רעב איד, וואס נעמט איר אריין אין די אויגען?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

דעפרעסט האט געשריבן:די וועלט זאגט: ווען ווערט מען אלט? ווען מ'הייבט אן באוויינען די היינטיגע יוגנט.
מיללער, ביזט נאכנישט אזוי אלט... האסט נאך צייט פאר די סארט שפראך.

כווייס נישט ווי אלט מיללער איז אדער ווי אלט איר זענט אבער כוועל אייך זאגען עפעס, כ'ווייס מ'עט מיר ממית'ן פאר דעם אבער ההכרח לא יגונה
די תהום צווישן מיין עיזש, ס'הייסט אין די מיטעלע-העכערע דרייסיגער יארן, מיט די היינטיגע יונגעלייטלעך (ס'הייסט אין די אנהויב-מיטעלע צוואנציגער) איז נישט נארמאל גרויס!
יאך קוק מיך אן און כ'קוק אן מיין פאטער און כ'זעה א ירידה, אבער מקען נאך זען די פארבינדונג, כאטש מ'זעמיר 25 יאר גערוקט, אז כ'קוק אן מייין טאטן אין מיין זיידן זעה איך א שינוי, אבער נישט אזוי גרויס, כאטש זיי זענען 30 יאר געריקט.
אז איך קיק אן מיך אין די היינטיגע יונגעלייט וואס זענען קוים פיפצען יאר יונגער ווי מיר זעה איך ס'א תהום אינטערשייד! כמיין יעדע ערנסטע יונגערמאן העכער די 35 וועט עס מודה זיין.
אין די סיבה איז ווייל די וועלט לויפט היינט מיט א שרעקליך שנעלע גאלאפ, וואס מ'האט אמאל געהערט אין א יאר הערט מען היינט אין א שעה... ס'א נייע וועלט, איז דאס בעסער? דאס ווייס איך שוין נישט...
למשל אז מערעדט פון לייען מאטעריאל, כאפסט אז פאר צען יאר ציריק האט בכלל נישט עקזיסטירט אזא מושג פין ארויסקימען מיט גאנצעטע טעלעפאן ביכער פאר יאנטעף? סגלייבט זיך נישט אז מדארף דאס אפילו זאגען, אבער היינטיגע קינדער וועלען בכלל נישט וויסען וויזוי מקען צוגייען צי א יאנטעף אן א הויפען מאגאזינען, כ'וואלט נישט געווען געשאקט צו הערען אז פסח פארקויפען זיך מער מאגאזינען ווי מצות
בין איך קעגען מאגאזינען? ניין אין ניין, מ'ברויך עס האבען, מ'מוז עס האבען פאר די דור. איז די פרישע פארפלייצונג פין מאגאזינען חדשים לבקרים אן קיין שום אויפזיכט א גוטע זאך? כמיין א נישט. מאגזינען איז אלץ גווען א בחינה פון בוחר הרע במיעוטו נישט א לכתחילה שבלכתחילה, ווער רעדט נאך אז די תוכן איז שטארק צווייפעלהאפטיג...
שוין כאב געניג גערעדט
לעצט פארראכטן דורך גולם פון פראג אום פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 4:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

און אז דו רעדסט פון די 'עונג שבת'. האסטו שוין געציילט אויפ'ן דעקל וויפיל מאל די אויסגאבע ליגט אויפ'ן שבת טיש?
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

בענקעל האט געשריבן:און אז דו רעדסט פון די 'עונג שבת'. האסטו שוין געציילט אויפ'ן דעקל וויפיל מאל די אויסגאבע ליגט אויפ'ן שבת טיש?

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol:
מיין בעסטע האבי יעדע וואך! כפלעג שפעקולירן וויפיל פיצי דעקלעך מ'וואלט נאך אלץ געקענט אריינשטיפען...
יא אפילו די פשוטע דעקלעך האבען אמאל געהאט מער חן ווי די היינטיגע רעשיגע פול קאלאר ריזיגע בילדער
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

גולם פון פראג האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:און אז דו רעדסט פון די 'עונג שבת'. האסטו שוין געציילט אויפ'ן דעקל וויפיל מאל די אויסגאבע ליגט אויפ'ן שבת טיש?

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol:
מיין בעסטע האבי יעדע וואך! כפלעג שפעקולירן וויפיל פיצי דעקלעך מ'וואלט נאך אלץ געקענט אריינשטיפען...
יא אפילו די פשוטע דעקלעך האבען אמאל געהאט מער חן ווי די היינטיגע רעשיגע פול קאלאר ריזיגע בילדער

כהאב געמוזט אריינלאגן פאר דעם.
הרב גולם ביסט פארט נישט אזא גולם...
דאכט זיך יעדעס יונגעל האט געהאט די געדאנק...
אז אשאד דער ״עונג שבת״ איז נישט אביסלע גרעסער, וואלט נאך עטליכע געקענט פיטן...

שכוח פארן דערמאנען יענע קינדישע און בחורישע זיסע זכרונות.
waterbury
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 2:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך waterbury »

גראדע בינעך מחולק מיט הרב מסקרענטאן
אה"נ די מאגאזינען אנשיקענישן היינט איז טויט צידרייט,
אבער מאידך גיסא, קומען ארויס פאר די יונגווארג סך מער באלערנדע און רייך געשריבענע מאטריאל וואס איך האב נישט זוכה געווען דערצו אין מיינע יונגע יארן [איך בין עטוואס עלטער פון הרב מיללער זז"ג], און עס מוז דערמאנט ווערן לשבח מיטן נאמען 'הוצאת נר למאור, געוואלדיג', וואס בארייכערט די ליין פון אידישע מאטריאל אויף א גאר גאר רייכע און אינהאלטפולע פארנעם, ווי אויך קען מען נישט פארגעסן פון די געוואלדיגע געלונגענע אויסגאבע 'קינדליין', וואס איז א חידוש וואס איז נישט געווען פאר צענדליגער יארן
נאר ווי דער פותח האשכול האט ערווענט, ליגט אויף די עלטערן אבאכט צו געבן לברר האוכל מתוך הפסולת,
אבער א ודאי לא אלמן ישראל, קינדער האבן היינט וואס צו ליינען און ליינען, להרבות חכמה והשכל, און פארגרעסערן זייער אינטעלידזשענסי און ידיעות, סך מער ווי אמאל! [אין מיינע יונגע יארן איז די אינטרעסאנטסטע ביכל געווען... שלשה אחים, און וינדעליכע מעשיות וואס דער ראצפערטער פלעגט דרוקן..., וואס כ'האב זיך היבש געמוטשעט צו פארשטיין דעם אלטן דזשארגאנישן אידיש..]
אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 6:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המסתתר »

מיללער האט געשריבן:דער פותח האשכול האט אנגערירט א נקודה בנוגע ליין-מאטריאל, און באמת איז עס א וויכטיגע נקודה און אן אחריות פון א טאטע צו וויסן וואס מ'גיט פאר די קינדער אין די אויגן צו נעמען, פונקט ווי מ'גיט אכט וואס מגיט אין מויל צו נעמען, און די גדרים דארף יעדער מחליט זיין גענוי ווי ביי הכשרים אויף מאכלים.

אבער אין מיין נער'ישע מח שפילט זיך יעדע יו"ט אפ גאנץ אן אנדערע ווייטאג, אל תאמר שהימים הראשונים היו טובים מאלה, עס איז שווער יעדעס מאל צו קומען מיטן 'אמאל' און דערציילן פארוואס מיט 25 יאר צוריק איז א חסידישע שטוב געווען 'בעטטער-אפפ' איידער די אלע זשורנאלן און בילדער העפטן האבן אנגעפילט די פוליצעס, גענוי ווי איידער די אלע כאזעריי און נאשעריי האבן אנגעפילט די פוליצעס, אבער עס איז שווער זיך איינצוהאלטן, די מחשבות לויפן אלעמאל אין יענע ריכטונג.

אין אונזערע קינדער יארן זענען ערשינען די צוויי היימישע צייטונגען 'דער איד' און 'די צייטונג' לויט וויפיל מיין זכרון דינט האבן זיי ניטאמאל צוגעשטעלט 'ספעציעלע ביילאגעס' פאר ימים טובים, נאר צווישן די בלעטער זענען געווען יום טוב ארטיקלען, ווי הלכות און מעשיות וכדו', אויסער דעם איז געווען די קליינע העפטן ווי אידישע ליכט, אידישע קוואל וכדו'

די קינדער האבן געליינט דאס ביסל ליין-מאטריאל און זיך באגנוגט דערמיט, און די עלטערן האבן געהאט צייט צו לערנען מיט די קינדער, עס גייט נישט ארויס פון זכרון די פילע בתי מדרשים מיט שיעורי תורה ברבים, טאטעס האבן געברענגט אינגלעך און בחור'ליך צו הערן קהלת פון רבי שמעי שליט"א, א פלפול פון הרב ביק שליט"א און א חול המועד דרשה פונעם רבי'ן שליט"א (זי"ע) ולבהחל"ח דער קרית יואל'ער רב שליט"א (אביסל שפעטער) אין די ויואל משה זאלן.

די ווייסע העמעדליך אויף די קינדער מיט א בלויע געשטריקטע וועסטל, א פלאסטיק בעג מיט א מאראנץ און א פאטעיטא טשיפ, הויזן-טרעגער פון אונטערן וועסטל און א בלויע הויזן געקויפט ביי וויזנער, פאטענט באקל-שיך ביי יאנקלס אין די גויאישע געגנט, און פלאסטישע ברילן פון רייט-סייט, אויב איז געווען קיל האט מען געטראגן א בלעיזער אדער 'וועדערטעימער' ליכטיג בלויע רעגן זשעקעט, די בענדל צוגעבינדן צום טשין וואס האט געלאזט א צייכן ביז מנחה, און אין א טאש א פלעכטער וואס מ'האט באקומען פסח פאר אפיקומן.

די קינדער זענען געווען צופרידן....

היו ימים, ווי נעמט מען די קינדער יארן אזוי שנעל אוועקגעפארן.....

רב מיללער ייש"כ
אביסל אויפריכטיגע און אמת'דיגע תוכנ'דיגע ווערטער אינעם ים פון אויפגעבלאזענע געזאגעכטסער און פיל-פארביגע ליידיגע ארטיקלען אנע שום תוכן
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אן קיין תוכן איז איין זאך, גויאישקייט אין די מאגאזינען האב איך נישט זוכה געווען צו זען
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

איך זעה נישט די געוואלדיגע ירידה, ביי פילע אידן יראים ושלמים פונעם עלטערן דור איז די ניו יארק טיימס אדער פאוסט געווען א עולה על שולחן בעלי בתים און היינט איז עס בבל יראה וימצא.

אוודאי האבן פארשידענע היינטיגע אויסגאבעס זייערע אייגענע פראבלעמען, יעדע דור מיט זיינע נסיונות, אבער עס אראפלייגן כאילו דער אמאל איז געווען אויסטערליש גלאררייך אין דעם הינזיכט איז היפש פארפירעריש.
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

מיללער האט געשריבן:דער פותח האשכול האט אנגערירט א נקודה בנוגע ליין-מאטריאל, און באמת איז עס א וויכטיגע נקודה און אן אחריות פון א טאטע צו וויסן וואס מ'גיט פאר די קינדער אין די אויגן צו נעמען, פונקט ווי מ'גיט אכט וואס מגיט אין מויל צו נעמען, און די גדרים דארף יעדער מחליט זיין גענוי ווי ביי הכשרים אויף מאכלים.

אבער אין מיין נער'ישע מח שפילט זיך יעדע יו"ט אפ גאנץ אן אנדערע ווייטאג, אל תאמר שהימים הראשונים היו טובים מאלה, עס איז שווער יעדעס מאל צו קומען מיטן 'אמאל' און דערציילן פארוואס מיט 25 יאר צוריק איז א חסידישע שטוב געווען 'בעטטער-אפפ' איידער די אלע זשורנאלן און בילדער העפטן האבן אנגעפילט די פוליצעס, גענוי ווי איידער די אלע כאזעריי און נאשעריי האבן אנגעפילט די פוליצעס, אבער עס איז שווער זיך איינצוהאלטן, די מחשבות לויפן אלעמאל אין יענע ריכטונג.

אין אונזערע קינדער יארן זענען ערשינען די צוויי היימישע צייטונגען 'דער איד' און 'די צייטונג' לויט וויפיל מיין זכרון דינט האבן זיי ניטאמאל צוגעשטעלט 'ספעציעלע ביילאגעס' פאר ימים טובים, נאר צווישן די בלעטער זענען געווען יום טוב ארטיקלען, ווי הלכות און מעשיות וכדו', אויסער דעם איז געווען די קליינע העפטן ווי אידישע ליכט, אידישע קוואל וכדו'

די קינדער האבן געליינט דאס ביסל ליין-מאטריאל און זיך באגנוגט דערמיט, און די עלטערן האבן געהאט צייט צו לערנען מיט די קינדער, עס גייט נישט ארויס פון זכרון די פילע בתי מדרשים מיט שיעורי תורה ברבים, טאטעס האבן געברענגט אינגלעך און בחור'ליך צו הערן קהלת פון רבי שמעי שליט"א, א פלפול פון הרב ביק שליט"א און א חול המועד דרשה פונעם רבי'ן שליט"א (זי"ע) ולבהחל"ח דער קרית יואל'ער רב שליט"א (אביסל שפעטער) אין די ויואל משה זאלן.

די ווייסע העמעדליך אויף די קינדער מיט א בלויע געשטריקטע וועסטל, א פלאסטיק בעג מיט א מאראנץ און א פאטעיטא טשיפ, הויזן-טרעגער פון אונטערן וועסטל און א בלויע הויזן געקויפט ביי וויזנער, פאטענט באקל-שיך ביי יאנקלס אין די גויאישע געגנט, און פלאסטישע ברילן פון רייט-סייט, אויב איז געווען קיל האט מען געטראגן א בלעיזער אדער 'וועדערטעימער' ליכטיג בלויע רעגן זשעקעט, די בענדל צוגעבינדן צום טשין וואס האט געלאזט א צייכן ביז מנחה, און אין א טאש א פלעכטער וואס מ'האט באקומען פסח פאר אפיקומן.

די קינדער זענען געווען צופרידן....

היו ימים, ווי נעמט מען די קינדער יארן אזוי שנעל אוועקגעפארן.....

מיט די ערשטע דריי פערטל פון דיין תגובה האסטו מיר געכאפט.
זייענדיג פונעם אינגערן דור האסטו מיר אריינגעפירט אין א עולם התיקון וואו אידן נוצן אויס די ימי המועד פאר רוחניות. איך האב מיר שוין ממש געבענקט צו דיינע קינדער יארן וואס איך האב בכלל נישט מיטגעהאלטן.

אבער אינעם לעצטן פאראגראף מיט די הויזן טרעגער און יענקל'ס באקל שיך האסטו מיר פארלוירן, סך הכל איז עס א נאסטאלאגיע צו די אייגענע קינדער יארן וואס איז נאטירליך ביי יעדן נברא פון סיי וועלכן דור.

מיינע קינדער וועלן לכאורה אראפלייגן מיט נאסטאלאגיע פאר זייערע אייניקלעך וויאזוי עס האט אויסגעקוקט בימים ההם מיט פידזשעט ספינערס און אונטערן פלעיס.

איך דערמאן זיך ווי איך פלעג באטראכטן בילדער ביים באבע'ן ע"ה אינדערהיים און ארויסגעגאנגען פון התפעלות אויף די אלטמאדישע קערידזשעס זיך וואונדערענדיג וויאזוי די אמאליגע דור פלעגן זיך מסתפק זיין במועט און פירן די קינדער אין אלטע וועגענער.
אבער נאכן הערן פונקטליך וואס מען פלעגט באצאלן פאר די "סילווער קראסס" טראנטע האבן מיר זיך נישט צו שעמען מיט אונזערע באגעבאס.

דור דור ודורשיו
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

שטיגליץ האט עס זייער גוט מגדיר געווען. ס'איז דא ביי אסאך מענטשן אזא האבי זיך צו מתרפק זיין אויף די אמאליגע יארן מיט אזא נאסטאלגיע... מען שפירט זיך גוט צו רעדן פון דעם "אמאל", אה וואס ווייסן די היינטיגע יוגנט פון די בלויע הויזן געקויפט ביי וויזנער...

לגבי ליין מאטריאל אמאל און היינט. איך בין שוין אויך ב"ה איבערגעשפרייזט דעם בן שלושים לכח. אין מיינע יונגע בחורי'שע יארן האט דער עולם געליינט די שטארק אינהאלטסרייכע ביכלעך פון מקור חיים און המאיר לישראל פובלישינג. אזעלכע תוכנ'פולע ביכער ווי "דאס קינד אין געריכט", "פארכאפט אין נעץ", א צוואה פון הונדערט יאר", "אונטער די קאמיוניסטישע נעגל", "אויף די גאסן פון מאסקאווע", "א ריזיקאלישע געראנגל", א.א.וו. דאס האט אנגעפולט די קעפ פון די קינדער און די בחורים... אה ווי נעמט מען יענע שיינע צייטן.. היינט ליינען די קינדער ידיעות אין קינדליין און די בחורים ליינען שמועסן מיט לימאנאווער אין מאמענט.. וואס פארשטייען זיי צו אביסל קעי.זשי. בי. דראמא... וואס ווייסן זיי וועגן די צעדרייטע מעשיות פון חיים אליאב מיט יאיר וויינשטאק... אן אנדערע וועלט געווען. גיי זיי דאס מסביר פאר די היינטיגע דשענערעשין... אה ס'בענקט זיך...
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אן קיין תוכן איז איין זאך, גויאישקייט אין די מאגאזינען האב איך נישט זוכה געווען צו זען

איך בין מיט דיר
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

בענקעל האט געשריבן:און אז דו רעדסט פון די 'עונג שבת'. האסטו שוין געציילט אויפ'ן דעקל וויפיל מאל די אויסגאבע ליגט אויפ'ן שבת טיש?

:lol: :lol:

שטיגליץ האט געשריבן:
מיט די ערשטע דריי פערטל פון דיין תגובה האסטו מיר געכאפט.

אבער אינעם לעצטן פאראגראף מיט די הויזן טרעגער און יענקל'ס באקל שיך האסטו מיר פארלוירן, סך הכל איז עס א נאסטאלאגיע צו די אייגענע קינדער יארן וואס איז נאטירליך ביי יעדן נברא פון סיי וועלכן דור.

מיינע קינדער וועלן לכאורה אראפלייגן מיט נאסטאלאגיע פאר זייערע אייניקלעך וויאזוי עס האט אויסגעקוקט בימים ההם מיט פידזשעט ספינערס און אונטערן פלעיס.
דור דור ודורשיו

100 פּראָצענט!! גוט געזאגט!!
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

להודיע האט געשריבן:שטיגליץ האט עס זייער גוט מגדיר געווען. ס'איז דא ביי אסאך מענטשן אזא האבי זיך צו מתרפק זיין אויף די אמאליגע יארן מיט אזא נאסטאלגיע... מען שפירט זיך גוט צו רעדן פון דעם "אמאל", אה וואס ווייסן די היינטיגע יוגנט פון די בלויע הויזן געקויפט ביי וויזנער...

לגבי ליין מאטריאל אמאל און היינט. איך בין שוין אויך ב"ה איבערגעשפרייזט דעם בן שלושים לכח. אין מיינע יונגע בחורי'שע יארן האט דער עולם געליינט די שטארק אינהאלטסרייכע ביכלעך פון מקור חיים און המאיר לישראל פובלישינג. אזעלכע תוכנ'פולע ביכער ווי "דאס קינד אין געריכט", "פארכאפט אין נעץ", א צוואה פון הונדערט יאר", "אונטער די קאמיוניסטישע נעגל", "אויף די גאסן פון מאסקאווע", "א ריזיקאלישע געראנגל", א.א.וו. דאס האט אנגעפולט די קעפ פון די קינדער און די בחורים... אה ווי נעמט מען יענע שיינע צייטן.. היינט ליינען די קינדער ידיעות אין קינדליין און די בחורים ליינען שמועסן מיט לימאנאווער אין מאמענט.. וואס פארשטייען זיי צו אביסל קעי.זשי. בי. דראמא... וואס ווייסן זיי וועגן די צעדרייטע מעשיות פון חיים אליאב מיט יאיר וויינשטאק... אן אנדערע וועלט געווען. גיי זיי דאס מסביר פאר די היינטיגע דשענערעשין... אה ס'בענקט זיך...

חחח
ווי אזוי האט נאר געהייסען די בוק פון די גרינע כישוף אויג?
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

און מען איז דאן געווען צופרידען מיט די הויזן און סוועטער, מיט די פינאט באטטער ברויט? א פייג. און דאן האט מען זיך מער ווי אביסל געשעמט מיט גאר אסאך זאכען, יעדער אויף זיין שטייגער (עס קוקט אויס אז יעך בין עלטער פון א שיינעם פראצענט דא)
מען איז נישט געווען צופרידען ווייל מען איז געווען צופרידן, נאר, ווייל מען האט סייווי נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, האט מען זיך צופרידן "געמאכט" מיט'ן מצב, ווייל עס וואלט סייווי נישט געהאלפן אויב נישט.
ליין מאטריאל איז די זעלבע מעשה. עונג שבת, אידישע ליכט און בעלייכטונגען איז געווען א עדאלט אויסגאבע, אבער דאס קינד האט דאס געליינט, ווייל ער האט נישט געהאט עפעס אנדערש אדער בעסער פאר זיין יאהרגאנג!
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

גרויסע רעדנער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אן קיין תוכן איז איין זאך, גויאישקייט אין די מאגאזינען האב איך נישט זוכה געווען צו זען

איך בין מיט דיר

אויף דעם איז געזאגט געווארן ווער ס'פארשטייט פארשטייט וכו'
און די זעהסט נישט ווייל די פארשטייסט נישט

נעם למשל א וועכענטליכע בילדער אויסגאבע די וואך פון חמשה עשר בשבט, איז וועלכע רבי ס'האט א גרעסערע שענערע קאלירפול מער קונצליכע טאץ פרוכט איז לכאורה א גרעסערע רבי, ניין? פרעג דיין קינד

און וועלכע רבי מ'זעהט יעדע וואך אינעם ביכל ער איז לכאורה א גרעסערע רבי יא?

קומט אויס אז איינע אדער עטליכע פון די אמתדיגע גרויסע אדמורים בדורינו צוזאמען מיטן חאצאצקער רבי און "ראפי די קינג" (ביים איינקויפן דעם יו"ט ארדער אין פאמעגרעניט) זיי זענען די גרויסע רבי'ס

און אויפן צווייטע זייט בלעטל וואס זעהט מען? ווי אפאר חסידים לויפן נאך דעם רבין, נישט ממש רבי, נאר דעם 2018 עלעקשאן צוקענפטיגן לעגיסלעיטער פון איין געשעפט צום צווייטן דורכאויס דרייצן און זעכצנטער עוועניו און דערעולם נעמט אפ שלום

און ווער זענען דארט די ראש וראשון לכל דבר למען הכלל והפרט? די וואס שטייען שיין אויסגעשטעלט פארן בילד צוזאמען מיטן פאליס טשיף און מיטן מעיאר

אויב די מושגים פון פארגלייכן רבי'ס מיט סעלעבריטיס (אומדירעקט) זענען נישט גויאיש דאן איז טאקע נישט דא גויאישקייט דערין

לגביי עסקנים איז אלעמאל געווען אזוי אבער די יונגווארג האט נישט אזוי מיטגעהאלטן און אוודאי נישט מיט בילדער

דאס איז נאר אויפן שפיץ גאפל נאר לגביי בילדער אויסגאבעס , כ'רעדט שוין נישט פון אינטערוויא'ס מיט די סעלעברעטיס בדורינו
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

להודיע האט געשריבן:שטיגליץ האט עס זייער גוט מגדיר געווען. ס'איז דא ביי אסאך מענטשן אזא האבי זיך צו מתרפק זיין אויף די אמאליגע יארן מיט אזא נאסטאלגיע... מען שפירט זיך גוט צו רעדן פון דעם "אמאל", אה וואס ווייסן די היינטיגע יוגנט פון די בלויע הויזן געקויפט ביי וויזנער...

לגבי ליין מאטריאל אמאל און היינט. איך בין שוין אויך ב"ה איבערגעשפרייזט דעם בן שלושים לכח. אין מיינע יונגע בחורי'שע יארן האט דער עולם געליינט די שטארק אינהאלטסרייכע ביכלעך פון מקור חיים און המאיר לישראל פובלישינג. אזעלכע תוכנ'פולע ביכער ווי "דאס קינד אין געריכט", "פארכאפט אין נעץ", א צוואה פון הונדערט יאר", "אונטער די קאמיוניסטישע נעגל", "אויף די גאסן פון מאסקאווע", "א ריזיקאלישע געראנגל", א.א.וו. דאס האט אנגעפולט די קעפ פון די קינדער און די בחורים... אה ווי נעמט מען יענע שיינע צייטן.. היינט ליינען די קינדער ידיעות אין קינדליין און די בחורים ליינען שמועסן מיט לימאנאווער אין מאמענט.. וואס פארשטייען זיי צו אביסל קעי.זשי. בי. דראמא... וואס ווייסן זיי וועגן די צעדרייטע מעשיות פון חיים אליאב מיט יאיר וויינשטאק... אן אנדערע וועלט געווען. גיי זיי דאס מסביר פאר די היינטיגע דשענערעשין... אה ס'בענקט זיך...

;l;p-
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ווער ס'קוקט אן די בילדער מיט אזא בליק דארף א דאקטאר... מ'קוקט אביסל צו שטופן די צייט און זען וואס האט זיך געטוישט פון לעצטע וואך, און מ'גייט ווייטער.

לגבי אינטערוויוס מיט סעלעברעטיס האסטו עפעס רעכט, אבער נאכאלץ ראנג. זיי ווערן נישט קיין סעלעברעטיס ביים אינטערוויו, מען פארקויפט וואס דער ציבור וויל ליינען!! און היות איך און דיך זוכן דאס, די זינגערס באצאלן עס פאר אדווערטייזמענט, וועלן זיי דאס דעליווערן! נאכאלץ ווייט פון 'גויאישקייט'.

איי געס, ווער ס'פארשטייט פארשטייט....
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

להודיע האט געשריבן:שטיגליץ האט עס זייער גוט מגדיר געווען. ס'איז דא ביי אסאך מענטשן אזא האבי זיך צו מתרפק זיין אויף די אמאליגע יארן מיט אזא נאסטאלגיע... מען שפירט זיך גוט צו רעדן פון דעם "אמאל", אה וואס ווייסן די היינטיגע יוגנט פון די בלויע הויזן געקויפט ביי וויזנער...

לגבי ליין מאטריאל אמאל און היינט. איך בין שוין אויך ב"ה איבערגעשפרייזט דעם בן שלושים לכח. אין מיינע יונגע בחורי'שע יארן האט דער עולם געליינט די שטארק אינהאלטסרייכע ביכלעך פון מקור חיים און המאיר לישראל פובלישינג. אזעלכע תוכנ'פולע ביכער ווי "דאס קינד אין געריכט", "פארכאפט אין נעץ", א צוואה פון הונדערט יאר", "אונטער די קאמיוניסטישע נעגל", "אויף די גאסן פון מאסקאווע", "א ריזיקאלישע געראנגל", א.א.וו. דאס האט אנגעפולט די קעפ פון די קינדער און די בחורים... אה ווי נעמט מען יענע שיינע צייטן.. היינט ליינען די קינדער ידיעות אין קינדליין און די בחורים ליינען שמועסן מיט לימאנאווער אין מאמענט.. וואס פארשטייען זיי צו אביסל קעי.זשי. בי. דראמא... וואס ווייסן זיי וועגן די צעדרייטע מעשיות פון חיים אליאב מיט יאיר וויינשטאק... אן אנדערע וועלט געווען. גיי זיי דאס מסביר פאר די היינטיגע דשענערעשין... אה ס'בענקט זיך...

קען נישט בעסער ווערן ארויסגעברענגט...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גערעכט הרב מיללער, פון אמאל ביז היינט, איז א ריזיגע דיפערענץ.

ביינונז אין בראנסוויל קויפט מען סיי ווי בלויז עטליכע צייטונגען וליתר שאת די חסידי'ישע אויסגאבעס און צומאל דאס אויך נישט.

ס'פעלט ב"ה גארנישט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

דענק איך נאך ווען ס'געווען דעמאלט מעוררים אויפן אזוי אויפגעכאפטע "יפה בעתו" הלמאי ער באשרייבט וועלטלעכע זאכן און וואס? נפלאות הבורא, אלע סארט חיות, היסטארישע מלחמות,.. און דאס היינט פון די בעסטע כשרסטע אויסגאבעס.
אבער די היינטיגע דברי חשק דאס איז די ריכטיגע וואס שטייט און שו"ע או"ח סי' שז.
לעצט פארראכטן דורך מאתים אום זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 10:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
'ומאתים לנוטרים את פריו'
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

שטיגליץ האט געשריבן:איך זעה נישט די געוואלדיגע ירידה, ביי פילע אידן יראים ושלמים פונעם עלטערן דור איז די ניו יארק טיימס אדער פאוסט געווען א עולה על שולחן בעלי בתים און היינט איז עס בבל יראה וימצא.

אוודאי האבן פארשידענע היינטיגע אויסגאבעס זייערע אייגענע פראבלעמען, יעדע דור מיט זיינע נסיונות, אבער עס אראפלייגן כאילו דער אמאל איז געווען אויסטערליש גלאררייך אין דעם הינזיכט איז היפש פארפירעריש.

עפעס א פארגלייך?
קודם רוב רוב פונעם חורבן אייראפע אנגעקומענע זענען געשטאנען ווייט דערפון, און טאקע דערפאר אויפגעשטעלט אזאנע דורות,
אבער אפילו ווער יא, האט עס געהאט צו וויסן מער די וועלטלעכע נייעס ארום און ארום און מ'האט געוויסט אז דאס איז דער גוי, און צום יו"ט האט דאס קיין שייכות , דא רעדט מען פון א דור וואס וואקסט אויף אז א יו"ט באדייט מאגאזין'ס אויף יודיש וואס פארקויפט יודישקייט, ועמי המיר כבודי בלא יועיל.....
'ומאתים לנוטרים את פריו'
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:חחח
ווי אזוי האט נאר געהייסען די בוק פון די גרינע כישוף אויג?

״ווי איז יוסי?????״
(Correction: פארוואס איז ער פארשווינדען)
וואס פארשטייען היינטיגע OTDs? זיי ווארפען אראפ פון זיך יעדער עול! ניטאמאל ווערן זיי מעמבערס אין א קולט...
לעצט פארראכטן דורך פיצי קעפעלע אום זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 3:56 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

בענקעל האט געשריבן:און אז דו רעדסט פון די 'עונג שבת'. האסטו שוין געציילט אויפ'ן דעקל וויפיל מאל די אויסגאבע ליגט אויפ'ן שבת טיש?

די זעלבע מיט די יו״ט׳דיגע Ami און מאמענט
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

מונאוויטש האט געשריבן:מיינע וועכנטליכע היילייטס: די ווערטער-פאזל אין דער איד אויף זייט 21 (פון ר' אורי שווארץ, אויב איך האב נישט קיין טעות), מחניים ביכלעך, קליינע זאכן פון די גרויסע וועלט אין די אידישע ליכט, די חידות און עצות אין די עונג שבת, וועלכע האט אויך צוגעשטעלט ציענדע "דאן אלפאנסא" פארזעצונגען. בערל שווארץ'ס מאמרים אין די צייטונג, יפה בעתו, אלישב כהן, ועוד. זה בכה וזה בכה, אבער קיין לאקשן האט מען נישט געשטאפט אין אונזערע קעפ.

אזוי גוט אפצושרייבען מיינע מחשבות??? די זעלבע זאכען האב איך ענדזשוי מידי שבוע בשבוע........ ווי אויך די "מערקווירדיג" אין די אידישע ליכט, און די פארזעצונג "אין שטורעמישע וואסערן", איי.....
כהאב אויך געגליכען שאול קליינס מאמרים אין די צייטונג,
הוי ווי נעמט מען די גוטע צייטן.....
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”