ליין מאטריאל - סוכות תשע"ט

די אחראים: אחראי, געלעגער

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4578
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 5:47 pm

בעקיטשע האט געשריבן:
יעזורו.JPG

http://online.pubhtml5.com/gxop/jtcu/
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 6:35 pm

מיין פירס"ט אפיניען אויף די אידישע אויסגאבעס, אדער ווי מען רופט עס מושכל ראשון.
דער בלאט און דער איד זענען לעת עתה נאך נישט ערשינען ממילא....
איז אזוי, די וואך - אהער געשטעלט גאר א רייכע פארש ארבעט מיט די מערכות, זייער שיין באשריבן, באגלייט מיט דאקומענטן און בילדער, עס איז גאר אינטערעסאנט פאר חובבי ידיעות, בפרט ווען דער נייער דור פון לייינער געדענקט שוין שווערליך אויך די לעצטערע מערכות, (פינקל, שייטלען) איז דאס גאר אינטערעסאנט, די זעלבע די דיקע ביילאגע איז אויך גאר תוכן'דיג און אינטערעסאנט, פארשטייט זיך אויף א אנדערע אופן.
א בליק - איז פיין, א קלויזענבורגע חסיד וועט זיך באלעקן, ממש זייער שיין, מיט היסטאריע און וואס נישט, זייער נייע קאלום מיט דער קרית יואל'ע דיין איז אויך רייך און אינפראמאטיוו, און די זעלבע די וויליאמסבורגע דראון פראיעקט איז גאר רייך פאר וויליאמסבורגע תושבים, מיט אסאך אינטערעסאנטע אויפפאסונגען. בנוגע די איסט סייד פראיעקט, האמת אגיד אז עס האט מיר איבעראשט.
מאמענט - האב איך נאר פונעם דעקל אפגעלערנט אז עס איז דא עפעס... אבער איך וועל מיר אפהאלטן פון שענקען מיין מיינוג ווי לאנג איך וועל עס זעהן פון אינעווייניג.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1873
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 6:40 pm

רעבישע האט געשריבן:איך האב גע זעען בליק מיט די וואך אין הציבור לפי דעתי שטייט א בליק שטערקער פין אלע די יום טוב גאר שיין אין הערליך עס לוינט זיך באמת צו קויפען א בליק

אויב וואלט מען פארקויפט דעקלעך ביסטו גערעכט, די שאלה איז וואס טוט זיך אינעווייניג...

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1873
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 6:41 pm

משהגראס האט געשריבן:ס'נעבעך א ווייטאג וויפיל געלט די אידישע מאגעזינען גיסן אריין ביפאר אזאנא ימים טובים פאר די תוכן פון זייערע אויסגאבעס,
מאמענט קען איך נאך האלב פארשטיין ווייל עס איז א גאנץ יאר געבויעט אויף תוכן, און אז עס קומט א יום טוב מיז ער זיך מער צישטעלן, אבער אזא די וואך מיט א בליק וואס זענען געבויעט אויף נערישקייטן מיט בילדער, פארוואס ספענדן זיי אזויפיל געלט? די שרייבערס, די פרינטינג, אפילי נאכפארשן דעי אלע געשרייבעכטסער קאסט דאך א געוואלד מיט געלט

ס'איז נישט קיין ווייטאג, ביידע פון זיי פארקויפן גאר אסאך וועכנטליך. (איך וויל נישט זאגן ספעציפיש אז זיי פארקויפן מער פון דעם אדער יענעם, ווייל ס'איז נישט שיין). א גאנץ יאר קאסט עס זיי נישט אזוי סאך, כאטש אויף יום שטעלן זיי צו סחורה פאר זייער באזע. גארנישט קיין 'נעבעך'.

