שענסטע-בעסטע "עד" לכבוד סוכות תשע"ט

די אחראים: אחראי, געלעגער

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

שענסטע-בעסטע "עד" לכבוד סוכות תשע"ט

תגובהדורך מזל מידיע » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 11:04 am

בס"ד

נאר געגעבן א גאר שנעלע איבערבליק אויף אפאר פון די צענדליגער אויסגאבעס אויף יו"ט סוכות, פשוט אלס קאסטומער/פידבעק/סערוויס (...), און מישנדיג איין בריליאנטענע עד נאכ'ן אנדערן האט זיך די מערסטע אפגעשטעלט ביי... און דאס האט מיך געמאכט טראכטן פון א נייע אשכול דער עולם זאל זאגן וועלכע "עד" ס'איז געווען די בעסטע אויף דעם יו"ט.

גאר אסאך עדס זענען טאפ-טאפ, ב"ה דער עולם קומט צום טעם, און ס'איז ווערד צו צאלן די געלט פאר א גאר גוטע עד.

אבער די מערסטע "ארעסטינג" און "פאני" עד, וואס מיינט אז מ'שטעלט זיך אפ דערויף די לענגסטע, און עס גייט די מערסטע אריין אין סוב-קאנטשעס אז לכש... זאל עס אויפבליצן אויטאמאטיש, איז...

פישל גאלדבערגער אפסטעיט קאלישאן עד, "ושמחת בחגיך," מיט א הערליכע "דראם סעט" ברוב פאר והדר, צוזאמגעשטעלט פון "קאר חלקים." סופער סופער סופער. ואידך פרישא קען מען עס אליינס זעהן.

געמאכט דורך DPMG. פול דיסקלאוזשער: די עד האט גארנישט מיט מזל מידיע.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אהער און אהין
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 11:16 am

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

נאר געגעבן א גאר שנעלע איבערבליק אויף אפאר פון די צענדליגער אויסגאבעס אויף יו"ט סוכות, פשוט אלס קאסטומער/פידבעק/סערוויס (...), און מישנדיג איין בריליאנטענע עד נאכ'ן אנדערן האט זיך די מערסטע אפגעשטעלט ביי... און דאס האט מיך געמאכט טראכטן פון א נייע אשכול דער עולם זאל זאגן וועלכע "עד" ס'איז געווען די בעסטע אויף דעם יו"ט.

גאר אסאך עדס זענען טאפ-טאפ, ב"ה דער עולם קומט צום טעם, און ס'איז ווערד צו צאלן די געלט פאר א גאר גוטע עד.

אבער די מערסטע "ארעסטינג" און "פאני" עד, וואס מיינט אז מ'שטעלט זיך אפ דערויף די לענגסטע, און עס גייט די מערסטע אריין אין סוב-קאנטשעס אז לכש... זאל עס אויפבליצן אויטאמאטיש, איז...

פישל גאלדבערגער אפסטעיט קאלישאן עד, "ושמחת בחגיך," מיט א הערליכע "דראם סעט" ברוב פאר והדר, צוזאמגעשטעלט פון "קאר חלקים." סופער סופער סופער. ואידך פרישא קען מען עס אליינס זעהן.

געמאכט דורך DPMG. פול דיסקלאוזשער: די עד האט גארנישט מיט מזל מידיע.

ברענג עס ארויף ביטע.
(BTW דאס איז DPMG ספעשילטי, ס'זאל כאפן דעם אויג, די חברה האבן בייפאלן נישט סתם...)
"מאנכע האבן א פסכילאגישן נויט צו געבן א צונאמען פאר אן אנדערן" (אברהם פרידמאן, די צייטונג)

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5179
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 11:22 am

נאכנישט געקוקט די אויסגאבעס, אבער עס איז טאקע א מייסטערפיעס, די ארבעט און קריעטיוועטי דערין.
צוגעלייגטע
2018-09-20 (1).png
2018-09-20 (1).png (171.02 KiB) געזעהן 883 מאל
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 11:32 am

בס"ד

יא, שקויעך פאר'ן צוברענגען דא. מ'קען זיך נישט גענוג אנזעטיגן דערפון, די טאלאנט, "אוט אוו די באקס," די מעסעדזש. אפילו די עד וואלט געקאסט צוויי אלפים וואלט געלוינט יעדע פעני. ווייל מ'קען זיך נישט "נישט אפשטעלן," און יעדע מילי-סעקונדע וואס מ'קוקט דערויף, מיט זאפטיגע הנאה נאך דערצו, איז דעליווערט נאך און נאך פאר'ן קליענט אויפ'ן לענגערן טערמין.

#מארקעטינג-לעקציע-101
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 5:43 pm

טאקע זייער גוטע אשכול, אבער איך מיין די פלאץ דערפאר איז ענדערש אין די גרעפירס אפטיילונג, ניין?
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

משהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 5:55 pm

עס איז שיין און אריגינעל, אבער עס כאפט נישט דעם אויג. כנלענ"ד דעת הקורא.

בלויע טינט
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:30 pm

פ-י-י-ין!!!

תגובהדורך בלויע טינט » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 6:05 pm

א משל פון א גוטע עד!
נישט רויט און אויך נישט שווארץ, נאר בלוי...

כוכבי לכת
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 10:48 pm

תגובהדורך כוכבי לכת » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 8:48 pm

בעזהשי"ת אדון כל

גאנץ פיין אבער געזען בעסערע, סיי אין מעסעדזשינג סיי אין ארט.

בלויע טינט
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:30 pm

תגובהדורך בלויע טינט » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 9:18 pm

אנטשולדיגט, אבער לפי עניית דעתי איז נישט דא בעסער דורך די יום טוב סוכות האי שעתא, און ספעציעל אין די קונץ פון צוזאמשטעלן גוט זאכן.
dpmg איז שוין לאנג באקאנט מיט זייער עקספערטיז אין פאטא שאפ!
נישט רויט און אויך נישט שווארץ, נאר בלוי...


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט