ליין מאטריאל - סוכות תשע"ט

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 11:04 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:נאך א נקודה, עס איז שוין די דריטע יום טוב וואס דו געבסט זיי דעם מעדאל. ועוד.

;l;p-

די וואך מעג שוין אויך אויפנעמען א פען אויף אייוועלט.. כ'האף נאר די הנהלה נעמט באצאלט פון דעי אלע אויסגאבעס וואס זייערע ניקס גיסן זיך דא אויס יעדע יו''ט..

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 11:28 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:נאך א נקודה, עס איז שוין די דריטע יום טוב וואס דו געבסט זיי דעם מעדאל. ועוד.

אויך באמערקט, כ'האב מיך אבער איינגעהאלטן.... ס'איז גראדע די ערשטע מאל וואס ס'מאכט כאטש סענס וואס ער זאגט, פאריגע ימים טובים איז עס נישט געווען פאר די אויגן צו נעמען... דאס מאל איז פארהאן עפעס לייטישע זאכן דערין צווישן די טויזנטער זייטן.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 7:18 am

תכלית איך וויל מיך ערלויבען לכבוד חוה''מ איין אויסגאבע וועלכע זאל איך קויפן?

נ.ב. עס אינטרעסירט מיך נישט קיין בילדע פון קיין לעבידיגע רביס און איך בין נישט קיין קויזענבורגער

אנפין נהירין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 2:01 pm

תגובהדורך אנפין נהירין » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 2:03 pm

איינער האט געזען אין א בליק פון די ווילי אויסגאבע שרייבן זיי ביי וויזניץ 6 Lee איז געווען א פייער סטעשין, יעדער וואס ווייסט א טראפ היסטורי ווייסט דארט איז געווען א פאליס סטעשין, עס מאכט אפילו נישט קיין סענס אויף די פיקשער זעט מען א פאליס קאר אין אויף די בנין זעט מען נישט קיין זכר פון א פייער סטעשין...

אוועטאר
יאקאן דינעלי
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2018 12:23 pm

תגובהדורך יאקאן דינעלי » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 2:43 pm

לאנדאנער האט געשריבן:תכלית איך וויל מיך ערלויבען לכבוד חוה''מ איין אויסגאבע וועלכע זאל איך קויפן?

נ.ב. עס אינטרעסירט מיך נישט קיין בילדע פון קיין לעבידיגע רביס און איך בין נישט קיין קויזענבורגער

מיינע צוויי צענט..
פון אידישע אויסגאבעס האט מאמענט געוואונען דעם יו''ט, אסאך חומר מיט אינטערעסאנטע ארטיקלען.

די וואך האט א מעכטיגע ריבניץ ביילאגע מיט הונדערטער בילדער וואס 'איך' האב נאך קיינמאל נישט געזעהן, אויך זייער שומר שבת פריעקט איז א קריעטיוו איידיע אין גאנץ אינטערעסאנט, די קאסוב-וויזניץ ביילאגע טערעסירט מיך אזוי ווי די קלויזענבורג ביילאגע פון א בליק, ווייטער די 'מערכות ביילאגע' איז גאר היסטאריש אין אינטערעסאנט אין גייט אי''ה ווערן אוועקגעלייגט אין מיינע ארכיווען.

א בליק האט א גאר אינערעסאנטע פראיעקט דאס איז די דראון בילדער פון ירושלים דאמעריקע 'וויליאמסבורג' וואס איז גאר אינטערעסאנט פאר איינער וואס וואוינט דארט אדער קומט פון דארט (הגם מיך באדערט זייער איינזייטיגקייט -בכלליות- בפרט אין דעם ביכל וואס דארף צו דעקן אפעציעל יעדעם איז אבער פארזעהן געווארן לדוגמא לי גארדענס שוהל (שטח הישן.. די נייע איז געקאווערט) מוירטל, קליימער, קינגסטערעס, וכו' מ'רעדט דאך דא פון 'שטיקער וויליאמסבורג' וואס צוליב דעם איז עס נישט קיין דבר השלם אבער ס'איבעריגע איז זייער אינטערעסאנט) ווייטער האבן זיי דעם הנסתרות פראיעקט איז גאנץ אינטערעסאנט, והעולה על כולם איז די מעכטיגע 'איסט סייד ביילאגע' וואס איז שטיקער היסטאריע פון דער אלטער היים אין אמעריקע מיט א לייוו שרייבער/פראטאגעפער אויפן צענע, גייט אויך ווערן אוועקלייגט. (הערה: די נייע פראיעקט פון באשרייבן נייע שוהל'ן וואלט איך איך גערופן אלטע פראיעקט.. די ארטיקעל איז שוין געווען אין מאמענט און אין די צייטונג פאר א חודש צוויי צוריק)

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 2:48 pm

יאקאן דינעלי האט געשריבן:

שקויעך

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 2:42 am

אנפין נהירין האט געשריבן:איינער האט געזען אין א בליק פון די ווילי אויסגאבע שרייבן זיי ביי וויזניץ 6 Lee איז געווען א פייער סטעשין, יעדער וואס ווייסט א טראפ היסטורי ווייסט דארט איז געווען א פאליס סטעשין, עס מאכט אפילו נישט קיין סענס אויף די פיקשער זעט מען א פאליס קאר אין אויף די בנין זעט מען נישט קיין זכר פון א פייער סטעשין...

סארא טעות... זעהט אויס אז יענער קען טאקע ניטאמאל קיין טראפ 'היסטורי'... אזא פארדריסליכע טעות..

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 2:49 am

לאנדאנער האט געשריבן:
יאקאן דינעלי האט געשריבן:
לאנדאנער האט געשריבן:
א בליק האט א גאר אינערעסאנטע פראיעקט דאס איז די דראון בילדער פון ירושלים דאמעריקע 'וויליאמסבורג' וואס איז גאר אינטערעסאנט פאר איינער וואס וואוינט דארט אדער קומט פון דארט (הגם מיך באדערט זייער איינזייטיגקייט -בכלליות- בפרט אין דעם ביכל וואס דארף צו דעקן אפעציעל יעדעם איז אבער פארזעהן געווארן לדוגמא לי גארדענס שוהל (שטח הישן.. די נייע איז געקאווערט) מוירטל, קליימער, קינגסטערעס, וכו' מ'רעדט דאך דא פון 'שטיקער וויליאמסבורג' וואס צוליב דעם איז עס נישט קיין דבר השלם

שקויעך

מיך אויך געגרילצט אין אויער זייער בייעס לגבי הופער און ראדני והמסתעף. און ווילסט מיר פארקויפן אז דאס איז נישט פאר גוט באצאלט.. נאר נאטורלעך..
אז מ'צאלט גייען זאכן נאטורלעך. איך פארנעם דאס אבער נישט .

וועל איך בלייבן ביי די סוכות אויסגאבע.

קניידעל
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 10, 2017 4:19 pm

תגובהדורך קניידעל » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 5:06 am

מיסטעריעז האט געשריבן:נאך א נקודה, עס איז שוין די דריטע יום טוב וואס דו געבסט זיי דעם מעדאל. ועוד.

מיין בוזשעט ערלויבט נישט א פיפציגער א וואך פאר די אלע אויסגאבע׳ס דעריבער וויסעך נישט וואס טוט זיך דארט א גאנץ יאר, ווען עס קומט אבער צו די יום טוב אויסגאבע׳ס קען איך זיך נישט איינהאלטן, זעט אויס אז יום טוב מאכן זיי א גוטע ארבעט....(אויב ווילסטו עס תולה זיין אין א בייעס, בכבוד גדול)

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 8:30 am

משה כהן האט געשריבן:
אנפין נהירין האט געשריבן:איינער האט געזען אין א בליק פון די ווילי אויסגאבע שרייבן זיי ביי וויזניץ 6 Lee איז געווען א פייער סטעשין, יעדער וואס ווייסט א טראפ היסטורי ווייסט דארט איז געווען א פאליס סטעשין, עס מאכט אפילו נישט קיין סענס אויף די פיקשער זעט מען א פאליס קאר אין אויף די בנין זעט מען נישט קיין זכר פון א פייער סטעשין...

סארא טעות... זעהט אויס אז יענער קען טאקע ניטאמאל קיין טראפ 'היסטורי'... אזא פארדריסליכע טעות..

איך אלץ א וויליאמסבורגע געבוירענער האב עס געקויפט מיינענדיג אז איך וועל הנאה האבן פון די אויסגאבע עס איז סתם בילדער און דראון בילדער אבער גאר נישט קיין Major שיינע באשרייבונג פון וויליאמסבורג,

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 9:20 am

קניידעל האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:נאך א נקודה, עס איז שוין די דריטע יום טוב וואס דו געבסט זיי דעם מעדאל. ועוד.

מיין בוזשעט ערלויבט נישט א פיפציגער א וואך פאר די אלע אויסגאבע׳ס דעריבער וויסעך נישט וואס טוט זיך דארט א גאנץ יאר, ווען עס קומט אבער צו די יום טוב אויסגאבע׳ס קען איך זיך נישט איינהאלטן, זעט אויס אז יום טוב מאכן זיי א גוטע ארבעט....(אויב ווילסטו עס תולה זיין אין א בייעס, בכבוד גדול)

פארוואס בייעס? צורך פרנסה איז א וויכטיגע זאך...
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 1:55 am

די בליק איז געווען זייער בייעס למשל כמעט א גאנצע פעידזש פון הופפער אין איין פיקטשער פון די בלאק פון ראדני
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

שלום עליכם אייך
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 29, 2015 12:28 pm

תגובהדורך שלום עליכם אייך » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 9:31 am

דער וואך אין דער מאמענט איז געוועהן הערליך!

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 10:29 am

Potus האט געשריבן:די בליק איז געווען זייער בייעס למשל כמעט א גאנצע פעידזש פון הופפער אין איין פיקטשער פון די בלאק פון ראדני

זעט אויס אז נישט אלע טעגלאשן האבן איבעריגע געלטער.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22099
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 11:11 am

בענקעל האט געשריבן:טיילווייזע שמחות יו"ט

ישר כחכם פארן מודיע וויפיל איך האב זיך געשפארט מיטן קויפן בלויז צוויי פשוט'ע צייטונגען.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 4:50 pm

קניידעל האט געשריבן:גא״מ צו די חברים וואס האבן געגעבן פארן בליק די אויסצייכענונג אלס שענסטע אויסגאבע היינטיגע יום טוב!
נישט אז איך מאך חלילה אוועק די אנדערע גאר געלונגענע אויסגאבע׳ס וואס האבן אהערגעשטעלט מעכטיגע זאכן, דאך שטייגט א בליק שטארק איבער נישט ווייל זיי האבן למעשה צוגעשטעלט די מערסטע עמודים (יו בעטער בעליב איט, כ׳האב געציילט), נאר וויבאלד יעדן עמוד אהן אויסנאם איז מלא וגדוש מיט רייכע תוכן.

נאך א נקודה איז דאס וואס א בליק פארמאגט איינארטיגע פראיעקטן, נישט סתם נאך אן אינטערויא מיט א פאפולערע פערזאן אדער א בילדער קאלעקציע פון א נושא פון די היסטוריע ביכר, נאר די אויסגאבע איז בארייכערט פון איינארטיגע און ערשטמאליגע פראיעקטן און רובריקן א שטייגער ווי די דראון און הנסתרות פראיעקטן און קאמי שפיל און לעבעדיגע אותיות רוברוקין, מען זעט אז זיי פארמאגן קריעטיוו מוחות.

מאמענט האט געהאט אסאאאך מער חומר. און נישט בילדער, נאר רייכע סחורה. כ'גלייב אז דו האסט אדער נישט געליינט די מאמענט אדער אז דו ביזט פאר סאם ריזען בייעסד דא...

איך קויף זיי ביידע נישט במשך'ן יאר ווייל עכט טאר מען זיי ביידע נישט קויפן... ס'האט נישט קיין הסכמה און אפילו נישט קיין נאמען פונעם שרייבער. און אז איך עס נישט פון א מענטש וואס איך קען נישט איז אוודאי נישט נעמען זיינע מיינונגען. אבער אויף יום טוב האב איך עובר געווען און געקויפט ביידע.. והוא רחום יכפר.

הנאה געהאט פון ביידע. אבער אסאך מער פון די מאמענט. די בליק איז געווען גוט פאר קלויזענבורגע און פאר קינדערלעך וואס פארשטייען צו פיקטשערס. מאמענט האבן זיך טאטע מאמע באלעקט.

צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט