פענע - מאנאט שריפט

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

תגובהדורך אויסטערליש » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 10:10 am

ווענט זיך וועלכע
אויב גארנישט איז נישט אויסטערליש, דאן האסטו אן אויסטערליש גוט לעבן!

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 2:18 pm

אויסטערליש האט געשריבן:יא. סע האט מיר אויך דערמאנט פין אוצרות. די פענע איז דע געווינער פין נייע אויסגאבעס

כאבעס נאכניש געליינט אבער איך בין נישט קיין היסטאריע ליבהאבער אוו מצרישע קעמלען רעדן נישט צו מיר, ממילא צווישן קנקן, אינטרעסאנט, און פענע, איז פענע די זאך.
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 2:20 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אויסטערליש האט געשריבן:יא. סע האט מיר אויך דערמאנט פין אוצרות. די פענע איז דע געווינער פין נייע אויסגאבעס

און ווער איז די געווינער פון די אלטע?

ממש א טיפקייט פון א פראגע!
וואסטעך יעצט אויפגעוועקט וועגן אלטע אויגאבעס?
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

Wow a1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובהדורך Wow a1 » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 3:19 pm

פלייש וואס וואקסט איך האב שוין געהרט אז מען מאכט נאך די סעלס פון פלייש אבער מען מאכט עס וואקסן דאס איז שוין א חידש
People are looking for the place of happiness they are not realizing that it is located in the brain

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 2:36 am

כרעמזל האט געשריבן:יעצט באטראכט אין געשעפט. די בארקאוד איז זייער ענליך צו "פאמיליע"
מיינעך אז ס'איז אוצרות נאר איבערגעמאכט
(פאמיליע איז א אויסגאבע וואס פלעגט קומען מיט אוצרות און היינט קומט עס עקסטער, און אוצרות קומט שוין נישט ארויס פאר א שטיק צייט)
אויך פארקויפט מען עס אין די קרית יואלע געשעפטן
אויך ענדלט די לעיאוט צו די אמאליגע אוצרות

אויב ס'איז אוצרות איז עס ראוי אריינצוגיין אין מיין שטוב. ווילאנג זיי האלטן פאליטיק אין חסידות פאר זיך

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 2:57 am

פאראויס האט געשריבן:
כרעמזל האט געשריבן:יעצט באטראכט אין געשעפט. די בארקאוד איז זייער ענליך צו "פאמיליע"
מיינעך אז ס'איז אוצרות נאר איבערגעמאכט
(פאמיליע איז א אויסגאבע וואס פלעגט קומען מיט אוצרות און היינט קומט עס עקסטער, און אוצרות קומט שוין נישט ארויס פאר א שטיק צייט)
אויך פארקויפט מען עס אין די קרית יואלע געשעפטן
אויך ענדלט די לעיאוט צו די אמאליגע אוצרות

אויב ס'איז אוצרות איז עס ראוי אריינצוגיין אין מיין שטוב. ווילאנג זיי האלטן פאליטיק אין חסידות פאר זיך

געקויפט, נאכניש געהעריג געליינט, אבער קיין פאליטיק און חסידות האב איך נישט געזעהן.
וואס יא, ער האט א פיקשער ווי איינער פון די אינטערוויא'ס מיט אן אתרוגים האנדלער, געבט איינס איבער פאר סקווירא רבי. דעציט אנבאלאגט חסידות.
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

Wow a1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובהדורך Wow a1 » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 3:02 am

די פענע איז מוירדיג נישט פלען א מעכטיגע ארבעט
People are looking for the place of happiness they are not realizing that it is located in the brain

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 3:08 am

Wow a1 האט געשריבן:די פענע איז מוירדיג נישט פלען א מעכטיגע ארבעט

ווי געזאגט האב איך עס נאכנישט געליינט, אבער ס'קוקט מיר אויס זייער זייער גוט. כ'וויל נישט רעדן פאר איך ווייס, ממילא זאג איך איך גארנישט, אבער חברה, איך גיי קומען מיט א באריכט, און א לאנגע! (כדרכי מיט זאכן וואס כ'האב ליב...)
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 8:55 am

פאראויס האט געשריבן:
כרעמזל האט געשריבן:יעצט באטראכט אין געשעפט. די בארקאוד איז זייער ענליך צו "פאמיליע"
מיינעך אז ס'איז אוצרות נאר איבערגעמאכט
(פאמיליע איז א אויסגאבע וואס פלעגט קומען מיט אוצרות און היינט קומט עס עקסטער, און אוצרות קומט שוין נישט ארויס פאר א שטיק צייט)
אויך פארקויפט מען עס אין די קרית יואלע געשעפטן
אויך ענדלט די לעיאוט צו די אמאליגע אוצרות

אויב ס'איז אוצרות איז עס ראוי אריינצוגיין אין מיין שטוב. ווילאנג זיי האלטן פאליטיק אין חסידות פאר זיך

פאראויס האט געשריבן:גאנץ אן אינטערסאנטע אינטערוויו מיט אליעזרג קרויס

זייער נתפעל געווארן פון ר' אליעזר'ס רייכען קאלירפולען עבר...

נאר אוצרות אדער מאמענט אויך?

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 5:37 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:
כרעמזל האט געשריבן:יעצט באטראכט אין געשעפט. די בארקאוד איז זייער ענליך צו "פאמיליע"
מיינעך אז ס'איז אוצרות נאר איבערגעמאכט
(פאמיליע איז א אויסגאבע וואס פלעגט קומען מיט אוצרות און היינט קומט עס עקסטער, און אוצרות קומט שוין נישט ארויס פאר א שטיק צייט)
אויך פארקויפט מען עס אין די קרית יואלע געשעפטן
אויך ענדלט די לעיאוט צו די אמאליגע אוצרות

אויב ס'איז אוצרות איז עס ראוי אריינצוגיין אין מיין שטוב. ווילאנג זיי האלטן פאליטיק אין חסידות פאר זיך

פאראויס האט געשריבן:גאנץ אן אינטערסאנטע אינטערוויו מיט אליעזרג קרויס

זייער נתפעל געווארן פון ר' אליעזר'ס רייכען קאלירפולען עבר...

נאר אוצרות אדער מאמענט אויך?

כ'ווייס נישט פון וואו דו ציטירסט, אבער ס'איז ביידע.
(אגב, מזל טוב צום טויזענטסטן!)
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

חזיר טריף!!!

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 9:57 pm

פענע איז שטארק אין סייענס.

פון סייענס ביז כפירה איז א קליינע מהלך, "פענע" שרייבער זענען שוין אריבערגעגאנגן דעם קורצן וועג און דעליווערט סם צו די מוחות פון אירע ליינער אינעם לעצטן ארטיקל (גלגל החוזר)

קיין שום תירוץ שבעולם זאל נישט אקצעפטירט ווערן פאר די מעשי רציחה, איין שרייבער איז א פולקאמער אפיקורס און ער האט זיך בלויז נישט געכאפט אז זיינע געדאנקען האבן זיך איבערגעגאסן פונעם מח צום פענע.

דאס איז אויסער די אומאחריותדיגע אויפירונג וואס שפראצט ארויס פון אלע ווינקלן (חינוך- דער חזון איש האט נישט געהאט קיין קינדער, אתרוגים- אתרוגי קלאבעריע זענען עפ''י הערות שו''ע הרב געקומען מיט ענני הכבוד כמו שכתוב שם בארטיקל סוכות 3000 שנה וזה סותר מה שכתבו בשם הליבאוויטשער רבי האחרון ששלחו שליחים לקרביה, ועוד ועוד, נישט צוגעלייגט אביסל קאפ!)

-----
דאס דארף אויפשאקלן אידן החרדים לדבר השם כעין די טרויעריג בארימטע פינקל פרשה, מיט א פעסטע החלטה נישט אריינצונעמן קיין ליין מאטריאל אן א הסכמה

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 10:05 pm

אוי וויי. אויב דאס איז אמת. נאכנישט געליינט (ב''ה).

און אפשר וועט די מכשול איינמאל פאר אלעמאל אויפוועקן דעם עולם אז מ'דארף האבן א הכשר אויף ליין מאטריאל. נאך אזוי וויכטיג ווי אויף אן עסן. עסן איז א שפיל מיט לאוין דאורייתא'ס. אבער ליין מאטריאל שפילט זיך ארום מיטן מוח! אן א אידישען מוח איז מען קיין איד נישט.

און אפילו די 'מעלות' אויסגאבע, זיי דארפן שנעל קענען באקומען א השגחה. זאלן זיי ווייזן דעם וועג.

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 10:06 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:פענע איז שטארק אין סייענס.

פון סייענס ביז כפירה איז א קליינע מהלך, "פענע" שרייבער זענען שוין אריבערגעגאנגן דעם קורצן וועג און דעליווערט סם צו די מוחות פון אירע ליינער אינעם לעצטן ארטיקל (גלגל החוזר)

קיין שום תירוץ שבעולם זאל נישט אקצעפטירט ווערן פאר די מעשי רציחה, איין שרייבער איז א פולקאמער אפיקורס און ער האט זיך בלויז נישט געכאפט אז זיינע געדאנקען האבן זיך איבערגעגאסן פונעם מח צום פענע.

דאס איז אויסער די אומאחריותדיגע אויפירונג וואס שפראצט ארויס פון אלע ווינקלן (חינוך- דער חזון איש האט נישט געהאט קיין קינדער, אתרוגים- אתרוגי קלאבעריע זענען עפ''י הערות שו''ע הרב געקומען מיט ענני הכבוד כמו שכתוב שם בארטיקל סוכות 3000 שנה וזה סותר מה שכתבו בשם הליבאוויטשער רבי האחרון ששלחו שליחים לקרביה, ועוד ועוד, נישט צוגעלייגט אביסל קאפ!)

-----
דאס דארף אויפשאקלן אידן החרדים לדבר השם כעין די טרויעריג בארימטע פינקל פרשה, מיט א פעסטע החלטה נישט אריינצונעמן קיין ליין מאטריאל אן א הסכמה

אויך געשפירט אזוי נאכן בלויז לייענען די ערשטע פאר בלעטער...
געוויסע שרייבער זענען ערגער און געוויסע נאך ארגער אבער הצד השוה שבהם...

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 10:08 pm

פיינע אויסגאבע די ''פענע''

אידן לאכטץ פון דעם פריעדיגע תגובות, ס'איז הוילע נארישקייטן

שבתי בוים
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובהדורך שבתי בוים » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 10:09 pm

זייער א שיינע, אידישע אויסגאבע, כה לחי. אינטערעסאנט געווען צו ליינען די שפאנענדע קאלומס פול מיט מדע וחכמה אויף א אידישן ערליכן שטייגער.

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 10:13 pm

למען האמת, וייסעך נישט ווי ווייט זיי זענען כופרים, איין זאך איז זיכער: וויסטע ערשט קלאסיגע עמי הארצים מיט א אימאיינגענעמע השקפה.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 10:16 pm

שבתי בוים האט געשריבן:זייער א שיינע, אידישע אויסגאבע, כה לחי. אינטערעסאנט געווען צו ליינען די שפאנענדע קאלומס פול מיט מדע וחכמה אויף א אידישן ערליכן שטייגער.

איך וואלט נישט געווען אזוי שנעל צו געבן א הכשר. אז אידן זאגן ס'שטינקט, טשעק עס גוט אויס...

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 10:18 pm

זכות הציבור לידע. כ'מיין אז ס'איז נישט קיין לוקסעס.

ווער זענען די ארויסגעבער?

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 11:02 pm

פאראויס האט געשריבן:זכות הציבור לידע. כ'מיין אז ס'איז נישט קיין לוקסעס.

ווער זענען די ארויסגעבער?

דאס עצם פאקט אז קיין איין עקזיסטירענדע נאמען ערשיינט נישט אלס אחראי איז שוין בעצם געניג אז עפעס באהאלט מען פונעם פובליק

כוכבי לכת
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 10:48 pm

תגובהדורך כוכבי לכת » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 11:25 pm

יאפ
זעלבע זאך וואס מעלות אורות אוצרות ליכטיגע היים אינטערעסאנט זוכן צו באהאלטן.
רוב אויסגאבעס שרייבן נישט קיין נעמען און מ'דארף נישט דערווארטן פון פענע מער ווי דער סטאנדארט.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 11:35 pm

טשולדיגט. מעלות איז הרב יונגרייז ומשפחתו (ובנו ר' יואל) -מונסי.
אוצרות איז מרת לויב -סאטמאר.
ליכטיגע היים -ברסלב. (כ'האב עס נאך קיינמאל נישט געקויפט. איך בין זיכער אז די חברי המערכת איז נישט קיין סוד אין ברסלב)

מ'דארף נישט שרייבן נעמען. אבער ס'דארף נישט און ס'טאר נישט זיין קיין סוד. ער פיטערט דיר דיין מוח! און נאך מיט חינוך הבנים אויך. ס'איז וויכטיגער צו וויסן ווער ס'האט געשריבן די השקפה ווי ווער ס'האט געקאכט א מאכל וואס דו נעמסט אריין אין מויל. קריגסט דיך אויף דעם? אדרבה, זיי מיר מסביר פארוואס מ'קען טראסטן יעדע מאגעזין בלינדערהייט.

בלויע טינט
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:30 pm

תגובהדורך בלויע טינט » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 12:01 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:פענע איז שטארק אין סייענס.

פון סייענס ביז כפירה איז א קליינע מהלך, "פענע" שרייבער זענען שוין אריבערגעגאנגן דעם קורצן וועג און דעליווערט סם צו די מוחות פון אירע ליינער אינעם לעצטן ארטיקל (גלגל החוזר)

קיין שום תירוץ שבעולם זאל נישט אקצעפטירט ווערן פאר די מעשי רציחה, איין שרייבער איז א פולקאמער אפיקורס און ער האט זיך בלויז נישט געכאפט אז זיינע געדאנקען האבן זיך איבערגעגאסן פונעם מח צום פענע.

דאס איז אויסער די אומאחריותדיגע אויפירונג וואס שפראצט ארויס פון אלע ווינקלן (חינוך- דער חזון איש האט נישט געהאט קיין קינדער, אתרוגים- אתרוגי קלאבעריע זענען עפ''י הערות שו''ע הרב געקומען מיט ענני הכבוד כמו שכתוב שם בארטיקל סוכות 3000 שנה וזה סותר מה שכתבו בשם הליבאוויטשער רבי האחרון ששלחו שליחים לקרביה, ועוד ועוד, נישט צוגעלייגט אביסל קאפ!)

-----
דאס דארף אויפשאקלן אידן החרדים לדבר השם כעין די טרויעריג בארימטע פינקל פרשה, מיט א פעסטע החלטה נישט אריינצונעמן קיין ליין מאטריאל אן א הסכמה


אנטשולדיגט אייך אלע, אבער ממש אן ענליכע ארטיקל ווי די גלגל החוזר איז שוין ערשינען אינעם בלאט פון אט דעם זעלבן שרייבער!
נישט רויט און אויך נישט שווארץ, נאר בלוי...

בלויע טינט
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:30 pm

תגובהדורך בלויע טינט » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 12:06 am

אגב איז די אויסגאבע איבערגעקוקט געווארן דורך א חשובע מחנך און איז ערווארטערט צו ענטהאלטן א הכשר פון איינע פון די חשובע מורה הוראה בדורינואינעם קומענדיגן נומער.
נישט רויט און אויך נישט שווארץ, נאר בלוי...

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 12:10 am

בלויע טינט האט געשריבן:אגב איז די אויסגאבע איבערגעקוקט געווארן דורך א חשובע מחנך און איז ערווארטערט צו ענטהאלטן א הכשר פון איינע פון די חשובע מורה הוראה בדורינואינעם קומענדיגן נומער.


כ'וועל אייך כ'גלייבן ווען כ'וועל עס זעהן.

בלויע טינט
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:30 pm

תגובהדורך בלויע טינט » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 12:15 am

פאראויס האט געשריבן:
בלויע טינט האט געשריבן:אגב איז די אויסגאבע איבערגעקוקט געווארן דורך א חשובע מחנך און איז ערווארטערט צו ענטהאלטן א הכשר פון איינע פון די חשובע מורה הוראה בדורינואינעם קומענדיגן נומער.


כ'וועל אייך כ'גלייבן ווען כ'וועל עס זעהן.


איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט.
אגב, וואס איז אפיקורסות?
נישט רויט און אויך נישט שווארץ, נאר בלוי...


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט