פענע - מאנאט שריפט

די אחראים: אחראי, געלעגער

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 6:44 pm

בלויע טינט האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איך האב זיך טאקע באצויגן צום ליכט יאר ארטיקל.

איך צו צירוק פון מיינע ווערטער אז דער שרייבער איז א פולקאמער אפיקורס און איך וויל בעטן ברבים בקשת מחילה, ... די ליכט יאר ארטיקל ווי עס איז געשטאנען אז מיר זעען ליכטיגקייט וואס איז א מילליאן יאר אלט (פשוט און פראסט איז עס כפירה, בלויע טינט האט ערשט איצט צוגעגבן א הסבר, לכאורה אן אייגענ

די סברא איז פון הרב ר' אביגדור מיללער ז"ל.

האב איך שטארק הנאה. שיינע סברה נאך נישט געהערט דארפון

בלויע טינט
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:30 pm

זייטיגע שאלה:

תגובהדורך בלויע טינט » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 6:51 pm

איינער ווייסט אפשר וואס די ריכטיגע איז: סבר'א' אדער סבר'ה'?
נישט רויט און אויך נישט שווארץ, נאר בלוי...

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 6:54 pm

בלויע טינט האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר וואס די ריכטיגע איז: סבר'א' אדער סבר'ה'?

סברא, ס'דא אן אשכול דערפאר.
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

Jobless
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

תגובהדורך Jobless » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 9:55 pm

אויסטערליש האט געשריבן:איך האב געהערט יו"ט אין ביהמ"ד אז אפאר סקוירא ישיבה קטנה בחורים געבן עס ארויס. עס איז אמת?

יעפ. אמת

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 10:00 pm

Jobless האט געשריבן:
אויסטערליש האט געשריבן:איך האב געהערט יו"ט אין ביהמ"ד אז אפאר סקוירא ישיבה קטנה בחורים געבן עס ארויס. עס איז אמת?

יעפ. אמת

נישט אמת, נאכאמאל נישט אמת, איר פארשפרייט נארישקייטן צו פארשווארצן א נאמען פון א פיינער אויסגאבע.

Jobless
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

תגובהדורך Jobless » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 10:02 pm

אמביציע האט געשריבן:
Jobless האט געשריבן:
אויסטערליש האט געשריבן:איך האב געהערט יו"ט אין ביהמ"ד אז אפאר סקוירא ישיבה קטנה בחורים געבן עס ארויס. עס איז אמת?

יעפ. אמת

נישט אמת, נאכאמאל נישט אמת, איר פארשפרייט נארישקייטן צו פארשווארצן א נאמען פון א פיינער אויסגאבע.

איך ווייס עס פאר א פאקט. אויב ווילט איר נעמען פין די בחוררימלך. קים אין אישי.

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 10:09 pm

Jobless האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
Jobless האט געשריבן:
אויסטערליש האט געשריבן:איך האב געהערט יו"ט אין ביהמ"ד אז אפאר סקוירא ישיבה קטנה בחורים געבן עס ארויס. עס איז אמת?

יעפ. אמת

נישט אמת, נאכאמאל נישט אמת, איר פארשפרייט נארישקייטן צו פארשווארצן א נאמען פון א פיינער אויסגאבע.

איך ווייס עס פאר א פאקט. אויב ווילט איר נעמען פין די בחוררימלך. קים אין אישי.

איך ווייס דאך פאר א פאקט אז ס'איז נישט קיין ישיבה קטנה בחורים

בלויע טינט
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:30 pm

תגובהדורך בלויע טינט » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 10:48 pm

זיי נאר אזוי גוט און שיק מיר אויך די נעמען אין אישי...
נישט רויט און אויך נישט שווארץ, נאר בלוי...

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 11:30 pm

אמביציע האט געשריבן:
Jobless האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
Jobless האט געשריבן:
אויסטערליש האט געשריבן:איך האב געהערט יו"ט אין ביהמ"ד אז אפאר סקוירא ישיבה קטנה בחורים געבן עס ארויס. עס איז אמת?

יעפ. אמת

נישט אמת, נאכאמאל נישט אמת, איר פארשפרייט נארישקייטן צו פארשווארצן א נאמען פון א פיינער אויסגאבע.

איך ווייס עס פאר א פאקט. אויב ווילט איר נעמען פין די בחוררימלך. קים אין אישי.

איך ווייס דאך פאר א פאקט אז ס'איז נישט קיין ישיבה קטנה בחורים

פאקט איז, אז די ארויסגעבער זענען ״יונגע בחורים״... וואס א חילוק ישיבה קטנה צו ישיבה גדולה?

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 11:37 pm

זיי דארפן זיין געלונגענע בחורים! מיט א פאך אין די הענט! אפשר זיי מפרסם די נעמען עס זאל זיי העלפן מיט שידוכים....
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 11:40 pm

Goodmorning האט געשריבן:זיי דארפן זיין געלונגענע בחורים! מיט א פאך אין די הענט! אפשר זיי מפרסם די נעמען עס זאל זיי העלפן מיט שידוכים....

:lol: :lol:

אויב איינער ווייסט נעמען, אדער האט א קראנטע מקור, ביטע קומען אין אישי.
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1432
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 12:43 am

כ'בין נאכנישט אנגעקומען צו ליינען "פענע", אבער אויב איז אמת אז ס'שטייט דארט אז די זון שטראלן איז אלט מיליאנען יארן קומט עס שטארק מערקבאר פון כפירה'דיגע מקורות, אדער עטליעסט עמי הארצ'ישע מיינונגען, און אן אויפקלערונג פון "בלויע טינט" וועט דאס נישט פארווישן, אפי' ער זאל שרייבן אז לכאורה רוב מענטשן פארשטייען אז נישט דאס האט ער געמיינט.. פונקט ווי זיי זאלן ווען שרייבן אז עס האט עקזיסטירט א "דיינעסארס" מיט מיליאנען יאר צוריק וואס כאטשיג אז מ'וויל קען מען עס פארענטפערן אויף פארשידענע וועגן, מיטן נחש הקדמוני וכו', וואס ס'קען זיין אז ס'ליגט עפעס דערין און ס'דא מפרשים איבערדעם, אבער דאס מיינט נאכנישט טרוקן אז מ'קען שרייבן און א פשוטן ארטיקן אז די זון איז אלט מיליאנען יאר..
ובזה יצאתי, ואכמ"ל

מחנך ב2018
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 12:50 am

Goodmorning האט געשריבן:זיי דארפן זיין געלונגענע בחורים! מיט א פאך אין די הענט! אפשר זיי מפרסם די נעמען עס זאל זיי העלפן מיט שידוכים....

קיינמאל געוויסט אז סקווירא פארמאגט אזוינע טאלאנטפולע בחורים.
שוין פארהאן א קינד-ליין אצינד האמיר א בחורים-ליין, מיר ווארטן אויף א טאטע-ליין.

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 1:15 am

מחנך ב2018 האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:זיי דארפן זיין געלונגענע בחורים! מיט א פאך אין די הענט! אפשר זיי מפרסם די נעמען עס זאל זיי העלפן מיט שידוכים....

קיינמאל געוויסט אז סקווירא פארמאגט אזוינע טאלאנטפולע בחורים.
שוין פארהאן א קינד-ליין אצינד האמיר א בחורים-ליין, מיר ווארטן אויף א טאטע-ליין.

הייסט אז לשיטתך איז קינדליין געמאכט דורך קינדער? :roll:
וואס האבן 'זיי' חוטא געווען???
פערזענליך האב איך נישט געטראפן קיין שום אנדייטונג אז ס'איז בחורים, און ווי Goodmoorning זאגט, איז עס לדעתי אביסל צו פראפעסיאנאל פאר בחרים'לעך. קיינער איז מיר נאכנישט געקומען אין אישי מיט קיין שום ראי' - אפי' קיין נארישע.
נישט אז איך האלט אז די ערשטע צוויי ארטיקלעך זענען עפעס די רייכסטע, אבער דאס איז שוין סתם שווארץ געקוקט.
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

מחנך ב2018
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 1:30 am

גרויסע רעדנער האט געשריבן:

מאכסטעך נאריש, כ'האב דאס בלויז געשריבען אלס ווערטעל, אינטערעסירט מיר גאנץ קנאפ ווער ס'האט דאס געשריבען, וואספארא נאפקע מינע, יונגלעך, בחורים, יונגעלייט צו באלע באטים, ווילאנג דו שרייבסט צו דער זאך וועל איך עס קויפן און לייענען, איינמאל מ'זוכט צו פארקויפן פורים תורות דאן כאפט דאס אן ענקל. בד''וו, וואלט עטס ווען געוויסט וויפיל ארטיקלעך אין מייסטנס אויסגאבע'ס ווערן געשריבען דורך בחורים וואלט עטס נישט אזויפיל חוזק פון אונזערע ''טאלאנטפולע'' בחורים.

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 1:34 am

וועלטניק האט געשריבן:כ'בין נאכנישט אנגעקומען צו ליינען "פענע"...
כפירה'דיגע מקורות...
עמי הארצ'ישע מיינונגען...
"דיינעסארס...
ובזה יצאתי, ואכמ"ל

וועגן דעם רעדט איר אזוי
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

מחנך ב2018
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 1:36 am

גרויסע רעדנער האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:כ'בין נאכנישט אנגעקומען צו ליינען "פענע"...
כפירה'דיגע מקורות...
עמי הארצ'ישע מיינונגען...
"דיינעסארס...
ובזה יצאתי, ואכמ"ל

וועגן דעם רעדט איר אזוי

וויאזוי?

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 1:56 am

פארגלייכן די ארטיקל צו דיינעסארס.

לאמיר צונעמען די זאך:
אין פענע שטייט: לאמיר זאגן אז א שטערן איז איין מיליאן ליכט יארן אוועק פון אונז, די ליכט פון די שטערן איז געפארן מיט א שנעלקייט פון די ליכט ספיד כדי צו דערגרייכן אונזער אויג. קומט אויס אז די ליכט וואס מיר זען איז בעצם אלט א מיליאן יאר, ווייל ס'האט גענומען מיליאן יאר אנצטקומען אהער. ע"כ

אויב אזוי איז די הסבר וואס בלויע טינט ברענגט פון רבי אביגדור מיללער הערליך! גארנישט מיט כפירה! די הסבר אויף דיינעסארס איז געשטופט, דאס איז גראד.

ווען הרב וועלטניק וואלט עס פאקטיש געליינט וואלט ער מסתמא קיינמאל נישט אזוי גערעדט.

אזוי.
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1432
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 2:34 am

קוקט אויס איך וועל עס ברויכן ליינען בעפארן קאמענטירן, אבער דער פאראגראף דיינער טוישט נישט קיין כי הוא זה פון מיין הערה נאר האט דאס עטוואס פארשטארקערט. נאר וואס דען, בעפאר'ן עס ליינען קען איך נישט וויסן וואספארא מסקנות דער שרייבער ציעט דארט מילא העל איך מיר האלטן שטיל ביז דאן

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 2:47 am

מעגליך האט זיך שוין געלוינט צו שרייבן א טעות אדער נישט-טעות אינעם פענע מאנאטשריפט, ווען מען האלט שוין ביים פינפטן בלעטל אינעם דיזן אשכול איבער פענע :lol:
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 3:17 am

משה כהן האט געשריבן:מעגליך האט זיך שוין געלוינט צו שרייבן א טעות אדער נישט-טעות אינעם פענע מאנאטשריפט, ווען מען האלט שוין ביים פינפטן בלעטל אינעם דיזן אשכול איבער פענע :lol:

:lol:
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1382
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 4:05 am

מיינע 2 צענט איבער די פענע.

בכלליות האבן זיי גענומען א פראפעסיענאלע שניט, הן מצד די גראפיקס און הן מצד די תוכן.

ס'פעלט נאך דערווייל א שניט און א מהלך, לכאורה מיט די צייט וועט עס זיך אויסקלארן, ס'איז מער א בחינה פון א שיין בינטעל פון אינטרעסאנטע ארטיקלן, געוויסע מער אינטרעסאנט געוויסע אביסעל אויסגעדראשענע נושאים,

איך געב זיי האפענונוג זיך צו שטארק אויסארבעטן, אבער בתנאי אז זיי וועלן פאויקעסן צו פארשטיין וואס זייער ציל דא איז און מיט וואס זיי זענען יוניק.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2519
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 5:24 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אויך איז מעגליך אז א צדיק זאל טון עפעס וואס ער ווייסט אליין נישט אז עס שטומט מיט די שמות, אבער ער טוט עס סיי ווי לויט די כוונות ויחודים ברוח הקודש השורה עליו.
.

געווען וועלכע האבן אנגעוויזן אז דער הייליגער רמב''ם רופט אן מקוה 'מי הדעת' כאטש ער האט נישט געקענט קיין קבלה (וואס נאר ע''פ ביאור האריז''ל האט די אויסדרוק פשט).
Innocent until proven Republican

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 1:23 pm

עס איז זייער מעגליך אז די שרייבער האט געהאט די הסבר פון הרה''ג ר' אביגדור מיללער אין קאפ שוין פון לאנג, ביי עם איז עס א דבר פשוט און ער האט בכלל נישט געהאלטן פאר וויכטיג צוצולייגן די הסבר וואס איז קענטיג א זייטיגע ענין לדעתו, (איך גלייב אבער אז 99 פראצענט מענטשען ווייסן נישט דערפון, און עס איז יא קריטיש וויכטיג מסביר צו זיין) מען קען זייער גרינג דן זיין פענע לכף זכות אז עס איז בלויז געווען א מענטשליכע טעות

איך וויל נאכאמאל בעטן ברבים בקשת מחילה פארן טיטולירן דעם שרייבער אלץ אן אפיקורס, עס איז געווען א טעות פון מיין זייט.

--
אין אדם עומד וכו' אלא אם כן נכשל בו, פענע איז באגאנגן עטליכע טעותים אינעם ערשטן אויסגאבע, אבער זיי האבן א גוטע פאטענציאל, מען קען זיכער נישט אבי אוועקמאכן די ערשטע אויסגאבע.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1432
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 2:18 pm

איצט, נאכן דורכבליקן דעם ארטיקל בין איך געקומען צום מסקנה (נאכאמאל - מיין פערזענליכן מסקנה, מוז נישט זיין וואר) אז דער שרייבער איז פשוט אן עם הארץ אין די זאכן און האט דאס בלויז טראנסאלירט פון וויקיפעדיע צו וואו, און נישט סתם אן עם הארץ נאר ניטאמאל ווייסט ער אז ווען מען שרייבט נאך די סארט זאכן ברויך מען גאר שטארק אכט גיבן פון וואו מ׳נעמט דאס בכלל. וואס ס׳וואונדערט מיר נאר איז אז אויב איז ער נישט דער ידען נאר סתם א פשוטן שרייבער וואס שרייבט נאך, שטימט נישט דאס וואס ער מאכט עטליכע שטארקע גראמאטישע טעותים וואס אפי׳ שוואכערע שרייבערס מאכן נישט (איך זעה נישט פאר וויכטיג עס צו שרייבן דא אבער אז מ׳וויל שטארק קען מען עס דוסקוסירן).

עניוועי, ס׳איז פשוט א שאד ווייל די אויסגאבע איז פונקט די סארט אויסגאבע וואס קען באמת שטארק מצליח זיין מיט גאר אינטערעסאנטע נושאים, וואס אגב קוקט דערווייל אויס אז כ׳וועל קויפן דעם קומעדיגן אויך (פאר דעם פרייז) איז אויב וואלטן זיי געקענט אריינרוקן עטליכע אינגעלייט דאבל זייער עיזש דאס צו מגיה זיין וואלט לכאורה די זאך געווען גאר אנדערש.

צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פראבירט און 7 געסט