משה כהן האט געשריבן:צו די פענע רעדאקציע.
א גוטן אייך.
איך האב דורכגעליינט אייער קונטרס'ל, קיין ספעציעלע טענות האב איך נישט צו אייך, און אויב יא דאן נישט דא אויף אזא עפנטליכע פלאטפארמע.
אבער אזויפיל האט מיר יא געעגבערט, אז לויט ווי איך ווייס, ווען מ'נעמט א זאך אין די הענט אריין, דאן ברויך דאס אן הסכמה.
נו, פארשטיי איך אז איר גייט נישט לייגן אן הסכמה מגדולי שרי הביד"ץ פון קרתא דשופריא, און נישט פון סיי וואספארא ראבינער און ברוקלין וכיוצא, דאס איז פארשטענדליך.
אבער, אזוי ווייט? ממש גארנישט לייגן?
לייגט כאטשיג עפעס נעמען, ווער זענען די "באשטייערער".
פון וואס באהאלט מען זיך? און פון וועם?
פארוואס זאלט איר נישט לייגן כאטשיג די נעמען פון די שרייבער? ווער איז דער רעדאקטאר? ווער נעמט די אחריות? וואס איז אייער אדרעססע? צו וועם קען מען זיך ווענדן.
די אלע אויבנדערמאנטע פראגעס, ברענגט נישט קיין טראסט ביי די ליינער און קונדן.
פארוואס און פון וועם זאלט איר זיך באהאלטן אויב זענט איר מהנה אונזער עולם מיט א תורה'דיגן מאנאטשריפט פאר די אידישע ליינער און חרדי'שער עולם?
דאס איז בכלל נישט קיין סתירה מיט'ן זיך האלטן אנאנים. דער אנפירער פון די רעדאקציע מוז נישט ארויסקומען אין די עפנטליכקייט אויב עס איז נישט באקוועם און ער זוכט נישט פאפולעריטעט. אבער אן אדרעססע? צו וועם ווענדט מען זיך? ווער? וואס? וואו און ווען?
מיט פיל דאנק און פארשטענדעניש
און מאמענט?