ויציב ונכון האט געשריבן:די וויכיח גייט דא ארויף אויף גאר הויעכע טענער און עס הערשט דא אביסל א מצב פון דור הפלגה צום ערשט איז דא צוויי ארטיקלען איינס איז געווען אינעם סוכות צייטונג וואס דארט איז ארום געשמועסט געווארן די פראבלעם פון דעם וואס אזאלכע וואס האבן א טאלאנט פון זינגען ווערן ארויפגעקוקטע מענטשן און גאנצע השקפה זאגערס די צווייטע ארטיקל איז געווען יעצט יעצט פרשת בראשית וואס האט ארויסגעהויבן די חסידישע אינגעלייט ואס ווארטן מיטן קידוש מאכן ביז נאך די לאנגע הקפות ( איינע פון די מגיבים האט זיך גענומען אראפרייסן דעם צווייטן ארטיקל מיינענדיג אז דאס האט מען געמיינט און אז אויף דעם ארטיקל דארף מען זוכן חסרונות )
מאכסט א מיסטעיק איינער האט געלינקט צו ביידע אויף איינס איז דא טענות אז ער וואלט נאר געדארפט רעדן בכללות און נישט ווייזען אז ער רעדט פערזענליך פון איינעם נאכדערצו אז יענער איז נישט אזא שגץ ווי אסאך אנדערע זינגערס און אויף די צווייטע איז געווען די טענה אז עס איז פשוט נאריש און קינעריש
די סטאר מאמר איז געווען גאר גוט (הגם איך האב נישט קיין איינונג צו וועם ער טארגעט(אויב בכלל)) די בראשית מאמר איז געשריבן געווארן אינטערן רושם פון יו"ט ווי איך פארשטיי ס'איז קאמיש אבער שמח"ת אינדערפרי טרעף איך א חבר מיינער אין פארצייל אים אז אופן וועג אהיים פון די הקפות פארטאגס האט זיך געטוען א געלויפאכטס אין די גאסן. נישט האבן'דיג קיין איינונג פון ווי מען איז אלטס געלאפן. זאגט ער מיר אז ער האט אויפגעמערקט די זעלבע זאך האבעך שטארק הנאה געהאט צו ליינען דעם ארטיקל אז ס'איז געווען אויפפאסנדיג ביי אסאך
די קעפל קען שוין שוין געטוישט ווערן צו ש.ב. מרגליות...
ניס קראכער האט געשריבן: די קעפל קען שוין שוין געטוישט ווערן צו ש.ב. מרגליות...
איך האב שוין פריער אויפגעמערקט פאר די הנהלה, אז אויף אייוועלט איז דא א אשכול ווי מען דעבאטירט א יחיד... אבער זעט אויס אז זיי האלטן אז אויב ער שרייבט אין פאבליק מעג מען עס אויך דעבאטירן אין פאבליק
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".
פרשת לך לך ״די צייטונג״ אדרעסירט איינע פון זיינע באליבטע טעמעס. ״יוסטיץ אין ניו יארק״. פאנגט אן מיט פארדאמען דעם איניצדענט אין בארא פארק מיט הרב שווארץ און ענדיגט מיט די גוטע נייעס פון הרב הערשקאוויטש וואס איז באפרייט געווארן פון אלע קלאגעס.
די ״די צייטונג״ אין היינטיגן עדיטאריעל פארענטפערט זיך האלב בנוגע די קריטיק אויפן וועג וויאזוי ער האט געדעקט דעם מר. סאמעט.
זיי שרייבן דארט אז אין אן אינטערוויו פון די צייטונג מיט יודא סאמעט האט ער פארציילט אז זיין טאטע איז געווען א באבובער חסיד (!), נאר ער יודא איז אנגעקומען אין ארץ ישראל, און אריין אין די טריפה'נע IDF ווי ער איז ליידער דערשאסן געווארן אויף רוחניות'דיגע טויט. נאך א קרבן צו די מיליאנען אידן וואס זענען אומגעקומען אויפן רוחניות'דיגן האלאקאוסט פון הערצל ימ''ש'ס באוועגונג און מדינה. און וויאזוי האט געזאגט הרה''ק מסאטמאר זי''ע כמה פעמים: ''ווען נישט זיי וואלט שוין לאנג משיח דא געווען". על אלה אני בוכי.
דאס ארויסשטעלן דעם עדיטאריעל אויף ענגליש איז נישט פרעצעדענטלאז. ווי ווייט איך ווייס האבן זיי דאס שוין געטון כאטש איינמאל, ביי די מארד פון ר' מנחם שטארק הי"ד.
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דאס ארויסשטעלן דעם עדיטאריעל אויף ענגליש איז נישט פרעצעדענטלאז. ווי ווייט איך ווייס האבן זיי דאס שוין געטון כאטש איינמאל, ביי די מארד פון ר' מנחם שטארק הי"ד.
ריכטיג. נאר דעמאלט האט דאס אדרעסירט די פרעמדע. אצינד זיך באצויגן צו היימישע וואס האבן אונז ליידער פארשעמט אין די אויגן פון די פרעמדע.
גראדע האט דער ״פאוסט״ גראטולירט ״דער איד״ פארן שטיצן די פארלאנגן פון געזונטהייט וואקסינירן און זיך עפענטליך ארויסשטעלן.