קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:להודיע האט געשריבן:שטיגליץ האט עס זייער גוט מגדיר געווען. ס'איז דא ביי אסאך מענטשן אזא האבי זיך צו מתרפק זיין אויף די אמאליגע יארן מיט אזא נאסטאלגיע... מען שפירט זיך גוט צו רעדן פון דעם "אמאל", אה וואס ווייסן די היינטיגע יוגנט פון די בלויע הויזן געקויפט ביי וויזנער...
לגבי ליין מאטריאל אמאל און היינט. איך בין שוין אויך ב"ה איבערגעשפרייזט דעם בן שלושים לכח. אין מיינע יונגע בחורי'שע יארן האט דער עולם געליינט די שטארק אינהאלטסרייכע ביכלעך פון מקור חיים און המאיר לישראל פובלישינג. אזעלכע תוכנ'פולע ביכער ווי "דאס קינד אין געריכט", "פארכאפט אין נעץ", א צוואה פון הונדערט יאר", "אונטער די קאמיוניסטישע נעגל", "אויף די גאסן פון מאסקאווע", "א ריזיקאלישע געראנגל", א.א.וו. דאס האט אנגעפולט די קעפ פון די קינדער און די בחורים... אה ווי נעמט מען יענע שיינע צייטן.. היינט ליינען די קינדער ידיעות אין קינדליין און די בחורים ליינען שמועסן מיט לימאנאווער אין מאמענט.. וואס פארשטייען זיי צו אביסל קעי.זשי. בי. דראמא... וואס ווייסן זיי וועגן די צעדרייטע מעשיות פון חיים אליאב מיט יאיר וויינשטאק... אן אנדערע וועלט געווען. גיי זיי דאס מסביר פאר די היינטיגע דשענערעשין... אה ס'בענקט זיך...
חחח
ווי אזוי האט נאר געהייסען די בוק פון די גרינע כישוף אויג?
פארוואס איז ער פארשוואונדן פון חיים אליאב
מיין טאטע האט מיך נישט געלאזט ליינען די ביכל ווייל סאיז צו גויאיש האב איך געבעטען א חבר זאל מיך עס ברענגען אין חדר און דארט האבעך עס געליינט... דאס איז שוין געווען די טריפהנע ביכער אין יענע צייטן...