בלאט 7 פון 9
געשריבן: זונטאג אקטאבער 07, 2018 11:00 am
דורך אויסטערליש
משה כהן האט געשריבן:צו די פענע רעדאקציע.
א גוטן אייך.
איך האב דורכגעליינט אייער קונטרס'ל, קיין ספעציעלע טענות האב איך נישט צו אייך, און אויב יא דאן נישט דא אויף אזא עפנטליכע פלאטפארמע.
אבער אזויפיל האט מיר יא געעגבערט, אז לויט ווי איך ווייס, ווען מ'נעמט א זאך אין די הענט אריין, דאן ברויך דאס אן הסכמה.
נו, פארשטיי איך אז איר גייט נישט לייגן אן הסכמה מגדולי שרי הביד"ץ פון קרתא דשופריא, און נישט פון סיי וואספארא ראבינער און ברוקלין וכיוצא, דאס איז פארשטענדליך.
אבער, אזוי ווייט? ממש גארנישט לייגן?
לייגט כאטשיג עפעס נעמען, ווער זענען די "באשטייערער".
פון וואס באהאלט מען זיך? און פון וועם?
פארוואס זאלט איר נישט לייגן כאטשיג די נעמען פון די שרייבער? ווער איז דער רעדאקטאר? ווער נעמט די אחריות? וואס איז אייער אדרעססע? צו וועם קען מען זיך ווענדן.
די אלע אויבנדערמאנטע פראגעס, ברענגט נישט קיין טראסט ביי די ליינער און קונדן.
פארוואס און פון וועם זאלט איר זיך באהאלטן אויב זענט איר מהנה אונזער עולם מיט א תורה'דיגן מאנאטשריפט פאר די אידישע ליינער און חרדי'שער עולם?
דאס איז בכלל נישט קיין סתירה מיט'ן זיך האלטן אנאנים. דער אנפירער פון די רעדאקציע מוז נישט ארויסקומען אין די עפנטליכקייט אויב עס איז נישט באקוועם און ער זוכט נישט פאפולעריטעט. אבער אן אדרעססע? צו וועם ווענדט מען זיך? ווער? וואס? וואו און ווען?
מיט פיל דאנק און פארשטענדעניש
און מאמענט?
געשריבן: זונטאג אקטאבער 07, 2018 12:15 pm
דורך עכט היימיש
אויסטערליש האט געשריבן:משה כהן האט געשריבן:צו די פענע רעדאקציע.

האט א רעדאקציע און כל ילד ווייסט אז הרב קרויס איז רעדאקטאר און ער שטעלט זיך עפענטליך ארויס מיט זיין נאמען.
פונקט ווי 'דער איד' ווייסט יעדער אז דער רעדאקטאר איז הרב פריעדמאן און 'דער בלאט' הרב ווייס און 'די צייטונג' הרב פריעדמאן, טראץ וואס עס שטייט נישט קיין נאמען, אבער מיט יעדע טענה ומענה ווייסט יעדער דער אדרעס, די זעלבע 'מאמענט'.
משא"כ 'פענע'.
געשריבן: זונטאג אקטאבער 07, 2018 12:53 pm
דורך מיסטעריעז
לויט די טיטלען דא וואלט איך באטיטלט דעם בעל הקנקן מיט הגה"ק...
אז איינער קומט ארויס אין פאבליק קומט זיך איהם נאכנישט א הרב.
געשריבן: זונטאג אקטאבער 07, 2018 12:57 pm
דורך אויסטערליש
געשריבן: זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:01 pm
דורך מחנך
וואס מיינט ווען מ'שרייבט שוין יא א נאמען?
איך ווייס אן אויסגאבע וואס קומט אריין אין טויזענטער אידישע היימישיע שטיבן פון די שענסטע און בעסטע היימען, און עס האט שרייבער געהעריגע משכילים, ארויסלייגן נעמען מיינט גארנישט מיט נישט, ס'איז שוין די צייט אז די אלע אויסגאבן זאלן האבן געהעריגע הסכמות פון רבנים מובהקים, לכל הפחות צו דורכטון ווער די שרייבערס זענען, אונזערע קינדער זאלן ווערן אנגעשטאפט מיט גיפט פון משכילים.
געשריבן: זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:19 pm
דורך משה כהן
עכט היימיש האט געשריבן:אויסטערליש האט געשריבן:און מאמענט?
האט א רעדאקציע און כל ילד ווייסט אז הרב קרויס איז רעדאקטאר און ער שטעלט זיך עפענטליך ארויס מיט זיין נאמען.
פונקט ווי 'דער איד' ווייסט יעדער אז דער רעדאקטאר איז הרב פריעדמאן און 'דער בלאט' הרב ווייס און 'די צייטונג' הרב פריעדמאן, טראץ וואס עס שטייט נישט קיין נאמען, אבער מיט יעדע טענה ומענה ווייסט יעדער דער אדרעס, די זעלבע 'מאמענט'.
משא"כ 'פענע'.
געשריבן: זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:41 pm
דורך נו שוין
נישט וויכטיג די רעדאקציא זאל זאגן א נאמען, אבל הכא שאני, דער פענע פילט זיך עפעס זייער מאדנע, פאני וועג פון אפשרייבן ארטיקלן, ליכט יאר מיסטעיק, וכו, פארלרנגט זיך א נאמען ,דעטס איט.
געשריבן: זונטאג אקטאבער 07, 2018 2:42 pm
דורך פאראויס
מחנך האט געשריבן:וואס מיינט ווען מ'שרייבט שוין יא א נאמען?
איך ווייס אן אויסגאבע וואס קומט אריין אין טויזענטער אידישע היימישיע שטיבן פון די שענסטע און בעסטע היימען, און עס האט שרייבער געהעריגע משכילים, ארויסלייגן נעמען מיינט גארנישט מיט נישט, ס'איז שוין די צייט אז די אלע אויסגאבן זאלן האבן געהעריגע הסכמות פון רבנים מובהקים, לכל הפחות צו דורכטון ווער די שרייבערס זענען, אונזערע קינדער זאלן ווערן אנגעשטאפט מיט גיפט פון משכילים.
ריטוויט אלף פעמים.
ס'איז נישט ווייניגער וויכטיג ווי א הכשר אויף א מאכל.
געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 3:18 pm
דורך בחור'ל
ווען קומט ארויס די קומענדיגע פענע נומער?
געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 3:28 pm
דורך yakovb
בחור'ל האט געשריבן:ווען קומט ארויס די קומענדיגע פענע נומער?
קימענדיגע בין הזמנים, דער מו"ל איז צוריק געגאנגען אין ישיבה.
געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 11:23 pm
דורך בלויע טינט
בחור'ל האט געשריבן:ווען קומט ארויס די קומענדיגע פענע נומער?
די קונמעדיגע אויסגאבע וועט בעזהשי"ת ארויסקומען חודש כסליו, און פון דאן בעזהשי"ת יעדן חצי חודש.
די מערכת ארבעט אין די יעצטיגע טעג אויף עטליכע פרישע קאלומס, צווישן זיי א ביזנעס אפטיילונג אבער אויף א העכסט חסידישע פארנעם.
נאך פארשידענע פראיעקטן ליגן אויפן טיש, אין די נאנטע טעג וועט נאכפאלגן מער פרטים.
געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 11:26 pm
דורך Goodmorning
איך האף איר וועט האבן פיל הצלחה, האפענטליך האט איר אנגענומען די קאמענטארן דא אלס מיטל זיך צו פארשענערן
געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 11:34 pm
דורך בלויע טינט
די מערכת האט אויסגעהערט אלע הערות און קאמענטארן, און וועט זיך פרובירן צו-צושטעלן לויט די פארלאנג פון די ציבור.
ווי פארשטענדליך איז נישט מעגליך צופרידנצושטעלן יעדן יחיד, אבער די געדאנקן און הערות וואס מען האט באקומען פון עטליכע ליינער וועט אי"ה ערפילט ווערן.
געשריבן: פרייטאג אקטאבער 12, 2018 12:29 pm
דורך בחור'ל
בלויע טינט האט געשריבן:די מערכת האט אויסגעהערט אלע הערות און קאמענטארן, און וועט זיך פרובירן צו-צושטעלן לויט די פארלאנג פון די ציבור.
ווי פארשטענדליך איז נישט מעגליך צופרידנצושטעלן יעדן יחיד, אבער די געדאנקן און הערות וואס מען האט באקומען פון עטליכע ליינער וועט אי"ה ערפילט ווערן.
איין הערה וואס איז גוט איר זאלט נעמען אין באטראכט איז אז די דעקל זאל זיין מער ציענד, די סיבה פארוואס איך האב נישט געקויפט די ערשטע נומער איז פשוט ווייל די דעקל איז נישט געווען ציענד (מילד גערעדט) און איך בין זיכער איך בין נישט דער איינציגסטער, אז די דעקל וועט זיין מער צום זאך וועט לדעתי אטאמאטיק זיין מער קויפער'ס.
אזוי צו אזוי זאלט איר זעהן אסאך הצלחה אין אייער ווערק!
געשריבן: פרייטאג אקטאבער 12, 2018 1:37 pm
דורך אסדר לסעודתא
און נישט נאר די דעקל, נאר אויך אינעווייניג. די דעקל איז די אדווערטייזמענט פאר יענע וואך, די תוכן איז די אדווערטייזמענט פאר די קומענדיגע וואכן, חדשים און יארן.
געשריבן: פרייטאג אקטאבער 12, 2018 1:38 pm
דורך משה כהן
איבער 'פארווע פלייש' איז געווען שוין א לאנגס און ברייטס אין 'דער שטערן' אויסגאבע.
און אויב נעמט מען פון דארט געוויסע אנעקדאטן, איז כדי צוצייכענען קרעדיט פאר דער שטערן אויסגעבע וואס איז געווען דער ערשטער אידישער אויסגאבע וועלכע האט געעפנט די נושא פאר אידישע ליינער.
געשריבן: פרייטאג אקטאבער 12, 2018 5:45 pm
דורך גרויסע רעדנער
אסדר לסעודתא האט געשריבן:און נישט נאר די דעקל, נאר אויך אינעווייניג. די דעקל איז די אדווערטייזמענט פאר יענע וואך, די תוכן איז די אדווערטייזמענט פאר די קומענדיגע וואכן, חדשים און יארן.
יאפ, איך מיין אז אויב נעמען זיי א גוטע גראמאטיק מגיהה, און א גוטע השקפה מגיהה זענען זיי בסדר.
געשריבן: פרייטאג אקטאבער 12, 2018 5:46 pm
דורך גרויסע רעדנער
משה כהן האט געשריבן:איבער 'פארווע פלייש' איז געווען שוין א לאנגס און ברייטס אין 'דער שטערן' אויסגאבע.
און אויב נעמט מען פון דארט געוויסע אנעקדאטן, איז כדי צוצייכענען קרעדיט פאר דער שטערן אויסגעבע וואס איז געווען דער ערשטער אידישער אויסגאבע וועלכע האט געעפנט די נושא פאר אידישע ליינער.
אויב צוויי אויסגאבעס באשרייבן איין נושא מוז נאכנישט זיין אז איינס נעמט עס פון צווייטן!
געשריבן: זונטאג אקטאבער 14, 2018 12:29 am
דורך זייער קלוג
yakovb האט געשריבן:בחור'ל האט געשריבן:ווען קומט ארויס די קומענדיגע פענע נומער?
קימענדיגע בין הזמנים, דער מו"ל איז צוריק געגאנגען אין ישיבה.
ווער האט אפגעמאכט אז די פענע זענען בחורים?
געשריבן: זונטאג אקטאבער 14, 2018 12:33 am
דורך אסדר לסעודתא
זייער פשוט, קענסט אביסל לומדות?
יעדער איינער איז בחזקת בחור ביז ער האט א ראיה אז ער איז חתונה געהאט, ווייל יעדער איז אמאל געווען א בחור און נישט יעדער בחור איז שוין א אינגערמאן. אויב ווילסטו אויפווייזן אז די פענע זענען שוין אינגעלייט, דארפסטו ברענגען א ראיה אז זיי זענען שוין ארויס פון דעם בחורישן חזקה, ווייל בחורים זענען זיי זיכער געווען, אויב נישט מער. גענוג קלאר?
געשריבן: זונטאג אקטאבער 14, 2018 1:14 am
דורך גרויסע רעדנער
איך מיין אבער אז אויסגאבעס האבן א חזקה צו ווערן געמאכט דורך ערוואקסענע. פונקט ווי ווען ס'עפנט זיך א געשעפט הייב איך נישט אן צו דרייען מיטן גרויסן פינגער אז די בעה"ב איז בחזקת בחור... לאמיר נישט פארגעסן אז וועמען מיר קענען יא איז די אויסגאבע, און דאס איז די דיון דא. די ארויסגעבער קענען מיר דאך נישט.
מיין לומדות...
געשריבן: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:13 am
דורך קלאפער
גרויסע רעדנער האט געשריבן:משה כהן האט געשריבן:איבער 'פארווע פלייש' איז געווען שוין א לאנגס און ברייטס אין 'דער שטערן' אויסגאבע.
און אויב נעמט מען פון דארט געוויסע אנעקדאטן, איז כדי צוצייכענען קרעדיט פאר דער שטערן אויסגעבע וואס איז געווען דער ערשטער אידישער אויסגאבע וועלכע האט געעפנט די נושא פאר אידישע ליינער.
אויב צוויי אויסגאבעס באשרייבן איין נושא מוז נאכנישט זיין אז איינס נעמט עס פון צווייטן!
די נושא איז שוין געווען אויסגעארבעט דורך שאול קליין אויף קול מבשר, אפשר האט עס די שטערן גע'לקח'נט פון דארט?
געשריבן: זונטאג אקטאבער 14, 2018 5:10 pm
דורך האפ קאזאק
איך ווארט שוין אויף דער ערשיינונג פון דער קומענדיגער אויסגאבע.
גייט אויף זייער א גוטע ריכטונג, ס'האט א גוטע שמעק.
בתודה למפרע, ובברכת הצלחה להבא בעז''ה. א פענע ליינער
געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 10:52 am
דורך זייער קלוג
איך רעד דא פין די אתרוגים ליין ארטיקל עס איז געווען אראפ געלייגט מוראדיג טאלאנטפול מיט גאר אסאך ידיעותצוגעלייגט מיט גאר אינטערעסאנטע אינטערוויא'ס די שרייבער האט אראפ געלייגט א גאנצע נושא פאכמאנישע ארבעט איך בין נייגעריג אויב איינער ווייסט ווער די שרייבער איז?
געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 11:12 am
דורך בסד
.