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 7:46 pm

משהגראס האט געשריבן:ס'נעבעך א ווייטאג וויפיל געלט די אידישע מאגעזינען גיסן אריין ביפאר אזאנא ימים טובים פאר די תוכן פון זייערע אויסגאבעס,
מאמענט קען איך נאך האלב פארשטיין ווייל עס איז א גאנץ יאר געבויעט אויף תוכן, און אז עס קומט א יום טוב מיז ער זיך מער צישטעלן, אבער אזא די וואך מיט א בליק וואס זענען געבויעט אויף נערישקייטן מיט בילדער, פארוואס ספענדן זיי אזויפיל געלט? די שרייבערס, די פרינטינג, אפילי נאכפארשן דעי אלע געשרייבעכטסער קאסט דאך א געוואלד מיט געלט


האלסט עכט אז אויב עס וואלט זיך זיי נישט געלוינט וואלט זיי עס געטוהן? עס ברענגט זיי זיכער אסאך מער ליינער און קויפער.

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 10:49 pm

גייענדיג אין געשעפט קויפן די נייע אויסגאבעס האב איך מיטגענומען נאך א צענער פאר די יערליכע נייע יו''ט פרייזן, (וואסי שוין נישטיגע ניין אין ניינציג צענט?!..) צו מיין וואונדער האבן זיי מחליט אז די צייט איז נאכניש רייף אויף דעם סיזען צו הייבן די פרייז דעריבער איך וויל מיך דא אינעם עפענטליכקייט באדאנקען פאר אלע אויסגאבעס וואס זענען געבליבן מיטן פאריעריגן יו''ט פרייז אין נאכנישט ארויפגערוקט מיט נאך א טאלער...

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 10:56 pm

משהגראס האט געשריבן:ס'נעבעך א ווייטאג וויפיל געלט די אידישע מאגעזינען גיסן אריין ביפאר אזאנא ימים טובים פאר די תוכן פון זייערע אויסגאבעס,
מאמענט קען איך נאך האלב פארשטיין ווייל עס איז א גאנץ יאר געבויעט אויף תוכן, און אז עס קומט א יום טוב מיז ער זיך מער צישטעלן, אבער אזא די וואך מיט א בליק וואס זענען געבויעט אויף נערישקייטן מיט בילדער, פארוואס ספענדן זיי אזויפיל געלט? די שרייבערס, די פרינטינג, אפילי נאכפארשן דעי אלע געשרייבעכטסער קאסט דאך א געוואלד מיט געלט

גא"מ
צווישען אלע אידישע מאגאזינען קומט מסתמא ארויס א קנאפע צען טויזענט בלעטער ליין מאטריאל
ווען מזאל ווען ספענדען דאס געלט ארויסצוגעבן א פינף זעקס חיבורים מיט חידושי תורה וואלט די וועלט מער ניצען געהאט.

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:02 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:
משהגראס האט געשריבן:ס'נעבעך א ווייטאג וויפיל געלט די אידישע מאגעזינען גיסן אריין ביפאר אזאנא ימים טובים פאר די תוכן פון זייערע אויסגאבעס,
מאמענט קען איך נאך האלב פארשטיין ווייל עס איז א גאנץ יאר געבויעט אויף תוכן, און אז עס קומט א יום טוב מיז ער זיך מער צישטעלן, אבער אזא די וואך מיט א בליק וואס זענען געבויעט אויף נערישקייטן מיט בילדער, פארוואס ספענדן זיי אזויפיל געלט? די שרייבערס, די פרינטינג, אפילי נאכפארשן דעי אלע געשרייבעכטסער קאסט דאך א געוואלד מיט געלט

גא"מ
צווישען אלע אידישע מאגאזינען קומט מסתמא ארויס א קנאפע צען טויזענט בלעטער ליין מאטריאל
ווען מזאל ווען ספענדען דאס געלט ארויסצוגעבן א פינף זעקס חיבורים מיט חידושי תורה וואלט די וועלט מער ניצען געהאט.

איך פראביר צו פארשטיין, ווייל אינז זעמיר אידן מעגן אינז נישט ליינען? אנשטאט געבן בעקינג פאר חברה וואס געבן ארויס פיינע אידישע ליין מאטריאל איז מען פארנימען זאגן ווי גוט די וועלט וואלט געשטאנען אויב די געלט גייט פאר חידושי תורה, פעלט דען חידושי תורה?. וואס איז שלעכט מיט היימישע ליין מאטריאל? קאם אן, געניג געווען מיט די אנגעצויגענע אידישקייט

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:08 pm

אקעי סארי כאב דערמאנט חידושי תורה, הס מלהזכיר
פשוט ספענד דאס געלט פאר עפעס וואס בלייבט, סימפל, דעי מאגזינען בלעטערט מען דורך א האלבע מאל און מטראסקעט עס ארין אין גארבעזש
ווילסט ליין מאטריאל זאל זיין ליין מאטריאל, שטעל צי א שיינע ביכל תולדות פון א צדיק צי אפילו א שיינע מעשה וואס מעג אפילו זיין פיקטיוו אויב איר ווילט זייער שטארק
אלץ קינד פלעג איך דארעכליינען די ביכער ביי אינז אינדערהיים צענדליגע מאל!
היינט זענען זיבן דאלערדיגע ביכלעך דיספאזעבל

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:43 pm

רעבישע האט געשריבן:איך האב גע זעען בליק מיט די וואך אין הציבור לפי דעתי שטייט א בליק שטערקער פין אלע די יום טוב גאר שיין אין הערליך עס לוינט זיך באמת צו קויפען א בליק

שוין געקויפט. דירעקט נישט נתפעל געווארן. א קלויזענבורגער חסיד קען אפשר הנאה האבן און מיינע קינדער האבן שוין געהערט די סידי יעצט. אך דא עקא,,, ס'האט א פארזעצונג מעשה..

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:58 pm

ליינער האט געשריבן:אויך קומט מיט די העולם החרדי בילדער העפט


סיי די בקהילה און די ענגלישע Mishpacha באשרייבן ר' יצחק שפירא פון לאנדאן.

א צופאל?

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1873
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 12:50 am

גולם פון פראג האט געשריבן:אקעי סארי כאב דערמאנט חידושי תורה, הס מלהזכיר
פשוט ספענד דאס געלט פאר עפעס וואס בלייבט, סימפל, דעי מאגזינען בלעטערט מען דורך א האלבע מאל און מטראסקעט עס ארין אין גארבעזש
ווילסט ליין מאטריאל זאל זיין ליין מאטריאל, שטעל צי א שיינע ביכל תולדות פון א צדיק צי אפילו א שיינע מעשה וואס מעג אפילו זיין פיקטיוו אויב איר ווילט זייער שטארק
אלץ קינד פלעג איך דארעכליינען די ביכער ביי אינז אינדערהיים צענדליגע מאל!
היינט זענען זיבן דאלערדיגע ביכלעך דיספאזעבל

אז דו ווארפסט אוועק די מאטריאל ביז א האלבע שעה, בעט דיך קיינער נישט צו קויפן. קויף נישט און שריי נישט. די קויפערס האבן הנאה און אז נישט וועלן זיי טון וואס זיי האבן צו טון.

אגב, אויב סיפורי צדיקים איז דיר אינטערעסאנט, א בליק האט דאכט זיך א ביכל אויפן הייליגער ריבניצער.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:02 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:אקעי סארי כאב דערמאנט חידושי תורה, הס מלהזכיר
פשוט ספענד דאס געלט פאר עפעס וואס בלייבט, סימפל, דעי מאגזינען בלעטערט מען דורך א האלבע מאל און מטראסקעט עס ארין אין גארבעזש
ווילסט ליין מאטריאל זאל זיין ליין מאטריאל, שטעל צי א שיינע ביכל תולדות פון א צדיק צי אפילו א שיינע מעשה וואס מעג אפילו זיין פיקטיוו אויב איר ווילט זייער שטארק
אלץ קינד פלעג איך דארעכליינען די ביכער ביי אינז אינדערהיים צענדליגע מאל!
היינט זענען זיבן דאלערדיגע ביכלעך דיספאזעבל

אז דו ווארפסט אוועק די מאטריאל ביז א האלבע שעה, בעט דיך קיינער נישט צו קויפן. קויף נישט און שריי נישט. די קויפערס האבן הנאה און אז נישט וועלן זיי טון וואס זיי האבן צו טון.

אגב, אויב סיפורי צדיקים איז דיר אינטערעסאנט, די וואך האט (דאכט זיך) א ביכל אויפן הייליגער ריבניצער.

שבתי בוים
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובהדורך שבתי בוים » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:18 am

אזוי ווי ס'איז ארויסגעקומען א נייע מין באשעפעניש אויף דער וועלט וואס איז נאך נישט געווען מימות עולם, עפעס אזא סארט זאך ווי א צייטונג \\ מאגאזין \\ זשורנאל \\ אויסגאבע, גייט מען יעצט דעבאטירן, צי די זאך מאכט בכלל סענס, בפרט אז נאך א וואך ווארפט מען עס אוועק, ממילא, וועלכער משוגענער זאל צאלן געלט פאר א זאך וואס האלט זיך קוים א וואך (איי א טונא בייגל? יש לישב אז ס'האלט זיך לענגער, ס'בלייבט די פונטן) און מ'בעט דער עולם זאל קומען אפגעבן א שטימע און זאגן א מיינונג.
#זעלבע_טראלס_יעדן_יו"ט

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1873
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:23 am

אזוי ס'קומען אן נייע מיני באשעפענישן אויף דער אייוועלט וואס איז נאכנישט געווען מימות יהושיע בן נון עפעס אזוי ווי מענטשן // ניקס // שרייבערס // קאמענטירער, גייט מען יעצט דעבאטירן צו וואס זיי זאגן מאכט בכלל סענס, בפרט אז נאך א וואך גייט דער אשכול אראפ פון טיש....

#זעלבע_באצאלטע_ניקס_יעדע_וואך

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1873
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:25 am

די 'בקהילה' איז מיין פעוואריט מאגאזין יעדן יום טוב, אויסער רבלין'ס פאליטיק זע איך נישט עפעס אינטערעסאנט דאסמאל, וועל מיר גיין תיכף צום צווייטן, די 'עמי'.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 2:01 am

Naftule האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:אקעי סארי כאב דערמאנט חידושי תורה, הס מלהזכיר
פשוט ספענד דאס געלט פאר עפעס וואס בלייבט, סימפל, דעי מאגזינען בלעטערט מען דורך א האלבע מאל און מטראסקעט עס ארין אין גארבעזש
ווילסט ליין מאטריאל זאל זיין ליין מאטריאל, שטעל צי א שיינע ביכל תולדות פון א צדיק צי אפילו א שיינע מעשה וואס מעג אפילו זיין פיקטיוו אויב איר ווילט זייער שטארק
אלץ קינד פלעג איך דארעכליינען די ביכער ביי אינז אינדערהיים צענדליגע מאל!
היינט זענען זיבן דאלערדיגע ביכלעך דיספאזעבל

אז דו ווארפסט אוועק די מאטריאל ביז א האלבע שעה, בעט דיך קיינער נישט צו קויפן. קויף נישט און שריי נישט. די קויפערס האבן הנאה און אז נישט וועלן זיי טון וואס זיי האבן צו טון.

אגב, אויב סיפורי צדיקים איז דיר אינטערעסאנט, די וואך האט (דאכט זיך) א ביכל אויפן הייליגער ריבניצער.

גראדע האט איר פיין ציגעטראפען!
איך גלייך זייער די אלטע בילדער פין די וואך אין איך קויף עס יעדע יום טוב נאר פאר די היסטארישע בילדער (א גאנץ יאר נעם איך עס נישט אפילו בחינם)
באמת איז די גאנצע ענין פון דריקן א גאנץ ביכל פון בילדער בכלל נישט אזוי גיטע עסק, אבער אז מ'דריקט שוין יא זאל עס שוין זיין פון א פריערדיקע צדיק אמת,

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 4:10 am

דער איד
צוגעלייגטע
30 Articles - Der Yid.png
30 Articles - Der Yid.png (444.7 KiB) געזעהן 774 מאל

Naftule
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 4:21 am

בלויז 1 דאלער
rps20180921_041945.jpg
rps20180921_041945.jpg (323.31 KiB) געזעהן 774 מאל

מוציא לאור
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 2:49 pm

תגובהדורך מוציא לאור » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:08 am

איך ווייס נישט אויב דא איז די פלאץ איך מיין די פלאץ איז לעבן בקהילה און משפחה אבער שוין זאל זיין

IMG-20180920-WA0022.jpg
IMG-20180920-WA0022.jpg (192.08 KiB) געזעהן 692 מאל
געבט א כתב יד - און באקומט א ספר

פראצעדור
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:26 am

Naftule האט געשריבן:בלויז 1 דאלער
rps20180921_041945.jpg


ווי שעמט זיך נישט א יוד א טאג נאך יום הקדוש
צו קיקען און א צייטונג פון אלטע שמוציגע כופרים ואפקורסים??

נפשנו
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 4:50 pm

תגובהדורך נפשנו » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:28 am

בריוועלע האט געשריבן:
נפשנו האט געשריבן:א בליק זעט אויס גאר גאר פיין, שענער פון סיי וואסערע אויסגאבע דעם יום טוב

שמח נפשינו": זאג אונז ביטע פון אונטער דער פלאסטיק, וואס פארקויפט א בליק, רייץ אונז אן עס צו קויפן, זענען טאקע זייערע קאלום רייך און גוט?


נישט דא וואס צו רעדן אויף דעם יום טוב איז דא פיינע סחורה ווי קיינמאל בעפאר, אלע אויסגאבע׳ס זענען מלא וגדוש מיט רייכע סחורה, אנגעהויבן פון דער מאמענט וואס כסדרם האבן זיי צוגעשטעלט זייער א געלונגענע ארבעט, און א פונקליכע מיקס פון לייכטע און גרעסערע זאכן ס׳זאל זיין פון אלע מינים. די וואך איז אויך זייער שיין, עסקטער דער מערכות ביכל (הגם וואס דער ויז’ניץ פראיעקט איז עטוואס לעכערליך, אבער נישט געפערליך) וואס איז זייער שטארק, אבער נאכאלץ בין איך ביי דער מיינונג אז א בליק האט יעדעם איבערגעשטיגן דעם יום טוב, ראשית כל אלס וויליאמסבורגער האב איך זיך באלעקט די פינגער מיט דער וויליאמסבורג ביכל ווי דער שטאט ווערט מעכטיג ארומגענומען ממש צום פינטל, קורץ און שארף וגם לרבות די דראון בילדער וואס האט געהאלטן געשפאנט מיינע קינדער פאר שעות. ווייטער דער שפיאניר פראיעקט פון זילבער איז אייזן (אגב, ס׳שמעקט אביסל פון צוריק צו וועג׳ס פון קינדליין, אבער אויף א דור שפעטער) דער קלויזענבורג ביכל איז אויך נישט אוועקצומאכן, הויפנ׳ס פון אומבאקאנטע בילדער פונעם קלויזענבורג׳ע רב ז״ל, דער באשרייבונג פון רבי געציל איז גאר אינטרעסאנט, ווייסעך נישט פארוואס קיינער האט אים נישט באשריבן ביז יעצט, בקיצור טאקע אן אויפרייס.
בעפאר איך פארגעס פאר די וואס האבן זיך געדרייט אויף די אשכול פון שטובער פון פערסענעלעטי דיסארדער עלטערן ווי אני הקטן האט געשריבען לענגערע אנאליזן ווייסן צו זאגן אז די היינטיגע נפשי איז זייער נאענט צו מיין הארץ ואכמ״ל.

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:55 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:די 'בקהילה' איז מיין פעוואריט מאגאזין יעדן יום טוב, אויסער רבלין'ס פאליטיק זע איך נישט עפעס אינטערעסאנט דאסמאל, וועל מיר גיין תיכף צום צווייטן, די 'עמי'.


אוי וויי. שוין געקויפט ):

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 9:06 am

Naftule האט געשריבן:בלויז 1 דאלער
rps20180921_041945.jpg

עס פאסט גאנץ גוט אריין מיט טייל אנדערע וואס זענען דא געברענגט געווארן
שויתי ה' לנגדי תמיד

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1873
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 9:38 am

ידעתי האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די 'בקהילה' איז מיין פעוואריט מאגאזין יעדן יום טוב, אויסער רבלין'ס פאליטיק זע איך נישט עפעס אינטערעסאנט דאסמאל, וועל מיר גיין תיכף צום צווייטן, די 'עמי'.


אוי וויי. שוין געקויפט ):

אויב שוין געקויפט, באלעקט דיר מיט די פאליטישע ביילאגע פון ריבלין, ער איז צוקער זיס.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט