״עדיטאריעל״, די שטעלונג פון א צייטונג.

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג אוקטובער 07, 2018 7:32 pm

ויציב ונכון האט געשריבן:די וויכיח גייט דא ארויף אויף גאר הויעכע טענער און עס הערשט דא אביסל א מצב פון דור הפלגה צום ערשט איז דא צוויי ארטיקלען איינס איז געווען אינעם סוכות צייטונג וואס דארט איז ארום געשמועסט געווארן די פראבלעם פון דעם וואס אזאלכע וואס האבן א טאלאנט פון זינגען ווערן ארויפגעקוקטע מענטשן און גאנצע השקפה זאגערס די צווייטע ארטיקל איז געווען יעצט יעצט פרשת בראשית וואס האט ארויסגעהויבן די חסידישע אינגעלייט ואס ווארטן מיטן קידוש מאכן ביז נאך די לאנגע הקפות ( איינע פון די מגיבים האט זיך גענומען אראפרייסן דעם צווייטן ארטיקל מיינענדיג אז דאס האט מען געמיינט און אז אויף דעם ארטיקל דארף מען זוכן חסרונות )

מאכסט א מיסטעיק איינער האט געלינקט צו ביידע אויף איינס איז דא טענות אז ער וואלט נאר געדארפט רעדן בכללות און נישט ווייזען אז ער רעדט פערזענליך פון איינעם נאכדערצו אז יענער איז נישט אזא שגץ ווי אסאך אנדערע זינגערס
און אויף די צווייטע איז געווען די טענה אז עס איז פשוט נאריש און קינעריש

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1745
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג אוקטובער 07, 2018 7:43 pm

מונאוויטש האט געשריבן:די 'סטאַר' מאמר אינעם סוכות נומער איז געווען א פיינע ארטיקל.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג אוקטובער 07, 2018 7:55 pm

די סטאר מאמר איז געווען גאר גוט (הגם איך האב נישט קיין איינונג צו וועם ער טארגעט(אויב בכלל))
די בראשית מאמר איז געשריבן געווארן אינטערן רושם פון יו"ט ווי איך פארשטיי
ס'איז קאמיש אבער שמח"ת אינדערפרי טרעף איך א חבר מיינער אין פארצייל אים אז אופן וועג אהיים פון די הקפות פארטאגס האט זיך געטוען א געלויפאכטס אין די גאסן. נישט האבן'דיג קיין איינונג פון ווי מען איז אלטס געלאפן. זאגט ער מיר אז ער האט אויפגעמערקט די זעלבע זאך
האבעך שטארק הנאה געהאט צו ליינען דעם ארטיקל אז ס'איז געווען אויפפאסנדיג ביי אסאך

די קעפל קען שוין שוין געטוישט ווערן צו ש.ב. מרגליות...

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג אוקטובער 07, 2018 8:11 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
די קעפל קען שוין שוין געטוישט ווערן צו ש.ב. מרגליות...

איך האב שוין פריער אויפגעמערקט פאר די הנהלה, אז אויף אייוועלט איז דא א אשכול ווי מען דעבאטירט א יחיד...
אבער זעט אויס אז זיי האלטן אז אויב ער שרייבט אין פאבליק מעג מען עס אויך דעבאטירן אין פאבליק
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 12:16 am

די צייטונגס עדיטאריעל פרשת נח, באציט זיך צום טראגישן עקסידענט מיט צוואנציג אומגעקומענע.

א גוטע טעמע פאר יעדן. סיי דער וואס דרייווט און סיי דער פאסזשיר.

בכלל האט ״די צייטונג״ 4 זייטן מיט בילדער ״הייליידעט״ ביי די נייעס.

#האלט די טעמע פאר זייער וויכטיג.

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 6:33 pm

פרשת לך לך ״די צייטונג״ אדרעסירט איינע פון זיינע באליבטע טעמעס. ״יוסטיץ אין ניו יארק״. פאנגט אן מיט פארדאמען דעם איניצדענט אין בארא פארק מיט הרב שווארץ און ענדיגט מיט די גוטע נייעס פון הרב הערשקאוויטש וואס איז באפרייט געווארן פון אלע קלאגעס.

אמאל איז ארבעט דער סיסטעם און אנדערע מאל נישט.

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 6:36 pm

פרשת לך לך ״דער איד״ ברויזט שטארק אויף די פרומע פארטייען צוליבן פאראויסגיין מיטן גיוס פראבלעם.

פאסנדע דער איד׳ס שטעלונג.

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 7:38 pm

נו וואס האסטו געמיינט? אז זיי גיין אמאל שרייבן אשריכם אויף יענע רבנים?

אוועטאר
סאכאטשאווער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:05 pm

תגובהדורך סאכאטשאווער » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 7:51 pm

איך וויל פארשטיין

געוויסע האלטן דא ברבים פאר א יחיד פארן פארהאלטן ברבים א יחיד ?

איך נעם נישט דא קיין שטעלונג אין די נושא. אבער עס איז אביסל אבסורד...

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » זונטאג אוקטובער 21, 2018 5:40 pm

״דער בלאט״ באנעמט זיך מיטן סעלפאון און אירע פאלגן. צוליב די לעצטערע און נייערע מאדעל.

ארויסברענגענדיג, מאויבי תחכמינו. זיי אליינס צילן אז די וועלט זאל אלעס טון נאר מיטן סעל איז דעם אידס מהלך דייקא נישט נאכגיין דעם זרם העולם.

מקשה זהב
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 6:02 pm

תגובהדורך מקשה זהב » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 12:26 pm

עדיטאריעל די וואך אין דער בלאט איבער דעם פיטסבורג שיסער איז איינס אין דער וועלט. א "מוז" צו ליינען.

(נישט פארמישן מיט דעם 'לייט-ארטיקל' פון ר' שש"ט. איך רעד פונעם עדיטאריעל, צורעכטס פונעם לייט-ארטיקל).

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » זונטאג נובעמבער 11, 2018 11:05 pm

גענומען פון אנדערן אשכול.

דורך: אהער און אהין
שר חמישים ומאתים
מיטוואך נובעמבער 07, 2018 9:38 pm

די ״די צייטונג״ אין היינטיגן עדיטאריעל פארענטפערט זיך האלב בנוגע די קריטיק אויפן וועג וויאזוי ער האט געדעקט דעם מר. סאמעט.

זיי שרייבן דארט אז אין אן אינטערוויו פון די צייטונג מיט יודא סאמעט האט ער פארציילט אז זיין טאטע איז געווען א באבובער חסיד (!), נאר ער יודא איז אנגעקומען אין ארץ ישראל, און אריין אין די טריפה'נע IDF ווי ער איז ליידער דערשאסן געווארן אויף רוחניות'דיגע טויט. נאך א קרבן צו די מיליאנען אידן וואס זענען אומגעקומען אויפן רוחניות'דיגן האלאקאוסט פון הערצל ימ''ש'ס באוועגונג און מדינה.
און וויאזוי האט געזאגט הרה''ק מסאטמאר זי''ע כמה פעמים: ''ווען נישט זיי וואלט שוין לאנג משיח דא געווען".
על אלה אני בוכי.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6906
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 12:32 am

גארנישט מיט אייער תגובה.
וואו איז דָוִי?


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט