכטיגע שטעלונג אויף היינטיגע מחלוקת / הרב אהרן פריעדמאן: די בעסטע וואקאציע איז נישט אין די מרחקים / הרב מרדכי גנוט: שטיין ביים ליינען עשרת הדברות אדער זיצן?

הנשר הגדול: דאס לעבן פונעם הייליגן רמב"ם, זיינע פילע ספרים, און זיינע פסקים און תשובות וואס האבן פאראורזאכט שערוריות איבער דער וועלט

הרב שבתי הורוויץ: וואסער פאר'ן מענטשליכן בוים אין א וועלט פון אינפארמאציע /// הרב אלימלך פריעדמאן: דער בוילער סיסטעם /// הרב שלמה אשר טויבער: א שהחיינו אויף יעדן מצב? /// סעריע פון הרב עזריאל טויבער: דאס פינטעלע איד — דער ריכטיגער באדייט פון א איד /// דריטער טייל פון הרב סיני מלבוצקי׳ס סעריע: ספרים און דרוקעריי /// ציטאטן: תנן התם /// נייע ספרי קודש אויפ׳ן ספרים מארק



"לבלר" #3 וועט זיין בייגעלייגט אינעם "מאמענט" פון היינטיגע וואך פר׳ יתרו. מיטוואך אי״ה אויף די ניוססטענדס.
אטעטשמענטס
Lavlor #3 Teves 5779 - Coming This Week.jpg
Lavlor #3 Teves 5779 - Coming This Week.jpg (238.61 KiB) געזען 9252 מאל
שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

אינהאלט - לבלר 3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

אט איז רייכער לבלר 3 אינהאלט
אטעטשמענטס
Lavlor 3 Shvat 5779 Cover Inhalt (2).jpg
Lavlor 3 Shvat 5779 Cover Inhalt (2).jpg (381.92 KiB) געזען 9114 מאל
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

כ'וויל מיר באדאנקען בשער בת רבים פאר די חשוב'ע ארויסגעבער פון "לבלר", ס'איז א הערליכע יצירה מיט געשמאקע און זאפטיגע אינהאלטסרייכע ארטיקלען. גוטע שרייבער, גוטע טאפיקס, און געשמאק אויסגעלייגט.

ואמרתם כה לחי, מערכת לבלר!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

כווייס נישט צו מ'מעג זאגן קריטיק אויף אזא געלונגענע אויסגאבע פון אלע אספעקטן. אבער קריטיק מיט א גוטע כוונה איז זיכער וועלקאם.

כמיין אז עס וואלט בעסער געווען ווען זיי זענען ווען אביסל מער מאריך מיט די ארטיקלען.

למשל, אינעם צווייטן לבלר האט הרב זילבער באשריבן דעם רמח"ל איבער זיינע קאנטערוועסיאלע ספרים, הגם דאס איז גאר גוט און שטארק גרונטליך איז אבער נאך זיכער דא אסאך אינפארמאציע וואס וואלט געווען זייער שטארק ווען עס ווערט באשריבן און דערמאנט.

די זעלבע מיט הרב סיני מלוביצקי וואס איז ווי באקאנט א מייסטער שרייבער, וואלטן זיי ווען געמעגט צולייגן נאך א זייט צוויי... ס'וועט זיכער נישט שאטן..
שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

לבלר #4- אדר א׳ תשע״ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

ויהי בימי פורים קטן: דער 4׳טער נומער פון ברייט-אויפגעכאפטן חודש׳ליכער “לבלר“ — א רייכע תורה'דיגע יצירה מבית מערכת “מאמענט” — ערשיינט די היינטיגע וואך בעז״ה און וועט זיין בייגעלייגט אינעם קומענדיגן "מאמענט" פון פר׳ כי-תשא

אטעטשמענטס
Lavlor 4 Coming This Week.jpg
Lavlor 4 Coming This Week.jpg (158.54 KiB) געזען 8813 מאל
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

א מליצה... ויהי בימי פורים קטן...
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2739
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

מוכר ספרים האט געשריבן:א מליצה... ויהי בימי פורים קטן...

וואס איז די גרויסע מליצה?
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

פערדער טייל ספרים און דריקעריי. פון???
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

אדער יא האט געשריבן:פערדער טייל ספרים און דריקעריי. פון???

הרב סיני מלוביצקי
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

lavlorjournal@
ווארט מיט שפאנונג! לבלר #5 ערשיינט בס"ד קומענדיגע וואך הבעל"ט. ספעציעלע מאמרים לימי הפורים!
שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

לבלר #5 - אדר ב׳ תשע״ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

לבלר #5 לחודש אדר ב׳ — וועט זיין בייגעלייגט אינעם קומענדיגן "מאמענט" פון די וואך פר׳ צו-פורים

אטעטשמענטס
Lavlor #5 - Coming This Week.jpg
Lavlor #5 - Coming This Week.jpg (158.9 KiB) געזען 8325 מאל
שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

לבלר #6 - ניסן תשע״ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

מאמענט׳ס רייכער תורה זשורנאל "לבלר" לחודש ניסן, 56 עמודים פון רייכסטן אינהאלט, איז בייגעלייגט אינעם מעגא ״מאמענט״ יום טוב פעקעדזש

ראב"ד מה הוא אומר: ערב-פסח שמועס ביי זקן גדולי הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט״א ראב״ד ירושלים, איבער והגדת לבנך, נסיונות הדור, און א בירור איבער די "דזשול" אי-ציגארעטן

רבותינו הגיע זמן קרי"ש של שחרית: הגה"ח רבי מאיר אליעזר פרידמאן שליט״א איבער דער וויכטיגקייט פון ליינען קרי"ש בזמן, פסח און א גאנץ יאר.

מעבדות לחירות: ווי אזוי קענען מיר ארויסגיין פון אייגענעם עבדות? א חירות'דיגן שמועס לכבוד יום טוב מיט בארימטן בעל מחשבה און מחנך הרב שלמה אשר טויבער, מרבני "לבלר"

נקודה למחשבה: איי איז דאס חרוסת… = גדול מרבן שמו: רבינו עובדיה ספורנו זצ"ל = עט סופר מהיר: ספר "מורה נבוכים" לרבינו משה בן מימון =עדיטאריעל: תירוצים איז קיין נאמנות…

אייגנארטיגער ״איבעיא להו״ שאלות ותשובות פאנעל: הרב עזריאל טויבער: וואס טוט מען ווען מ'שפירט נישט גארנישט אום יו"ט פסח? | הרב אהרן פריעדמאן: ווער בין איך און וואס בין איך באמת? צי פלעג איך מיר פאפּן ביז היינט? | הרב מרדכי גנוט: וואס איז דער מקור פון באהאלטן די צען ברעקלעך און פארוואס טוען מיר דאס?
אטעטשמענטס
לבלר 6.jpg
לבלר 6.jpg (219.05 KiB) געזען 8003 מאל
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

כ'האף אז רבי משה, טוישט כאטש עטוואס זיין מיינונג אינעם ארטיקל ווי ער רעדט איבער זיין פסק וואסס ער האט ארויסגעגעבן לאיסור אויף דזשול.

דער דזשול איז א וויכטיגער אייטעם..
איש מבקש
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 10:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש מבקש »

פששש....
ווער וואלט געגלייבט, רבי מאיר אליעזר פריעדמאן אויף א דעקל פון א מאגאזין
איך בין א מבקש.
איי פארוואס איז מיין ניק 'איש מבקש' נישט סתם מבקש?, ווייל א ניק 'מבקש' איז שוין געווען בעפאר!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

איש מבקש האט געשריבן:פששש....
ווער וואלט געגלייבט, רבי מאיר אליעזר פריעדמאן אויף א דעקל פון א מאגאזין


אזא צדיק פון א איד ווי ר' מאיר אליעזר זז"ג איז מסתמא גרייט אפילו אויף דאס, אבי ער זאל קענען מזכה זיין את הרבים אז דער עולם זאל ליינען קריאת שמע ווי ס' דארף צו זיין...

בין איך נאר נייגעריג צו ער האט געוואוסט פארדעם אז ער גייט זיין אויפן דעקל?
---
שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

אט איז בס"ד דער רייכער אינהאלט פונעם לבלר לחודש ניסן.
אטעטשמענטס
אינהאלט לבלר ניסן.jpg
אינהאלט לבלר ניסן.jpg (537.28 KiB) געזען 7799 מאל
אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מיט פיקל »

אפגעזען בנוגע כשרות פונעם דזשול ציגארעטל א גאנץ יאר, וואס טוט מען מיט פסח? איז דאס כשר לפסח?
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

בשבילי נברא האט געשריבן:
אזא צדיק פון א איד ווי ר' מאיר אליעזר זז"ג איז מסתמא גרייט אפילו אויף דאס, אבי ער זאל קענען מזכה זיין את הרבים אז דער עולם זאל ליינען קריאת שמע ווי ס' דארף צו זיין...



;l;p- א איד א צדיק.

האב איך געהאט אמאל אלס קליין בחור'ל עטליכע מינוט פאר סוזק"ש זעהט ער מיר פון די אנדערע זייט גאס, ער קומט צולויפן "האסט שוין געלייענט קרי"ש?, קענסט נאך ביז *:**", מיטן גאנצן תמימות און יר"ש, ס'האט מיר איבערגענומען ביז היינט.
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייזן »

איש מבקש האט געשריבן:פששש....
ווער וואלט געגלייבט, רבי מאיר אליעזר פריעדמאן אויף א דעקל פון א מאגאזין

ער האט נישט געוויסט פון דעם
מאטכע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטכע »

שלשה אחים האט געשריבן:מאמענט׳ס רייכער תורה זשורנאל "לבלר" לחודש ניסן, 56 עמודים פון רייכסטן אינהאלט, איז בייגעלייגט אינעם מעגא ״מאמענט״ יום טוב פעקעדזש

ראב"ד מה הוא אומר: ערב-פסח שמועס ביי זקן גדולי הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט״א ראב״ד ירושלים, איבער והגדת לבנך, נסיונות הדור, און א בירור איבער די "דזשול" אי-ציגארעטן

רבותינו הגיע זמן קרי"ש של שחרית: הגה"ח רבי מאיר אליעזר פרידמאן שליט״א איבער דער וויכטיגקייט פון ליינען קרי"ש בזמן, פסח און א גאנץ יאר.

מעבדות לחירות: ווי אזוי קענען מיר ארויסגיין פון אייגענעם עבדות? א חירות'דיגן שמועס לכבוד יום טוב מיט בארימטן בעל מחשבה און מחנך הרב שלמה אשר טויבער, מרבני "לבלר"

נקודה למחשבה: איי איז דאס חרוסת… = גדול מרבן שמו: רבינו עובדיה ספורנו זצ"ל = עט סופר מהיר: ספר "מורה נבוכים" לרבינו משה בן מימון =עדיטאריעל: תירוצים איז קיין נאמנות…

אייגנארטיגער ״איבעיא להו״ שאלות ותשובות פאנעל: הרב עזריאל טויבער: וואס טוט מען ווען מ'שפירט נישט גארנישט אום יו"ט פסח? | הרב אהרן פריעדמאן: ווער בין איך און וואס בין איך באמת? צי פלעג איך מיר פאפּן ביז היינט? | הרב מרדכי גנוט: וואס איז דער מקור פון באהאלטן די צען ברעקלעך און פארוואס טוען מיר דאס?

איך האב יעצט געזעהן די גליון וואס קומט ארויס פין הרב ר משה שטרנבוך שליטא ,
שטייט דארט בזה הלשון
״לאחר שבגליון לבלר מבית מאמנט פורסם כביכול על שיחה עם מרן רבינו שליטא הרנו להודיע כי לא היו דברים מעולם ״
שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

זעט אויס אז דער ראב"ד האט אויפגענומען דעם שרייבער פון לבלר אן וואס דער אייניקל פונעם גליון זאל וויסן...
אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריוועלע »

ס'איז א שטארקע כבוד פאר'ן לבלר אז הרה''ג המחנך ר' יחזקאל ווייס שליט"א פון מאנסי האט אריינגעשטעלט א בריוו איבער א נושא וואס איז געווען באשריבן אינעם פארגאנגענעם לבלר.
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

שלשה אחים האט געשריבן:זעט אויס אז דער ראב"ד האט אויפגענומען דעם שרייבער פון לבלר אן וואס דער אייניקל פונעם גליון זאל וויסן...

במחילת כבודכם, רוב פונעם ארטיקל איז שוין געווען א צייט צוריק אינעם בלאט, אות באות, און דער פארווארט זיכער עטליכע מאל.
עס איז לכאורה צאמגעשמאלצן געווארן פון א צווייטן אמאליגן ארטיקל פונעם ציגאר, עס זאל האבן א שמעק פון פסח.
אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מיט פיקל »

@לא לנו.

מעגליך שיקסטו מיר דער בלאט ארטיקל אין אישי?

כ'בין זיכער אז דו האסט דעם ארטיקל פון בלאט פון א צייט צוריק, וויבאלד דו שרייבסט דאך אז געוויסע שטיקער זענען נאכגעשריבן אות באות.

כ'קען באשטיין עס צו זען און מיטלאכן מיט דיר..
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”