פענע - מאנאט שריפט

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 2:39 pm

וועלטניק האט געשריבן:איצט, נאכן דורכבליקן דעם ארטיקל בין איך געקומען צום מסקנה (נאכאמאל - מיין פערזענליכן מסקנה, מוז נישט זיין וואר) אז דער שרייבער איז פשוט אן עם הארץ אין די זאכן און האט דאס בלויז טראנסאלירט פון וויקיפעדיע צו וואו, און נישט סתם אן עם הארץ נאר ניטאמאל ווייסט ער אז ווען מען שרייבט נאך די סארט זאכן ברויך מען גאר שטארק אכט גיבן פון וואו מ׳נעמט דאס בכלל. וואס ס׳וואונדערט מיר נאר איז אז אויב איז ער נישט דער ידען נאר סתם א פשוטן שרייבער וואס שרייבט נאך, שטימט נישט דאס וואס ער מאכט עטליכע שטארקע גראמאטישע טעותים וואס אפי׳ שוואכערע שרייבערס מאכן נישט (איך זעה נישט פאר וויכטיג עס צו שרייבן דא אבער אז מ׳וויל שטארק קען מען עס דוסקוסירן).

עניוועי, ס׳איז פשוט א שאד ווייל די אויסגאבע איז פונקט די סארט אויסגאבע וואס קען באמת שטארק מצליח זיין מיט גאר אינטערעסאנטע נושאים, וואס אגב קוקט דערווייל אויס אז כ׳וועל קויפן דעם קומעדיגן אויך (פאר דעם פרייז) איז אויב וואלטן זיי געקענט אריינרוקן עטליכע אינגעלייט דאבל זייער עיזש דאס צו מגיה זיין וואלט לכאורה די זאך געווען גאר אנדערש.

איך האב אויך געזעהן גראמאטישע טעותים, אבער דאס מיינט סך הכל אז ס'פעהלט א גוטע מגיהה.
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

תגובהדורך צו די זאך » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 11:53 pm

דורכגעליינט (געקויפט ווייל איך האב געהאפט אז א היימישע אינטרעסאנטע אויסגאבע קומט ארויס, וואס איך וועל קענען געבן פאר מיינע קינדער צו ליינען, נישט אייביג זיין די ״ניין״ טאטע...)

וואס זאל איך זאגן, זייער נישט פראפעסינאל, שמעקט אסאך פון קינדערישע אויפגעקלערקייט, זייער נישט היימיש, מיינע צווי צענט

(גראדע פון אינטערעסאנט, האב איך גאנץ גוט הנאה געהאט, און מיינע קינדער אויך)
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

תגובהדורך צו די זאך » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 11:53 pm

.
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 1:25 am

געקויפט און האלב געליינט.

גראפיקס איז זייער שיין. די חינוך ארטיקל האט מיר עפעס געמאכט פארשטיין פארוואס עטליכע זענען חושד אלס ישיבה קטנה שרייבער. מעסעדזש איז א גוטע פונקט, די וועג וויאזוי עס איז געשריבן איז עפעס אינטערעסאנט.

ליכט יארן פארשטיי איך נאכנישט וויאזוי מען קען זאגן מיליאנען אן ערקלערן.

מען שרייבט נישט ''אונז זאגן''

בקיצור עס קען זיך אויסארבעטן מיט פיל מער ארבעט פון איבערקוקן און פאררעכטן
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 2:31 am

Goodmorning האט געשריבן:מען שרייבט נישט ''אונז זאגן''

מעגליך אין סקווירא (ישיבה קטנה) זאגט מען אזוי :lol:

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 3:05 am

משה כהן האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:מען שרייבט נישט ''אונז זאגן''

מעגליך אין סקווירא (ישיבה קטנה) זאגט מען אזוי :lol:

:lol: :lol:
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 3:23 pm

די ארטיקלען פילן ווי רויע אינגרידיענטס פאר א גוטע קעיק. צוזאמענגענומען אסאך אינפארמאציע, מען דארף עס בעסער רעפרעזענטירן און אפבאקן
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 5:59 pm

Goodmorning האט געשריבן:די ארטיקלען פילן ווי רויע אינגרידיענטס פאר א גוטע קעיק. צוזאמענגענומען אסאך אינפארמאציע, מען דארף עס בעסער רעפרעזענטירן און אפבאקן

כ'ווייס פון וואו איר קומט... איך וואלטעס ענדערש אנגערופן 'נישט גוט דורכגעבאקן', ס'איז נישט שלעכט, אבער ס'דא אפאר ארטיקלען וואס קענען נוצן אביסל צוגעפוצעכטס.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 1:19 am

גרויסע רעדנער האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:די ארטיקלען פילן ווי רויע אינגרידיענטס פאר א גוטע קעיק. צוזאמענגענומען אסאך אינפארמאציע, מען דארף עס בעסער רעפרעזענטירן און אפבאקן

כ'ווייס פון וואו איר קומט... איך וואלטעס ענדערש אנגערופן 'נישט גוט דורכגעבאקן', ס'איז נישט שלעכט, אבער ס'דא אפאר ארטיקלען וואס קענען נוצן אביסל צוגעפוצעכטס.

יא מען קען עס נישט אינגאנצען אוועקמאכן.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 10:23 am

איך האב אנגעהויבן ליינען די פענע, אבער נאכנישט געענדיגט. איך זעה נישט פארוואס מען זאל זיי אזוי אראפרייסן און אטאקירן, ס'איז סה"כ די ערשטע אויסגאבע, עס איז זייער פיין, און זיי דארפן א גוטער מגיה, סיי פאר ספעלינג און סיי פאר השקפה. אוי האב איך געלאכט ווען כ'האב געליינט אז דער חזון איש האט געשמועסט נייעס מיט זיינע קינדער... ס'איז דא דארט פעטע שטיקער עם הארצות, און רוב ארטיקלען זעט אויס אינטערעסאנט.

גייט ווייטער אן, נעמט אויף א מגיה, און קנאקט שטיקער!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 11:46 am

איך מיין אויך אזוי, די ספעלונג און גרעמער זענען שרעקליך אףף, (כ'רעד שוין נישט פון די "און" און "אין", נאר "מושר השכל"... ועוד...) און סיז דא אסאך טעותים (למשל ביי איין מעשה איז בטעות גע'פעיסט א שטיקל פון א מעשה פון אפאר בלעטער פריער)

אויבן אויף פעהלט פשוט א גוטע אדער אפאר מגיהים...

למעשה די פאקט אז אלעס איז אזוי באהאלטן נישטא קיין איין נאמען פובליק און נאך אנדערע זאכן מאכט מיך טראכטן עפעס אנדערש, לאמער ווארטן אויף די נעקסטע אויסגאבע, פאר מ'קומט צו קאנקלוזשנס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 11:54 am

איך בין עס היפש חושד, און איך האב מורא, עס איז מורא'דיג אומפראפעסניאל און מאדנע, עס שמעקט נישט גוט...
נאך איינער שפירט אזוי
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 12:56 pm

אן אריינגיין אינעם תוכן.

אן אויסגאבע וואס קומט ארויס אנאנימוס איז נישט ווערט אריבערצוטרעטן די שוועל פון א אידישע שטוב.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 4:09 pm

גרויסע רעדנער האט געשריבן:
לאמיר צונעמען די זאך:
אין פענע שטייט: לאמיר זאגן אז א שטערן איז איין מיליאן ליכט יארן אוועק פון אונז, די ליכט פון די שטערן איז געפארן מיט א שנעלקייט פון די ליכט ספיד כדי צו דערגרייכן אונזער אויג. קומט אויס אז די ליכט וואס מיר זען איז בעצם אלט א מיליאן יאר, ווייל ס'האט גענומען מיליאן יאר אנצטקומען אהער. ע"כ

אויב אזוי איז די הסבר וואס בלויע טינט ברענגט פון רבי אביגדור מיללער הערליך! גארנישט מיט כפירה! די הסבר אויף דיינעסארס איז געשטופט, דאס איז גראד.

ווען הרב וועלטניק וואלט עס פאקטיש געליינט וואלט ער מסתמא קיינמאל נישט אזוי גערעדט.

אזוי.


אויב איז געשטאנען דעם אויבנדערמאנטן לשון אין פענע, איז עס א גרויסע פליטת הקולמוס וואס מען טאר נישט שרייבן, און ווערט נישט פארענטפערט מיט'ן פשוט'ן הסבר אויף ליכט יארן פון רבי אביגדור זצ"ל. לויט אונזער מסורה שטייט די וועלט נאכנישט קיין מיליאן יאר צו קענען שרייבן א "די ליכט וואס מיר זעען איז בעצם אלט א מיליאן יאר". ס'איז נישט בעצם אלט א מיליאן יאר, ס'איז נאר אלט ה' תשע"ט יאר. דער הסבר וויאזוי מיר זעען ליכט שטראלן פון ווייטערדיגע שטערנס איז ווייל דער אויבערשטער האט באשאפן א "פארטיגע" וועלט, און אויב א שטערן איז צו ווייט האט ער נאנט געברענגט די ליכטיגקייט ווי "כאילו" עס רייזט שוין אזוי לאנג. (אגב, עטליכע האבן זיך דא אויסגעדרוקט וועגן זון-שטראלן. עס קומט נישט דא אריין. די זון איז בלויז 8 ליכט מינוט אוועק פון אונז.)

דער שרייבער איז מסתמא נישט קיין אפיקורס ח"ו, נאר איז פשוט נישט גוט באהוואנט און אויסגעקאכט אין די ענינים, און טאקע דערפאר דארף מען אזויפיל פארזיכטיגקייט. אזא ארטיקל טאר זיכער נישט געשריבן ווערן פאר היימישע אידן, אנעם קלאר ארויסברענגען די תורה'דיגע בליק דערויף. ר' יודל דאנציגער ווען ער שרייבט אין בלאט פון די ענינים גיבט ער מורא'דיג אכטונג ארויסצוברענגען וויאזוי מיר לערנען אפ די טרמינען ע"פ תורה ומסורה.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 11:36 pm

יאסעלע האט געשריבן:איך האב אנגעהויבן ליינען די פענע, אבער נאכנישט געענדיגט. איך זעה נישט פארוואס מען זאל זיי אזוי אראפרייסן און אטאקירן, ס'איז סה"כ די ערשטע אויסגאבע, עס איז זייער פיין, און זיי דארפן א גוטער מגיה, סיי פאר ספעלינג און סיי פאר השקפה. אוי האב איך געלאכט ווען כ'האב געליינט אז דער חזון איש האט געשמועסט נייעס מיט זיינע קינדער... ס'איז דא דארט פעטע שטיקער עם הארצות, און רוב ארטיקלען זעט אויס אינטערעסאנט.

גייט ווייטער אן, נעמט אויף א מגיה, און קנאקט שטיקער!

נאך עפעס פארן מגיהה, אז די קעפלעך זאלן שטימען מיטן ארטיקל.

פארוואס איז די קעפל א נאמען פון אן אסטראנאמיסט, אויב מ'רעדט סך הכל פון איינע פון זיינע חידושים, און מ'גייט בכלל נישט אריין אין זיין היסטאריע?

די ארטיקל פון פערפעטאום מאבייל האט א קעפל "גלגל החוזר" וואס געבט די איינדרוק פון א רייך-ארעם ארטיקל...

וכהנה רבות
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

כוכבי לכת
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 10:48 pm

תגובהדורך כוכבי לכת » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 11:47 pm

גלייכגילטיג האט געשריבן:
גרויסע רעדנער האט געשריבן:
לאמיר צונעמען די זאך:
אין פענע שטייט: לאמיר זאגן אז א שטערן איז איין מיליאן ליכט יארן אוועק פון אונז, די ליכט פון די שטערן איז געפארן מיט א שנעלקייט פון די ליכט ספיד כדי צו דערגרייכן אונזער אויג. קומט אויס אז די ליכט וואס מיר זען איז בעצם אלט א מיליאן יאר, ווייל ס'האט גענומען מיליאן יאר אנצטקומען אהער. ע"כ

אויב אזוי איז די הסבר וואס בלויע טינט ברענגט פון רבי אביגדור מיללער הערליך! גארנישט מיט כפירה! די הסבר אויף דיינעסארס איז געשטופט, דאס איז גראד.

ווען הרב וועלטניק וואלט עס פאקטיש געליינט וואלט ער מסתמא קיינמאל נישט אזוי גערעדט.

אזוי.


אויב איז געשטאנען דעם אויבנדערמאנטן לשון אין פענע, איז עס א גרויסע פליטת הקולמוס וואס מען טאר נישט שרייבן, און ווערט נישט פארענטפערט מיט'ן פשוט'ן הסבר אויף ליכט יארן פון רבי אביגדור זצ"ל. לויט אונזער מסורה שטייט די וועלט נאכנישט קיין מיליאן יאר צו קענען שרייבן א "די ליכט וואס מיר זעען איז בעצם אלט א מיליאן יאר". ס'איז נישט בעצם אלט א מיליאן יאר, ס'איז נאר אלט ה' תשע"ט יאר. דער הסבר וויאזוי מיר זעען ליכט שטראלן פון ווייטערדיגע שטערנס איז ווייל דער אויבערשטער האט באשאפן א "פארטיגע" וועלט, און אויב א שטערן איז צו ווייט האט ער נאנט געברענגט די ליכטיגקייט ווי "כאילו" עס רייזט שוין אזוי לאנג. (אגב, עטליכע האבן זיך דא אויסגעדרוקט וועגן זון-שטראלן. עס קומט נישט דא אריין. די זון איז בלויז 8 ליכט מינוט אוועק פון אונז.)

דער שרייבער איז מסתמא נישט קיין אפיקורס ח"ו, נאר איז פשוט נישט גוט באהוואנט און אויסגעקאכט אין די ענינים, און טאקע דערפאר דארף מען אזויפיל פארזיכטיגקייט. אזא ארטיקל טאר זיכער נישט געשריבן ווערן פאר היימישע אידן, אנעם קלאר ארויסברענגען די תורה'דיגע בליק דערויף. ר' יודל דאנציגער ווען ער שרייבט אין בלאט פון די ענינים גיבט ער מורא'דיג אכטונג ארויסצוברענגען וויאזוי מיר לערנען אפ די טרמינען ע"פ תורה ומסורה.

די זון איז בלויז אכט געווענליכע מינוט אוועקגעריקט. (געווענליך שרייבט מען ליכט סעקונדע אדער ליכט יאר).

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 11:59 pm

כוכבי לכת האט געשריבן:די זון איז בלויז אכט געווענליכע מינוט אוועקגעריקט. (געווענליך שרייבט מען ליכט סעקונדע אדער ליכט יאר).

ערעב 'כוכבי לכת', איר וואלט געמעגט וויסן מער וועגן שטערנס!!

די זון איז 92,955,828 מייל אוועק פון אונז, און ס'נעמט איבער 100 טעג אנצוקומען אהין אויב מ'פארט איבער 36 טויזנט מייל א שעה...
די ליכטיגקייט דערפון נעמט 8 מינוט אנצוקומען אהער. קען זיין דאס האט איר געמיינט.
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

כוכבי לכת
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 10:48 pm

תגובהדורך כוכבי לכת » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 12:02 am

אכט געווענליכע מינוט איז נישט אכט ליכט מינוט ודוק.

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 12:59 pm

כוכבי לכת האט געשריבן:אכט געווענליכע מינוט איז נישט אכט ליכט מינוט ודוק.


קיין אנונג וואס איר רעדט. אכט ליכט מינוט באדייט א ווייטקייט שטרעקע וואס נעמט פאר ליכט-שטראלן צו רייזן אכט מינוט אויף מיין טאשן זייגער.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 3:41 pm

כוכבי לכת האט געשריבן:אכט געווענליכע מינוט איז נישט אכט ליכט מינוט ודוק.

זיי מסביר.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 3:59 pm

אפשר נישט אינגאנצן די פלאץ דא, אבער זעענדיג די קריטיק אויף א פרישע אויסגאבע, איז מיר אינטערסאנט צו אנמערקן אז אין קינדליין די שטארק דורכגעזיפטע אויסגאבע ביי ארטיקל פון זייערס א וועטעראן שרייבער, איבער כלי זמר איז אויך דא היפש אסאך וואס לענ"ד איז נישט פאסיג און אוודאי נישט פאר קליינע קינדער, ביי איין פאל האב איך מיר געריבן די אויגן נישט גלייבנדיג אז איך ליין אזאנס אין קינדליין, ער שרייבט בערך "די געפינס פון עפעס אן ארכעלאגישער גראבונג צייגט אויף דאס וואס חז"ל האבן אונז פארציילט"
איך מיין, מי נתלה במי???? די ארכעלאגישער געפינסן (וואס כמה פעמים איז שוין צושאקלט געווארן) זענען א הוכחה אויף דבריו הקדושים פון חכז"ל וואס זענען בעצמם כראי מוצק און זענען ניטאמאל זקוק צו עני הוכחות. אתמהה!!

עכ"פ זעט זיך אויס אז די אלע שרייבערס זענען באגרעניצטע מענטשעלעך און קיינער איז נישט אויסגעהיטן פון טעותים

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:50 pm

גוט געזאגט רב חדש.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:36 am

איך האב אסאך צו קאמענטירן, אבער איין זאך האט מיך געהויבן די אויגן ברעמען, איך וועל אראפברענגן ווארט ביי ווארט, מוועט כאפן וואס כמיין.

דער שרייבער הייבט אן מיט זיין ארטיקל איבער פיזיקע בכלל און גייט אריין אין די נושא פון קעפלערס געזעץ inverse square, הייבט ער מיט די הקדמה, בזה הלשון:

די היימישע עולם הארעוועט ב"ה על התורה ועל העבודה, מען איז טרוד על המחיה ועל הכלכלה. די קאפ ליגט אין חשובע, תוכן'דיגע נוצבארע זאכן, און פיזיקע נעמט נישט ביי אונז דעם אויבן-אן, רוב רובם פון די חשובע ליינע שיחיו האבן ווארשיינדליך קיימאל נישט געהערט פון אט דער נאטור געזעץ, מען פאנגט נישט אן צו וויסן דעם באדייט פון דעם מאדנע-קלונגעדיגע אויסדרוק "פארקערטע קוואדראט", מען איז בכלל נישט באהאווענט מיט די שפראך און געדאנקגאנג פון פיזיקע, וועלין מיר דעריבער צונעמען די זאך אויף קליין געלט, עס אויסשמועסן טריט ביי טריט, ביז מוועט ארויסהאבן די טעמע מיט א קלארקייט. עכ"ל

וויל איך פרעגן דעם שרייבער , ראשית כל פארוואס טשעפעסטו מיך? איך האב סך הכל באצאלט פאר דיר $4.50 כדי צו קענען ליינען דיינע הויכע געבילדעטע געדאנקן, איז פארוואס קלאפסטו מיך? איך נארישע תורה הארעווער וויל ליינען און קומסט מיך זאגן איך האב נישט קיין אאאאנונג וואס סמיינט "געזעץ" און פיזיק בכלל, טוסט מיר וויי.

והשנית, אפשר ווייסעך יא? פארוואס מאכט דיך טראכטן אז נאר בחורים פון 17 און אראפ וועלן ליינען דיינע ארטיקלן? אפשר וועלן אייוועלט ליינער זיך קענען פארמעסטן מיט דיינע קענטעניסן?..

אנטשולדיגט פארן זיין אזוי שארף, אבער סשיינט דער שרייבער האט געליינט אביסל וויקי און איז געוארן אלל עקסיידעט, און זיך גענומען שרייבער שטעכעדיגע רייד צו די ליינערס, געמישט טיפשות מיט גיפט אינאיינעם, כאף אז סאיז נאר טיפשות וויבאלד סאיז אפשר לתקנו מיט א גוטע בעל מגיה, אבער אויב האט דא דער שרייבער א מיסיע אויסצומענטשלן דעם ציבור, איז כדי פארדעם אליין צו מפרסם זיין אז ירא הקהל וישפוט זייער ציהל.

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » זונטאג אוקטובער 07, 2018 2:52 am

צו די פענע רעדאקציע.
א גוטן אייך.
איך האב דורכגעליינט אייער קונטרס'ל, קיין ספעציעלע טענות האב איך נישט צו אייך, און אויב יא דאן נישט דא אויף אזא עפנטליכע פלאטפארמע.
אבער אזויפיל האט מיר יא געעגבערט, אז לויט ווי איך ווייס, ווען מ'נעמט א זאך אין די הענט אריין, דאן ברויך דאס אן הסכמה.
נו, פארשטיי איך אז איר גייט נישט לייגן אן הסכמה מגדולי שרי הביד"ץ פון קרתא דשופריא, און נישט פון סיי וואספארא ראבינער און ברוקלין וכיוצא, דאס איז פארשטענדליך.
אבער, אזוי ווייט? ממש גארנישט לייגן?
לייגט כאטשיג עפעס נעמען, ווער זענען די "באשטייערער".
פון וואס באהאלט מען זיך? און פון וועם?
פארוואס זאלט איר נישט לייגן כאטשיג די נעמען פון די שרייבער? ווער איז דער רעדאקטאר? ווער נעמט די אחריות? וואס איז אייער אדרעססע? צו וועם קען מען זיך ווענדן.
די אלע אויבנדערמאנטע פראגעס, ברענגט נישט קיין טראסט ביי די ליינער און קונדן.
פארוואס און פון וועם זאלט איר זיך באהאלטן אויב זענט איר מהנה אונזער עולם מיט א תורה'דיגן מאנאטשריפט פאר די אידישע ליינער און חרדי'שער עולם?
דאס איז בכלל נישט קיין סתירה מיט'ן זיך האלטן אנאנים. דער אנפירער פון די רעדאקציע מוז נישט ארויסקומען אין די עפנטליכקייט אויב עס איז נישט באקוועם און ער זוכט נישט פאפולעריטעט. אבער אן אדרעססע? צו וועם ווענדט מען זיך? ווער? וואס? וואו און ווען?
מיט פיל דאנק און פארשטענדעניש

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוקטובער 07, 2018 2:58 am

יאסעלע האט געשריבן:איך האב אנגעהויבן ליינען די פענע, אבער נאכנישט געענדיגט. איך זעה נישט פארוואס מען זאל זיי אזוי אראפרייסן און אטאקירן, ס'איז סה"כ די ערשטע אויסגאבע, עס איז זייער פיין, און זיי דארפן א גוטער מגיה, סיי פאר ספעלינג און סיי פאר השקפה. אוי האב איך געלאכט ווען כ'האב געליינט אז דער חזון איש האט געשמועסט נייעס מיט זיינע קינדער... ס'איז דא דארט פעטע שטיקער עם הארצות, און רוב ארטיקלען זעט אויס אינטערעסאנט.

גייט ווייטער אן, נעמט אויף א מגיה, און קנאקט שטיקער!

יאפ, איך האב אנגעהויבן דורכרעדן די קעווענאו נאמינעישאן מיט מיינע קינדער, ווייל דער חזון איש און דער ריבניצער פלעגן דאך אויך שמועסן נייעס מיט זייערע ''קינדער''
שויתי ה' לנגדי תמיד


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט